MP3 PART 2 פינקי וועבער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

MP3 PART 2 פינקי וועבער

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 3:37 pm

טייערע מעמבער'ס לאמיר אייך פארקויפן עפעס וואס איך האב זיך לעצטע וואך איינגהאנדעלט און אין מיינע אויגן וואלט עס אפילו געווען די בעסטע מתנה פאר סיי ווער אימער, הערט ענק איין לעצטע וואך האט מיר איינער געגעבן די MP3 פון ר' פנחס מרדכי וועבער פון געוויסע שיינע חתונות וואס די מחותנים לאזן זיך באצאלן און לאמיר נישט יעצט אריינגיין און די נושא צו עס איז נארמאל אדער נישט נאר לאמיר שמועסן איבער די MP3

הערטס איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי הנאה געהאט פון א טעיפ און מיינט נישט אז איך פארשטיי נישט צו קיין מוזיק אגב בין איך א גרטיסע מבין און איך האב א גוטען שמעק צו מיוזיק אבער די טעיפ איז אויסער ווי געווענליך ממש איך בין צו דעם צוגעבינדן דאס ארבייט סיי אינדערהיים און סיי און קאר און וודאי און אפפיס וואלוועלע זיצט א גאנצע טאג און הערט פינקי און ער איז זיך מחי' סוי פארוואס זאלן אנדער נישט הנאה האבן צו הערן,

סוי טייער חברים לויפטס און קויפטס די MP3 PART 2 פון הבדחן מיט די ה' הידועה ר' פנחס מרדכי וועבער און איך זאג ענק צו שעות פון קורת רוח שעות פון RELEX יא פינקי איז א יונגערמאן מלא תוכן א יונגערמאן מלא טאלאנטן סיי וויאזוי ער לייגט אארפ א ניגון און סיי זיינע דרייערלעך און סיי זיינע שטיקלעך און סיי זיין געשמאק און בעיקר זיין ווארים הארץ ער וועט ענק אויפהייבן און העכערע ספערן אזש אז איר וועט זיצן מיט צוגימאכטע אויגן און פליען און די הימלען,

איך זאג ענק נישט אויפגעהערט צו הערן די טעיפ איבער א וואך און איך האלט נאך ווייט פון צו פלאנען אויצוגעבן סוי האט שכל און לויפט און קויפט

קרן שמואל ישעי' פארקויפט עס

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 8:58 pm

עס איז זייער א לאנגע נושא, און איך ווייס אז איינמאל מען וועט דא אנהייבן רעדן דערפון וועט מען נישט אזוי שנעל ענדיגן, און דער עיקר אז עס וועט אוועקנעמען דער עיקר "פוינט" וואס די ווילסט ארויסברענגען בונגע פינקי'ן.

בנוגע קאפיען, איך גיי נישט אריין אין דעם עצם ענין פון קאפיען סידי'ס, דאס איז גאר אן עקסטערע ענין.

ביים קאפיען א געהעריגע מוזיק סידי, געשעהט איין זאך, דער ארויסגעבער גיט ארויס א סידי אז יעדער זאל עס עקסטער קויפן און צום סוף קויפט עס איינער און טיילט המוציא (המוציא? גאנצע חלות!) פאר יעדן!
משא"כ ביים קאפיען אזא סידי, פינקי וועבער פארקויפט דען סידי'ס?? פינקי פראדוסט דא זיינע גראמען? ער האט גארנישט מיט די גאנצע זאך, דו שטיצט אים מיט'ן קויפן/הערן דאס??

פונקט פארקערט, ביי יעדער וואס הערט עס האט פינקי שאדן, ער קען שוין מער דעם משל נישט איבערזאגן, ער קען שוין מער נישט נוצן דעם ווארט, ווער רעדט נאך אויף דעם ניגון, ביסט משוגע? א האלבער שטאט האט עס שוין געהערט אויף די MP3's, וכו'

איינער מאכט חתונה און טיילט אביסל ארום דעם טעיפ פאר קרובים און ידידים, פיין! אבער גיין צאמנעמען און מאכן פון דעם א גאנצער געשעפט, איך רעדט נישט פוון ווער ס'מאכט געלט אויף וועמען, אבער די פוינט איז דאכצעך פארשטענדליך.

אוועטאר
חאצקל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:49 pm

תגובהדורך חאצקל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:09 pm

די שאלה דא איז אויב פינקי האט געגעבן רשות עס צו צו פארקויפן.
א מזל איך האב ברילן, ווען נישט וואלט איך גארנישט געזעהן

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:17 pm

פינקי ביסט א מעמבער דא?? נו רעד אריין. :roll:

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:20 pm

יא!!! איך בין א מעמבער!!!!


האסט אוודאי געמיינט אז ער וועט ארויסגעבן זיין ניק...........
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
חאצקל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:49 pm

תגובהדורך חאצקל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:27 pm

ס'איז לאו דוקא פינקי, די זעלבע איז מיט אלע זינגער און בדחנים, געוויסע טעיפ גמ"ח'ן גיבן ארויס טעיפס פון דינערס און פארשידענע מסיבות, דערנאך גייט ער און ער שטעלט צוזאם איין טעיפ מיט קוואוטס פון שיינע שטיקלעך פון איין זינגער און פארקויפט עס, כ'ווייס אויב א זינגער וואלט מסכים געווען דערצו איבערהויבט אויב ער אליין גיט ארויס טעיפס, אויף קול מבשר האב איך אמאל געהערט א אינטערוויו פון רבי יענקל מיללער, ווי ער רעדט זיך שרעקליך אפ אויף דעם וואס געוויסע מענטשן גיבן ארויס טעיפס פון בדחנות וואס ער זאגט אויף געוויסע פלעצער, ער טענה'ט אז מענטשן זענען אים אינטערסירט צו הערן, אבער אויב קען מען אים הערן אויף טעיפס טא וואס דארף מען צאלן אים רופן אויף שמחות. איך האלט אז א יעדע אזא טעיפ מיז ארויסשטיין אויב סאיז מיט רשות, אויב טאר מען עס נישט קויפן.
א מזל איך האב ברילן, ווען נישט וואלט איך גארנישט געזעהן

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:24 pm

Part 2 ?

איך זעה נאר איין MP3, אויב איז דא א נייע חלק, העלן מיר עס קויפן בל"נ.

דא האב איך אמאל באשריבן הר"ר פנחס וועבער לפי מיטב הנאתי ושכלתי.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 6:09 pm

אבער דארפסט חאצקל פארשטיין -חאצקל - אז עס איז דא א חילוק צווישן זינגער'ס און בדחנים (רעדנערס).

ביי א זינגער זעה איך נישט קיין אזא פראבלעם, ווייל א זינגער קען אלס איבערזינגען די זעלבע זאך, ער איז ס"ה א "זינגער",
משא"כ דער גראמער, ווערטלער, דער בעל דרשן, וואס זיין עקיר איז "וואס ער זאגט" דאס איז א שטארקער פראבלעם.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 9:22 am

קודם צו דיר יגר איך ווייס נישט צו עס הייסט PART 2 אבער וועט פרעגן פון קרן שמואל ישיעי' פאר די 2טע וועט ער פארשטיין וואס די ווילסט, און צו אלע אנדערע וואס פרעגן אויב פינקי איז מסכים לאמיר ענק ענטפערען איך האב אמאל גערעדט צו ר' פינקי וועגען דעם האט ער מיר געזאגא די פוינט אז אמאל האב איך געדארפט טוישן מיינע דזשאוקס איינמאל א יאר, אבער היינט דארף איך עס טוישן ממש יעדע וואך ווייל ביי יעדע שיינע חתונה וואס פינקי גראמט ווערט עס און א מינוט אויסגעשפרייט איבערן גאנצע שטאט,
אבער די MP3 פון וואס איך רעד איז שוין פון חתונות פון מער ווי א יאר צוריק און צו אזא זאך גלייב איך איז פינקי מסכים און אדרבה ער האט אפילו הנאה עס איז פאר ים א געוואלדיגע אדווערטייזמענט, לכאורה ווער עס כאפט א היטש און מיין קאר וועט ער ווען ער מאכט חתונה זיין נעקסטע קינד נעמען פינקי אויב ער אי אוועיליבעל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט