א חסד, ביטע..

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

א חסד, ביטע..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

איך זוך זייער וויכטיג דעם ניגון "פייער'ל" פון יונתן שווארץ, אויב איינער קען מיר ממציא זיין א קליפ אדער א לינק צו דעם ניגון וואלט איך עס זייער דאנקבאר געווען.


יישר כחכם למפרע

הק' דג מלא
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך האב עס אויף סידי, אבער יונתן איז להשמיד צו מאכן קאפיס פון זיינע ניגונים, אויב ער גיבט רשות קען איך עס דיר געבן נאו פראבלעם
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

ער האט דער מעל געשריבן א גאצע לאנגע דרשה אז ער פארדינגט נאר דעם סידי ווייל ווען מען פארקויפט קען מען קאפיען ווייל אויב מען טאר אויך נישט פארוואס האט ער דערמאל משנה געווען קימט אויס אז די פרידגע מעג מען יא ווייל ער האט נישט געשריבן אז ער פארדינגט עס נאר ער האט עס פארקויפט מעג מען טיהן וואס מען וויל
געט מיר איינער א הסכמה?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האלט אז נישט, ער האט נאר דאס מאל אזוי דאס ארויס געשריבן, מגלה צו זיין וואס ער האט געמיינט אלעמאל, נאר מ'האט אריין געלערענט פשט'לעך.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

ווער האט געמיינט אז ער פארדיגט עס נאר, פאר מען האט געהערט בכלל דעם געדאנק, לאמער הערן אפשר אייך אדער איינער אנדערשט לאמער הערן ?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איר כאפט נישט, ער האט געזען אז מענטשן זוכן אלע דריידלעך וויזוי דאס צו קאפיען, און מיט אלע נישט גוטע געפילן וואס ס'קומט מיט דערמיט, אז אפשר דאך איזעס גניבה, האט מען דאך דאס געטון, איזער אויפגעקומען מיט די איידיע פון פארדינגען, אבער דאס מיינט נישט אז פאר דעם, האטער מסכים געווען צו דאס וואס מ'טוט.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אלע רבנים האלטן אז מ'טאר דאס נישט טון נאר עס איז זייער א גרויסע ווען מ'קען שוין היינט אלעס באקומען פאר אומזיסט דען פארוואסזשע צאלן טייער געלט?
non-stop

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך non-stop »

אפשר איינס מעג מען יא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שמן זית האט געשריבן:אלע רבנים האלטן אז מ'טאר דאס נישט טון


וואס? וועלכן רב האסטו געפרעגט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

וואס פארשטייט איר נישט?! אזוי נארמאל!

ער האט קיינמאל נישט געלאזט קאפיען, אבער הלכה'דיג האט ער נישט די ריכטיגע קראפט אפצוהאלטן מענטשן נאכן פארקויפן. ער האט נאר פראבירט זיין מזל.

אבער אז מ'האט דעם קאפ-קעיק אויף די פלייצע. איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק. ער וועט עס נאר פארדינגען, ממילא בלייבט ער בהב"ת, איז עס הלכה'דיג אסור איבערצומאכן.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אבער דער ניגון פייער'ל איז נאכגעווען פאר דעם !!!
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

סאכדעס האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:אלע רבנים האלטן אז מ'טאר דאס נישט טון


וואס? וועלכן רב האסטו געפרעגט?



סאכדעס, איך בין מיט דיר. איך האב גאר לעצטענס געהערט פון א גרויסן פוסק אז מ'קען עס נישט אזוי גרינג אסר'ן. (איך רעדט פון קאפירן פערזענליך פאר זיך) ווען זיי שרייבן אז ס'איז אסור איז עס נאכנישט אסור.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

איך זיך דאס ניגון "שבת הייליגער שבת" פון ר' יודל ווערצבערגער עס איז אויף זיין טעיפ מעין עולם הבא, איך דארף נאר די ווערטער, עס קומט מיט מיטן טעיפ א צעטעלע אפגעשריבן דאס ניגון, אויב איינער וואלט דאס געקענט ארויפלייגען וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין.
ישר כח.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

פארדינגן איז יא אסור? וואס פארא תוקף האט דעס אז ווען מען פארדינגט און דער פארדינגער האט נישט קיין אנוג ווער ער האט פארדינגן עס ברויך א הסבר
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

חוקר.

וואס איז אזוי אומפארשטענדליך?

זאג נאר.
אויב דו דינגסט א קאר ביי א יודישע רענטל קאמפעני, דו שרייבסט אינטער א רענטל אגרימענט. אבער לסוף מאכט זיך אז דער בהב"ת פון די רענטל קאמפעני האט פערצופאל נישט קיין רעקארד אז די האסט עס געדינגען. מעגסטו עובר זיין אויף דו אגרימענט?! איז עס נישט קיין גניבה?!

[ווי למשל אויב ער לאזט נישט ספידן העכער 90 MPH אין דו פארסט יא העכער דעם ספיד פאר דוקא. איז עס נישט קיין גניבה?!

בלויז ווייל ביים היימישן עלעקטעראניק געשעפט פארלאנגט מען נישט קיין אינטערשריפט. מעיג מען שוין עובר זיין אויף די אגרימענט?! (פון יונתן שווארץ)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווי אויבנדערמאנט, - און ווי אזוי נארמאל מיט צייטליך האבן מסכים געווען לדבריי - ווען איינער פארקויפט א טעיפ, האט ער נישט דעם כוח מיך צו אסר'ן מאכן דערפון קאפיס, ווייל עס איז מיינס. פארשטייט זיך אז משום איסור השגת גבול, טאר 'איך' נישט פארקויפן דערפון, אדער גאר פארטיילן דערפון פאר אנדערע. הגם אויף דאס לעצטע חלק קען מען זיך נאך דינגען, אבער מיר וועלן נישט אריינגיין איצט אין די נושא.

איצט איז אזוי: לגבי דעם פארדינגען דזשאוק דארף מען ערענסט אריינקלערן, כ'מיין, יאך בין אריין אין געשעפט 'קויפן' א טעיפ, און נישט 'דינגען' א טעיפ. אלל אף דע סאדן, נאכן עפענען דעם טעיפ, ווער איך געוואויר: "הא הא, דו מיינסט האסט געקויפט דא עפעס, נאופס, עס איז מיינס, איך האב דיר עס פארדינגען" אזוי??!!

פארוואס האט דאס דער סטאר קיפער מיר נישט פארציילט אז איך טו דא ביזנעס מיט יונתן שווארץ? און אויב וויל איך עס נישט, נעמט ער צוריק דעם טעיפ? און אויב ער בעט עס צוריק נאך דרייסיג טאג דארף איך עס צוריקגעבן? און וואס הערט זיך מיט מתה מחמת מלאכה, איז ער מחויב מיר צוצושטעלן א נייע טעיפ? אין איין ווארט: עס איז א מקח טעות.

כ'פסק'ע נישט גארנישט, אבער איך וואלט פארט געקענט באשטיין צו הערן עפעס אן הלכה'דיגן הסבר אויף די גאנצע דזשאוק דא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

סאכדעס, גאר גאר שיין צולייגט.

ווי איך האב שוין אויבן געשריבן, א גרויסער פוסק האט מיר געזאגט אז עס איז בכלל נישט אזוי גלאטיג ווי די טעיפ ארויסגעבער לייגן עס אראפ.

לויט ר' יונתן שווארץ -מיטן פולסטן ריספעקט צו אום און זיינע אלבום'ס - אויף א אינטערוויו מיט "קול מבשר" זאגט ער אז אויב א איד קויפט א סידי צו הערן אינדערהיים, דערנאך מאכט ער אפ אז ער וויל עס הערן אויך אין קאר, אבער די בני בית ברויך עס אינדערהיים, האט ער נישט קיין רשות צו מאכן א קאפי, ער מיז קויפן צוויי. און דאס וויל ער אריינלייגן אין 'איסור השגת גבול'.

דאס הייסט אז ווען איך האב א ספר און איך וועל לערנען א שטיקל אויפן באס, איך האב אבער נישט קיין נערווען צו שלעפן דעם גאנצן ספר מיט מיר, טאר איך - לויט אום - נישט מאכן א קאפי פון יענע פאר בלעטער פאר מיר, וויבאלד דער ארויסגעבער האט קלאר ארויסגעשריבן 'איסור השגת גבול'.

און ווי סאכדעס האט שוין ארויסגעברענגט, דאס גאנצע "שכירות", די גאנצע שפיל מיט "פארדינגען" איז א געפאָפּטע מעשה. ער שרייבט עס אין פיצי אותיות און זאגט דאס נישט פאר קיינעם. ווען איינער גייט אריין אין געשעפט "קויפט" ער א טעיפ, ער דינגט נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

טאקע פון דעם ווייל ער שרייבט אז ער פארדינגט דעם טעיפ איז משמע אז סתם אזוי האט ער נישט קיין תוקף צו אסר'ן יענעם,
יעצט לגבי איבערלייגן א סי די אויף א מפ3 פארמאט איז קלאר אז אפי' ווען איך גנב'ע ארויס א טעיפ פון איינעם און איך בין עס משנה ווערט אין דעם א שינוי, וואס לויט טייל פוסקים נאך א שינוי איז מען נישט עובר אויף גניבה, כ"ש אזא שוואכע איסור ווי קאפיען א סי די, און דערנאך אליינ'ס טוישן אויף א מפ3 פארמאט, אזי דעם מעגליך ס'זאל האבן אזא שטארקן איסור?

ר' יונתן באשולדיגט זייער דעם עולם מיטן מאכן קאפיס און צוגרינד לייגן די ביזנעס פון טיעפ און סי די'ס, ער איז 100 פראצענט גערעכט, מיין מיינונג איז אז ווען א היימישע איד גיבט ארויס א טעיפ דארף מען דאס קויפן אים צו שטיצן, און מחזק זיין, און אוודאי ווען מ'האט הנאה דערפון.

ער בלוטיגט נאר וועגן די איי פאד'ס אז מ'פילט אן איי פאד'ס פון טוינזטער ניגונים און ער גיבט נישט קיין רשות אויף זיינע ניגונים, דא ווייס איך נישט וויפיל תוקף ער האט,
אבער ישראל עם קדושים, דער עולם זיכט עפעס צו גנב'ענן, אדרבה יודן וויל האבן אלעס כשר וישר, ס'איז נאר נישטא קיין מעגליכקייט דאס צו האבן אויפן כשר'ן וועג, לאמיר זאגן איינער האט א איי פאד און וויל דאס אנפילן מיט אלע מיני טעיפ'ס און ניגונים, איז דא א מעגליכקייט ער זאל דאס קענען האבן אויף א גראד'ן וועג און א נארמאלע פרייז?, ניין, ער מוז גיין צו א דריי קאפ זאל אים אנפילן זיין איי פאד, אפשר ווען ס'וואלט געוועהן א אפציע אנצופילן איי פאד'ס כשר'עהייט וואלט עס מענטשן געטון.

והא ראי' די תורה טעיפ קאמפאני'ס ווי קרן שמואל ישעי' האט א עמטליכע ביזנעס פון אנפילן איי פאדס מיט תורה אינהאלט פאר א נארמאלע פרייז און זייער אסאך מענטשן פילן אן כשר'עהייט זייער איי פאד,
אנשטאט לחיים אדער די אנדערע זאלן האבן טענות, זאלן זיי עפענען א קאמפאני וואס פילט אן אייפאדס, און בעטן לאמיר זאגן 30 צענט א ניגון, פארשטייט זיך אז זיי וועלן נאר סערווירן די טעיפ'ס און סי די'ס וואס איז שוין אלט איבער א יאר, ווייל אז נישט וועט מען דאך נישט קויפן די נייע סי די'ס והכל על מכונו יבא בשלום,
מ'קען נאך מאכן דא א ביזנעס,
ווער וויל איינגיין?????
איך דארף קאמישאן פאר די גוטע עצה...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

א איד דארף זיין א מענטש אבער קיינער צווינגט עם נישט צו זיין א מענטש און אין הכי נמי אז מען דארף נישט מאכן קיין קאפי אבער א איסר איז שווער
יעצט איז מען פארקראכן איינער דארף איין ניגון פארוואס דארף ער קויפן א גאנצע טעפ
יעצט לכבוד הדג המלא איוב איר ווילט ריפט אן ר' יונתן און בעט עם ער זאל דיר לאזן נעמען איין ניגון אז ער וועט לאזן פארבינד זיך צו אינז פריוואט און אינז וועלן אייך שיקן דעם קליפ
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

סוף כל סוף וואס איז מיט די ניגון, קען איינער טון דעם חסד פאר געפילטע פיש'ן?
לעצט פארראכטן דורך שראליק אום דאנערשטאג פעברואר 12, 2009 11:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נישט מאשקע, נאר געפילטע פיש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אזוי זאגט ער !!!
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'גיי נישט נעמען קיין שטעלונג (אין דעם תגובה) וועגן מאכן קאפי'ס פון טעיפ'ס, סידי'ס, נאר כ'גיי פארציילן א מעשה וואס האצעך אפגעשפילט אין א סטאר וואס מאכט קאפי'ס פון טעיפ'ס.

איינער האט אריינגעברענגט א טעיפ, ס'איז געווען א אריגינעלער טעיפ וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען, און ער פרעגט צו ע"פ הלכה מעג ער מאכן א קאפי, דער סטאר אייגענטומער ענטפערט עם, "דער דיין האט מיר געזאגט אז אויב גיי איך פסק'ענען שאלות, גייטער אנהייבן צו פארקויפן טעיפ'ס".....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וויכי, זאג פאר יענעם'ס דיין אז כהאב געלאכט
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

מען האט אבער נאכנישט גענפערט פריער וועלכע רב אדער דיין זאגט אזוי?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”