רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:37 am

איך בין געווען פאר צוויי וואכן אויף א חתונה, נו גאט צו דאנקען א אידישע חתונה, איז דאך אוודאי פרייליך געווען דארט. עס זענען אבער געווען דארט אויך געסט פון אויסלאנד, אדער ריכטיגער "פון לאנד" (מיר זענען דאך אין חוץ-לארץ, און די יעניגע זענען פונעם לאנד..) אן ארץ-ישראלדיגער איד. איז ער געווען ביי דער חתונה און עס איז קענטיג געווען אויף אים אינמיטן דער חתונה אז ער איז צורוישט. ער איז דאן צו מיר צוגעטראטן און זיך אויסגערעדט דאס הארץ וואס אים דאכט אז נישט בלויז וואס ער געפינט זיך יעצט אין אויסלאנד, נאר דאס איז טאקע פאקטיש "אויס-לאנד", שוין קיין לאנד מער! וואס הייסט דאס? ער קוקט מיר אין די אויגן און מאכט: "וואס איז דאס? דו ווייסט עס גייט מיר גארנישט אריין אין קאפ, איך פארנעם עס נישט", עס איז ביי אים געווען נישט נאר אויס-לאנד נאר גיכער "אויס-וועלט".

איך פרעג אים דאן "זאגט מיר טייערער וואס האט דאס אייך פאסירט"? ער צייגט מיר אויף דער מוזיק אינגאנצן צושוידערט, איך קוק אהין און ווייס נישט גענוי וואס אזוינס וויל ער מיר צייגן. ביי דער מוזיק איז געזעסן א מוזיקאנט און נעבן אים איז געשטאנען א יונגער גיטאריסט, און טאקע מיט אן עלעקטראנישן גיטאר און די מוזיק האט זיך געלאזט לויפן אין א פרייען וועג אן אפהאלט. און דער עולם? איר גלייבט אוודאי אז דער עולם האט געטאנצט, אַיאָ? נאר וואס דען, נישט טאנצן ביי א יידישע חתונה? דאס גייט נישט. אבער דער איד פון ארץ-ישראל האט זיך געריסן די האר פון קאפ "וויי מיר א טאנצן, א בראך מיין באבע אז דאס הייסט געטאנצט". איך קוק מיך ווידער אום אויפן עולם און איך זעה אז עס דרייט זיך, איינער טאנצט אינמיטן גענוי ווי א וואנזיניגער, און איך בין נישט מגזים. ער האט זיך ווארשיינליך געלערנט עפעס א געוויסן טאנץ, אבער עס האט נישט דעם היימליכן טעם, וואס זאל איך אייך זאגן? עס האט זיך ריכטיג געקענט דאכטן דאס מיר זענען אריינגעפאלן אין א באר. און איך זאג באר און חלילה נישט קרעטשמע, ווייל ביי אונז אין שטעטל אוואו די קרעטשמע איז געשטאנען האבן אזעלכע קלאנגען פון דארט זיך נישט ארויסגעהערט קיינמאל. אמאל האט מען געהערט א שיינעם ראמענישן דוינאַ, אמאל א שיינעם ציגאנערישן טאנץ, איך וויל נישט זינדיגן מיטן זיך פאררעדן, אבער איך וואלט געזאגט אז מען וואלט געקענט יענע אלטע קרעטשמע-לידער נעמען צום דאווענען. יא, זייער שיינע לידלעך געווען.

האט עס מיך טאקע אויפגעטרייסלט. צו איז דאס מעגליך דאס די שטעטלשע גויים זענען חלילה בעסער אדער איידלער פון די היינטיגע אידן. חלילה, אזעלכע ווערטער זאלן פון מיין מויל נישט ארויסקומען. אבער דאס איז דאך זיכער אז די גוי'שע קאמפאזיטארן אין יענע ערטער זענען איידלער פון אונזערע היימישע קאמפאזיטארן און זינגער. וויי, איך רייס מיר טאקע אויך די האר פון קאפ און איך זאג יענעם אידן "איר זייט גערעכט מיין טייערער, נאר זאגט מיר, איז אין ארץ-ישראל בעסער?" יענער האט דערויף געטענה'ט אז ער איז גאר שטארק שאקירט פון אָטאָ דער מוזיק, און ער האט גאר אין זיין לעבן אזא שטייגער מוזיק נישט געהערט.

האב איך דאן געוואלט הערן פון וואס א לידער איז די רעדע. נו, וואס מיינט איר? עס איז טאקע געווען אלעס היימישע לידער פון ליפא. איך וואלט אים גיכער געשטעלט אין א נאכט-קלוב ווי צעהיצטע יונגען קומען דורכטרייבן זייער נאכט אין אומעטיגן הולטיי. נו, וואס טוט מען אז עס טוט וויי? האב איך מיך געלערנט ביי מאשקע, מען שרייט "רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט מיט מיט מיר"! וועם עס קימערט נישט איז דאך גוט (?), אבער וועם עס שטערט יא איז געלאדן דא זיך אויסצעוויינען אינאיינעם, און אויסדרוקן אונזער טיפן ווייטאג וואס די אמאליגע מוזיק ווערט אינגאנצן פארשלעפט, און מען האט אויפגעהויבן די ניגערישע מוזיק פון דער ערד און זיך דערמיט באצירט. יא, עס טוט וויי ביז צו די טיפענישן פון דער נשמה וואס מיר, דאס פאלק פון קעניג, דאס פאלק פון אדעל-לייט, די קרוינפרינצן פון גאט, מיר האבן זיך אזוי געלאזט פאלן, אזוי שטארק, ביז מיר געפונען גאר דעם טעם אין שחורשער מוזיק, נוסח הארלעם.

אלזא רבותי, וועם עס טוט וויי קען נעמען און שרייען דא...

(עס האט זיך אנגעהויבן אזא שמועס אין א דערנעבנדיגן אשכול ווי עס איז געשמועסט געווארן וועגן א נייעם CD פון שמעלצער. איך זעה אבער נישט פאר ריכטיג צו שטערן אנדערע אין זייער שמועס ווען זיי ווילן דווקא אויסלויבן דארט דאס נייע קאמפאקטל. איך וואלט דעריבער געהאלטן אלס גלייכער זיי אפצוטיילן און דא עקסטער פארפירן א שמועס דערוועגן.)

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:39 am

איך וועל דא אריבערפירן די רעאקציעס וואס איז דארט ערשינען וועגן דעם ענין:

דורך וואלוועלע
אזוי ווי מען טאר און דאהי און די קרעטשמע קיין לשה"ר רעדן, רעד איך נישט, יא איך שווייג ווייל איך האב נישט קיין ברירה, ווייל סתם אזוי שרייבן און דערנאך זאל זיך די מנהל קומען און אלעס ארפנעמען און עס וועט אויסקומען אז איך האב געקלאפט מיט מיינע פינגער'ס אומזינסט, וויל איך נישט און זייטס מיר און האטס מיר, און עטס רעדסט ווייטער פון ליפא שמעלצער


דורך ביזנעסקאפ
וועלוועלע איך בין מיט דיר 'אלל דע וועי'!


דורך יידישיסט
מיר גיט אויך א טיפן ציפ אין הארץ ווען מען דערמאנט דעם נאמען. וואס זאל מען טון? מיר זעהען פאר די אויגן ווי דער דור גייט צוגרינד אדאנק אים. נעמט עס נישט אן אלס מחאה, נאר יעדן איד דארף עס ווי נישט ווי נאגן ביים הארץ. מען דארף נישט זיין הייליג צו פילן אז דאס איז אין גענצליכן קאנטראסט צו יידישקייט. אפילו אין רוסלאנד אין די קאמוניסטישע צייטן איז דער סארט מוזיק געווען פארבאטן וויבאלד דאס שלעפט צו הולטיי.


דורך ביזנעסקאפ:
אגב ר' יודושיסט אז די רעדסט שוין פון דעם, איינער אהט מיר לעצטענס געזאגט אז דער ערפינדער פונ'ם 'הארע', איז געווען דראמער, ער פלעגט פויקן ביי ריזן צוזאמקומען ווי מען פלעגט אויסגיין פון התפעלות פון זיינע שטיק וואס ער פלעגט באווייזן, נאכן ערצייגן דעם הארע סטייל, האט ער געשפילט ביי א ריזיגער באַל' און דער עולם איז ארויס פון די גלייזן, מען איז געווארן הייפער, אינמיטן האט דער דראמער ארויסגעצויגען א רעוואלווער, און געהרג'ט אפאר טאנצער,

דאס אלעס איז א תוצאה פון די ווילדע געטאצעריי און זינגעריי...

וויזוי פלעגט ער נאר זאגן 'א שאד די שפייאכטס'. אגב קען איך איינעם וואס ביים טייפן רינט אים די שפייאכטס פון מויל....


דורך Bailout
וואלוועלע האט געשריבן:
אזוי ווי מען טאר און דאהי און די קרעטשמע קיין לשה"ר רעדן, רעד איך נישט, יא איך שווייג ווייל איך האב נישט קיין ברירה, ווייל סתם אזוי שרייבן און דערנאך זאל זיך די מנהל קומען און אלעס ארפנעמען און עס וועט אויסקומען אז איך האב געקלאפט מיט מיינע פינגער'ס אומזינסט, וויל איך נישט און זייטס מיר און האטס מיר, און עטס רעדסט ווייטער פון ליפא שמעלצער



וועלוול יידישיסט אין ביזנעסקאפ, יויא זענטעץ גוט..........די הערסט......... דער גרונם..... יא..... די קענסט אים?........ער אידאך אזא......... שוין כ'וויל נישט רעדן ס'איז סתם לשון הרע..........די ווייסט כ'האב אויף עם א בארג צו דערציילן............ אבער אזויווי כ'האב זיך מקבל געווען מער נישט צורעדן לשון הרע, קען איך נישט...... ממש א שאד פונקט נעכטן האב איך זיך מקבל געווען, נעכטן וואלט איך דיר ווען אזוי איבערצייגט......... שוין! אבער איך קען נישט!.....

נ.ב. דאס איז לגבי לשון הרע, לגבי ליפא'לע קען מען דן זיין אויב ס'הייסט לשון הרע.


דורך יידישיסט:
הרב בעילאוט איך גיב דיר דעם היתר, נאר קען זיין עס וואלט גלייכער געווען צו שאפן דערפאר א באזונדערן אשכול, און נישט שטערן דא דעם שמועס איבער דעם נייעם CD. אויף פארצוזעצן דעם שמועס לאמיר זיך אריבערכאפן אהער צו דעם אשכול
לעצט פאראכטן דורך יידישיסט אום דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:42 am

וואס זאל איך טון, איך בין ביי אטא דער חתונה נישט געווען און עס טוט מיר נישט וויי.

ליפא? דו דרייסט דיך דא, וואס האסטו צו קאמענטירן איבער דעם?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:52 am

הרב שוועמל נישט געפערליך, אז עס טוט נישט וויי שרייט מען טאקע נישט. עס דארף יעדער פארשטיין געגנזייטיגע אידעאלאגיעס און זיך נישט פילן געטראפן דערפון. איך וויל נישט קיינעם באליידיגן און דאס איז אוודאי נישט דער צוועק. עס איז נאר איינפאך געעפנט פאר די וואס עס ווייטיגט יא אז זיי זאלן האבן ווי דאס אויסצופויקען. פאר דעם איז דאך פארהאן א קרעטשמע, נישט אזוי?

ווי געזאגט דארף מען נישט זיין הייליג צו באמערקן דעם בראך. אפילו ביי די גויים קרעכצן פיל אויף דער מוזיק, געווענליך די וואס געדענקען דעם זיסן אמאל מיט זיינע זיסע לידער, און די נייע מוזיק שטייט אין גענצליכן קאנטראסט צו דעם. זעה נאר א פאקט אז פאלקסלידער ביי סיי וועלכן פאלק וועט נישט זיין פון דעם סטיל, און די פאלקס-לידער וועלן שטענדיג פארבלייבן די זיסטע אינעם מויל פון די מענטשן. נאסטאלגיע קען נישט גיין אויף ראק-מוזיק, נאר אויף עכטער מוזיק. יעצט, אפגעזעהן פון דיין מיינונג קענסטו אויפריכטיג צושטימען אז די באהויפטונגען זענען ריכטיג.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:31 am

ב"ה


יא גרעכט! מיר טוט אויך וויי, און ווי נאך עס טוט מיר וויי! נו? ווי קען מען ארויסלאזן די וויי געשרייען? אוואו איז די מקום מסוגל דערפאר? אה! איך האב געטראפן עפעס א ווינקעלע אין די קרעטשמע וואס איז געשטעלט אויף ארויס צו געבן ווייטאג און וויינערייען, לאמיך דארט שנעל אריין גיין און אויס שיטן מיינע ווייען איידער די הנהלה קומט און מעקט איר אויס.


וואס טוט מיר עפעס אזוי וויי וואס זאל מיר באוועגן צו קומען זיך אויסרעדן ברבים? מיר טוט וויי ווי די דורות זענען נעבעך געפאלן, און די מוחות זענען פארטושט געווארן, און די יוצרות זענען פארמישט געווארן, די שטעמפלן פון צדקות און ערליכקייט ווערן ארויף געלייגט אויף זעקלעך פון שמוץ און מיסט, ערענסטע מינע'ס ווערן ארויף געצויגן צו באהאלטן די שטריכן פון פארדארבנקייט (אנטשולדיגט מיין עקסטרעמע שפראך).


אמאליגע צייטן זענען צדיקים ערליכע אידן געווען פארנומען מיט ליב האבן. ליב האבן די באשעפער און זיינע קינדערלעך. און ווען זיי האבן נאר געזעהן עפעס א מעשה וואס האט געקענט זיין די פארגרעבסטע ענין אין די וועלט האבן זיי אבער נאר געזעהן די גוטס דערפון. זיי האבן נישט געמוזט ארבייטן אויף זיך צו זעהן די גוטס, ביי זיי איז א אידיש קינד נאר גוטס. עס קען גאר נישט זיין אנדערש.

אבער היינט זענען דא מענטשן וואס מיינען אז ווען עס איז נאר דא א טשאנס מוזן זיי ארויף שפרינגע אויף די סטעידזש און ווייזן פאר יעדעם ווי פרום און ערליך זיי זענען און ווי עס בלוטיגט זיי דאס הארץ אויף דער עולה און יענע עולה, עד כדי כך אז זיי וועלן נעמען דער יעניגגע דער בעל העולה און צימאלן אים אויף שטיק שטיקער און אריין שיטן אביסל פון זיין שטויב אין א יעדעמס קאווע, און נאך אביסל אין די הייסע מקוה און דערנאך אין די קאלטע, און דאס איבערגעבליבענע וועט מען נעמען און צושפרייטן אויף די ברייט פארצווייגטע וועלטס געוועב.


איך דריי מיך שוין דא א יאר און א האלב, און א יעדע פאר וואכן קומט א צווייטע חכם אויף מיט די קנאות דקדושה און צינעמט אזעלכע נושאים און דאס גלייכן.


איז גוט, איר ווילט מקנא זיין קנאת השם? לאמיר מקנא זיין קנאת השם. וואס זוכט איר אויף די אינטערנעט? איר מיינט טאקע אז ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט און איר וועט ענטפערן אז שעות על גבי שעות איז פארברענט געווארן מיט דברי הבל ושטות (והגית בו ולא בדברים בטלים) און איר וועט ענטפערן אז דאס האט אייך געראטעוועט פון זיך דרייען אויף די שמוציגע פלעצער, איר מיינט אז מען וועט עס אייך מקבל זיין און איינשפארן די גיהינום? אויב איר האלט אז יא, דאן פארוואס זאל די זעלבע תירוץ נישט העלפן פאר די יעניגע וואס האבן ליב צו הערן די מוזיק אנשטאט טון אנדערע עבירות?


צדיקים און ערליכע אידן פון די פריערדיגע און אפילו די היינטיגע דורות האבן איבערגעטראכט טויזנט מאל איידער זיי האבן מוחה געווען אויף א פירצה צו מאכן זיכער אז זיי האלטן באמת דערביי הונדערט פראצענט און זיי מענען עס כולו לשם שמים? זענט איר אזוי זיכער אז איר האלט דערביי?


און דאס האלט זיך אין איין איבער חזר'ן א יעדע שטיק ווען נאך א איד ברענט אין אים די קנאת השם און ער ברעכט עס אויס דא אין קרעטשמע.


איי וועט איר טענה'ן אז איר שרייט ווייל איר זעהט אז עס וועט אומברענגען דס אידישקייט, און די קינדער וועלן אפפארען צוליב ליפא שמעלצער, ממש אזוי, ליפא שמעלצער וועט אפ'שמד'ן די דור. איז וואס? ווי קומט עס דא אריין? זייט מוחה אין בית המדרש, זאלן די מנהלים פון די ת"ת אין רבנים ארויס געבן אן איסור עס צו הערן, אבער דא איז זיכער נישט די פלאץ דערויף. און אויב עס בלוטיגט אייך טאקע אזוי שטארק ביז איר האט זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן דאן ווי אזוי האט איר זיך נישט אויפגעשטעלט ביי די חתונה גופא און מוחה געווען דארט? איר האט געזאלט ארויס שפלעפן די פלאג!!!! הלמאי עס איז דאך פון די ג' עבירות חמורות ווייל עס וועט אפ'שמד'ן די יונגווארג.


אויף ענגליש זאגט מען פליז! קאט דע קרעפ!!! עס טוט אייך נישט אזוי שטארק וויי, נאר פאר סאם ריזען האט איר מחליט געווען צו שטעלן א פרומע פנים און זיך אויפהייבן דורך יענעם אראפ קלאפן.



איינע פון די אמאליגע צדיקים האט אמאל געזעהן ווי צוויי קליינע קינדער טענה'ן זיך ווער איז העכער, איינער איז ארויף א טרעפ און געוויזן "זעהסט אז איך בין העכער"? און די אנדערע האט אראפ געשטיפט זיין חבר איין טרעפ אונטער אים אזוי צו זיין העכער. האט די צדיק געזאגט, "דער וואס איז ארויף א טרעפ צו זיין העכער וועט אויפוואקסן א גדול, און דער וואס האט יענעם אראפגעשטיפט צו זיין העכער וועט ארויסגיין לתרבות רעה". דאס איז נישט די אידישע וועג, און אודאי האט עס לעניית דעתי נישט קיין פלאץ אין קרעטשמע. די קרעטשמע איז א פלאץ צו פארברענגען איינגענעמערהייט, און נישט פאר אנגעצויגנקייט.


איר ווילט וויסן מיין פערזענליכע דעה אין די נושא, קענט איר מיר אנפרעגן אין די מקוה מארגן צופרי, און אפילו דארט וועל איך אייך מן הסתם נישט ענטפערן ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו צונעמען א פריוואטע מענטש.


אויב איר וואונדערט זיך פארוואס איך שריי אזוי שטארק אי די תירותווייל דא אין דער אשכל איז דאך געמאכט צו שרייען ווען עס טוט וויי.


זייטס מיר מוחל אויב איך האב אייך פוגע געווען, איך האב אייך נישט געמיינט, איך האב געמיינט אלע וואס האבן דאס געטון ביז יעצט (און זענען שוין אויסגעמעקט געווארן), און איך רעד בשם אסאך אסאך מיטגלידער דא.





(שוועמעל איך בין נישט ליפא און איך גלייב נישט אז ער פלאנט זיך צו פארענטפערן)
.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:38 am

לעווי, נאדער א קיש אויפן שטערן, עס איז אונז א כבוד צו האבן איינעם מיט א שכל הישר אויף אונזער פורום.

אלץ מנהל - פארן איבערשמועסן מיט מיינע פעלו שותפים - וואלט איך ליבערשט געלאזט דעם אשכול נאר צוליב לעווי'ס תגובה, אבער אויב פארפארט עס וועט עס מוזן אראפפארן.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:42 am

כבוד הרב שמוועמל שיחי'.

אלטס איינער וואס האט א שטיקל השגה בחכמת המוזיקא (אזוי רעדט ער זיך איין עכ"פ...), אזא איינער וואס איז אויך געווען אמאל א בחור און געלעבט אויף אלע פיר, געהערט אלע מיני קאסעטעס פון כל מיני זינגערס שונות ומשונות, וויל כ'דיר קלאר שטעלן: כ'פארמאג אויך א גיטאר אינדערהיים און צומאל קומען מיר זיך צוזאם חבירים, מ'מאכט א שטיקל פארברענג בבחינת שבת אחים גם, יעדער נעמט ארויס זיין כלי משחית און איך מיט מיין גיטארע, ס'פאנגט אן ראקען ווי עס דארף צו זיין, א אינגערמאן מעג זיך אויך צומאל אויסגעבן, ניין? פארשער זאגן אז ס'איז זייער געזונט... הן פאר שלום בית והן כדי לקיים שמח בחור בילדתך... עכ"פ נאך אזא פארברענג ס'זייער פייןגעווען מען שפירט זיך בשעת מעשה אזוי דערהויבן אזוי ווי איינער וואס איז פארדראגט (גלייב מיר כ'האב נאך קיינמאל נישט פארזיכט פון די אומלעגאלע סחורה... דאס איז נאר לשבר את האוזן),

'אבער' מיט אן גרויסן אלף, נאכדעם שפיר איך זיך נישט אזוי גוט, כ'שפיר זיך מער גוי ווי איד, איי ס'נישט דאס ערגסטע מ'קען מיינען יעדער מעג זיך אמאל אויסגעבן, אמת אבער אויב נאכדעם ברויך'ך טרעפן היתרים דאס צו פארגלעטן מיינט דאס אז ס'איז נישט 100% איינשטימיג מיטן חינוך וואס איך בין אויפגעברענגט געווארן.

מיינט דאס אז מען קען זיך נישט אויסגעבן איידעלערהייט? אוודאי יא, צומאל ווען ס'כאפט מיר אן א תשוקה, עס גארט מיר צו עפעס העכערס וואס טוט מען (דאס איז די בעסטע צו טאן שפעט באנאכט ווען דער עולם שלאפט שוין) מ'פארלעשט די לעקטער נעמט ארויס די קיבארד (מ'טוט אן עירפאנס פארשטייט זיך) די פינגער נעמען זיך ריקען אוטעמאטיש אויף די שווארצע און ווייסע קנעפלעך, מהייבט אן שפילן שטאטע מעלאדיע'ס פון ניגונים פון דער אלטער היים, ניגונים פון ר' יו"ט ערליך (ניגוני קארלבאך עס זאל נישט אויסגערעדט זיין...) איך זאג דיר מ'שפירט זיך אסאך געשמאקער ווי צו הערן אדער שפילן די אלע ווילדע תנואות, מ'שפירט ווי מען לאטערט זיך אויס מיט אן אמת'ער תשובה שלימה מ'האט עפעס אויפגעטאן, אמאל קען א ניגון ווירקען סאך שטערקער ווי א מסור ספר, עס ברויך נאר זיין געזינגען אויפן ריכטיגן וועג.

און צום שליס כ'בין געווען אמאל אויף א חתונה נישט מער געדאכט (דא קען מען עס זאגן במלא מובן המלא...) ס'איז געווען שטייטזיך א גאנצע בענד מיט זינגערס אינמיטן די הארא זעה איך ווי א בחור הייבט אויף א בענקל און הייבט מאכן דערמיט נענעים אויף אלע זייטן ארויף אין אראפ אהין און צוריק... אזש מ'האט מורא געהאט אז ער גייט עס ווארפען עימעצן אין קאפ... דאן האב איך פארשטאנען וואס שאפראנער רב ז"ל האט געזאגט: על חטא... ברצוי רגלים ל'הארא'...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:47 am

לעווי האט געשריבן:..., איר ווילט מקנא זיין קנאת השם? לאמיר מקנא זיין קנאת השם. וואס זוכט איר אויף די אינטערנעט? איר מיינט טאקע אז ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט און איר וועט ענטפערן אז שעות על גבי שעות איז פארברענט געווארן מיט דברי הבל ושטות (והגית בו ולא בדברים בטלים) און איר וועט ענטפערן אז דאס האט אייך געראטעוועט פון זיך דרייען אויף די שמוציגע פלעצער, איר מיינט אז מען וועט עס אייך מקבל זיין און איינשפארן די גיהינום?

OUTCH!!!!!!!!
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 12:24 pm

עטס אלע זאגטס מורא'דיג גוט, און כ'בין איינשטימיג מיט יעדן, מיט יידישיסט, וועלוועלע, ביזנעסקאפ, און בעילאוט אז ס'וואלט בעסער געווען אז מ'זאל נישט נעמען אזאנע זינגער ביי א אידישע שמחה, און מיט לעווי אז ס'איז דאך דא וואס דארפן עס האבן.

אבער איך בין נישט איינשטימיג מיט לעווי'ס פערעגראף וואס יענקעלע האט דא געברענגט, ווארום די משנה זאגט אין מלקות פרק ג' משנה ט"ז: רבי שמעון אומר, ממקומו הוא למד--שנאמר "ונכרתו הנפשות העושות, מקרב עמם" (ויקרא יח,כט), ואומר "אשר יעשה אותם האדם וחי בהם" (ויקרא יח,ה). הא, כל היושב, ולא עבר עבירה--נותנין לו שכר, כעושה מצוה. רבי שמעון ברבי אומר, והרי הוא אומר "רק חזק, לבלתי אכול הדם . . ." (דברים יב,כג); ומה אם הדם שנפשו של אדם חתה ממנו, הפורש ממנו מקבל שכר--גזל ועריות שנפשו של אדם מתאווה להן ומחמדתן, הפורש מהן על אחת כמה וכמה שיזכה לו, ולדורותיו ולדורות דורותיו, עד סוף כל הדורות.

און וויסן זאלט איר אז אפילו נאר איין אינגערמאן זאל בשעתן זיצן ביים ארבייט און ער האט פונקט נישט וואס צו טון, און ער גייט אריין אין קרעטשמע פאר א גלעזל שנאפס אנשטאט ווייסעך וואו, נישט נאר ער באקומט שכר, נאר יעדער איינציגע שרייבער באקומט אויך שכר. על אחת כמה וכמה אז איך אליין קען אסאך מער ווי איינער וואס זיצט אין קרעטשמע אנשטאט אויף יענע עק וועלט געוועב (נאך אסאך מער וואס ווערן אפגעראטעוועט דורך ליפא...).

און וויסן זאלט איר אז די משנה האט מען געמאכט פאר צוויי טויזענט יאר צוריק, ווער רעדט נאך היינט צוטאגס ווען ס'איז ביטער שווער זיך צו האלטן בכלל פאר א ערליכע איד.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 12:29 pm

יא, צוביילטער, איך בין אויך מסכים מיט אייך הונדערט פראצענט, קוקט אריין אין מיינע שריפטן וועט איר קלאר זעהן אזוי (אויך פון די פאקט אז איך בין דא :grin: ), אבער מען קען זיך נישט באנוצען מיט דער תירוץ נאר ווען עס איז גוט פאר זיך, אבער לגבי אנדערע האט מען נאר קיטרוגים. יענקעלע האט אויסגעלאזט די עיקר חלק פון יענע פאראגראף.
איר מיינט אז מען וועט עס אייך מקבל זיין און איינשפארן די גיהינום? אויב איר האלט אז יא, דאן פארוואס זאל די זעלבע תירוץ נישט העלפן פאר די יעניגע וואס האבן ליב צו הערן די מוזיק אנשטאט טון אנדערע עבירות?



אבער די עיקר פון מיינע שורות איז געווען אז אן עכטע ערליכע איד זוכט נישט קיין קיטרוגים, און איז נאר מוחה ווען עס איז ממש הונדערט פראצענט לשם שמים, און אפילו דאן טוט ער עס נישט אין קרעטשמע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 12:37 pm

צוביילטער א אייזערנע פוינט! ;l;p-

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 12:41 pm

ר' לעווי,

מילא ווען אייער פארציע זאל ווען זיין געצילט צום ריכטונג פון 'ליפשיץ', וואלט איך ווען פארשטאנען. דען, איך האב זיך אין די לעצטערע צייטן איינגעהאנדלט א 'בעקישל' וועלכע פארפאקט דערין אסאך אסאך... אבער אז די שווערדן זענען אויסגעשטרעקט צו אזא פערזאן ווי עס איז אונזער הויכגעשעצטער 'יידישיסט', איז נישט מער ווי רעכט אז זיינע תלמידים זאלן זיך אננעמען פאר זיין כבוד וועגן. ווי עס שיינט האלט איר נישט מיט די לערעס פונעם ניק 'יידישיסט'. וואלט איר זיך ווען אנגעשעפט מיט זיינע תגובות און קענען געלערנט דעם פערזאן, וואלט איר שוין צוויי מאל געטראכט איידער איר וואלט אפגעקלאפט אייער וויי געשריי.

לויט ווי מיר האבן קענען געלערנט, איז יידישיסט אינגאנצן נישט פון דעם סארט וואס איר שטעלט אראפ. זיין כוונה איז אינגאנצן נישט געווען דא 'קנאות און מחאות'. וואלט ער ווען נישט ארויסגעשריבן דעם נאמען "רל"ש" און וואלט ווען געלאזט דעם ארטיקל נייטראל, בלויז ארויסברענגענדיג צי דער סארט סטיל אין מוזיק וועלכע ברענגט א הולטייאישער געטענץ איז ריכטיג צי נישט, וואלט איר דאס ווען גאנץ גוט פארשטאנען. די דיסקוסיע איבער דעם וואלט זיך גאנץ גוט געטראפן דאס פלאץ צווישן די קרעטשמע ווענט, גארנישט אנדערשט ווי אנדערע אזעלכע סארט השקפה דיסקוסיע וועלכע זענען שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן צווישן די לענג און ברייט פון די קרעטשמע. קומט אים טאקע פאר בלויז דעם איינעם טעות, פון ארויסשרייבן א שם המפורש, אזא סילוק? איבערהויפט ווען ער האט דאס בכלל נישט אראפגעלייגט אויף א קנאיש'ן סטיל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21562
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 1:33 pm

הרב ליפשיץ, איר האט ארויסגעברענגט וואס עס איז מיר געלעגן אויפן צונג, א דאנק
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 1:44 pm

איך גיי בשום אופן נישט אריינרעדן אין די נושאים דא. אבער אזוי ווי דאס איז דאך א וויינען אשכול, מעג איך אויך אויסגעבן מיין ברעזשראציע

איך קען איין זאך זאגן. איך בין זיכער אז לעווי האט נישט מכוון געווען צו ידידינו הרב הגאון מורינו ר' יידישיסט ני"ו. דען, ווער עס האט נאר אמאל געהאט א שטיקל דיאלאג מיט אים, ווייסט אז קיין איין נעגאטיוו ווארט קלעפט נישט אויף אים.

נאר וואס דען?
זעהט אויס, אז די ווערטער פונעם פותח האשכול האט דערמאנט פאר לעווי'ן עפעס אן ענליכע געשפרעך פון א צבוע'ניק, און דאס האט אים אזוי צעשטורעמט, און זיין געוויין געלאזט הערן.

ומחה ה' דמעה וכו'....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 1:47 pm

יישר כח יידישיסט, יישר כח לעווי, איר האט ביידע שיין אראפגעלייגט ביידע זייטן פונעם מטבע און אריינגעלייגט אייערע אידישע געפילן אינעם אשכול וואס וועט האפנטליך נישט פארפארן.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 2:10 pm

גלייבט מיר איך האב נישט געקלערט אז דאס וועט זיך אזוי צוקאכן, איך פארשטיי דעריבער אז מיין כוונה איז נישט גענצליך פארשטאנען געווארן.

אלזא, די ערשיינונג פון געגנזייטיגע דעות איז זייער אן אנגענומענע זאך אין דער גאנצער וועלט, סיי אין פאליטיק און סיי אין וויסנשאפט, און אזוי אויך אין יעדן געביט. אין וויסנשאפט איז פארהאן א טעזע און אן אנטי-טעזע, און יעדער געווענליכער פראפעסאר וועט זיי ביידע פארשטעלן פאר זיינע סטודענטן. אין פאליטיק איז פארהאן פארשידענע פארטייען וואס זייערע מיינונגען זענען פארשידן. ובכן, געווענליך דארפן מיינונגס-פארשידנהייטן נישט ארויסרופן האס אדער פיינטשאפט פון איין זייט צו דער אנדערער. איך האב דא ארויפגעשטעלט מיין מיינונג איבער דעם סטיל פון דער אפריקאנישער מוזיק, און אז עס וועט עמיצער פארלאנגען וועל איך ארויפשטעלן דערוועגן וויסנשאפטליכע פארשונגען וואס פארדאמען דעם סטיל. יעצט א מיינונג קעגן דעם קען זייער גלייך אנגענומען ווערן, אבער דאס מוז קומען אויף א סימפאטישן אופן, און די פארשידענע מיינונגען מעגן שיין באהאנדלט ווערן און עס קען זיך דערפון צובליען א שייענער קולטערעלער שמועס. יעדער מיט זיין אידעאלאגיע איז נישט אפגעפרעגט.

דא האב איך מיך אבער אנגעשטויסן אין זייער א מאדנע ערשיינונג וואס איך האב מיך דאס כלל נישט פארגעשטעלט. נעמליך, נאכדעם וואס איך האב ארויפגעשטעלט מיין מיינונג איז ערשינען א געגנ-רעאקציע אויף א קנאיש'ן סטיל וואס שטייט אין גענצליכן קאנטראסט צו אינטעליגענציע און קולטור. פארוואס זאל מען זיך נישט שיין דורכשמועסן? אדרבא, אויב עס האט איינער אנדערע מיינונגען זאל ער עס ארויפשרייבן און מען וועט קענען דעבאטירן. אבער פארוואס אטאקירן א צווייטנס מיינונג?

אין דעם שפראך-פארום האט מאשקע אמאל ארויפגעשטעלט אזא ענליכן אשכול איבער דעם וואס אונזער שפראך איז געגאנען כאדאראם, נו האבן זיך אלע שיין צוגעשטעלט צו דעם שמועס, און טייל האבן אפילו מסכים געווען אז זיי זענען א טייל פונעם פראבלעם, עס האט אבער קיינעם נישט געשטערט. איז וואס איז דען אנדערש אז איך ועל אויפברענגען א שמועס וועגן דעם וואס אונזער טראדיציאנעלע מוזיק איז פארלאזט געווארן, און עס האט איבערגענומען איר פלאץ די ניגערישע מוזיק? דאס איז דאך א פאקט! און פארוואס זאל איך נישט טארן אויפברענגען אזא פונדאמענטאלן פונקט? איך האב דאך זייער אכטונג געגעבן קיינעם נישט צו באטרעפן פערזענליך, דערפאר האב איך דאך אהער אריבערגעפירט דעם שמועס כדי נישט צו שטערן אנדערע וואס זיי געפעלט יא דער סטיל. איז וואס? טאר מיין מיינונג נישט דערהערט ווערן? אט זעה נאר ווי סאך עס שטימען צו מיט מיינע געדאנקען, נו, איז עס זיך נישט געקומען צו עפענען א שמועס דערוועגן?

איך האב דערביי קלארגעמאכט אויבן אז דאס איז נישט א פראבלעם וואס געהער בלויז פאר פאנאטיקער, נאר עס איז דא דערוועגן א באוואוסטזיין אפילו אין דער גוי'שער וועלט. איך האב שוין געהערט דערוועגן זאָגאַר פון פרייע ישראלים וואס באקלאגן זיך אז די מאדערנע מוזיק איז זייער אומהיימליך און זיי קלאגן אויפן מצב. זיי בענקט זיך נאך די אלטע שירי הפלמ"ח, צו די פילע אפגעשפילטע לידער פון גבעתרון, און פיל קענען נישט משלים זיין מיטן מצב אז דאס אלעס ווערט א פארגאנגענהייט. דער נייער שטייגער מוזיק הערט זיך נישט ביי די בעסערע קלאסן וואס הערן גיכער שאַפונגען פון בעטהאווען אדער מאָצאַרט. ביי די עלטערע לייט הערט זיך דאס אויך נישט, דען זיי הערן גיכער לידער אויפן אלטן שטייגער. עס איז מיר דעריבער א וואונדער פארוואס פונקט דא האט אזא שמועס נישט געטארט אויפגעברענגט ווערן, צו קען דאס זיין אז נאר איין מיינונג מעג עקזיסטירן און אן אנדערע מוז פארשריגן ווערן?

יאנאש שרייבט:
לעווי, נאדער א קיש אויפן שטערן, עס איז אונז א כבוד צו האבן איינעם מיט א שכל הישר אויף אונזער פורום.

אלץ מנהל - פארן איבערשמועסן מיט מיינע פעלו שותפים - וואלט איך ליבערשט געלאזט דעם אשכול נאר צוליב לעווי'ס תגובה, אבער אויב פארפארט עס וועט עס מוזן אראפפארן.


טייערער מנהל, די ווערטער האבן מיך פערזענליך געטראפן, צו איז דאס ריכטיג צו זאגן מתחילה אז נאר איין זייט וועט אנגענומען ווערן און פארקערטע מיינונגען טארן נישט געהערט ווערן? אלז א מנהל גלייב איך אז עס איז פארהאן ביי אייך אינטעליגענציע און איר וועט נישט נעמען קיין שטעלונג צו איין זייט.

צום שלוס: א דאנק פאר אלע רעאגירער, איך גלייב אז די מיספארשטענדעניש וועט אויך אויסגעקלארט ווערן. ווער עס שטימט נישט מיט מיינע מיינונגען וועל איך ווייטער ליבן, אדרבא, שטעלט פאר אייער מיינונג מיט א הסבר אויף פארקערט. אבער אלעס אויף א רואיגן און קולטורעלן שטייגער.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 2:11 pm

ביידע הרב יודישיסט און הרב לעווי האבן א שטיקל נקודה, איך וויל נאר צולייגן א וויידל...

דער המון עם האט נישט ליב קיין עקסטרעמיזום, לעווי וועט מודה זיין אז די אופן הנגינה טויג נישט, ווי ביזנעס קאפ זאגט עס מיט אייגענע ערפארונג, דער פראבלעם ווערט אז די עקסטרעמיסטן כאפן זיך צו ווען עס איז דא א פירצה, און ווען דער המון עם הערט אז די עקסטרעמיסטן פארפירן ווילן זיי גיין פארקערט, אזוי גייט עס ביי יעדע פריצה און אויך ביי נגינה.

ממילא איז הכל מודים אז די ווילדע ניגונים און די ווילדע טענץ איז נישט יודיש ס'איז גורם א שברון לב ווען מ'זעהט אונזערע קינדער אונזערע חברים'ס קינדער טאנצן אזוי און זינגען אזוי און ווערן פאר'שיכור'ט פון די נידריגע קלאס נגינה, נאר "ווייל" די עקסטרעמע פארפירן וויל איך פארקערט....

ווי וואלט געוועהן ווען די עקסטרעמיסטן פארפירן נישט, נאר אפאר לצים שפעטן אפ פון די נארישע נגינה ווי למשל "וועיק אפ", מיט א לצנות, עס וואלט דאך געוועהן א בושה צו הערן אזא טעיפ, נאר דער פאקט איז אז ס'איז היינט א מלחמה, די נארמאלע וועלט, מיט די עקסטרעמע וועלט, ממילא ווי נאר א מענטש זאגט א מיינונג אז עפעס איז נישט גוט, ווערט ער גראד באטראכט ווי א עקסטרעמע, הייסט דאס אז דו האסט נישט געטראפן בעסער'ס וואס צו מוחה זיין....

מיין מיינונג איז אז דער קעפל זאל מען טוישן, נישט ווער וויל וויינען מיט מיר, נאר ווער וויל לאכן מיט מיר, נעמט'ס ענק אפלאכן פון אט די זינגערייען און טענצער'ס עס טוט אויף פיל מער ווי וויינען,

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 2:21 pm

הרב שאץ-מאץ דו האסט אפשר א פונקט!

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 2:41 pm

כבוד הרב לעווי שי'
מיר האבן יא געזעהן דעם גאנצען פאראגראפ, אבער מיר האבען ארויסגעברענגט וואס עס האט מיך פערזענדליך געכאפט,

יעצט צום ענין
זייער שווער נעמען א שטעלע, פון איין זייט אונזער אלע חשוב'ע און געשעצטע הרב אידישיסט, וואס יעדער האט זיך שוין איבערצייגט זיינע געוואלדיגע מעלות וואס איז כמעט א יחיד במינו, וואס מיר גייען דא נישט איבערקייען, עס שטארט ארויס פון יעדען ארטיקעל זיינע עקסטרע, און פון די אנדערע זייט די חשוב'ע הרב לעווי
אבער פארט נישט אריינגיין און דעם כלל פון מידי דשתקא ש"מ דניחא ליה, נעם איך זיך אן פארן כבוד פון הרב יידישיסט במלוא מובן המילא, עס איז אום נישט געקומען אזא פראסט און אוודאי אויך נישט מטעם ההנהלה (לדעתי), און אוודאי אויך איז דא מילי בטעמי אין הרב לעווי'ס ארטיקעל, און א דיון לכף זכות, ווי איך האב שוין פריער מעתיק געווען

ריגעלע ריגעלע רוגז.......
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 3:06 pm

ווי באקאנט איז יוסף שפיל געווען גע'אסר'ט דורך די גדולי הרבנים, אבער פונדעסטוועגן האבן די שפילערס וואס האבן זיך געקימערט מיטן איסור, באקומען א קלארע היתר וויבאלד זיי האבן עס געדארפט פאר פרנסה.
צוויי גאסן פון מיר איז דא א קאמפיוטער געשעפט וואס נישט מער נישט ווייניגער מען פארקויפט דארטן קאמפיוטערס, אפילו נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעקומען די אינטערנעט האלט ער זעך גארנישט צוריק, אין נאכמער ווען ס'קומט אריין א כולל יונגערמאן קויפן א קאמפיוטער פרעגט ער גארנישט, אין פארקויפט אים עס בתשואות חן.
אינזער ר' ליפא איז געבענטשט געווארן פון הימל מיט א אויסטערלישע כח פון נגינה, וואס איז באמת א זעלטנהייט אז איין מענטש זאל באזיצן אזויפיל מעלות, וואס וועט פונקט ווי מיר אין דיר אויסניצן זיינע טאלאנטן צו ברענגען ברויט אין שטוב, איז ווען ער האט זיך ארויסגעלאזט אין די עולם הנגינה אריין, האט ער אנגעהויבן מיט גאר איידעלע ניגונים ווי מ'קען הערן אויף זיין ערשטע טעיפ, כ'געדענק נישט וויאזוי ס'הייסט, אלעס איז געגאנגען על מי מנוחות ביז ער האט זיך איבערצייגט אז ער האט א גאלד גריב אפציע, וואס באשטייט פון זינגן דאס וואס א געוויסע סארט ציבור האט ליב צו הערן, אין אזוי ווי ער האט זיך שוין כמה פעמים איבערצייגט אז זיי לאזן זיך בעסער באצאלן האט ער באשלאסן ענדערש זיי ציפרידן צושטעלן.
זאל מיר איינער מסביר זיין אויב האט ער ווען געהאט אזא הצלחה מיט זיין לעילא ולעילא טעיפ, ווי ער האט מיט די אנדערע טעיפ'ס, איז ער טאקע אזא נער אז ער קען נישט מאכן א פשוט'ע ביזנעס חשבון?
אדער צו האלט איר אז ס'איז ליפא'ס שולד אז דער וויליאמסבורגער יונגערמאן קויפט א טעיפ וואס איז בכלל נישט געמאכט געווארן פאר אים? דעס איז לגבי די טעיפ'ס.
לגבי די אלע צודרייטע קליפס וואס דרייט זיך ארום, ווי ווייט איך ווייס איז עס געמאכט געווארן פאר געוויסע צדקה ארגעניזאציעס פאר גיט באצאלט, פונקט ווי מ'זעט דארט אנדערע היימישע יונגעלייט זינגען דארט אויף סיי וועלכע אופן מ'בעט זיי אין קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, אין די זעלבע זאך איז מיט די events , ווי באקאנט איז ער נישט די ארגאניזירער פון די פלעצער,אין ער וועט דארט אנקומען פונקט ווי די קאפעליע היימישע יונגעלייט, אין אפילו יא איז עס נישט געמאכט פאר אינז.

אין לגבי די חיוב מחאה איז אודאי שייך ביי דעם ענין, אבער לאמיר קודם צוריקגיין צו הרב יידושיסט, באמת איך געדענק נישט ווען איך בין געווען ס'לעצטע מאל ביי א חתונה ווואס מ'האט געזינגען די סארט ניגונים, אין אינטערעסאנט מ'האט זיך בכלל נישט געדארפט שלאגן מיטן שפילער וועגן דעם, עם איז גאר בא'טעם'ט די היימישע ניגונים, אין אויב מ'שפילט עס יא דארטן איז עס צוליב איין סיבה, ווייל מ'האט עס פארלאנגט פון אים, אין אויב ווילסטו מוחה זיין גיי צו צים מחותן אין זיי מוחה וויפיל די ווילסט, נאר דעם שפילער מיטן זינגער לאז צורוה, שריי אים נישט אן, אין אודאי מאך אים נישט קיין שאדן ווי ס'האט שוין ליידער פאסירט.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 3:16 pm

די מעשה מיט דער חתונה האב איך בלויז געשריבן אלס הקדמה, און כ'האב אפילו פארדרייט אביסל פאקטן. מיין כוונה איז נישט געווען די חתונה נאר דער מוזיק-סטיל. עס איז אזוי אנגענומען ביי שרייבער צו עפענען אן ארטיקל מיט א מעשה'לע, וואס מוז צומאל אפילו נישט זיין דווקא אמת, נאר כדי ארויסצוברענגען בעסער דעם געדאנק. אויב עס איז נישט אין פלאץ לויט אייער מיינונג קענט איר דאס גערן ארויסלאזן, נישט דאס איז דער ציל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21562
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 3:19 pm

הרב אידישיסט, מיר וואלטן אלע הנאה געהאט ווען איר ברענגט אונז די היסטאריע פון מוזיק און די לעצטע פופציג צו הונדערט יאר, מיר זענען גרייט צו הערן און אודאי זיך צו באדאנקען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 3:50 pm

פאר יידישיסט גייט נאך אריין אין די היסטאריע פון מוזיק און זינגער, אין די אלעגמיינע גאס און להבדיל צווישן אונז אידן, וועל איך מיך ערלויבן מיטצוגיין מיט מיינע חברים הרב ליפשיץ און מרן מפארשלאפן זיך אנצונעמען פאר מורינו ומדריכנו החכם היידישיסט וועלכער איז שוין היינט פקיע שמי-ה אלס א ידען נפלא און א זעלטענע מתון, קיינער קען אים נישט חושד זיין מיט איבערגעאיילטקייט אדער ווילדקייט, נישט ער.

וואס דען, הרב לעווי פון די אנדערע זייט איז דאך אויך נישט קיין קטלא-קניא מוז מען פרובירען לעשות שלום ביניהם נאכן אויסשמועסן די מיספארשטענדעניש.

איך וועל טאקע נעמען די משל וואס יידישיסט האט געברענגט פון אונזער מאשקע'ס וויי-געשריי איבער שרייבווערק און שרייבערס בדורינו בתוכינו, יעדער וואס גלייכט און האט א געפיל צו ליעטעראטור און לייען-מאטריאל, בילדעט אויף מיט דער צייט א געפיל צו א געוויסע סטיל ווערק פון געוויסע שרייבער, איינער גלייכט פיקציע אן אנדערער היסטאריע א דריטער פאעזיע אא"וו.

דאס איז אבער יעדער חובב לשון מודה אז אויב די גראמאטיק אדער די אויסלייג איז נישט אויסגעהאלטן, מעג עס זיין פון סיי וועלכע טעמע אדער ענין, איינער וואס גלייכט צו לייענען וועט זיך אפווייכען דערפון, אפגעזעהן פונעם שרייבערס ערליכקייט אדער רעליגיעזע ווירדע וואס שפילט בכלל נישט קיין ראלע אין די פאל.

דאס זעלבע איז מיט מוזיק, אויך אין די סעקולארע וועלט איז פארהאן מענטשן וועלכע גלייכן מוזיק, יעדער מיט אן אנדערע סטיל און אנדערע זינגער, איינער גלייכט קאנטרי-מוזיק ווען אן אנדערער וויל דוקא פאפ-סטייל אא"וו.

טאמער איינער גייט אבער ארויס פון די גבולים און ער זינגט שלא מן הנימוס, וועט עס באדערן א יעדן רעכטדענקנדען פארשוין, אפגעזעהן פון וואס דעם באטרעפנדערס גרונד-פרינציפן אין אידישקייט באשטייט.

עטיקס און מאראל האט נישט קיין שייכות מיט פרומקייט און מען ברויך נישט זיין קיין קנאי דאס ארויפצוקוקען, אין די גויאישע גאס פאלן די עטישע ווירדע שטאפלען יעדן טאג און ווי די וועלט זאגט, 'וויאזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך' גייען מיר נאך די גאס אין יעדע אספעקט, אנגעהויבן ביים לבוש און געענדיגט אין מוזיק.

דאס מיטוויינען מיט אונזער לערער יידישיסט נעמט זיך נישט פון אונזער ערליכקייט, נאר פון אונזער 'אנושיות קעגן בהמיות' פון נארמאלקייט, מאראל און עטיקעט, צו הערן ווילדע מוזיק גריצלט אין די אויערן נישט נאר ביי אידן מיט שווארצע גלעזער און פארקנייטשטע שטערנס, און צו זעהן ווילדע טענץ עקלט נישט נאר חסידים מיט געלע טליתים קטנים.

מר. לעווי, אויב איר גלייכט ווען פון נארמאלע ווערטער אויף אראמיש וואס מיר טרעפן אין גמ' איז געווארן א מיש-מאש ניגון אויף אומבאלומפערטע נאטן, זייט וויסען אז איר זענט נישט די איינציגסטע, ווייל אז יא וואלטן די זינגער געווען אינדרויסן פון ביזנעס, און אויב ווילט איר הערן וויאזוי הרב שמעלצער'ס טאטע וועקט אים אויף צו קרישמע, האט איר קאמפאניע צווישן היימישע אידן, ווידער אויב געפעלט אייך צו הערן איבער א 'האמער' און א שבת-שמועס געזינגען אויף טענער אשר לא שערום אבותינו, דאן האט איר אסאך גוטע פריינט.

אבער, עס מיינט נישט אז דאס איז בא'טעמ'ט פאר אנדערע, איך גלייך דייקא מרדכי ווערדיגער און אברהם פריעד, נישט איבער זייער ערליכקייט אדער נישט רעדן קיין דברים בטלים אין חודש אלול, נאר צוליב זייער סטיל אין נגינה פון אומבויגזאמקייט צו רעפארם, אוודאי גייען זיי מיט אביסל מיט'ן שטראם, אבער ווייט נישט ווי זייער קאלעגע, אזא ניגון פון 'אנחנו מאמינים' אדער 'עתיד הקב"ה' ווער רעדט נאך פון 'רחם', וואס פעלט פאר דעם, בין איך יעצט פארפרומט אדער קאנאיש פאר מיין מיינונג? איי דאונט טינק סאו.

'איטס עי מעטטער אוו טעיסט' זאגט מען אין אמעריקא.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 4:25 pm

א דאנק מיינע פריינט - אריינגערעכנט די וואס שטימען נישט צו - און באזונדער די וואס האבן שיין ערקלערט מיין שטעלונג. א יישר כח דיר מיללער פארן פיין ארויסברענגען דעם געדאנק.

אינטערעסאנט וואס מרדכי ווערדיגער אליין האט טאקע געזאגט דערוועגן (געזען צוגעברענגט פונעם "קול העיר" י"ב תשרי תשס"ד עמוד 43) אז די מוזיק איז גענוי ווי אין דזשונגל. צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט "די שווארצע זינגען איידלער פון זיי".

ווי אויך איז צוגעברענגט פונעם ניו-יארק טיימס (12.1.58) ווי עס איז געווען ציטירט פון דעם זינגער פראנק סינאטרע וואס האט געזאגט "דאס איז געווען מיין סאמע שלעכט מזל צו הערן די מערסט-ברוטאלע, שמוציגע, פארדארבענע פארם פון אויסדרוק וואס קומט צום אויסדרוק אין דער ראק-מוזיק. עס שמעקט פאלש און פארפירעריש. דאס ווערט געווענליך געזינגען דורך צוריקגעשטאנענע פוסטאקעס, און דורך זיין כמעט-גענצליכע פארטעמפטקייט, און די שמוציגע ווערטער, אינטריגישקייט, פארגרעבטקייט און פראסטקייט וואס זענען אזוי קלאר, דערמיט געווינט דאס דעם אויבן-אן, און עס ווערט די הויפט-מוזיק פון יעדן פארברעכער".

איך גלייב אז מען וואלט די לעצטע נישט פארמשפט אלס עקסטרעמיסטיש און פאנאטיש...
לעצט פאראכטן דורך יידישיסט אום דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 4:56 pm

יידישיסט, איך שפיר א חוב אייך פערזענליך איבערצובעטן זינט מיינע ווערטער האבן געקענט אויסגעטייטשט ווערן אלץ אן אנגריף קעגן מעלת כבודך.

ערשטנס, מיינע ווערטער (מיט מיין קיש) אין לעווי'ס ריכטונג זענען געווען איבערן פוינט אז לעטלי טוט זיך דא אפ א מין גע'מויכאכטס אז עס איז א שרעק, מען האט די לעצטע צוויי דריי וואכן געמוזט אוועקנעמען עטליכע אשכולות צוליב דעם פראבלעם, און ער האט זייער גוט ארויסגעברענגט דעם פראבלעם.

שנית, חלילה אז איך זאל נישט לאזן שרייבן די צווייטע זייט מטבע, אדער לאזן מיין זייט מטבע שרייבן נישט מיט ערוואקסענקייט קעגן די אנדערע זייט, אדרבה מיין בקשה איז געווען צו ביידע זייטן אז מען זאל זיך ביטע דינגן מיט איינגעהאלטנקייט.

שלישית, איך גראדע האלא ט מיט אייך אז נגינה היינט איז ליכט יארן ווייט פון וואס עס איז געווען ווען איך בין אויפגעוואקסן, און גלייב מיר אז קיינע פון די דאזיגע טעיפס געפונען זיך נישט ביי מיר אין שטוב אדער אפי' אין די קאר (וואו מאנכע זענען זיך מורה היתר), און ווען דו האסט געשריבן דיין וויי געשריי האב איך זייער שטארק מיטגעוויינט, און איך גלייב אז סאו דיר לעווי, זיין פראבלעם איז נאר געווען מיט די עצם אראפרייסן פערזענליך סיי וועמען.

רביעית, איזאק האט שוין אמאל געוויינט דעם זעלבן געוויין, און אויב דענק איך גוט בינעך געווען אויף זיין זייט, אבער הערשט נאכדעם וואס איך האב עורך געווען זיין תגובה און ארויסגענומען יעדן ספעציפישן נאמען וואס ער האט ארויסגעשריבן (טאקע נאר פאר א משל, אבער עס קען אויסגעטייטשט ווערן פערזענליך דאן איז בעסער אז עס איז נישטא) און דאן האב איך גענומען זיין צד, דא אבער האב איך כלל נישט געשריבן א צד אינעם אישו גופא נאר איבער דעם לעצטיגן אנשיקעניש מיטן מאכן דעם פלאץ פאר א פלאטפארם פאר מחאה.

חמישית, איך ווייס אז איך - און איך גלייב אז לעווי - האבן זיך נישט אזוי ווייט באצויגן צו דיין ארטיקל נאר צו א געוויסע תגובה וואס איז געשריבן געווארן אינעם 'נאן סטאפ' אשכול, וואס פון דארט האט זיך אנגעהויבן דעם גאנצע נושא, ווי אויך זענען היבש פון די נאכפאלגענדע תגובות דארט געפארן מיט זייער א בייסיגער טאן, וואס אויף דעם זענען מיר מער צובראכן ווי אויף די לעצטיגע סטייל מוזיק.

מיינע פינגער טוען מיר שוין וויי, און א שאד אז איך האב היינט געברויכט אפטראגן א איד צום דאקטער דעריבער בינעך נישט דאהי געווען א גאנצן נאכמיטאג און דו האסט געקענט זיין מיט א שלעכטע געפיל איבער מיר, סאו שפיר איך טאקע א חוב צו איבערבעטן באריכות, אבער איך מיין אז איצט האב איך שוין יוצא געווען אלע דעות און איך מעג הערן א הויעכע 'סלחתי'.

יישר כח.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט