ווארום האט געשריבן:איך האב עס היינט שוין געהערט שפילן אין מיין לאקאלע גראסעריי.
זאג מיר ס'איז שיין? האסט הנאה געהאט? ס'לוינט זיך צו ווארטן דערויף?
אחראי: אחראי
ווארום האט געשריבן:אגב, זייענדיג נאנט מיט הרב דמן'ס נעפיו, זאגט ער מיר וועגן די טעיפ, א הלצה, א שאד מ'גיבט נישט צו קיין ביסלי מיט די טעיפ, אזוי זאל מען כאטש צאלן פאר עפעס וואס האט א טעם....
ביי איהם קריכט עס ארויס פון די אויער..
אלץ-ווייסער האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט מיטיילן דעם ניגון אנליין, אבער מיין אנדערע זייט פון מיין ברעין זאגט, אז ס'איז נישט ריכטיג.
ווייסעך וואס האט געשריבן:זייענדיג זייער ווייט פון פארשטיין צו זינגען, שטיי איך מיר דא און איך קוק מיך צו דא ווי דער עולם דיסקוסירט ווי הערליך שיין ירמי' דמן'ס טעיפ איז, קלער איך, אקעי דאס מיז שוין זיין עפעס סאמטינג ספעשל, גיי איך אריין אין געשעפט אין האנדל מיר איין א סי די, (געבטען האבן זיי 20$ ווייל עס קומט מיט 2 סי די'ס).
זעץ מיך אריין אין קאר, מען צינדט אן, וואס זאל איך ענק זאגן, אויף מיין עם הארצות אין נגינה פלעג איך קריגן א 100, אזא עם הארץ בין איך ליידער, עכ"פ כ'האב נישט פארשטאנען מה כל הרעש? וואס איז דער עקסטאז פאר דעם טעיפ?
איך הער איינמאל און נאכאמאל און א דריטע מאל עס גייט מיר נישט אין קאפ, וואס זענען די קרעטשמע יונגען אזוי פארקויפט פאר דעם טעיפ?
שוין מוז איך דאך נישט אלעס פארשטיין, נגינה איז נישט מיין גורל, אין לי חלק ונחלה בנגינה אין שוין.
ביז דעם ערשטן לעכטל נעכטן נאכט!
זייענדיג אזעלכע עמעראצעם אין נגיני איך, מיין טאטע, ברודער, פעטער, פלעגן מיר זיך מוטשען חנוכה מיט די אלע געזינגעכצער, מעוז צור איז נאך מיטגעגאנגען, עס איז דאך דא אויף דעם א פאלקס לידל,דאס האבן מיר אפגעזונגען און פארטיג, פון נאך מעוז צור, האט זיך אנגעהויבן א ברומעריי אויף ויהי נועם, למנצח בנגינות, אנא בכח, פון רננו צדיקים רעד איך שוין נישט, מען האט אפגעמורמעלט עפעס א מרה שחורה נוסח, זיך צעבראכען די ציין מיטן זעצן די ווערטער,און קוים מיט צרות האט זיך די האלבע שעה גענדיגט אין א מאזעלדיגע (האלבע) שעה.
ליינענדיג די תגובות דא אין דעם אשכול האב איך געזעהן ווי עטליכע האבן צוגעזאגט אז ביי די חנוכה לעכט צינדען זיי אן היי יאר דעם טעיפ פון ירמי' דמן, איז מיר איינגעפאלן אפשר וועט מיין ישועה קומען פון דא, והך קאווע, כהאב ארויף גענומען דעם סי די פון די קאר, מען ענדיגט מעוז צור, מען צינדט אן דעם סי די, וואס זאלעך אייך זאגן! אזא ווארימקייט, אזא נעימות, דער רננו צדיקים איז דאך אזוי שיין, (איי אין קאר הסאטע נישט פארשטאנען וואס איז די שיינקייט? כהאב נישט קיין תירוץ דערויף, אין קאר נישט!!! ביי די הייליגע לעכטעלעך יא!!!).
איך בין נאך אלץ נישט א בעל מנגן, אבער כהאב געהאט א עונג יום טוב, ישר כח פאר די וואס האב ארויף געברענגט דעם געדאנק, דער גאנצער פרעשור פון די האלבע שעה האט זיך עפעס אויף געלאזט, עס האט זיך מיר נישט פאר גליסט אוועק צו גיין פון לעכטעלך.
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט