אן איינפאל פאר א ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

אן איינפאל פאר א ניגון

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 8:30 pm

שמועסנדיג מיט א באקאנטער ניגונים שרייבער, האט ער מיר אינמיטן שמועס געזאגט אז ער זוכט גוטע "איידיעס" אויף וואס צו שרייבן ניגונים, און ער פרעגט מיר אויב איך האב עפעס אויפ'ן געדאנק.
איך האב אים פרובירט ארויסצוהעלפן און געגעבן אזוינע 'איינפאלן' ווי שבת, תפילה וכד', אבער דאס אלעס - זאגט ער - איז צו "טיפיקעל" פאר אים.

האט איר עפעס אן איינפאל/געדאנק?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 10:06 pm

די אטאקע אין מומביי

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 10:32 pm

מחזק זיין דעם עולם אין די איצטיגע שווערע עקנאמישע צייטן.

בפרט דעם ענין פון ווייטער גיבן צדקה, און מחזק זיין די אלע וויכטיגע ארגענעזאציעס און מוסדות התורה, טראץ דעם שווערן מצב.
תכלית הידוע שלא נדע

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג דעצמבער 14, 2008 1:33 pm

ישר כח, דאס זענען באמת גוטע גאדאנקען, אבער דאס זענען אפשר נאר גוט יעצט, ווען מ'האלט אין דעי מצב, אבער לאמיר זאגן אז 'דער שווערער עקאנאמישע' ניגון קומט ארויס אין 2-3 יאר ארום ווען די עקאנאמיע וועט שיין בליען (יע יע)
שיין וועט מען אויסזעהן מיט אזא ניגון,

מ'ברויך האבן איינפאלן וואס "עקספייערן" נישט. :roll:

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג דעצמבער 14, 2008 2:36 pm

אמונה איז א טעמע וואס איז א ברייטער און וויכטעגע אין מען קען פון דעם מאכן שיינע זאכן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג דעצמבער 14, 2008 2:52 pm

למשל?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 14, 2008 3:01 pm

די קדושי מומביי וועלן געדענקט ווערן דורות פון יעצט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 14, 2008 3:02 pm

דאכט זיך מיר אז עס איז דא עפעס א ניגון וועגן די פארלוירענע "שרה פעלדמאן", וואס האט אויך בשעתו אויפגערודערט די וועלט, און מען זינגט עס ביז היינט צוטאגס.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג דעצמבער 14, 2008 6:38 pm

וועלכע ניגון? (אז איך פרעג מיינט עס אז איך ווייס נישט דערפון...)
נעמט למשל ליפא'ס אני מאמין ניגון אויף "לטובה", ווי ער רעדט פון די 'העליקאפטער קראך' און די 'ט'ווין טאוערס', שטעלט אייך פאר ער זינגט עס יעצט, וואספארא פנים וואלט עס געטראגן,
אוודאי בלייבט עס אין זכרון און מיר וועלן קיינמאל נישט פארגעסן פון דעם, אבער א ניגון דארף זיין אקטועל!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 14, 2008 6:41 pm

איך רעד פון א יונתן שווארץ ניגון, זאלן די יודעי דבר אפירקומען און עס אויפברענגען (עס רעדט זיך אז אידן האבן איבעראל געזאגט תהלים און נאך 3 טעג ווען די גוטע בשורה איז געקומען איז אלעס געווען ווי איין מענטש און געטאנצן אין די גאסן מיט גרויס אחדות).

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג דעצמבער 14, 2008 6:45 pm

אהההה דארף מען צוקומען צו "יודעי דבר" וואס זאלן אפירקומען און ארויפברענגען... משא"כ בשעתו האט עס יעדער געקענט, נו דאס מיין איך דאך, איר מאכט נאר שטערקער מיינע ווערטער!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 14, 2008 6:49 pm

שראליק'ל טייערער;

איך האב נאך אין מיין יונג לעבן קיין מוזיק טעיפ נישט געקויפט [אויסער 1 חב"ד טעיפ אלס אינגל], נישט פון יונתן שווארץ און נישט פון קיינעם, און דאך ווייס איך פון דעם ניגון צו זאגען ווייל איך האב דאס באקומען אמאל אין אימעיל אדער געהערט ביי א מסיבה וכדומה.

היינט איז געווען א שטילע טאג אין קרעטשמע, אבער איך גלייב אז ווי נאר די חברה וועלן זיך צוריקכאפן וועלן זיי גלייך וויסן פון וועלכן ניגון איך רעד.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 9:24 am

מחבר: הרב יונתן שווארץ
טעיפ: א גוטע שעה
ניגון: אהבת ישראל
טרעק: נומבער 7

איך שטעל אהער "נאר" יענעם שטיקל. און אז איר האט הנאה, זייט וויסן אז ס'גאנצע טעיפ איז הערליך שיין

Here is the link for the file you uploaded:
https://www.yousendit.com/download/TTZu ... TGhMWEE9PQ

די רוצחים פון USENDIT שרייבן מיר כהאי לישנא:
Your files will be available for 7 Days or 100 downloads

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 10:54 am

יישר כח יגרסהדותא!

יעצט טייערער ישראליק, ווער געוואויר וויפיל יאר נאך די שרה פעלדמאן געשיכטע האט ר' יונתן ארויסגעגעבן דעם קאסעטע.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 1:53 pm

איך האלט אויך אזוי ווי שראליק, אז א ניגון דארף זיין אקטועל אייביג,

די פראגע איז נאר צו ער רעדט פון מאכן א אידישע ניגון, צו בכלל ער זיכט א גוטן פסוק פאר א ניגון,
אויב רעדט מען פון א אידישע ניגון איז טאקע דער ענין פון אמונה אקטועל פאר יעדן פאר אייביג....

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 11:38 pm

קרעמער: וויל איך פרעגן נאכאמאל, וועט איינער יעצט ארויסקומען מיט א ניגון אויף די חורבן פון צווילינג אטאקעס וועט עס אייך אזוי כאפן?

שאץמאץ: נו, אפשר פארברייטערסטו אביסל, איך זאגסט ארויס וואס פונקטליך אין אמונה די מיינסט, עפעס מער פרטות'דיג.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 11:52 pm

מיין ארימע מיינונג איז א ניגון וואס מען בעט זיך פאר די גאולה א ניגון וואס רעכענט אויס צרות ישראל וואס יודן האבן אלץ מיטגעאכט און מען בעט זיך צום טאטן מיר האלטן עס מער נישט אויס נעם אונז אהיים

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 1:00 am

איך וואלט פארגעלייגט צו מאכן א ניגון פון א טיפיקל קרן עזר אדער אר סי סי עס קעיס ר"ל, מיט קאלירן פון די גאנצע משפחה, און ווי אזוי א יעדע איד שטייט גרייט צו העלפן און לינדערן דעם פראבלעם, וואס ליידער זענען די צוויי פראבלעמען, קאי וקיים ביז בן דוד וועט אויסהיילן אלע חולים, און יעדער וועט זיצן תחת גפנו ותאנתו, ווי אויכעט איז דאס זייער הארץ בארירונג סוגיא'ס און זייער געפיליש.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 1:11 am

דאן קאן מען אויף אין איינוועגס אריין שמירן ביקור חולים, חי לייפליין,

אדער גאר זאגאר עושה חסד-עזר ליולדת, בוני עולם, השגחה פרטית על כל צעד ושעל וכו' וגו',

אדרבה מער פרייליכע ענינים, מעשיות וסיפורים, וואס הייבט דעם געמיט און ברענגט טרערן פון שמחה,

נישט טרערן וואס קומען פון טרויער'דיגע געשעהענישן, וואס קאן ח"ו צו ברענגן צו עצבות און מרה שחורה ה"י.
ועמך כולם צדיקים

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 6:59 pm

גאולה און צרות ישראל גייט אויך אריין אין די קאטאגאריע פון "טיפיקעל", חוץ אז עס קומט מיט אן אינטערסאנטע "געדאנק" מיט דעם,

זיידעניו! נו שאל אביך ויגדך "זקניך" ויאמרו לך, דאס איז גאר א שטארקער געדאנק, נו, האסטו א פאסירונג אויף וואס מ'קען זיך נעמען דערצו?? ביקסאד העלף צו!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 7:01 pm

שראליק;

קוק אין פוילישערס פרישע ארטיקל על שם משה'לע האלצבערג, עס געפונט זיך אין היימישע קרעטשמע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט