יאסעלע'ס יודישע לידער...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

יאסעלע'ס יודישע לידער...

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:00 pm

די פאלגענדע האצעך אפגעשפילט אין די אפיס פון די ק.נ.א. (פאר מאשקע איז צוריק-געקומען)

טרררררררררררררררר....

העלאו ק.נ.א. צייטליך ספיקינג, האו מעי איי דיירעקט יור קאלל?

יא, איז דעיס אםם.. קרע....

צייטליך: ניין דעיס איז צייטליך, איר ווילט רעדן מיט קרעמער?

ניין, דעיס איז די היימישע קרעטשמע?

צייטליך: יא יא, דעיס איז די נייעס אגענטור אין די היימישע קרעטשמע, יודישע וועלט, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

אה, דעיס איז די נייעס אגענטור, איר קענט מיך טרענספערן צום היכל הנגינה?

צייטליך: איר ווילט רעדן מיטן אחראי פון היכל הנגינה, מאשקע? ער איז שוין נשט געווען דא פאר א לאאאנגע צייט, כ'מיין, שוין א שיינע פאר טעיג, איר ווילט זיין וואויס מעיל?

ניין, אפשר קענעך רעדן מיט עםםם... וויכטיג מאכער?

צייטליך: איין מינוט ביטע, עם, ווער רופט?

יוסף יצחק לאנגזאם פון לחיים דיסטריביוטער'ס.

צייטליך: אהה לאנגזאם פון לחיים דיסטרוביוטער'ס, איר גיבט ארויס די שיינע סידי'ס ממש א נחת צו הערן...

יא יא, שכוח פאר די קאמפלעמענט, געט מיר נאר דעם וויכטיג מאכער.

צייטליך: יא יא האלט אן איין מינוט..............................

-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

מאשין: עפטער די טאון פליז סעי יור נעים ענד קאמפאני.......פַאאאאאאף

יי"ל: יוסף יצחק לאנגזאם פון לחיים דיסטרוביוטער'ס....

מאשין: פליז האלד ווייל איי טרענספער יור קאלל........

-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

וו"מ: א גוט יאר ר' יוסף יצחק, וואס האבעך היינט די זכי'?

יי"ל: וואס דו האסט דעם כבוד? קודם ווילעך מיך באדאנקען, כ'מיין כ'קוק מיך דא אזוי אום, און כ'זעה כסדר ווי דו מעלדסט אלע נייע לחיים טעיפ'ס אזוי שיין, דער עולם איז מגיב, ס'האט א שיינע פאר ציפיות, א געהעריגע פרי אדווערטייזמענט, אין נאך בעסער ווי א פלעינע אדווערטייזמענט.

וו"מ: שכוח פאר די קאפלעמענט, אבער דער אמת איז, אז ס'איז דא שיינע טעיפס, קען מען עס שיין באשרייבן, די לעצטע פאר טעיפס זענען איינס שענער פונעם צווייטן, כ'מיין, אז דו ליינסט שוין יא, גיב א קוק וואס דער עולם שרייבט דערויף, דער עולם איז צופרידן.

יי"ל: יא יא, ב"ה פארדעים.

וו"מ: עניוועי, א שיינע זאך פארן רופן....

יי"ל: איין מינוט, דו מיינסט אז כ'רוף פלעין פאר דעים? כ'וויל דיר אויך זאגן אז לחיים גרייצעך ארויסצוקומען מיט א נייע סידי.

וו"מ: כ'האב טאקע געהערט אויף קול מבשר, ווי ר' יוסף משה זאגט אז ער גייט אט אט ארויסקומען מיט א נייע סי די, ער זאגט דארט טאקע אז איר מאכט א פיינעם דזשאב, און כ'וויל אייך זאגן אז ער שאצט אייך אינטער, איר מאכט...

יי"ל: חחח.. שכוח, בקיצור, ס'קומט ארויס א נייע סידי.

וו"מ: זייער גוט אז דו קאלסט, לאמעך אייך פרעגן אפאר פראגן פון די נייע סידי.

י"ל: זייער גערן, פארדעם האבעך דאך גערופן.

וו"מ: אקעי, קודם די ערשטע זאך, שטייצעך, וויזוי גייט הייסן די טעיפ?

יי"ל: "יאסעלע'ס יודישע לידער".

וו"מ: אזוי גייטעס הייסן, אדער דאס איז דער אינהאלט פונעם טעיפ?

יי"ל: ביידע, ס'גייט הייסן "יאסעלע'ס יודישע לידער", אין די אינהאלט פונעם טעיפ גייט זיין "יאסעלע'ס יודישע לידער", ס'גייט זיין אזא מין טעיפ ווי "לעולם יהא אדם" נאר אין יודישע ניגונים.

וו"מ: וואס מיינט איר מיט לעולם יהא אדם?

יי"ל: אונז האמער גענומען אלטע גוטע יודישע ניגונים וואס יאסעלע זינגט, און מ'האמערעס קלאר געמאכט און ארויסגעגעבן, גענוי ווי מיר האבן ארויסגעגעבן לעולם יהא, ס'איז "יאסעלע זינגט" און מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע, איזעס סאך קלארער, און פארשטייצעך אויך שענער, האסט אמאל געהערט לעולם יהא אדם?

וו"מ: איך בין נישט אין די חזנות ליין, אבער די וואס גלייכן חזנות זאגן אז ס'איז טאקע זייער שיין, עניוועי, אז לחיים געט עפעס ארויס, ווי שלעכט קענעס שוין זיין?

יי"ל: און צום ערשטן מאל, גייט מען אויך קענען פארשטיין פונקטליך יעדעס ווארט וואס ער זאגט, ווייל אונז געמער ארויס א בוך, ס'קומט צוזאמען מיטן טעיפ, דארט גייט שטיין יעדעס ווארט, סאיז א הערליכע בוך.

וו"מ: כ'הער וואס דו זאגסט, ווען גייטעס זיין אין די סטארס?

יי"ל: מיטן אייבערשטענס הילף וועטעס נאך זיין דעי וואך.

וו"מ: פאר כ'לייג אראפ, האבעך דיר געוואלט זאגן, די טעיפ עתיקא קדישא, איז עפעס מורא'דיג, דער עולם האט הנאה דערפון, אז דו ליינסט שוין יא, קענסטע זעהן וואס דער עולם שרייבט דערויף.

יי"ל: יא יא, כאגעזעהן, דער עולם שרייבט זייער שיין, און די טעיפ איז שיין, ס'גיבט אריין חיזוק ווייטער אנצוגיין.

וו"מ: זאגמער, ווען ס'קומט ארויס, קריגעך א סידי? מעגסט ווען ווארפן א גורל, יעדער וואס שרייבט א תגובה, גייט אריין אין א גורל אויף די נעקסטע סידי.

יי"ל: נישט קיין שלעכטע פלאן, מ'דארף רעדן דערוועגן כ'מיי....

וו"מ: איין מינוט.

--------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

וו"מ: אנטשולדיגט כ'דארף אראפלייגן, מ'רופט דא פון ווייסן הויז...

יי"ל: א גוט יאר.

וו"מ: א גוט יאר, שכוח פארן קאל'ן.......................
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 7:28 pm

שכוח פאר די פריידיגע נייעס, איך זעה אז די ביסט שוין גארנישט סתם א מאכער עס איז סיריעס סטאף.

אז די רעדסט שוין יא צו אים פרעג אים ביטע צוויי פראגן בשמי, א) וואס טוט זיך מיט די יודישע טעיפ ענליך צו לחיים אידן וכו' וואס האט געברויכט ארויסצוקומען. ב) גייט דער נייע טעיפ טאקע זיין אזוי ווי לעולם יהא? איך מיין מיט דעם צופרעגן אויב מען גייט לאזן אלעס ארגינעל און נישט טון אזוי ווי דער עוד יוסף חי ארויסגעבער.

(דרך אגב: גייט ער דארט אויך ארויפלייגן די: אהיים אהיים?)
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:27 pm

דאס ביכל פון די אידישע ניגונים געפעלט מיר בעסער ווי אלעם,
איך קען כמעט אלע ניגונים פון יאסאלע'ס אידישע קאלאקשאן, נאר די ווערטער קלעבן מיר נישט,
למשל אזא ניגון ווי מיין יארצייט ליכט, וואס ענגידט זיך מיט יתגדל ויתקדש שמי' רבה, דער ניגון איז א מורא'דיגע נאר די ווערטער איז מיר אומפארשטענדליך,

ביי די וועי וויכטיג..., וואס טוט זיך מיטן ניגון פון אהים אהיים?
ווען דו קומסט צוריק פון דעם קאל פון ווייסן הויז, פרעג אים נאר דעם לאנגזאם, (ער זאל נאר נישט זיין לאנגזאם ביים ארויס געבן דעם טעיפ),
צו גייט ער ארויס געבן דעם ניגון אהיים אהיים, סוף כל סוף רעדט יאסאלע דארט וועגן די מדינה, און ווי פארשטענדליך וועלן זיך אסאך מענטשן אפהאלטן פון קויפן א טעיפ וואס זינגט וועגן די מדינה..

פרעג אים אין קום צוריק מיט א תשובה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 5:18 pm

wildturkey האט געשריבן:שכוח פאר די פריידיגע נייעס, איך זעה אז די ביסט שוין גארנישט סתם א מאכער עס איז סיריעס סטאף.

אז די רעדסט שוין יא צו אים פרעג אים ביטע צוויי פראגן בשמי, א) וואס טוט זיך מיט די יודישע טעיפ ענליך צו לחיים אידן וכו' וואס האט געברויכט ארויסצוקומען. ב) גייט דער נייע טעיפ טאקע זיין אזוי ווי לעולם יהא? איך מיין מיט דעם צופרעגן אויב מען גייט לאזן אלעס ארגינעל און נישט טון אזוי ווי דער עוד יוסף חי ארויסגעבער.

(דרך אגב: גייט ער דארט אויך ארויפלייגן די: אהיים אהיים?)


כאבעים געפרעגט בשמיך, אבער ער ווייסט נישט ווער דו ביזט!

ער האט מיר געזאגט אז ער האט געליינט דיין תגובה, ביידע, סיי ער און סיי איך, זעמער געווען אף ליין, האמערזעך פראבירט צו דערמאנען דיינע פראגן אויף אויסעווייניג, שטייצעך אז נישט אלעס האט מען געדענקט.

וועגן די יודישע טעיפ א_וואו לחיים יודן, זיי ארבעטן דערויף, ס'איז נישט פון די גרינגע זאכן, ס'קען נאך נעמען א יאר, (פאר די וואס האבן געהערט ר' יונתן שווארץ'ס אינטערוויא אויף קול מבשר, ווייסן אז א טעיפ קען נעמען 3 יאר ביז ס'איז פארטיג)

און די ענטפער אויף דיין צווייטע פראגע איז, זיי האבן נישט צוגעלייגט קיין מוזיק, וואו די עוד יוסף חי ארויסגעבער האט געטוהן, זיי האבן עס געלאזט ארגינעל אזוי ווי "לעולם יהא".

דיין דרך אגב פראגע האבעך פארגעסן, (מעיבי נעקסטיים)

דרך אגב, (נישט די ניק, [כליפ כליפ...])טענקס פאר די קאמפלימענט!

שאצי, ווען איך האב מיט עם גערעדט, האבעך נאכנישט געהאט געליינט דיין תגובה, סאו כאנישט קיין ענטפער וועגן ספעסיפיק ניגונים.

און טאקע, וועגן דעם ביכל, האטער מיר געזאגט, אז דאס איז ווארשיינליך מער אינטערעסאנט ווי די גאנצע טעיפ, ווייל אז מ'פארשטייט די ווערטער, איזעס סאך אינטערעסאנטער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:29 am

ממש א פלא, כ'קען קוים צו זיך קומען, די ערשטע פראגע וואסעמיר געליגן אויפן צינג, האט ווילדער טערק געפרעגט בדרך אגב, און שאצי, בדרך אפשר.

קודם יישר כוח פאר די הערליכע אינטערוויו, שנית איבער דעם אהיים אהיים ניגון וואס הר כרמל וויין וועט זיך גיסן בלא בלא בלא, זאל ער בעסער נישט אריינשטעלן, אלס ביזנעס ווייז, אויסער אלס אידישקייט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:12 am

וויכי דיין פענע איז דאך ווי געגאסן דעם הר הכרמל אינדער-אהיים אריין, יעדעס מאל וואס כ'זעה פון דיר עפעס פון אינדרויסן ווייסיך שוין אז דא קומט א גוטס.

יא ס'געדורט אמאל ביז כ'באכלעפטשע מיך אנצוקומען איבעראל, אבער צו דיין ארטיקל קומט זיך דיר א אויסצייכענונג, ווי אזוי דו ביסט געזיצן און געארבייט מיט דריי מוחות, דיינס לאנג. צייט. און עס מיינט זיךביים לעזן אז טאקע, יא ענק האט כמעט עכט גערעדט, דו ביסט דער בעסט אוו דע קיינד.

קיפ איט ארויפצו...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 8:41 am

vicki can i stop in already in my local music store to pick it up?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 9:24 am

וויכי ;l;p-

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:43 pm

וואס הייסט ער ווייסט נישט ווער איך בין ? פרעג אים נאר אויב ער קען ווילדער (שאול יצחק) אינדיג.


וויכי א ריזידיגע שכוח פארן אינזינען האבן, כאב גראדע הנאה אז די וויכטיגע פראגען וואס איז מיר נוגע צו איך זאל עס קויפן האסטו יא געדענקט, ליידער די דרך אגב פראגע איז מיר נישט נוגע צום קויפן העכסטנס וועל איך עס אריבערמישן......
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:44 pm

מיר ווארטן אויף אן אפדעיט פון דעם סידי. מ'וועט "פליען" און קויפן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:09 pm

דזשאסט אין, די טעיפ איז אויפן וועג צו די סטאר'ס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:09 pm

ענדליך!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 2:43 pm

טררררררררררררררר.........

לי עוועניו פאטא, שלמה זלמן רעדט דא, ווי קען איך אייך העלפן?

צייטליך: זאג, איז הירצקא דארט?

לי פאטא: ניין, ער קומט אריין נאכמיטאג, וואס איז?

צייטליך: נא, ס'גוט, זאג, דער נייער טעיפ פון יוסעלע איז שוין דא?

לי פאטא: יא, ס'פונקט יעצט אריינגעקומען.

צייטליך: זייער גוט. איר ווייסט אויב דאס איז א שיינער טעיפ?

לי פאטא: כ'העל אייך זאגן, איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער אז איר דארפט א דעטאלירטער באריכט גייט אריין אין 'היכל הנגינה' פון קרעטשמע, דארט האט וויכי אראפגעלייגט א הערליכער ארבייט, ער הא..

צייטליך: ווי אידאס???

[רעדט מיט א קאסטומער: יא, דארט אויף די לינקער זייט....... עעעמממ.. דאס איז זעכצען דאללער, אז איר נעמט עס מיט א בעטערי איז עס נאך דריי דאללער........ נו נו, פלאס טעקס קומט עס אויס אזויפיל....... דאס איז דיין בעג, הצלחה.]

לי פאטא: אנטשולדיגט. נו, ווי האלטן מיר, יא. ס'איז אויף "אידישע וועלט" ביי די נגינה אפטיילונג.

צייטליך: אההה, אהא, און ווער איז דאס וויכי??

לי פאטא: נו, גילו.

צייטליך: אה, נע, עס גייט מיר נישט אן ווער דאס איז, אבער אז די רעדסט מיט אום גיב אום איבער אז ער איז אויסערגעווענליך גוט. זאג אום אז איך האב זייער הנאה געהאט מיט זיין אינטערוויוא מיט דעם לאנגזאם אינגערמאן.

לי פאטא: אה, איר האט עס שוין אויך געליינט? סארא פיצי וועלט..

צייטליך: פיין גוט, גיימער עס באלד קויפן.

לי פאטא: גוט, הצלחה.

צייטליך: ביי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 6:10 pm

צייטליך, דו האסט אריינגעקאלט ווען איך בין דארט געווען? טאמער יא, ביסטע א געפערליכע עםם... כ'וויל נישט זאגן וואס, ער האט נישט געזאגט אז ס'ליגט אויף די לינקע זייט, ער האט געזאגט אז ס'ליגט אויף די רעכטע זייט! (ער איז גראדע נישט גערעכט געווען, אבער אזוי האטער געזאגט!)

עניוועי, דיין אינטערוויא מאשין איז סטילל די בעסט אן די מארקעט!

און יעצט וועגן די טעיפ, כאבעס נאכנישט געהערט, אבער ס'איז געפאקט אין אזא סטייל האלטער אזוי ווי יונתן שווארץ האט געפאקט זיין טעיפ, אזא גרויסע האלטער, מסתם ווען די ביכל.

אונז העמער ווארטן אז צייטליך זאל ברענגען א ריפארט פון די סי די....

צייטליך, אפראוו'סט די תגובה?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:27 pm

מיר האבן שוין ב"ה איינגעהאנדעלט דעם רייכן טעיפ און איבערגעהערט אפאר מאל עס ליגט א מייסטער ווערק אין די עצם סידי, אבער נאך א גרעסערע אין די ביכל.

די סידי ארבעט ביי מיר אינדערהיים בייטאג און ביינאכט וואס אפי' מיין ווייב האט נישט געווענליך ליב חזנות אבער אז מען פארשטייט וואס ער זאגט איז די סצענע (ורענע) אינגאנצן אנדערש, ווען איך זאל ווען האבן געדולד וואלט איך איר שוין אויסגעלערנט אביסל פי' המילות אויך כדי זי זאל קענען הנאה פון נאך אזעלכע הארציגע שטיקלעך פון יוסעלע.

די סידי

די סידי איז זייער קלאר ממש א פארגעניגען צו הערן מיט אזא קלארקייט דעם בערישע מלך החזנים נאכדערצו אויף די אידישע ניגונים איז דאך דאס ספעציעלע הארציגע שטיקלעך וואס מיט יוסעלעס געוואלדיגע קרעכטס איז עס א דבר השלם, עס הערט זיך אסאך געשמאקער ווען מען פארשטייט וואס ער זאגט (קודם ווייל עס איז קלאר, און די שווערע ווערטער קוקט מען איינמאל אריין און נאכדעם הערט מען עס שוין), גראדע פאר מיר איז געווען א חידוש אפאר (הערליכע ציגייענדע) ניגונים ווייל איך האב זיי נאך קיינמאל נישט געהערט.

די ניגונים אויפן טעיפ ציילען זיך צו דרייצן
1) לאמיר זעך איבערבעטן
2) א אידישע מאמע
3) קלי קלי
4) א סעודה'ניו
5) יאַרצייט ליכט
6) נישט ווייט צו גיין-אוי דוד דוד
7) פאסטוך'ל
8) רחם
9) שולמית
10) א געבעט
11) די נבואה
12) די טלית'ל
13) היילילולילו

7 8 9 10 11 12 האב איך קיינמאל געהערט פאר די אוצר איז ארויסגעקומען (נישט אז עס איז נישט געווען, נאר איך האב עס קיינמאל נישט געהערט).

די ביכל

עס פאנגט זיך אן מיט זייער א שיינע ביאגראפיע פון יוסעלע וואס דאס אליינס נעמט אויף אפאר בלעטער, אבער נאכדעם ליגט די עיקר ארבעט, יעדע ניגון שיין ארויסגעשריבן די ווערטער וואס איז אמאל נישט מעגליך געווען צו פארשטיין נאר פון הערן, איך געדענק ווען איך האב איינמאל גענומען די מיה (פון די מיה קלאזעט) און זיך אראפגעזעצט מיט א טעיפרעקארדער - וואס פארמאגט די אפשען פון slow/fast - אויף יוסעלעס אידישע ניגון און איך האב פרובירט אראפצושרייבן וויפיל איך האב פארשטאנען, געווען פלעצער וואס איך האב מיך געפערליך געמוטשעט וואס ער זאגט און ביז יעצט האב איך עס נישט געוואוסט, איז פאר מיר איז עס געווען א אויסערגעווענליכע אוצר.

פאר א יעדע ניגון ליגט א קורצע הקדמה וואס ברענגט ארויס (די דיקעקייט פון די ביכל, נאר א דשאוק) זייער שיין אין א קורצע ווארט וואס יוסעלע ברענגט ארויס אין דעם ניגון, וואס גראדע פאר פרויען קומט דאס ספעציעל גוט צוניץ.

אויף די ניגון פון פאסטוך'ל זינגט יוסעלע עפעס אויף (לכאו')רוסיש און די ביכל טייטשט עס איבער (וואס אן דעם איז בכלל נישט אינטערסאנט די ווערטער)


וויכי טוה מיר א טובה און פרעג דעם הרב לאנגזאם וואס עס גייט פאר מיט טרעק 9 אינעם ביכל? עס איז נישט אראפגעשריבן געווארן אלע ווערטער עס פאנגט זיך נאר אן אינמיטן, און טרעק 10 ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם ביכל???
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 3:33 pm

וויכי ייש"כ איך האב גיט געלאכט,
יעצט צום ענין, דאס רעדעלע דרייט זיך שוין ביי מיר אין קאר, איך האב נאר אפאר פראגן,
1)ווער איז דאס דארט יוסעלע'ס תלמיד וואס העלפט אים דארט ארויס ביי די סעודה'ניו
ער זינגט פיין אבער זיין עיקר מעלה איז שאם יזכה יבחין מה בין בני לבן חמי, וואס דער איז אויך גארנישט אוועקצומאכן, ספעציעל קומט אים א גרויסן דאנק אז לכבוד אים הערט מען יוסעלע הארמאנייזן היי אין לאו.... איי ווי געשמאק .......דעם יין המשיייהיהימער, אזש ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז גאר געמאכט אין א סטודיא.
2)ביי מיר אין בונקער בדרך כללל גייט איבערן טאג די קענטאריעל שאו פון מאסטלי מויזיק, אמאל ווערט ער טאקע הייזעריג פאר אפאר שעה, אבער אזוי קע"ה זינגט ער פיין,
וואס?....
נעע חליחלה....חס ושלום ... ווען זי הייבט אן צי זינגען טראסקעט די וואליום נעבעך אריין אין די אדמה צוזאמען מיט די סטאקס, אדער גאר ווי לעווי אין א שנייאיגע טאג,
אקעי טו זע פוינט... איך וויל מברר זיין צי יוסעלע זינגט אויף א טעיפ מיט זיי (ליין מיט זי...) צומאל צוזינגט ער זיך דארט וכל מאמינים וכנראה לי ..כ'מיין כנשמע לי דאכט זיך מיר אז דאס לידלל זינגט ער מיט יענע חברה, נאכאמאל איך זאג נישט פאר זעכער (נישט זיך טועה זיין מיט זארעך... ער איז יעצט ביזי להחזיר עטרה ליונטאאש)
אבער ווי ש'טיינס געזאגט טו סעט זע רעקארד סטרעיט, וואס באהאלט מען נאך פון אינזץ.
3) אזוי ביי אינץ אין בונקער פון מאל צו מאל ציזינגט זעך יוסעלע אזוי נישט מיר נישט דיר, מער אזא פרייליך לידל אז אלעס וועט שוין זיין גוט, אהעעעם אהעעם ברידערלעך אהעעם........
אלס איינער וואס אויפגעוואקסן אין א ריין סאטמערע אטמאספערע, ווינדער איך זיך וויאזוי ביים היימישן עולם פארשטיפט מען די דאזיגע דערקוטשענדע פראגע אין די פארשטיפפסטע קעמערלעך פון מוח,אז מזאל אפי' ממש מיינען אז נעע....ס'האט זיך דיר געדאכט....ביזט זיכער? האסט אליין געהערט??
פארדעם וויל איך דא אויסגעבן מיינע ספיקות, אולי יחוס אפשר האט איינער פראם מיי סייד אף די אייל עפעס א זאכליכער ענטפער,
די פראגע שטעלט זיך הזאת נעמי? וואס איז עפעס מיט שאני מינות דמשכי,
אדער בעסער געפרעגט פארוואס גרויסע רבי'ס ווערן אפגע'פסל'ט אז מ'וועט זייערע ספרים נישט אריינברענגען אין אינזערע שולן, משא"כ ביי דעם ענין נעמט מען איין א שטומעניש.
אלו דברי אני החו"מ בעילאוט לכבוד די ליידיגע צייט ערב די נייע יאר למספרם. ווען אלע גוים דא ביי אינז ציען אפ איינס ביי איינס

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 10:57 am

אזויווי מיר זענען אלע געבליבן אויסגעשפילט פון דעם כהנא, ווי שוין פריער ערווענט דורך ווילדער אינדיק, דעריבער וועלן זעך צאמזעצן די גאנצע חברה דא אין היכל הנגינה אין מ'וועל מיר צוזאמען האפענטליך באווייזן דאס אוממעגליכע אין אויפברעכן די קאודס פון די צוויי ניגונים,

קודם לאמיר פרובירן די ערשטע העלפט פון טרעק 9

ווי איך פארשטיי נישט וועל איך לייגן פינטעלעך......

איך בעט דיך די גרויסער שטארקער ג-ט,
וואס די האסט געהאלפן דיין פאלק אמאל,
ווען זיי האבן אין דער וויסט...קיין וואסער געהאט,
האסטו זיי וואסער דארט {דא} געשיקט אן א צאל,

נו לאז שוין דיין נס, דא, מיט תפילות געשענקט,{מיט פיל לויב געשען},
לאז מיר פאר דורשט, דא , נישט שטארבן פערגיין אט , אאאאאט אט אאט,
עס איז דאך זייער, זייער, א ביטערער............{סוף}


א ........זעה איך דארט, גענומען ....... פון אויבן,
.....................................................
..................................................
........................ער איז אוועקגעפלויגן
אפולע ים מיט וואסער זעה איך דארט


רבותי, ביטע לייגט צו א יד איך ברעך זיך דא קאפ.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 11:47 am

איצטערט לאמיר פרובירן גיין צו די 10'טע טרעק

מיט א צובראכענעם הער....,{אין מיט גלייבן און דיר},
....איך יעצט פילן זאל יעדער מיט מיר,

וויינען קלאגן אויף דעם אומגליק פון די מלחמה......,

ער פארוואנדערט פאר מיר טרויער א קרעכץ,
ער רייסט אונזערע בעסטע קינדער אוועק,
אין פלאם פון פייער ברענט עס אזוי {ווייט}....אזוי {ווייט},

טאטע מאמע שוועסטער ברודער,ווייב אין קינד,
לאמיר בעטן ג-ט זיי זאלן זיין געזונט,

ג-טעניו, טאטעלע, שענק אונז אצינד,
ברענג יעדן דאס טאטעלע געזינטערהייט צוריק,
ווער ווייסט נאך ווער, ווי דו מער,
ווי קינדער האבן קומט אן שווער,
{דארט} אונזער ג-ט אונזער געבעטער הער,

רחמנות האב אויף יעדערן,{אויב די ביסט נישט אויף זיי},
עס איז יונגע לעבן יונגע בלוט,אוי ג-ט {ס' טוט זייער וויי},
זאל זיין שלום שוין ווען ס'קומט.............
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים,


רחמנות האב אויף יעדערן,{אויב די ביסט נישט אויף זיי},
עס איז יונגע לעבן יונגע בלוט,אוי ג-ט {ס' טוט זייער וויי},
זאל זיין שלום שוין ווען ס'קומט.............
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים,

אהיים!!!!!!!


אין איצטערט וועט מען עס אריבערשיקן צו די פראסיענאלע שטאב מגיהים פון היכל הנגינה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 11:50 am

אויך וואלט ער געמעגט שרייבן דער כהנא וועלכע שפראך יוסעלע זינגט דארט אין דער פאסטוכ'ל ניגון.
אפשר ווייסט איינער דא?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:44 pm

bailout האט געשריבן:אויך וואלט ער געמעגט שרייבן דער כהנא וועלכע שפראך יוסעלע זינגט דארט אין דער פאסטוכ'ל ניגון.
אפשר ווייסט איינער דא?

כ'קען שוין דעם ניגון פון אלץ קליין קינד, און כ'האב אלץ געוואוסט אז דאס איז רוסיש. א רוסישער בחור האט דאס אמאל איבערגעטייטשט:
זאגט ער אדונִי! אדונִי! אדוווווווניִ! וויאזוי וועל איך זיך קענען באווייזן דאס פנים פאר מיין האר. וכו' וכו', ער רעדט פון דעם ענין. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 1:13 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:
bailout האט געשריבן:אויך וואלט ער געמעגט שרייבן דער כהנא וועלכע שפראך יוסעלע זינגט דארט אין דער פאסטוכ'ל ניגון.
אפשר ווייסט איינער דא?

כ'קען שוין דעם ניגון פון אלץ קליין קינד, און כ'האב אלץ געוואוסט אז דאס איז רוסיש. א רוסישער בחור האט דאס אמאל איבערגעטייטשט:
זאגט ער אדונִי! אדונִי! אדוווווווניִ! וויאזוי וועל איך זיך קענען באווייזן דאס פנים פאר מיין האר. וכו' וכו', ער רעדט פון דעם ענין. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.

ייש"כ לחיים, ער טייטשט עס איבער דארט אינעם ביכל, ער האט נאר פשוט פארגעסן צו שרייבן וועלכע שפראך דאס איז

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 2:07 pm

ער טייטשט עס אינעם ביכל? אפשר ברענגט איינער אראפ די טעקסט דערפון?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 2:14 pm

אי"ה מארגן

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מוצ"ש ינואר 03, 2009 9:08 pm

אוקיי, שוין געהערט, און יא, כאב ציפעדיגע הערות. נישט ממש ציפעדיג, אבער פארט קעמען נישט איבערלאזן רבי יאסעל'ן אין אזא שפלות....

די ערשטע שאלה איז: פארוואס האט דער לחיים קיין שכל נישט געהאט, און געגעבן די אידיש פאר א גוטן אידישן שרייבער דאס איבערצושרייבן? עס איז דאך ממש א שרעקליכע ווערק, סיי דאס איבערטייטשן, און ווי אויך די אידיש פון די ניגונים.

איצט לעצם הענין, די ניגונים זענען זייער נישט גוט נאכגעשריבן. סייסט? עס איז גוט, אבער אין היידפארק איז געווען אן אשכול מיט די אידישע ניגונים פון יאסעלען. נו, פארוואס האט ער עס נישט געקענט א סערטש געבן, און האבן מער א פונקטליכע און קראנטע זאך.
לדוגמא, אין ניגון 5 האט מען דארט געהאט א גאנצע דיון וואס ער זאגט זאל גיסן א שיין אויפן 'טונקעלן' וועג אדער 'דונקעלן וועג. און ער שרייבט טונקעלן, אפילו מ'קען בפירוש הערן דעם ד'. און נאך און נאך, כאניש קיין געדולד זיך צו שטעלן אויף אלעם.

דאס אז אין ניגון איז רוסיש, האבעך באלד פארשטאנען, אבער ווידער האט דער ארויסגעבער געמאכט א גראבען טעות. ווער ווייסט דען נישט אז אין רוסיש זאגט מען ניין: ניעט? הא? ווער קען נישט די ניגון פון חבד ניעט ניעט בלא בלא? אבער ער האט געברויכט וויכטיג שרייבן דאס מיט א ג..... גיעט... אוטש, קענסט מיר זאגן פאווא?

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » זונטאג ינואר 04, 2009 1:40 pm

דאס איז דער נוסח היינט ביים היימישן עולם ביי אלעם וואס האט שייכות צו שפראך "איש כל הישר בעיניו יעשה", מ'דרוקט, מ'שרייבט, וויאזוי ס'טראכט זיך און וויאזוי ס'שמעקט. איך ווייס נישט צו עס איז פארהאן נאך אזא ערשיינונג ביי סיי וועלכן פאלק. אט האט איינער ארויסגעגעבן לעצטנס א ביכל וואס הייסט "דאס פלאם פון אמאל" מיט יידישע לידער - פארצייטישע און היינטיגע. צווישן די לידער ווערט אראפגעברענגט דאס ליד "אלמעכטיגער גאט", און עס איז געשריבן אינעם ביכל "אלמעכטיגע גאט" (אנעם ר'), נו, האבן זיי געמאכט פון ג-ט א לשון נקבה, גאט זאל אונז בעהיטן פון אזעלכעס. דער שרייבער דארט האט אבער אין דעם אויך נישט קיין קלארקייט און שרייבט אמאל "זיסער גאט" און אמאל "אלמעכטיגע", אמאל מיט'ן ר' און אמאל אן דעם. דאס איז בלויז א דוגמא פון דעם מצב אינעם יידיש-גראמאטיק אין יענעם ביכל, און ס'איז נישט דווקא דאס ביכל נאר טאקע מערסטנס אפיציעל-ארויסגעגעבענע זאכן ביים היימישן עולם.

אגב, הער סאכדעס, וואו האט איר דאס געזעהן? צו איז דאס שוין מעגליך צו באקומען אין די געשעפטן?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zwe און 19 געסט