מוצ"ש מקימי קאנצערט (געטוישט קעפל)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

מוצ"ש מקימי קאנצערט (געטוישט קעפל)

תגובהדורך פלאפי יוד » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 2:01 pm

אי"ה דעם מוצש"ק וועט פארקומען א קאנצערט און מאנהעטן פון איטליכע גרויסע זינגערס.

דער קאנצערט איז א פנימי (פריוואטע) קאנצערט. עס ווערט צוגעשטעלט און באצאלט דורך א גביר פאר 'מקימי ארגענעזאציע' א חנוכה צוזאמקום פאר קראנקע יודן און זייערע משפחות (נישט פאר וואלענטירס.) מ'פארקויפט נישט קיין טיקעטס און עס איז נישט דא קיין טיקעטס צו באקומען. ס'איז נאר פאר מקימי פעישענטס און פאר פאטענשאל דאנארס (מעגליכע נדבנים.) אריינצוקומען דארף מען פאראויס באקומען א טיקעט.

עס וועלן זיין דארט אי"ה:
יוסי גרין,
שלמה טויסיג,
שלמה גערטנער,
ישראל וורדיגר,
פנחס וועבער (וואס וועט זינגען א קארלבאך מעדלי,)

מיוזיק: פרייליך בענד,

די נאכט ווערט פראדוסט דורך יוסי טיבערג, און גערשי מאשקאוויטש

TEAM PRODUCTION
לעצט פאראכטן דורך פלאפי יוד אום מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 8:08 pm

נו וואס ווילסטו יעצט? איך קען דאך עניוועי נישט גיין...

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 9:06 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:אי"ה דעם מוצש"ק וועט פארקומען א קאנצערט און מאנהעטן פון איטליכע גרויסע זינגערס.

דער קאנצערט איז א פנימי (פריוואטע) קאנצערט. עס ווערט צוגעשטעלט און באצאלט דורך א גביר פאר 'מקימי ארגענעזאציע' א חנוכה צוזאמקום פאר קראנקע יודן און זייערע משפחות (נישט פאר וואלענטירס.) מ'פארקויפט נישט קיין טיקעטס און עס איז נישט דא קיין טיקעטס צו באקומען. ס'איז נאר פאר מקימי פעישענטס און פאר פאטענשאל דאנארס (מעגליכע נדבנים.) אריינצוקומען דארף מען פאראויס באקומען א טיקעט.

עס וועלן זיין דארט אי"ה:
יוסי גרין,
שלמה טויסיג,
שלמה גערטנער,
ישראל וורדיגר,
פנחס וועבער (וואס וועט זינגען א קארלבאך מעדלי,)

מיוזיק: פרייליך בענד,

די נאכט ווערט פראדוסט דורך יוסי טיבערג, און גערשי מאשקאוויטש

TEAM PRODUCTION

ביסט אויך פון די פאטענשאל נדבנים, אדער איינע פון די זינגערס גאר?

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » זונטאג דעצמבער 21, 2008 1:25 am

קודם, ווער זאגט איך גיי? און אויב יא, נ'אפשר בין איך א פאציענט? (חלילה)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג דעצמבער 21, 2008 5:15 pm

יא די פארזאמלומג איז געווען עפעס למעלה למעלה, פינקי וועבער איז גע'קארלב'אכט און אוודאי אויך געזינגען פרישע זאכן, וויא ויך - פארשטייט זיך - יוסי גרין, ווי עס דריקן זיך אויס די וואס האבן זיך באטייליגט דארט, אז עס איז געווען א פארזאמלונג "צום געדענקן"!!

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 21, 2008 9:29 pm

שראליק האט געשריבן:נו וואס ווילסטו יעצט? איך קען דאך עניוועי נישט גיין...

שראליק האט געשריבן:יא די פארזאמלומג איז געווען עפעס למעלה למעלה, פינקי וועבער איז גע'קארלב'אכט און אוודאי אויך געזינגען פרישע זאכן, וויא ויך - פארשטייט זיך - יוסי גרין, ווי עס דריקן זיך אויס די וואס האבן זיך באטייליגט דארט, אז עס איז געווען א פארזאמלונג "צום געדענקן"!!

וויאזוי שטימען די צוויי תגובות?

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:56 am

בא הכתוב......
שראליק האט געשריבן:ווי עס דריקן זיך אויס די וואס האבן זיך באטייליגט דארט, אז עס איז געווען א פארזאמלונג "צום געדענקן"!!
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 11:02 am

איך הער אז עס איז גענומען געווארן פראפעסיאנאלע ווידיאו (אפשר פלאנען זיי עס צו פארקויפן?)
אזוי אויך האב איך נעכטן געכאפט א שמועס מיט די בעה"ב פון מה נשמע, און ער האט מיר געזאגט אז ער פלאנט ארויפצולייגן ווידיאו קליפס פון די קאנצערט.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:44 pm

וועיט טא סי יא יא ווי איך זעה פון דיינע תגובות ביסטו אלל די וועי פאר זינגען סוי אן די מינוט די ווידיאו איז ערגעץ אויפן אינטערנעט ווי דזשעי נעט קען צוקומען טוה מיר א טובה זיי מיר מודיע אבער געדענק דוקא אויב עס איז אויף א סייט וואס דזעי נעט לאז עפענען ווייל טאמער די גייסט עס לייגן און א פלאץ ווי דזשעי נעט לאזט נישט אריין זאלסט זיך אפילו נישט דערוואגן צו טוהן ווייל די גייסט מיר פאר פלעין אנרייצן

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:50 pm

וואלוועלע: דזשעי נעט האט באלד 10 לעוועלס...

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 2:01 pm

לעוועל 2

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 7:05 pm

יא יא האט געשריבן:איך הער אז עס איז גענומען געווארן פראפעסיאנאלע ווידיאו (אפשר פלאנען זיי עס צו פארקויפן?)


הער זיך מיר איין יא יא, איך קען גוט די בעלי בתים פון דעם קאנצערט, און ביז זיי וועלן ארויסגעבן די ווידיא קען געדויערן ווער ווייסט ווי לאנג, (נישט פארגעסן אז די ווידיא פונעם שיפל זומער איז נאך נישט ארויסגעקומען.....) סא די רגע דו לייגסט א האנט אויף א ווידיא לייג אים גלייך ארויף דא אין קרעטשמע. (און יא יא, דו האסט א גוטע רעפוטאציע ביי אונז צוצושטעלן סחורה.)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 7:48 pm

wilturkey ש'כח!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 11:09 am

פלאפי יוד האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:איך הער אז עס איז גענומען געווארן פראפעסיאנאלע ווידיאו (אפשר פלאנען זיי עס צו פארקויפן?)


הער זיך מיר איין יא יא, איך קען גוט די בעלי בתים פון דעם קאנצערט, און ביז זיי וועלן ארויסגעבן די ווידיא קען געדויערן ווער ווייסט ווי לאנג, (נישט פארגעסן אז די ווידיא פונעם שיפל זומער איז נאך נישט ארויסגעקומען.....) סא די רגע דו לייגסט א האנט אויף א ווידיא לייג אים גלייך ארויף דא אין קרעטשמע. (און יא יא, דו האסט א גוטע רעפוטאציע ביי אונז צוצושטעלן סחורה.)

די קליפס זענען נישט מורא'דיג קלאר אבער עס איז גאנץ פיין, און יא יא עס ארבעט מיט דזשעי נעט.


שלומי טויסיג

ישראלי ווערדיגער

יוסי גרין מיט ישראלי ווערדיגער שלומי אויסיג און שלומי גערטנער

יוסי גרין

פינקי וועבער
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:05 am

יא יא שכוח, האסט מיך מחייה געוועהן, כ'האב מיך פארסמאקעוועט דערמיט.

די בעסטע גלייך איך יוסי גרין מיט די צוויי שלמה'ס און שרולי.

די פינקי חלק מוטשע איך מיך נאך צו פארשטיין ווי ס'איז אריינגעקומען.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:12 pm

קודם כל פארשטיי איך נישט פארוואס דער אשכול הייסט "יוסי גרין קאנצערט", בשעת עס האבן אנטיילגענומען דערין פינף זינגערס.

והשנית, יוסי גרין זאל זיך האלטן צו קאמפאוזען ניגונים. זיין קול איז רח"ל נישט אין מויל צו נעמען. כ'פארשטיי נישט פארוואס ער זינגט בכלל. (איזאק, ביזט מיט מיר?)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:17 pm

מאשקע איך בין אויך מיט דיר 'אל דע וועי'

דאס ווערטל דיינער " זיין קול איז רח"ל נישט אין מויל צו נעמען." איז געוואלדיג!!!!!!!!!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:22 pm

און צו דיין ערשטע שאלה מאשקעלע, פארוואס ס'האט געהייסן 'זיין' קאנצערט, ווייל למעשה איז ער געוועהן דער גאנצער קנאקער דארט, אנדערע זינגערס זענען געוועהן גאנצע 6 מינוט אויף STAGE בעת ער איז געוועהן א האלבע נאכט אויף'ן STAGE און ווען די אנדערע זינגערס זענען צוריקגעקומען איז עס נאר געוועהן צו זינגען זיינע ניגונים.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:29 pm

הער איך, שכוח, און יעצט פארשטיי איך שוין דעם נאמען פונעם אשכול.
An article a day keeps the babies away

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:02 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:און צו דיין ערשטע שאלה מאשקעלע, פארוואס ס'האט געהייסן 'זיין' קאנצערט, ווייל למעשה איז ער געוועהן דער גאנצער קנאקער דארט, אנדערע זינגערס זענען געוועהן גאנצע 6 מינוט אויף STAGE בעת ער איז געוועהן א האלבע נאכט אויף'ן STAGE און ווען די אנדערע זינגערס זענען צוריקגעקומען איז עס נאר געוועהן צו זינגען זיינע ניגונים.

לויט די אינפארמאציע וואס איך האב באקומען איז די פראגראם אנגעפירט געווארן דורך יוסי טיבערג און גרשי מאשקאוויטש, אין הכי נמי ער האט לאנג פארברענגט אויף די סטעידש און דאס איז ווייל ער האט קאמפאזט אזויפיל שיינע ניגונים, אבער פון צווישן אלע זינגערס איז ער געוועהן די ווייניגסטע אויף די סטעידש (אליין) אן איינער זאל אים צוהעלפן. איך מיין אז מאשקע איז געוועהן גערעכט ווען ער האט געזאגט אז די נאמען ברויך זיין עפעס אנדרעש.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:10 pm

נ'שוין, געטוישט ס'קעפל, יעצט זענט עטץ שוין העפי???

:?:
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 4:08 pm

ווען איך זעה די נאמען מקימי ווער איך בשמחה :grin: ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 4:47 pm

יוי העפי, האסט נישט קיין אהנונג ווי פלאפי איך בין...

(קעסטל רעטעניש: טרעף די צעמישטע ווערטער און שטעל עס אויס לויט די רייע, וועט דיר אויסקומען וואס כ'האב געגעסן היינט ביי מיטאג...)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 7:13 pm

מאשקעלע, גלייב מיר ווי איך וויל נישט וויסן.......
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט