ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #20 -יציאת מצרים חלק ב'-

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #20 -יציאת מצרים חלק ב'-

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:17 am

דער טעיפ איז א המשך פון יציאת מצרים חלק א',

איך האב נישט געהאט קיין צייט צו ענדיגן פאר שבת ממילא לייג איך עס יעצט ארויף.

שמעו ותחי נפשכם.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:21 am

ניגון א'
דער גרויסער באשעפער


דער גרויסער באשעפער, ער האט דאך באשאפן
די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס אויף איהר
פאר אלע זיי צוגעשיקט אלץ וואס זיי דארפן
באדערפענישן גאר אן א שיעור

די ערד מינעראלן, די טייכן די קוואלן
די טאלן די בערג באדעקט מיט שניי
די בהמות די פעלדער, די חיות די וועלדער
די מענטשן וואס פיהרען אן מיט זיי

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפן
דעם הימל און אלעס וואס איז אויף איהם
ער גיט יעדן כח פיהל יעדער טוט דארפן
צו טאן אין עבודת השם

די חיות די שרפים, די גרויסע מלאכים
וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט
די שירות און זמירות, די הייליגע ספירות
אלץ ליגט ביים באשעפער אין די הענט

דו גרויסער גאט
ביזט געווען און וועסט אייביג זיין
איך בין דיינער און דו ביזט מיין
דו ביסט שטארק דו ביזט גרויס, דו ביזט הייליג דורכאויס
דו ביזט גוט דו ביזט פיין

דו אונזער גרויסער גאט
קיינער פאר דיר איז נישט געווען
קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זעהן
ווייל דו נאר דו אליין, פיהרסט די וועלט אזוי שיין
אלע גלייך גרויס און קליין

דו אונזער ליבער גרויסער גאט
מען קאן ניט זעהן מען קאן ניט פיהלען
נאר מיט איידעלע געפיהלען
קען מען עפעס וואס פארשטיין
דו ביזט א גייסט און ניט קיין גוף
און מען קען עס נישט ערקלערן קלאר
מען קאן ניט זעהן מען קען ניט הערן גאר
און כאטש מיר ווייסן עס אז אומעטום ביסטו דאך דא
ביסטו אבער פונקט ווי גארניט דא

דער גרויסער גאט
אנטקעגן איהם האט האט קיין זאך ניט ווערט
ניט קיין פייער און ניט קיין שווערד
און דערפאר איז ניט שווער, צו פארשטיין דעם דערהער
דאס וואס אייביג איז ער

דו אונזער גרויסער גאט
אייביג וועסטו זיין און ביזט געווען
מען קען נישט ציילן ניטא פון ווען
עס איז נישט נאנט נישט ווייט, עס האט נישט קיין צייט
ווייל עס איז אייביגקייט

דו אונזער ליבער גרויסער גאט
דו האסט געשאפן אלע זאכן
און וואס זיי טוען און וואס זיי מאכן
אלעס טוסטו דאך אליין

די אלע זאכען קומט פון דיר
מיין יעדע תנועה און מיין יעדע ריר
אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר
און די געפילען וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר
אלעס עס נעמט זיך נאר פון דיר

דו גרויסער גאט
דו האסט געגעבן די בחירה מיר
און אויך אויף דער דארף מען אן א שיעור
בעטן שכל און מוט, יעדע זאך וואס מען טוט
זאל זיין ריכטיג און גוט

איין זאך באלאנגט צו מיר
דאס איז מיין רצון מיין וועלן זיין
גוט און עהרליך און פרום און פיין
און אפילו אויף דעם, דארף מען בעטן ביי השם
ווייל דאס אויף קומט פון איהם



דערפאר טאר מען ניט טראכטן אריין
וואס איז פארן באשעפער געווען און וואס נאך איהם וועט זיין
ווייל עס איז גייסט, אן א צייט אן א מאס
ער איז קיינמאל ניט געווארן ווייל עס איז ניטא וואס
ער קען קיינמאל ניט אויפהערן
ווייל עס איז ניטא קיין זאך וואס קען איהם צושטערן
און ווייל ביי איהם איז ניט שייך נאנט אדער ווייט
קען מען ניט פרעגן פארוואס ער האט דער וועלט באשאפן פונקט אין אט דער צייט
ניט פריער אדער שפעטער פון דאן
ווייל ביי איהם איז קיין אנפאנג ניט פארהאן
און קיין ענדע ניטא
איז ניט שייך קיין יאהר קיין שעה
פריער פון ווען? שפעטער פון וואס?
אז ער איז אייביג אן א צייט און אן א מאס
און וואס מיינט עס אייביגקייט
אן א אנפאנג אן א סוף אן א צייט
קענען מיר נישט פארשטיין
ווייל מיר זענען א גוף פון פלייש און ביין
און אונזער מח פארשטייט נאר ביז א געוויסע מאס
פונקט ווי דער דומם דער שטיין קען ניט פארשטיין ווי אזוי עס וואקסט די גראז
און די גראז דער צומח קען ניט פארשטיין
וויאזוי דער בעל חי די בהמה טוט גיין
און די בהמה וועט קיינמאל נישט פארשטיין דעם סוד
וויאזוי דער מדבר דער מענטש בויט זיך אויס א הויז מיט א שטאט
און דער מענטש דער מדבר קען ניט פארשטיין אויך
וויאזוי דער מלאך פליהט אין דער הויך
און דער מלאך וועלכער איז אויך א באשעפעניש וואס לעבט א געוויסע צייט
קען נישט פארשטיין וואס מיינט עס אייביגקייט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:23 am

ניגון ב'
ברד


שטייען אידן פון די חופשים, אויפן ענדע גאס
און פון משה'ן מיט די מופתים מאכן זיי א שפאס
ווי א שטורעם ווי א שריפה, וואונדער רופט ער עס
וואו א קרענק וואו א מגיפה, זאגט ער ס'איז א נס

די וויסנשאפט טוט געבן, אן ערקלערונג מיט קולטור
אז אלעס וואס פאסירט אין לעבן, איז פון דער נאטור
עס איז נישט די אלטע צייטן, מען האט שוין געזעהן
פארזיכערט זיך פון אלע זייטן, קיין שלעכטס קען נישט געשעהן

פלוצלינג הערט מען א קלאפ, יעדער איינער גיט זיך א כאפ
עפעס א שטיין איז פון הימל אראפ, גלייך אויף א מצרי'שן קאפ
פון וואנען א שטיין, דער הימל איז דאך די גאנצע צייט געווען ריין
ווידער א קלאפ, א האפ, א געוויין


מיטאמאל א שרעקליגער קול עס פאלן שטיינער פון הימל אראפ
יעדעס איינע צו א מצרי אין קאפ
און ווען א איד גייט דארט אין וועג, בלייבט עס שטיין אינדערמיט ביז ער גייט אוועק
און פאלט אראפ אויך דער ערד, צושמעטערט ווערט
און עס פאלן פון איהם שטיקער אין די מענטשן אריין
אין די קעפ אין די פיס, די וויסנשאפט וואו איז
און אויפן הימל וואס איז געווען ריין לאנגע טעג, איז מיטאמאל געווארן א שרעק
א געשלעג, א געיעג
פייער מיט וואסער האבן שלום געמאכט
און רינגלען ארום די שטיינער וואס זיי האבן צוקראכט
די מכה פון ברד

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה וואו איז ער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן ברענגט אהער
קאן נישט הערן קאן נישט קלערן קיינער האלט נישט אויס
נעם די אידן גיי מיט זיי ארויס


זאגט משה טאקע, מיין ברודער אהרן זאגט עס דארף זיין צומאלן דקה מן הדקה
עס איז ערשט די זיבעטע מכה
און צעהן דארף זיין, וועסטו מוזן בייטן דיין מיין
האסט דעהערט מענטשן זאגן אמאל, וועסט חרטה האבן צעהן מאל
דאס מיינט מען דיר
ניט מיר שרייט פרעה איך זאג נישט קיין ליגן, איך וועל מער קיין חרטה נישט קריגן
איך שווער זיך ביי מיין בארד, ביי מיר איז א ווארט א ווארט
איך קאל שוין דעם יונייטעד נעישאן, און איך שרייב שוין אונטער דעם דעקלערעישאן
מיין הסכמה אויף א פולער אימיגרעישאן
מיט די שאף און רינדער, מיט די קינדער
אלע חוץ אהרן מיט משה קוקן מיט ערנסטע אויגן, זעהט אויס אז פרעה האט עס שוין געבויגן
און אהרן משה שטייען און קלערן, וואס וועט אצינד פרעה זיך קלערן, צו שטערן
מען טוט גארנישט זעהן מען טוט גארנישט הערן
שטייט אין דער תורה עפעס א פסוק אין א זייט, וואס עס דוכט זיך אז עס האט גארנישט קיין באדייט
האט דארנישט קיין שייכות צום ענין, און אויף דעם ווערט געבויט דער גאנצער בנין
שטייט אין דער תורה א פסוק וְהַפִּשְׁתָּה וְהַשְׂעֹרָה נֻכָּתָה כִּי הַשְׂעֹרָה אָבִיב וְהַפִּשְׁתָּה גִּבְעֹל וְהַחִטָּה וְהַכֻּסֶמֶת לֹא נֻכּוּ כִּי אֲפִילֹת הֵנָה
דאס איז געווען גענוג פאר פרעה דער בהמה
דער פשט פון דעם איז אז די אלטע תבואה מיט די הארטע זאנגען
וועלכע זענען געשטאנען אויסגעצויגען
און נישט געקענט זיך בויגען נישט זיך בוקען
האט זיי דער האגעל איבערגעבראכן זייער רוקן
און די יונגע תבואה די ווייכע און גרינע זאנגען
וואו דער האגעל האט זיי געשטויסן זענען זיי געגאנגען
דער האגעל האט זיי געשטויסן
האבן זיי זיך איינגעבויגן אויסגעדרייט און צוריק געבליבן אינדערויסן
זיך איינגעבויגן, און צוריק זיך אויסגעצויגן
נישט געווארן צוריבן, און גאנץ געבליבן
און ווען פרעה האט שוין דעקלערעישאן אנגעשריבן
איז געקומען א מצרי'שער חכם און דערציילט וואס ער אליין האט געזעהן אויפן פעלד
פרעה האט זיך שנעל אויפגעשטעלט
געגעבן א לאך, און שרייט אויס דאס איז דאך א נאטורליכע זאך
דער האגעל האט צובראכן תבואה אסאך, ווייל זי איז געווען אלט און שוואך
און זיך נישט געקענט בויגן הין און הער, אפילו א קינד קען דערהערן דעם דערהער
אז דאס איז א נאטורליכע זאך, משה מיט אהרן רעדט נישט קיין סאך
איר קענט גיין, אידן בלייבן שטיין
און דאס איז געמאכט געווארן טאקע, מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער אכטער מכה

--------


יעמוד! העלאו העלאו! אן ערקלערונג איז דא, די וויסנשאפט פון די לעצטע שעה
גיט איבער א באריכט, פון די לעצטע געשעהענישן וואס האבן פאסירט
ווען מען האט די פאר'סמ'טע לופט פון דעם שחין פארטריבן, איז עס אין די לופטן געבליבן
איז עס פארסמ'ט געווארן אויך אויבן, האט זיך די לופט איינגעקוועטשט און אויפגעהויבן
און די לופט האט זיך געטוהן איבערפירן, אזוי ווי ביי מענטש ווערן געשווירן
און פון די קאלטע לופט זענען די געשווירן הארט געווארן יעדער איינער
און פון דעם האבן זיך גענומען די שטיינער, און עס דארף זיך מער נישט שרעקן קיינער
עס זענען ארויס נייע געזעצן, מען מאכט אויפן הימל נעצן
אז די שווערסטע זאך זאל נישט קענען דורכזעצן
וואס די לופט וועט ווארפן און קלאפן, וועלן די נעצן אריינכאפן
אלע מעגן רוהיג שלאפן, מארגן ווערן די נעצן אפן, קיינער וועט נישט ווערן געטראפן
און אזוינע נעצן זענען טאקע געווארן געמאכט, און שומרים האבן געהיט טאג און נאכט
און ווען א שטיין אדער א פויגל וועלן וועלן אדורך, וועלן זיי אריינגעכאפט ווערן ביים ערשטן פארזוך
די חכמים האבן אן אנדער מיין געהאט, זיי האבן שוין זיך מייאש געווען כמעט
זיי האבן געזעהן אז דער אידישער גאט, א ממשלה האט
אויף אלע כוחות אויף דער ערד, נאר אפשר אויף די באשעפענישן וועלכע פליען איבער דער ערד
האבן זיי געטראכט, האט ער נישט קיין מאכט, און זיי האבן געווארט

אבער אידן האבן שוין נישט געהאט קיין געדולד צו ווארטן מער
יעדע מינוט זיין אין מצרים איז זיי געווען זייער שווער
כאטש זיי האבן א גוטן לעבן געהאט כסדר, שיינע הייזער שיינע מעבל מיט שיינע קליידער
דער כבוד וואס זיי האבן געהאט האט זיי געטוהן שוין וויי
עס איז מיאוס געווארן דער לעבן מיט די שווארצע מצרים אפילו קוקן אויף זיי
זיי האבן שוין געוולט האבן אן אייגן שטיקל ווינקל אן אייגן שטיקל לאנד
וואו נאר ערליכע אידישע פנימ'ער וועט מען זעהן נאכאנאנד
און זיי האבן מתפלל געווען עלטערן מיט קינדער
דער באשעפער זאל זיי אויסלייזן פון גלות געשווינדער

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:24 am

ניגון ג'
גלות



און ווען משה איז געקומען, און מצרים איינגענומען
האבן אידן אנגעפאנגן גוטע צייטן זעהן
אלע פוהל מיט עשירות, און מיט שיינע רייכע דירות
און די מצרים זענען ביי זיי שכנים געווען

און אידן, נישט צופרידן
געליטן, געוואלט ווי שנעל ארויס
גלות, אוי גלות, אזוי פלעגן זיי רעדן
מוחל דיינע גליקן לאמיר זיך צושיידן
גענוג זיין אינאיינעם, מיט די שווארצע שכנים
מיט האסן, מיט שפאסן, מיט ווייטוהן יעדן איינעם

יעדן פאלק האט מען געגעבן, א באזונדער לאנד צום לעבן
און א הויז האט יעדער גלויבן, זיין גאט צו לויבן
נאר אליין דער פאלק פון אידן, זיצט אין גלות אומצופרידן
און זיין גלויבן זיינע זיטן, קען ער ניט היטן

גלות, גלות, מען קען שוין ביי דיר מער נישט לעבן
גלות, גלות, עס איז גענוג דיין גליק
דער באשעפער האט זיי גלייך א הילף געגעבן
און געבראכט זיי אין זייער לאנד צוריק



עטליכע טויזנט יאהר זענען פאריבער פון יענער צייט
ווידער איז דער איד היינט אין גלות מיט אט די שווארצע לייט
אויך היינט לעבט מען ברוך ה' מיט וואוילטאג און עשירות
שיינע געשעפטן מיט שיינע דירות
און מען טוט זיך קריגן ווי א ווארעם עסט זיך איין אין כריין און קוועלט
ער מיינט קיין זיסערע זאך איז נישטא אויף דער וועלט
מען וויל גארנישט טראכטן פון אונזער הייליגע לאנד
וועלכע ליגט שוין יארן לאנג ביי חופשים אין האנט, צו שפאט און צו שאנד
און ווערט דערשטיקט און דערדרוקט פון ווייטאג און פארדרוס
זי בענקט נאך די ערליכע אידן אן א ברעג אן א מאס
און זי בעט מען זאל מתפלל זיין פאר איהר אזוי שנעל ווי איר קענט
דער באשעפער זאל איר אויסלייזן פון די פרייע הענט


אויפן הימל איז גרויסארטיג, אלעס שטייט שוין גרייט און פארטיג
משיח וויל שוין קומען און עס פעלט נאר א האר
נאר איין שאלה טוט ער שטעלן, ווי קען ער דען קומען וועלן
אז דער גלות טוט דעם אידן געפעלן ביז גאר

ער בעט ניט, ער רעדט ניט, ער מאנט ניט, אזוי
גלות, אוי גלות, ווי לאנג וועט מען נאך ליידן
ווי לאנג וועלן זיך ציהען די שלעכטע וויסטע צייטן
גלות, אוי גלות, ווי לאנג וועט מען נאך שמאכטן
מען קען שוין מער נישט דולדן מען קען שוין מער נישט ווארטן

און די צרות ווערן שווערער, איין טאג פון דעם צווייטן מעהרער
און דער הימל ווערט ניט קלארער, גלות, אוי גלות
און פאר אונזערן עקשנות, צאלסטו אונז גאר אן רחמנות
אלע טאג מיט מער סכנות, און מער קרבנות

גלות, גלות, האסט אונז פרייהייט פיהל געגעבן
יעדער איינער קען טוהן וואס ער וויל
גלות, גלות, פאר דיין גוטן זיסן לעבן
האבן אידן באצאלט דיר זייער פיהל

גלות, אוי גלות, מיר וועלן דיר געדענקן
די שענסטע זיהן און טעכטער געטאהן האסטו אומברענגן
גלות, גלות, דו האסט גענומען טרייבן
יעדער איינער זעהט שוין מען קען ביי דיר ניט בלייבן

אבער גיי פארהויב די פאלעס, און גיי זוכן די הצלות
אז וואו דו גייסט און וואו דו קומסט, איז גלות און גלות
מען קען פון גלות ניט אנטלויפן, מער ניט נאר מיט אט דעם אופן
צום באשעפער דארף מען לויפן, זאגן, און קלאגן

באשעפער גרויסער דער גלות טוט אונז ארויסטרייבן
לאזט ניט רוהען די צרות זיינען גרויס
באשעפער גרויסער מיר קענען דא שוין מער נישט בלייבן
האב רחמנות לייז אונז תיכף אויס



און לאמיר רעדן אפן מיטן אמת ארויס' ווי שיין אידישקייט איז היינט ווי שטארק און ווי גרויס
די הערליכע ישיבות כולל'ס מיידל שוהלעס אויפן גרעסטען פארנעם
צדיקים חסידים אנשי מעשה נשים צדקניות עובדי השם
קענען מיר פארט נישט זיין צופרידן מיט דעם
איז עס אנשטענדיג איז עס פיין, אז די אייניקלעך פון די הייליגע אבות זאל זיין
שכנים, מיט די נידעריגסטע פון די גויים אינאיינעם
צוזאמען מיט זיי זיצן און שטיין, אין די גאסען אויף די באסעס אין טרעין
צוליב דעם האט דער באשעפער אונז פון מצרים ארויסגענומען, מיר זאלן ווידער צו אזא מצב קומען
ווען דער צווייטער בית המקדש איז אויפגעבויט געווארן קיין שענערס איז קיינמאל נישט געווען האט מען געמיינט
זענען געשטאנען זקנים וואס האבן דעם ערשטן בית המקדש געקענט און געוויינט
ווייל דער ערשטער בית המקדש איז פיהל שענער געווען
היינט וויפיהל דארף מען וויינען דאס מיר האבן גארנישט געזעהן
און מיר מיינען אז קיין שענערע צייט ווי היינט איז נישט געווען
און רבי יעקב עמדין זכר צדיק לברכה זאגט אין די הקדמה צו זיין סידור
אז אלע צרות וואס אידן האבן אלעמאל אין גלות געליטן אין פרט און אין כלל
די גלות שפאניע און גלות פארטוגאל
און אלע גזירות און מיתות משונות וואס אידן האבן דורכגעמאכט אין יעדן דור, איז עס נאר
ווייל אידן ווערן אין גלות רייך און גרויס, און פארגעסן זיך אז מען דארף פון דארטן ארויס
און פארגעסן זיך אז מען דארף שטענדיג מתפלל זיין מען זאל דעם שופר פון משיח'ן דערהערן
און מען זאל פון גלות פטור ווערן
און פון די רייד איז קלאר, אז אט די צרות וואס מיר האבן איבערגעלעבט די לעצטע פאר יאהר
זענען אויך געקומען אזוי, צו דערמאנען אונז אז מיר זענען אין גלות ביים גוי
מען דארף מתפלל זיין גרויס און קליין, מיט הארץ און געוויין, משיח זאל וואס שנעלער קומען צו גיין

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:26 am

ניגון ד'
ארבה


שטייען אידן פון די חופשים, אויפן ענדע גאס
און פון משה'ן מיט די מופתים, מאכן זיי א שפאס
אויף דער ערד איז מען שוין זיכער אויפן הימל אויך
קיינער וועט נישט קענען שלעכטס טוהן אפילו פון דער הויך

דא ביי די געוועבטע נעצן קען מען נישט דורכגיין
נישט קיין אייזן נישט קיין האגעל נישט דער קלענסטער שיין
שטייען מצרים און זיי קוקן, אויף די נעצן הויך
פלוצלינג זעהט מען ס'טוט זיך רוקן, ווי א גרינער רויך

עפעס קומט אן אויף די נעצן און עס וויל אדורך
אבער ס'איז אומזיסט דער ווילן אומזיסט איז דער פארזוך
פלוצלינג זעהט מען ווי אביסל, קריכט אין נעץ אלץ מער
עס זעהט אויס ווי א פיסל, דרייט זיך הין און הער

אט קריכט דורך נאך א שטיקל, זעהט אויס ווי א פליגל
נאך א ברעקל, פונקט ווי אן עק'ל
און עס האט זיך דורכגעצויגען, א קעפל מיט צוויי אויגן
איין גאנצע שטיק, א פליג, א היישעריק
די מכה פון ארבה


און עס איז באדעקט געווארן די גאנצע וועלט
די גאנצע תבואה גראזן און ביימער וואס אין פעלד
מיט די פליגן, און זיי האבן זיך גענומען מיט פארגעניגן
אויפעסן די גאנצע תבואה וואס אין פעלד און די עסנווארג וואס איז אין הויז
פרעה האלט עס נישט אויס

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה'ן ברענגט אהער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן וואו איז ער
קען נישט הערן, קען נישט קלערן, קיינער האלט ניט אויס
נעם די אידן און גיי מיט זיי ארויס


משה מיט אהרן'ן האבן געוואוסט אז פרעה אליין פארשטייט, אז ס'איז איבעריג יעדע רייד
ער שוין פארשטיין גענומען, אז נאך צעהן מכות דארפן קומען
מען האט מער נישט געשטאנען און געוואלט זעהן, וואספארא זאך וועט געשעהן
וואס פרעה וועט אין דעם א נאטורליכע ערשיינונג דערזעהן
זאגט די תורה אז משה האט מתפלל געווען איז געקומען א שטארקער ווינט
און דעם היישעריק געשווינד
אוועקגעטראגן אין ים, האט עס דאך א קלארן טעם
דער היישעריק איז נישט נעלם געווארן סתם
א ווינט האט איהם געבראכט און א ווינט האט איהם פאריאגט אין ים
דארף מען דעם טראכטן אסאך, זעהט מען נישט אז דאס איז א נאטורליכע זאך
איך פרעה מיט מיין שכל דעם גרויסן, האב זיך שיעור נישט געוואלט אריין נארן פון משה'ן
מער וועט עס נישט פאסירן, די אידן וועלן זיך פון ארט ניט רירן
און דאס איז געמאכט געווארן טאקע, מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער ניינטער מכה

-------


יעמוד! העלאו העלאו! אן ערקלערונג איז דא, פון דער לעצטער שעה
מען גיט איבער א באריכט, פון די געשעהענישן וואס האט פאסירט
די וויסנשאפט די קולטור טוט זיך פארנעמען נאר מיט גרויסע זאכן אליין
אבער זאכן קלענער פון א שטיין
טוט זי אפילו נישט טראכטן, און זי האט נישט געקענט ערווארטן
א היישעריק זאל קומען צופליען, וואס קען זיך דורך די קלענסטע לעכער אדורכציען
אבער מער וועלן זיי נישט קענען שאטן
מען וועט אוועקשטעלן נאך היינט אויף גרויסע טורעמעס גרויסע מאשין געווער הארמאטן
מיט פיהל סאלדאטן
א היישעריק וועט קומען פון דער הויך, וועט מען איהם באשיסן מיט פייער און רויך
אזוי האט מען דעם פאלק פאר'סמ'ט דעם מוח

אבער צווישן זיך האבן די חרטומים גערעדט, אז מען זעהט
אז דער גאט פון די אידן איז דער גרעסטער גאט, און אפילו די פליענדיגע באשעפענישן א כח האט
נאר זיין כח קען נישט געהערן, מן הסתם אויף דער זון און אויף די לבנה און אויף די שטערן
אבער אפילו גויים מיליאנען, האבן שוין פארשטאנען, אז איין גאט איז פארהאנען
וואס אויף אלע כוחות פון דער וועלט איז זיין מאכט, און ער איינער האט עס אלע מכות געבראכט
און די ניסים געמאכט
און זיי האבן שוין זיך באהאלטענערהייט ארגאניזירט, און מיט משה'ן אונטערהאנדלונגען געפירט
ער זאל זיי אויך ארויסנעמען פון מצרים צוזאמען מיט די אידן
און זיי וועלן אלע אידישע מנהגים היטן
און זיי האבן אויף משה'ס ענטפער געווארט
אבער אויך מיליאנען זענען נעבעך נאך אלץ געווען פארנארט
נאך אלץ געגלויבט אין פרעה'ס מאכט
ס'איז א גרויסער צער אבער עס איז א פאקט, וואספארא כח האט געהאט
די טריפה'נע קולטור און וויסנשאפט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:28 am

ניגון ה'
חושך


שטייען אידן פון די חופשים, אויפן ענדע גאס
און פון משה'ן מיט די מופתים, מאכן זיי א שפאס
זעהט די הערליכע געזעצן, די וואונדער פון נאטור
פון אונטן *** פון אויבן נעצן, דאס קען פרעה נאר

אויף די שפיצן פון די טורעמס שטייען מיליטער
און מען קוקט מיט גרויסע גלעזער אויב עס קומט ניט ווער
און ווי מען וועט דערזעהן א פויגל וויל אדורכגיין דארט
וועלן גלייך די גרויסע שיסערס שיסן אויפן ארט

ביינאכט ניט צוגעמאכט קיין אויגן די גאנצע ארמיי
אויב עס קומט א צוויי דריי פויגל שיסט מען גלייך אויף זיי
שטייען גרייט די אפיצירן, קוקען דורכן גלאז
און זיי פאנגן אן צו קלערן, עפעס זעהט מען וואס

עס קומט פון ים אן אגרעסער, ווי א שווארצע פלעק
און עס ווערט אלץ גרעסער גרעסער, פינסטער אן אן עק
שיסער פאנגט אן תיכף שיסן, שרייט דער אפיציר
אבער קיינער טוט נישט וויסן, וואו איז זיין געווער

מען זעהט נישט קיין קוילן מען זעהט נישט קיין געווער, קיינער זעהט נישט מער
מען זעהט נישט קיין גוף און נישט קיין קאפ, נישט ארויף און נישט אראפ
איינער איז געבליבן אויבן איינער אונטן, די גאנצע וועלט איז פארשוואונדן

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה וואו איז ער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן ברענגט אהער
קען נישט קלערן, קען נישט הערן, קיינער האלט נישט אויס
נעם די אידן גיי מיט זיי ארויס


-------


נו וואס איז געשעהן, גייען זיך משה מיט אהרן'ן און קומען אן און זעהן
פרעה איז שנעל געלאפן, האט ער זיין סעקרעטאר אנטקעגן געטראפן
זיי האבן זיך צוקלאפט די קעפ, און זיך אראפגעקוילערט פון אלע טרעפ
אן אייזל
דריי טעג האט מען געטאפט מיט די הענט
און דריי טעג האט מען זיך אפילו קיין דריי טוהן נישט געקענט
שטעלט אייך פאר דריי טעג אויף איין ארט צו זיצן, און שוויצן
איינער איז געבליבן אינמיטן שטיין, איינער אינמיטן גיין
איינער אינמיטן ליגן, שטעלט אייך פאר דעם פארגעניגן
נישט אריין און נישט ארויס, און די אידן זענען געגאנגען צו די מצרים פון הויז צו הויז
געעפנט אלע שענק וואו נאר געוואלט, געזעהן וואו עס ליגן אלע צירונג און גאלד
און גענוי פארשריבן דעם ארט, און דעם סארט
און געבעטן ביי די מצרים צו לייען געזאגט דעם ארט
און די מצרים האבן נישט געקענט לייקענען און געגעבן זאפארט
ביז די אידן וועלן קומען פון זייער יום טוב צוריק, מיט גליק
וועלן זיי עס אפגעבן צוריק איעדער, פארשטייט זיך א בלי נדר

און אט אין די פינסטער טעג וואס די מצרים האבן גארנישט געזעהן, איז דער לעצטער בירור געווען
די אלע אידן וועלכע זענען געבליבן ביי פרעה'ס מיין, און נישט געוואלט פון מצרים ארויסגיין
אומגעקומען מען האט, און מען האט זיי באהאלטן אונטערן שטאט
די מצרים זאלן נישט זעהן, אז ביי די אידן זענען פאררעטער געווען

און אפילו ווען עס איז ליכטיג געווארן, און פרעה האט געשוואוירן
ער וועט ניט האלטן אידן איין מינוט, האט משה געוואוסט גוט
אז ער וועט חרטה קריגן אויף דעם, ווייל נאך א מכה דארף קומען אויף איהם
און אזוי איז טאקע געשעהן, אלע חכמים זענען דערביי געווען
רופט זיך אן איינער א חכם צו פרעה'ן, איין קשיא טוט מיך אהרען
עס זענען געווען זעקס טעג אזוינע פינסטערע א שרעק
האבן דאך די אידן געקענט פון אונז רוהיג אוועק, און צונעמען אלע פעק
איז א סימן אז דער כישוף וואס רינגלט ארום מצרים דורכאויס, לאזט זיי ניט ארויס
האַ! שרייט פרעה דיין חכמה איז ריזיג גרויס, ניין מען לאזט די אידן נישט ארויס

קיין ערקלערונג פון דער וויסנשאפט האט מען מער נישט געהערט
די חכמים זענען געווען צובראכן פון די שרעקליכע לאנגע נעכט
אבער ביי זיך האבן זיי געקלערט, משה מיט אהרן'ן זענען געווען גערעכט
דער אידישער גאט איז בעל הבית אויף אלץ וואס אויפן הימל און אויף דער ערד
זיי האבן שוין לאנג פרעה'ן געהאלטן אין איין בעטן, ער זאל מצרים רעטן
ווייל מצרים איז פארלוירן, אבער ער האט דעם גאנצן שכל אנגעוואוירן
זייער אנטוישונג אין פרעה און אין זיין גלויבן איז געווען זייער גרויס
און זיי האבן זיך שוין אויך געגרייט, שטילערהייט, צוזאמען מיט די אידן פון מצרים ארויס
און די גויים וועלכע האבן אויך געוואלט פון מצרים אוועק, און זיך שוין געגרייט אין וועג
האבן זיך דערוואוסט פון די אידן אז באלד וועלן אלע בכורים פון דער וועלט אוועק
האבן זיי עס דערציילט די בכורים און זיי האבן גענומען שטעק, מיט העק
און צו פרעה'ן אין פאלאץ אוועק, געפאדערט פרעה זאל שוין לאזן די אידן אוועק
און עס איז געווארן א געשלעג, די בכורים האבן געטויט טויזנטער וועלכע האבן זיך געשטעלט זיי אין וועג

און פלוצלינג האט מען דערהערט א מאדנעם קול
(קול שופר)
און די מצרים האט מיטאמאל באפאלען א שרעק, דאס טראכטן זיי איז שוין דער עק
אלע מצרים זענען שנעל אין די הייזער אוועק, און אומרוהיג געקוקט אויפן וועג
אבער אידן האבן שוין געוואוסט וואס דאס איז, דאס איז דער קול פון שופר וואס רופט געוויס
אויף אן אסיפה ארויס, אלע אידן קליין און גרויס
האבן זיך אלע צונויף געקליבן זיך ארומגעשטעלט, ארום משה'ס געצעלט
און משה רבינו האט דערציילט מיט פרייד, דעם באשעפערס הייליגע רייד
דער באשעפער וויל נישט אידן זאלן ארויסגיין פון מצרים ווי באפרייטע קנעכט
ער וויל זיי זאלן אליין פארדינען די גאולה און זיין עס ווערט
און דערפאר גיט ער זיי, מצוות צוויי
איין מצוה אז אלע מענער זאלן זיך מל זיין, און אין כלל פון אידישן פאלק אריין
די צווייטע מצוה אידן זאלן ברענגען א קרבן פסח און ווייזן מיט דעם
אז זיי האבן ליב באמת דעם באשעפער און זענען גרייט זיך מקריב זיין פאר איהם
און אידן זענען גלייך געלאפען קויפן א שעפס און א לעם
און האבן זיך מל געווען פייין און שיין, און פלוצלינג איז דער הייליגער שבת געקומען צו גיין
און אלע אידן זענען געלעגן אין די בעטן מיט יסורים און פיין
ווייל עס איז געווען פון די ערשטע טעג פון זיך מל זיין
און די שעפס איז געווען צוגעבינדן צום פיס פון בעט, און געשריגן און געמאנט און גערעדט
צו די מצרים וועלכע זענען אדורך דורכן הויז, מיר זענען דאך אייערע געטטער נעמט אונז ארויס
און די מצרים זענען געווארן ווילד געמאכט מיט די פויסטן מיט די הענט
געקלאפט אין די פענסטער און די ווענט
געשריגן לאז שוין די שעפס ארויס, ווייל מיר גייען באלד אריין אין הויז
און מיר וועלן מיט אייך טוהן פארדעם
וואס אייערע זיידעס שמעון און לוי האבן געטוהן אמאל מיט דער שטאט שכם
און די אידן זענען געלעגן אין די בעטן זיך נישט געקענט געבן קיין ריר
און די מאמעס מיט די טעכטער זענען געזעצן דערשראקן און צובראכן אן א שיעור
און כאטש די מצרים האבן זיך אזוי גע'כעס'ט און שטרענג גערעדט
האט קיין איין איד נישט אויפגעבינדען די שעפסעלע פון בעט
און קיין איין מצרי האט אריין אין הויז נישט געקענט
ווייל ביי איהם זענען פארגליווערט געווארן די פיס מיט די הענט
אבער אידן האבן אויסגעהאלטן דעם נסיון זייער שיין
און זענען ווערט געווען מיט אייגענע פארדינסטן אליין, פון מצרים ארויס צו גיין

און דער באשעפער האט געהייסן מען זאל דעם קרבן פסח בראטן גאנצערהייט
און אסאך משפחות זאלן עס צוזאמען עסן מיט ליבשאפט און מיט פרייד
קיין ביין צוברעכן האט מען נישט געטארט, און אויפעסן אלעס אויפן ארט
דאס איז געווען דעם באשעפערס ווארט
צו לערנען די אידן אז זיי זענען איין גאנצע שטיק
און נאר אזוי קען מען צוקומען צו קבלת התורה צו דער העכסטער גליק
און די טייג וועלכע האט נישט געקענט אויפגיין, האט געגעבן די אידן צו פארשטיין
אז מען דארף זיך נישט האלטן גרויס נאר קליין
און נאר מיט אמונה און מסירת נפש אהבת ישראל און עניוות וועט מען קענען פון מצרים ארויסגיין
און דער שבת פון נסיון פון מסירת נפש דורכאויס, וואס האט זיך אזוי אויסגעצויגן ביז עס איז געווארן אויס
האט מען א נאמען געגעבן 'שבת הגדול' דער שבת וואס איז גרויס

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:29 am

מכת בכורות



זענען אידן געשטאנען אנגעטוהנערהייט, גרייט
און ביים קרבן פסח געשמאק פארבראכט, און אויף משה'ס א באפעל אז מען קען שוין ארויסגיין געווארט
אבער פרעה האט זיך אלץ איינגעשפארט, ביז דער באשעפער האט אויף איהם די לעצטע מכה געבראכט
די מכת בכורות
די בכורים האבן פאלען גענומען, און פרעה און זיין זוהן זענען אויך בכורים געווען
איז ער שנעל געלאפן משה'ן זעהן
איז ער געלאפן קיין גושן, זוכן משה'ן

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה'ן ברענגט אהער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן וואו איז ער

לויפן אידישע קינדערלאך נאך איהם אויפן גאס, און מען מאכט א שפאס
איינער זאגט ער איז דא, איינער זאגט ער איז דארט
איינער זאגט אין די געשעפט פון די בגדים, איינער זאגט אין גמילת חסדים
איינער זאגט ער איז געוויס, אויף א ברית
און איינער האט איהם אליין געזעהן, אויף א פדיון הבן
און פרעה פליהט אהין און אהער און ער שרייט ארויס! ארויס! שנעלער ארויס!
און אידישע קינדער לאכן איהם אויס
איינער שרייט אויס, אט איז ער! אט איז ער! זעה!
ער דרייט זיך אויס די קאפ שרייען אלע, צאן קדשים!
פלוצלינג האט פרעה גענומען שרייען הויך, מיטן גאנצן כח
איך האב שוין דערזעהן, א נאר בין איך געווען
אייער גאט איז גערעכט, השם הצדיק איך בין זיין קנעכט

און אויף דעם האט דער באשעפער געווארט, פרעה'ס מאכט, זאל ווערן צוקראכט
און אידישע קינדער האבן פון איהם געלאכט, און חוזק געמאכט
צאן קדשים! מעעעהה
און פסח ביינאכט און אויך יעדן יום טוב ווען דער איד ווארפט אראפ פון זיך די וואכענדיגע געשעפטן און ווערט נענטער צום באשעפער געבראכט
דערמאנען מיר וויאזוי דער באשעפער האט מצרים חרוב געמאכט
און די אידן צום בארג סיני געבראכט
צו ווייזן אז דער איד איז נישט געווארן געמאכט, שטענדיג צו זיין ביי דער ארבעט פארשמאכט
נישט צוליב דעם האט מען די נשמה פון תחת כסא הכבוד אראפגעבראכט
נאר צוליב דעם, ער זאל לערנען תורה און זיך עוסק זיין בעבודת השם
און יציאת מצרים דערמאנט אונז אין דעם
ווי דער באשעפער האט דעם איד באפרייט פון מצרי'שן קלעם
און די הייליגע תורה געגעבן איהם

און שטענדיג ווען א איד געפינט זיך אין קלעם
שונאים רינגלען איהם ארום און זענען מצער איהם
זאל ער זיך דערמאנען אין דעם
ווי השם, קען יעדע רגע רעטען איהם
און פון די גרעסטע פארדרוסן קען ווערן א יום טוב א גרויסער
און דער איד קען ווערן פון א קנעכט א קייסער

און ווען די וועלט האט דאן דערהערט
אז פרעה האט געזאגט אז דער אידישע גאט איז גערעכט
און ער אליין איז זיין קנעכט
און איז אראפגעפאלען ביז צו דער ערד
האט משה רבינו מסדר געווען אלע אידן קליין און גרויס, און מען איז פון מצרים ארויס
און די שמחה איז געווען זייער גרויס

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:31 am

ניגון ו'
גאולה מארש



א שמחה און א פרייד, אויף יעדן אויסגעשפרייט
טענץ, געזאנגען, וואו מען שטייט און גייט
דער גלות איז שוין אויס, אלע קליין און גרויס
פון מצרים גייט מען שוין ארויס

אידן קומען אן, ווי יום טוב אנגעטוהן
יעדער שבט טראגט מיט זיך א פאהן
שפילן די מוזיק, פוהל מיט פרייד און גליק
פון מצרים מען גייט ארויס צוריק

אוועק די שלעכטע שווערע טעג
פון שווערע ארבייט אן א עק
פון גיין געפינען, פון באגינען
שטרוי צו קלייבן אויפן וועג
מיט פייכטע אויגן, די קאפ געבויגן
ווי שטענדיג גרייט אויף א געשלעג

אוועק די שלעכטע לאנגע נעכט
פון שלאפן אויף דער נאסער ערד
פון זיין באזונדער, פון פרוי און קינדער
און ניט געקענט זיי קענען רעכט
צו זיין צושיידן, אוועק פון יעדן
אפילו רעדן אויך פארווערט

און איינמאל געשעהן, א טאג איז געווען
די ליכט פון גאולה האט מען איינגעזעהן

2

די מצרים זענען צובראכן שרעקליך צוקלאפט
זיי האבן אזויפיהל וואכן מכות געכאפט

פרעה טוט מער נישט האסן, לויפט ארום איבער די גאסן
און אלע טוען שפאסן, גרויס און קליין
ער בעט זיך ביי יעדן איינעם, לאזט דא נישט איבער קיינעם
מיט אלע שאף אינאיינעם, זאלט איהר גיין

ווען אידן זיי האבן פון מצרים ארויס
געגאנגען מען האט צו יעדן מצרי אין הויז
געליגן האט יעדער איינער, אפגעזאגט האט נישט קיינער
דיימאנדס טייערע שטיינער, און מיט גאלד
פאר אלע שלעכטע ליידן, פון אלע שלעכטע צייטן
האט מען פון אלע זייטן גוט באצאלט

אויבן אן טוט גיין, משה רבינו אליין
פוהל מיט פשטות און קענגליכען חן
זיין משא איז נישט גרויס, ער פירט נאר איין זאך בלויז
יוסף'ס ארון טראגט ער ארויס

יעדן גוט באצאלט, מער ווי ער האט געוואלט
פערציג אייזלען מיט דיימאנד מיט גאלד
נאר משה אליין, ער טראגט גארנישט מיין
נאר יוסף'ס ארון, טראגט ער אליין

אהרן הכהן גייט ביין זייט
אנגעטוהן אין פלויש און זייד
ארום די זקנים, אלע אינאיינעם
און רייטערס היטן ביי דער זייט
די זינגערס זינגען, די כלים קלינגען
און עס הערט זיך זייער ווייט

דער שבט לוי גייט פאראויס
זיי טראגן בוימער לאנג און גרויס
משה וועט בויען, מיט אהרן הכהן
פארן באשעפער א שיינע הויז
מען זאל געדענקען, און שטענדיג בענקען
קרבנות ברענגען קליין און גרויס

פון יעדן זייט, מען זינגט און מען שרייט
געבענשט זאל זיין די אייביגקייט


און אז משיח וועט אם ירצה השם קומען
וועלן די ניסים און די פרייד זיין נאך מערער ווי עס איז דאן אין מצרים געווען

ווען אידן פון מצרים זענען ארויס
איז דער טאג געווען ווי צוויי טעג גרויס
פון אויבן אלע מלאכים, האבן געזינגען שבחים
און פון אונטן אידן קליין און גרויס
געזעהן האבן די מלאכים, און געהערט די שבחים
און געזעהן דעם וואלקן שפרייט זיך אויס

דער ים האט דערזעהן פון ווייטן אנטלאפן איז ער
דער ירדן אויף הינטן זיך געטוהן א קער
די בערג האבן הויך געשפרינגען, די ביימער געזינגען
די גאנצע וועלט געווען איז פוהל מיט פרייד
יעדער עס האט פארשטאנען, ווער עס איז דא פארהאנען
ער אליין דער באשעפער מיט זיי גייט



און נישט אומזיסט האט דער באשעפער געבעטן משה'ן ער זאל בעטן די אידן יעדער איינער
זאל בעטן און לייען ביי די מצרים וואס מער גאלד צירונג טייערע שטיינער
און צוזאגן זיי אז נאר דריי טעג וועט מען אין מדבר זיין נישט לאנג
און מען וועט באלד צוריק קומען און אפגעבן מיט א דאנק
דער באשעפער האט געוואלט אז פרעה זאל דערזעהן אז עס זענען אדורך די דריי טעג
און אידן זענען ווייט אוועק, מיט די צירונג מיט די פעק
און קומען נישט צוריק צו גיין, און שפעטער זאל ער זעהן אז אידן טוען ביי זיין עבודה זרה שטיין
וואס לאזט זיי מן הסתם נישט ווייטער גיין, און אלע מצרים און פרעה אליין
זאלן זיך יאגן נאך די אידן מיט כעס מיט ברען
מען זאל זיי אריין נארן אין ים אריין דאס וואס עס איז טאקע געשעהן

אונזערע נביאים האבן אונז געזאגט פאראויס
כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות
אז ווען מיר וועלן אם ירצה השם פון דעם גלות ארויס
וועט דער באשעפער אויך ווייזן ניסים ונפלאות
ווי אין מצרים איז געווען אמאל, נאך מער מיט פופציג מאהל
כדי צוריק ציען די מיליאנען פארבלאנדזשעטע פרייע אידן וועלכע זענען אראפ פון וועג
און די מיליאנען רוסישע און די אמעריקאנע אידן וועלכע האבן חתונה געהאט מיט גויים און פון אידישן פאלק אוועק
און וואוינען צווישן די גויים אנטיסעמיטן
און ליידן פון זיי פונקט ווי אמאל האבן די אידן אין מצרים געליטן
מען דארף זיי געבן א טרייסל א וועק, זיי זאלן דערפילן א ציטער און א שרעק
און פון די גוי'אישע משפחות אוועק, און צוריק ארויף אויפן ריכטיגן וועג
און די גאנצע וועלט דארף דערזעהן, אז עס איז דא א פירער א בעל הבית ווי ביי יציאת מצרים איז געווען
און דער אנפאנג פון די געשעהענישען איז שוין געשעהן
לויט אונזער פארשטאנד ווי די וועלט זעהט היינט אויס, זענען מיר שוין פון די נ' שערי טומאה ארויס
מענטשן האבן זיך אנטוישט אין די קולטור און וויסנשאפט און זייער פאלשן בליק
און טויזנטער מענטשן קערן זיך אום צו דער אידישער אמונה צוריק
און טויזנטער אידן האבן באקומען א חשק א דראנג
העלפן די פרייע אידן ערפילן זייער פארלאנג
און טויזנטער גויים האבן געקריגן דעם זעלבען געדאנק אז די וועלט האט איין גאט און אלץ צו איהם געהערט
און די אידן זענען זיינע קינדער און קנעכט, און אפילו די רוסישע אידן האבן עס דערהערט
און מיט גרויס מסירת נפש זיך אנטקעגן געשטעלט די אלע וואס האבן זיי געשטערט
פארלאזן די קאמוניסטישע אידעען און צום אידישן פאלק זיך צוריק אומגעקערט

אפילו ביי די גויים האט מען לעצטענס אנגעפאנגען זעהן
זאכן וועלכע זענען שוין לאנגע יארן נישט געווען
אין ענגלאנד האבן זייער פיהל מענטשן גענומען זעהן מיטאמאל
גייסטער, רוחות, פון מענטשן וועלכע האבן געלעבט אמאל
מען זעהט זייער צורה מען הערט זייער קול
אין לאנדאן איז פארהאן, א רעסטוראן
וואס אין די מודעות גיט זי צו וויסן קלאר
אז אין רעסטוראן דרייען זיך ארום גייסטער פון מענטשן וועלכע האבן געלעבט צוריק מיט צוויי הונדערט יאהר
און מענטשן קומען עסן פון אומעטום
מען זעהט קלאר ווי צווישן די טישען פליהט עפעס ארום
מען הערט פלוצלינג אין אויער א ברום
אדער מען פילט ווי עמיצער פון אונטן לייגט ארויף אויפן פלייצע א האנט
און מען דרייט זיך אויס קיינער איז נישטא מען זיצט ביים וואנט
און פיהל מענטשן דערציילען אויך, אז זיי האבן געזעהן זילבערנע מענטשן ניין פיס הויך
מיט א שווארצן פיר-קאנטיגן פנים, אן איברים אן סימנים
און די וואס וואוינען ביים אטלאנטישן ים אויפן ברעג
הערן לעצטענס גרויסע אויפרייסונגען פון ים וואס ווארפט א פחד א שרעק
און נישט די ארמיי נישט די פאליס, ווייסן וואס דאס איז
און די רוסישע וויסנשאפטלער האבן גענומען פלוצלינג הערן
וואונדערליכע קלוגע ראדיא סיגנאלן ערגעץ ווייט פון צווישן די שטערן
און וואס איז מיט די וואונדערליכע מאשינעס וועלכע פליען אין די הימלען ארום, אין אלע לענדער אומעטום
מאשינען וועלכע זענען הונדערט מאהל קלוגער און שטארקער ווי די וואס מיר פארמאגן
און טויזנטער מענטשן, פאליציי, וויסנשאפטס לייט, פאליטיקער, פילאזאפן, זאגן
מיר האבן עס אליין געזעהן מען ווייסט נישט וואס דאס איז, זיי קומען ערגעץ פון א ווייטן שטערן געוויס
זיי זענען הונדערטער מאהל קלוגער פון די מענטשן פון דער ערד
זיי קומען אויסקוקען וואס מיר זענען ווערד
און אין א שיינעם פרימארגן וועלן זיי פארכאפן אונזער ערד
די רוסישע צייטונג איזוועסטיע שרייבט וועגן דעם
דער ניו-יארקער טיימס און ניוס שרייבן גרויסע ארטיקלען וועגן דעם
און גיבן צו מיט פארדרוס, ליידער ווייסט קיינער נישט וואס דאס איז
עס מוז זיין א געטליכע זאך געוויס
פרעזידענט קארטער האט עס אליין געזעהן, ווען ער איז נאך קיין פרעזידענט נישט געווען
היינט באקומט ער הונדערטער בריוו אין ווייסן הויז
און מענטשן וועלכע האבן עס געזעהן פאדערן דורכאויס
מען זאל אויספארשן וואס דאס איז
און אין געהיים איז שוין דא א קאמיטע וואס פארשט שוין געוויס

אבער קיינער וועט נישט וויסן וואס דאס איז, ווייל די זאכן באוויזן זיך געוויס
נאר, צו וויזן די מענטשן אז עס זענען דא נאך כוחות אויסער די קולטור, מיט דער נאטור
וועלכע זענען פיהל שטארקער פון מענטשן מיט זיינע הענט
אין איין פונק פון זיי קען ווערן די גאנצע וועלט פארברענט
אין די אלע געשעהענישען דערציילען אונז דערפון, אז מען איז שוין ארויס פון שער הנו"ן
און עס איז געקומען די צייט אז אלע איינוואוינער פון דער ערד
זאלן דערזעהן אז זייערע אלע ערפינדונגען זענען גארנישט ווערט
און די וועלט איין בעל הבית זי האט, און דאס איז דער גרויסער אלמעכטיגער גאט
און די אלע וואונדערליכע זאכן וואס קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז
דאס זענען שלוחים אויספארשונג עקספעדיציעס פון די עשרת השבטים געוויס
וואס האבן שוין געקריגן רשות ארויס פון זייער לאנד
גיין אויסלייזען די וועלט פון מענטשנס כח און זיין שטארקע האנט

און דער יאהר ה'תשל"ח איז בגימטריא "הסתו עבר" דער הערבסט איז פאראיבער
זאגט דער תיקוני זוהר אז דער פשט פון הסתו עבר איז אז ס'וועט בטל ווערן די הערשאפט פון די פעלקער
דער צווייטער העלפט פון פסוק איז הגשם חלף הלך לו
זאגט דער תיקוני זוהר דער פשט פון דעם איז אזוי
עס וועט בטל ווערן די הערשאפט פון ערב רב, אזוי האט דער תיקוני זוהר שוין מיט הונדערטער יאהרען צוריק געוואוסט גענוי
אז איידער משיח וועט קומען וועט ביי אידען זיין א הערשאפט פון ערב רב
אויך איז דער יאהר תשל"ח בגימטריא "מלך אוהב צדקה ומשפט"
זאגט אויף דעם דער סידור פון אריז"ל אז דאס איז דער שם, וואס איז ממונה אויף דעם
צו מבער זיין אלע כוחות הטומאה
און דערפאר קומט די תפילה פאר די תפילה אויף די מינים, ולמלשינים

און דער הייליגער בעל שם טוב האט געזאגט אליין, אז ווען משיח וועט קומען ווען ניט זיין קיין רציחות מיין
דער לעבן ביי אידן וועט רוהיג זיין, און פיין
און אין איינע פון די טעג, וועט קומען משיח און הייסן זיך גרייטן אין וועג
מען וועט באלד ווערן גרייט, און גיין קיין ציון מיט געזאנג און קיין ירושלים מיט פרייד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:32 am

ניגון ז'
והביאנו



והביאנו לציון עירך ברינה
ולירושלים בית מקדשך בשמחת עולם
ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות


ווער קלאפט עס אין די שויבן, צוויי שיינע ווייסע טויבן
זיי קומען ערשט פון אויבן, און גוטע נייעס מען האט
אוועק די שלעכטע יאהרען, עס איז אראפ דער צארן
משיח קומט צו פארן, ער איז אונטערן שטאט

דער שיסטער מיט זיין שיכל, דער בעקער מיט זיין קיכל
וועט רוהיג זיצן ווען דאס וועט געשעהן
דער טרעגער מיט זיין זעקל, דער סטאליער מיט זיין העקל
דער סוחר האנדלען ווי גארנישט געווען

אוי אוי אוי אוי אוי
עפעס נעמט מען הערן, מען קען עס נישט ערקלערן
און פארציטערט ווערן, אלע מיטאמאל
א קול שרייט אן א אויפהער, מענדעלע דער סופר
זאגט דאס איז א שופר, ער דערקענט דעם קול

ובא לציון גואל, יעדער ווערט נתפעל
דער רבי הייסט זיך גרייטן באלד אין וועג
אבער זיך נישט יאגן, פון וואס מען טוט פארמאגען
וואס איז נוטיג איינפאקן אין פעק

2

די ערשטע זאך אצינדער, וואס מען דארף געשווינדער
צונויפקלייבן די קינדער, אלע ביי דער טיר
און מען פאקט כסדר, אביסל וועש מיט קליידער
אויך נעמט מיט איעדער, אביסעלע געשיר

דער טאטע פאקט דעם טלית, די מאמע פאקט די חלות
די קינדער אלעס, שפילצייג מיטן בער
עס טוט אביסל רעגן, אזא גרויסן פארמעגן
לאזן פאר די גויים איז דאך שווער

אוי אוי אוי אוי אוי
דער רבי גייט אנטקעגן, ער טראגט מיט זיך זיין שטעקן
און זיין גאנץ פארמעגן, דעם טלית זעקל נאר
עס ליגט דארטן די תפילין, א סידור מיט א תהלים
א חומש שולחן ערוך דאס איז אלעס גאר

ובא לציון גואל, קיין ארץ ישראל
מיט משיח'ן וועלן מיר גיין
און די לאנד באפרייען, און דעם בונד באנייען
און דער לעבן וועט זיין פיין און שיין


3
מען וועט נישט זעהן מער קיינעם, פון די פרעמדע שכנים
געוואוינט מיט זיי אינאיינעם, א טיר אנטקעגן טיר
מען גייט זיך אויף די וועגן, איינער קומט אנטקעגן
מען טוט זיך מער נישט שרעקן, ביי א יעדן ריר

מען וואוינט צווישן אידן, מיט שיינע פיינע זיטן
יעדער איינער שמייכלט אזוי שיין
עס איז נישטא קיין קנאה, עס איז נישטא קיין שנאה
יעדער האט אלץ וואס ער וויל אליין

אוי אוי אוי אוי אוי
יעדערער וועט וואוינען, וואו עס וועט איהם לוינען
מען וועט ממש שטוינען, פון הערליכן געצעלט
אינמיטן א וויין גארטן, מיט בלומען אלע סארטן
און פירות וואקסן דארטן, פון דער גאנצער וועלט

טעפיכער די בעסטע, הענגלייכטער די גרעסטע
און די שענסטע קליידער אין דעם שאנק
עס קוקט אויף דעם נישט קיינער, ווייל א יעדער איינער
האט זיך גאר אן אנדערן פארלאנג

אוי אוי, מען זוכט אן אנדער סחורה, נאנט זיין צום בורא
און לערנען זיין תורה, און וויסן און פארשטיין
די מצוות פון דער תורה, אפהיטן מיט מורא
און ליב האבן דעם בורא, און קענען איהם פארשטיין

די הייליגע געפיהלען, צום טלית מיט די תפילין
מען טוט זיך מיט זיי שפילען, ווי מיט א בריליאנט
די שבת ליכט זיי גלאנצן, פארגעסט מען זיך אינגאנצן
מען זינגט און מען גייט טאנצן, כסדר דורכאנאנד

ובא לציון גואל, קיין ארץ ישראל
מיט משיח'ן וועלן מיר גיין
און די לאנד באפרייען, און דעם בונד באנייען
מען וועט לעבן גליקליך רוהיג שיין

והביאנו לציון עירך ברינה
ולירושלים בית מקדשך בשמחת עולם
ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות




און מען דארף מתפלל זיין אויף דעם קליין און גרויס
מיר זאלן וואס שנעלער פון היינטיגן גלות ארויס
ווייל היינטיגער גלות איז פיהל ערגער פון די גלות'ן וואס זענען פריער געווען
אין אלע פריערדיגע גלות'ן האט דער איד דעם גוי אפילו נישט געזעהן
ער איז געזעצן אין א געטא ארומגערינגלט מיט דיקע הויכע ווענט
און האט די גויים פון יענעם זייט אפילו נישט געקענט
היינט האט די השכלה די וויסנשאפט צובראכן די הויכע וואנט
דער איד מיטן גוי זיצן אין שכינות האנט ביי האנט
און מוזן זיך אפעלרנען זיינע מעשים זיינע זיטן, און דערפאר זענען מיליאנען אידן
אראפ פון ריכטיגן וועג, חתונה געהאט מיט גויים און פון אידישן פאלק אוועק
און די אלע נידערטרעכטיגע שרעקליכע מעשים וועלכע ווערן אפגעטוהן אין דער צובראכענע געפאלענע וועלט
גנב'ענען זיך אריין אויך אין ערליכן אידישן געצעלט
און פון יעדע ידיעה וואס מיר ליינען וועגן מארדן אנפאלן און שרעק
ווערט ביי אונזער נשמה א פלעק
און עס איז נישטא קיין אנדערע עצה נאר מיט געפיהל און געוויין
בעטן ביים באשעפער משיח זאל וואס שנעלער קומען צו גיין

און אפילו ער וועט קומען צו גיין זאגט דער הייליגער אור החמה
אז פיהל אידן וועלן נישט וועלן איבעלאזן זייערע פארמעגן און זייער געלט
וועלן זיי קענען בלייבן ווייל ארץ ישראל וועט זיך צושפרייטן איבער די גאנצע וועלט
דארף מען מתפלל זיין בעטן דעם באשעפער אליין, מיר זאלן יא זוכה זיין, מיט משיח'ן גיין
און די ערשטע זאך דארף מען זעהן אונזערע מעשים זאלן ווערן שיין
מען דארף אויסגלייכן מיטן באשעפער אלע אלטע חשבונות
און בעטן איהם ער זאל מוחל זיין די עוונות
און מוחל זיין וואס מיר האבן געדינט עבודה זרה בטהרה
אזויווי אידן האבן אמאל געדינט אין מצרים צו פרעה
ווייל דער ערב רב וועלכער איז מיט די אידן פון מצרים ארויס, געפינט זיך צווישן די אידן דורכאויס
און זיי רעדן עס אן ער זאל גלויבן ניט אין באשעפער אליין, נאר אויך אין א מענטש פון פלייש און ביין
זיי לערנען אויס דעם אידן, אז דער פאליטישער פירער אדער עסקן קען מאכן גליקליך און צופרידן
אז דער בעל הבית אין דער ארבעט איז דער וועלכער טוט פרנסה געבן
און אז א דאקטאר איז דער וואס רעטעט דעם לעבן
דאס נעמט פון אידן די אמת'ע אמונה אוועק, ווייל די אלע זענען מער נישט ווי שלוחים אין וועג
ווי דער פאסט טרעגער וועלכער גיט איבער א פעקל און גייט אוועק
און מיר גיבן דעם פאסט טרעגער א פרעג האסט פאר מיר עפעס וואס
און אויב ער זאגט יא קומט עס פון גרויסן בעל הבית
און דער וואס יראת שמים רירט איהם אן
זאל זעהן אנטלויפן פון פאליטיק און ניט פארנעמען זיך מיט דעם
גיט אין שומר אמונים א בליק, וועט איהר זעהן אז דער גרעסטער שונא פון אמונה איז פאליטיק
און דאס איז בגימטריא "עמלק"
דאס לערנט דאך אז יעדע געשעהעניש אין יעדן לאנד, ליגט ביי די פאליטישע פירער אין האנט
און זיי קענען מאכן גוט אדער שלעכט לויט זייערע מעשים לויט זייער פארשטאנד
און דאס איז דאך די אמונה אין כוחי ועוצם ידי אין כח פון מענטשליכן האנט
ווייל די וואס זענען פארבונדען מיט די וועלט און דארפן וויסן וואס דארט גייט אן
זיי זאלן וויסן פון וואס זיך היטן און וואס צו טוהן
דארפן זעהן וואס דער הייליגער אור החיים זאגט און נעמען עס אין קאפ
אז די פעלקער די גויים לא מעלים ולא מורידים זיי גיבן גארנישט צו און נעמען גארנישט אראפ
זיי זענען ווי די פיגורען אין שפיל פון שאך-מאט, ס'איז דא א קעניג א אפיציר א פערד און א סאלדאט
אמאל קריכט ארויף דער סאלדאט אויבן אן, און דער קעניג קען גארנישט טוהן
אמאל שפרינגט דער פערד אריין אינמיטן וועג, און דער אפיציר פאלט אוועק
און ווען די שפיל ענדיגט זיך עס קומט צום עק
זעהט מען אז דער קעניג מיטן פערד, האבן די זעלבע ווערד
און סיי דער סאלדאט און סיי דער אפיציר, זענען שטיקלאך האלץ נישט מער

חסידים האבן אמאל דעם הייליגן ריזשינ'עם דערציילט דערפון
אז די וועלט וויסנשאפטס לייט זאגן אז די ערד דרייט זיך ארום'ן זון
און אין די תורה שטייט דאך פארקערט, אז די זון איז משמש דער ערד
האט דער הייליגער ריזשינ'ער גע-ענטפערט זיי
דאס ליגט ביי די צדיקים אין די הענט וויאזוי זיי ווילן אזוי דרייען זיי
דאס דארף פאר אונז זיין קלאר, אז אלע געשעהענישען פון דער וועלט ליגט אין האנט פון צדיק הדור
און דאס איז דער רצון השם, מען זאל גלויבן אין צדיק פונקט ווי אין איהם
אלע טאג זאגן מיר אזוי, ויאמינו בה' ובמשה עבדו
פיין און געשמאק איז צו וויסן פון דעם, אז וואו מען גייט גייט מיט השם
און וואו מען טוט גיין אדער שטיין, קען מען רעדן מיט איהם אליין
און ער הערט אויס יעדן איינעם און טוט איהם פארשטיין
ווייל נאר ביי איהם דארף מען טוהן בעטן מיט געפיהל און געוויין
אויף אלץ וואס אייך פעלט און דער עיקר משיח זאל וואס שנעלער קומען צו גיין
מיר זאלן פון דעם גלות ארויס, און גיין קיין ירושלים מקריב זיין קרבנות אין הייליגן הויז

ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:33 am

תם ונשלם העתקת טעיפ יציאת מצרים חלק ב'.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג פאברואר 03, 2009 1:03 pm

א ריזן ריזן יישר כח, איצט אויב וואלט איך געקענט בעטן א טובה'לע, מיין שטוב בעט מיר אז איך זאל איר עס ארויסדריקן אויף פאפיר, אבער עס איז מיר א שטיקל עבודה צו קאפיען קיין ווארד, סאו אויב האסטו עס אין א ווארד פארמאט (איך לגויב אז דו האסט עס נישט געשריבן דאהי) אפשר קאנסטו עס ארויפשמירן אהערן אז מען זאל עס קענען אראפלאדענען, און אויב איז דיר עס שווער צוליבן חשש אז מען וועט עס פארשפרייטן אנע קרעדיט, דאן ביטע שיק מיר עס אין אישית.

יישר כח למפרע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 03, 2009 5:27 pm

א גרויסן דאנק הרב בן הרחמן, לדעתי איז דער ערשטער ניגון אויף די קאסעטע נעמליך "דער גרויסער באשעפער" איינס פון די געלוגענסטע און טיעפסטע ניגונים און אמונה פון ר יו"ט ז"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 03, 2009 7:35 pm

א הערצליכן דאנק, כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני האב איך דאס אפגעליינט מיט דורשט.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך פאברואר 04, 2009 3:07 pm

בן הרחמן; ווי איך האב דיר שוין געשריבן פריוואט, האב איך זייער שטארק הנאה פון דיין ארבעט. כה לחי.

דאס האט איך צוזאם-גענומען פון קרעטשמע.
1. א טרער אויפן קבר
2. ניגוני יו"ט ערליך
3. יאסל ראזענבלאט'ס יארצייט
4. אידיש נחת #6 אמונה
5. אידיש נחת #13 מדות
6. טעיפ תשובה
7. יציאת מצרים חלק א

און יעצט דאס פרישע, יציאת מצרים חלק ב'


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט