וואס זינגט מען חנוכה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

וואס זינגט מען חנוכה

תגובהדורך שטרויזאק » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 9:59 pm

אזוי ווי די שוועסטער-אשכולות וואס זינגט מען יו"ט/שבת וואס זענען גרויס סוקסעס לאמיר דורכשמועסן וואס מען זינגט חנוכה.

קודם איז דא שטייצעך די זמירות איש לפי מנהגו לבית אבותיו הנרות הללו, מעוז צור, רננו צדיקים, מזמור שיר חנוכת הבית וכו' וכו'
אבער ווען מען ענדיגט פאר א האלבע שעה (הלואי...) און ווען מען וויל פארברענגען אביסל מיט די שעפעלעך מיט שירות ותשבחות פאר השי"ת.

ובכן...

יואאאנים יואאאנים נקבצו עלי אאאאזי בימי חשמנים.
אוי יונים נקבצו עלי.
ולך עשית שם גדול וקדוש בעולמך.
על הניסים.
אוי חנוכה אוי חנוכה.
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ.
מיין זיידע און מיין באבע האבן מיר געגעבן חנוכה געלט.
איי העד ע ליטל דרעידל.
סביבון סוב סוב סוב, חנוכה הוא חג טוב.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 8:12 pm

משה גאלדמאן האט אערויסגעגעבן א קאסעטע 3-4 יאר צוריק מיט'ן נאמען "שעשה ניסים"ספעציעל חנוכה ניגונים.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 9:11 pm

ומנותר קנקנים (לעבעדיגע)
ומנותר קנקנים (סקולען)
יונים יונים נקבצו עלי
מעוז צור ישועתי (סקולען)
ניגונים אויף תמניא אפי
ועוד ועוד

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » זונטאג דעצמבער 21, 2008 1:45 pm

אז מען עפענט אזא אשכול טאר מען נישט פארגעסן די נייע קאסעטע פון ר' ירמי' דמן הי"ו אויף חנוכה, דארט איז דא די מעליצער רננו צדיקים, טאמער וועסטו עס זינגען וועסטו נישט האבן א פראבלעם וואס צו טוהן א האלבע שעה.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג דעצמבער 21, 2008 1:48 pm

כ'האב געהערט פון א מנהג צו זינגען אנא בכח 7 מאל יעדעס ווארט, צב"ש אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת וכו'.
ווייסט איינער דערוועגן?
וואס'פשט?
ווי איז דער מקור?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » זונטאג דעצמבער 21, 2008 1:54 pm

כ'האב געהערט אמאל אז עס איז א דזיקוב'ער ניסוח אדער מנהג, אבער מען קען זיך מחילק זיין ווייל איך געדענק נישט ווי און ווען איך האב דאס געהערט.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:15 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל אז עס איז א דזיקוב'ער ניסוח אדער מנהג, אבער מען קען זיך מחילק זיין ווייל איך געדענק נישט ווי און ווען איך האב דאס געהערט.

ס'הייסט דעם אפטער רב'ס אנא בכח
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:38 am

ס'קוקט נישט אויס נאר א דזשיקוב'ער מנהג, ווייל עס איז איינגעפירט אין אסאך הויפן וואס האבן מיט דזשיקוב קיין שייכות נישט געהאט.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:27 pm

שטרויזאק האט געשריבן:אז
אוי חנוכה אוי חנוכה.
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ.
מיין זיידע און מיין באבע האבן מיר געגעבן חנוכה געלט.
איי העד ע ליטל דרעידל.
סביבון סוב סוב סוב, חנוכה הוא חג טוב.


וואס טוטסעך מיט'ן לידל
"כ'האב געוואלט מאכן לאקטעס אינגאצן אליין......."
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:29 pm

פון וואו שטאמט די וועלטס ניגון אויף מעוז צור?
(כא'געזען די הנירות אין ווייסן הויז, ווי די קאר זינגט אויך די מעוז צור)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:43 pm


אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:45 pm

וואס מיינט די 2 לינקס?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:51 pm

דארט רעדט מען איבער דעם וועלטס ניגון אויף מעוז צור.

דא האסטו פון קרעטשמע גופא:

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... pic#p72036

קוק אויך די נאכפאלגענדע תגובות דארט.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 11:21 am


אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:08 pm

ס'איז פארהאן א הערליכע טעיפ, מיטן נאמען: שירי חנוכה, פון ר' אפרים וועבערמאן.

איך מאך חלילה נישט אוועק "משה גאלדמאן'ס-שעשה ניסים", אבער דארט פארמאגט ער ניגונים וואס איך קען נישט, ר' אפרים'ס לאָווען מיינע קינדער צו הערן. און איך אויך.. :wink:

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:56 pm

אלף בית האט געשריבן:כ'האב געהערט פון א מנהג צו זינגען אנא בכח 7 מאל יעדעס ווארט, צב"ש אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת וכו'.
ווייסט איינער דערוועגן?
וואס'פשט?
ווי איז דער מקור?


ר' שלמה הערש עקשטיין פון ק"י האט פארגאנגענעם יאר ארויסגעגעבן א סידי מיט צוויי סעטס ניגונים אויף אלע שטיקלעך וואס מ'זינגט ביי די ליכט. אלעס איז באקאנטע ניגונים וואס ער האט זייער גוט ארויפגעלייגט אויף די ווערטער. דארט האט ער אויך אזא סטייל אנא בכח וואס דו דערמאנסט. דעם מקור דערצו וועסטו מעגליך טרעפן אין ספר "נר יהושע".
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 11:53 pm

מיר דוכנט זיך אז א סקולענער חסיד לויפט קיינמאל נישט אויס פון ניגונים, זאל נאר זיין וועלעכער יו"ט ס'איז.

חנוכה איז דא א הערליכע:

הנרות הללו

מעוז צור

יונים

ומנותר קנקנים

חשוף זרוע קדשך

ולך עשית שם גדול וקדוש (על הנסים)

יפול מצדך (ויהי נועם)

נר לרגלי (ס'איז דא 2)

לולי תורתך (אור הגנוז)

והאר ענינו

וטהר לבינו

ועוד ועוד ועוד........
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג אוקטובער 25, 2009 5:03 pm

ארויפגעברענגט לכבוד די ימי חנוכה הממשמשים ובאים.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג אוקטובער 25, 2009 5:20 pm

ארבעטסט אפשר פאר נר מצוה?
דא אין קרעטשמע איז מען נאך פארנומען אוועקפאקן די סוכה ברעטער..

אגב, מיין גראסערי האט שוין אריינבאקומען אויסלענדישע פירות פאר ט"ו בשבט (מעגליך איבערגעבליבן פון די שהחיינו פירות פון ר"ה..)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 8:25 am

על הניסים - ביאן

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:57 pm

עס איז ארויסגעקומען א אלבום "א ליכטיגן חנוכה" פאר צוויי יאר צוריק, זייער א שיינער קאללעקציע פון..... יא איר האט גוט צוגעטראפן "חנוכה ניגונים"
דא האט איר א פריוויא
https://rcpt.yousendit.com/764581061/dd ... d048944f88

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 2:05 pm

יא כ'האב דעם סידי. ס'איז א איין מאן באנד, אבער די קווייער ערענדזשמענטס דארט (דורך מושי קרויס) איז מורא'דיג שיין.
http://www.teoria.com/ Music Theory

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 7:28 pm

היי יאר קען מען שוין נאשן ניגונים פון די נייע לחיים חנוכה טיש, פון די פריוויו קוקט אויס אז ס'איז זייער א רייכע קאלעקציע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג דעצמבער 06, 2009 7:40 pm

דער וועלטס באקאנטער "על הניסים" פון ווי שטאמט דאס? ווי אלט איז דער טראדיצינאלער ניגון?
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

Gibbs
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:33 am

תגובהדורך Gibbs » זונטאג דעצמבער 02, 2018 10:38 am

קען איינער ביטע ארויפלייגן ריקארדינגס פון מעוז צור און יונים יישר כח


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט