אונגארישע אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

אונגארישע אידישע ניגונים

תגובהדורך חייקל » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 1:00 pm

עס זענען ידוע עטליכע הייליגע לידער פונעם אלטן קאלובער אויף די אונגארישע שפראך,
אויך זענען מקובל פון אנדערע צדיקים
און סתם עמך ניגונים
וועלכע זענען געזינגן געווארן אין דער אלטער היים
אויף די אונגארישע מאמע-לשון
אט דער אשכול איז מיוחד איינצוזאמלען אט די אלע אונגארישע אידישע לידער
לעצט פאראכטן דורך חייקל אום מאנטאג דעצמבער 08, 2008 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 1:06 pm

ס'איז דא אן אונגאריש לידל כ'האב עס געהערט פון עלטערע אידן וואס זיי געדענקן דאס פון דער אלטער היים

אויך אין טאהש זינגט מען דאס פורים ביים טיש דארט איז מקובל אז אין טאהשער הויף האט מען דאס געזינגן אינדערהיים

אינעם ספר'ל (אביר הרועים?) פון הייליגן קאלוב'ער וואס ס'האבן ארוסיגעגעגבן די ישיבת קאלוב פון וויליאמסבורג

ברענגן זיין אויך דעם ליד, אז דאס שטאמט אויך פון הייליגן קאלובער זי"ע

אט איז דער ליד עס ווערט געזינגן אויף לשון הקודש - אידיש- און אונגאריש

כי לא יהי' לעולם אפילה,
יזרח לנו במהרה
יזרח לנו, יזרח לנו במהרה,

עס וועט נישט אייביג פינסטער זיין
עס וועט נאך אמאל ליכטיג זיין
עס וועט נאך אמאל, עס וועט נאך אמאל,, ליכטיג זיין

נעם לעס מינדיג
קעיסאה קאה
מויד מעגוויראד וואלאהא
מויד מעגוויראד, מויד מעגוויראד וואהלאהא
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 1:13 pm

רוסישע ניגונים נעמט מען אויך אן דא?

איך דערמאן זיך יעצט א רוסישע ניגון: נעיט נעיט ניקא בא קראמי באגא אדנאווא טא רא רא רא רא ריי רי רי ראם.

אפטייטש: ניין! ניין! ס'נישטא נאך אזא גא-ט ווי אונזער גא-ט!
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 1:41 pm

א איד צו זיין איז טייער אין אונגאריש, גייט ווי פאלגענד,

דזשידאָנאָ קלעני דראַגאָ דזשידאָנאָ קלעני יאָו
אָז אַדוועלאַ מענדאַקי אַוועלאַ סאָדזשי דאָו

(הא, הא, הא, איך שרייב אן אונגארישן ניגון, עטס קענטס ענק נישט פארשטעלן ווי מאדנע דאס איז, נאר וואס דען, אז מען קען ארויסהעלפן ליבע אידן אין קרעטשמע, טוט מען אלעס, אפילו שרייבן א ניגון אין אונגאריש...)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מוצ"ש דעצמבער 06, 2008 7:56 pm

אריבער געברענט פון אן אנדערן אשכול


חייקל האט געשריבן:עס איז דא נאך א לידל בדומה לו

א איד צו זיין איז טייער,
א איד צו זיין איז גוט,
לאמיר טאקע אליין זיין אן ערליכע איד.

אין קעמפ האט דאס אמאל איינער פארגעזינגן אויך אויף אונגאריש

ווער ס'קען די ווערטער קען מהנה זיין דעם עולם.


זשִׁידָאו לעֶנִי דראַגאָ, זשִׁידָאו לעֶנִי יאָו

אָזִיט לעֶנִי מִינדָא נעֶקִי וואָלאַשׁאָשׁ זשִׁידָאו


(דאס איז אנדערש אביסל ווי סאדעס ווערטער, אבער דאס האב איך מקבל געווען פון מיין מוטער שתחי', וועלכע איז א פליסיגע אונגאריש רעדנטע)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 11:47 am

--------------------------------------------------------------------------------

דורך טאבאקא אום מיטוואך יוני 30, 2010 7:15 am

אז מ'רעדט פון אונגארישע ניגונים איז אפשר אינטרעסאנט צו דערמאנען
"אוהד מאשקאוויטש" האט אזא -לאמיר עס אנרופן פזמון (אויב איינער האט א בעסערע נאמען דערפאר מה טוב ומה נעים) וואס ער זינגט ביי אסאך קאנצערטן (ער האט עס אויך געזינגען ביי "העסק 20")
ער זינגט א שטיקל וואס ער האט געזינגען אין פארשידענע לענדער צ. ב. ער הייבט אן מיט א פראנצויזיש, ווי אויך זינגט ער אראביש (מאראקא), ספאניש (מעקסאקא), און נאך
אין מאסקווע זאגט ער אז ער האט געזינגען די אידישע ניגון וואס יאסעלע זינגט "א אידישע מאמע", און אין אונגארן האט ער געזינגען די זעלבע ניגון אויף אונגאריש
איך קען נישט קיין אונגאריש (חוץ אפאר ווערטער ווי איגען, ראנטאטאש, און גולאש...)
אבער לויט די לענג פון די ווערטער זעהט אויס אז ס'איז טאקע אונגאריש
(פאר ווער ס'ווייסט נישט, די אונגארישע ש ראך איז בארימט מיט זייערע אויסערגעווענליכע לאנגע ווערטער, אז מ'זאגט א ווערטל אז די נעמען פון די שטעט זענען גרעסער ווי די שטאט אליינס...)

טאבאקא
שר העשר
הודעות: 32

--------------------------------------------------------------------------------

דורך יהיה כן אום מיטוואך יוני 30, 2010 4:50 pm

און אז מען רעדט שוין וועגן הייליגן קאליבער'ס זי"ע ניגונים
כ'האב געזעהן אין דעם ביכל 'ניגוני ישראל' א ניגון מיוחס צו קאליבער מיט די ווערטער 'אתה בן אדם', ווייסט איינער וואסערע ניגון דאס איז, ווער זינגט דאס?
מי יודע?

און וואס זאגסטו?
יהיה כן
שר האלף
הודעות: 1460


--------------------------------------------------------------------------------

דורך בןהרחמן אום זונטאג יולי 04, 2010 2:44 am

עפעס א ניגון אתה בן אדם איז דא אין ברעסלוב, זעה דא http://www.breslev.org/pages.php?subact ... 32&ucat=35 ניגון נומער 15 (עס האט מוזיק לייג עס אוועק פאר נאך בין המצרים)

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1124


--------------------------------------------------------------------------------

דורך האטשוו אום זונטאג יולי 04, 2010 3:27 am

סידא א ניגון שירנאק רינאק פון הייליגעו קאלובער וואס ר' זלמן בינער ז"ל פלעגט דאס זינגען מיט די קינדער און זשופניק חיידער, מיט די ווייסע פאסיק אויפן גענאק,
כ'געדענק נאר די ערשטע שורה (אפשר טאקען ווייל כ'האב נישט גענוג געכאפט),
שירנאק רינאק אה באראניאק,

ווער עס קען ארויפלייגען דעם גאנצן ניגון תע"ב

האהאהאהאאאאאטטטטששוווו.... אאההה צום געזונט... א טישו האט איינער ביטע?
האטשוו
שר העשר
הודעות: 16

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פיניע חזן אום דינסטאג יולי 06, 2010 5:43 pm

דער ניגון אתה בן אדם, ווערט אויך דערמאנט (אויב מיין זכרון ארבעט נאך) אין דעם אויבן-דערמאנטן ספר אביר הרועים

פיניע חזן
שר העשר
הודעות: 19

--------------------------------------------------------------------------------

דורך ביקסאד אום פרייטאג יולי 09, 2010 3:30 am

האטשוו האט געשריבן:כ'געדענק נאר די ערשטע שורה (אפשר טאקען ווייל כ'האב נישט גענוג געכאפט),
שירנאק רינאק אה באראניאק,

ווער עס קען ארויפלייגען דעם גאנצן ניגון תע"ב


הומים צועקים צאן קדשים.

ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר שלשת אלפים
הודעות: 3102

--------------------------------------------------------------------------------

דורך פיניע חזן אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:23 am

עס איז דא א ניגון אויף אונגאריש וואס פאנגט זיך אן אויב איך האב נישט קיין טעות "טורי וואשאר שאטור ניקול" ווער עס ווייסט דערפון זאל ביטע ארויף לייגן די ווערטער, און אויב מעגליך דעם ניגון אליינס
יישר כח
פיניע חזן
שר העשר
הודעות: 19
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט