וואס זינגט מען שבת ביים טיש - באטע

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

וואס זינגט מען שבת ביים טיש - באטע

תגובהדורך חייקל » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 5:58 pm

יא, כ'בין מודה על האמת, כ'האב שוין געהאט דורכפאלן מיט'ן אריינשטעקן די נאז ווי א גר אין די גאלערעטע, און עפענען נייע אשכולות מיט א פרישקייט אויף אלטע אויסגעדרשאענע נושאים שכבר הלכו בו הנימושות שבנימושות.

פארט, האף אז איר וועט מיר מוחל זיין, כ'האב זיך ארומגעגעקוקט אביסל, און נישט זאפארט געקענט אנטרעפען אזא גענויע באטרעפענדע אשכול.

אויפ'ן שטייגער ווי ס'איז געווען "וואס זינגט מען ראש השנה" און "וואס זינגט מען סוכות", קען מען צאמקלויבן "וואס זינגט מען שבת ביים טיש".

דאס איז זעלבספארשטענדליך אויסער די "שבת'דיגע זמירות" - וואס פארנעמט שוין איר אייגענעם אשכול.

דא רעדט מען פון ניגונים און לידעלעך לכבוד שבת, וועלכע שטייען נישט אין סידור'ל ביים סדר הזמירות, נאר ס'הארץ זינגט זיך פאר'ן אויבערשטן.

ס'איז ידוע דאס ווארט פון אינעם פון די סלאנימ'ער צדיקים וועלכער האט געזאגט, "ס'לאזט זיך גרינגער גלויבן אז אלע זיבן ימ'ן זאלן זיך אויסטריקענען, ווי צו גלויבן אז איד וואס קען זינגן, זאל נישט זינגן ביי די סעודות שבת לכבוד שב"ק."

פיל מאל שפירט דאס הארץ מער א התעוררות ביי אט די ניגונים וועלכע מען זינגט מיט א ווארעם הארץ, נאך וואס די זמירות שבת ווערן צואמאל כמצות אנשים מלומדה, (איין עצה איז אז מטוישט פרישע ניגונים, כמבואר אינעם צווילינג אשכול "שבתדיגע זמירות".)

דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים זצ"ל איז דאך ידוע אז ער פלעגט אריינלייגן גרויסע כוחות אינעם זינגן לכבוד שבת, אבער ס'פלעגט נישט זיין יעדע וואך די זעלבע, נאר אלעס לפי התעוררות והתרגשות הזמן, וואס האט פיל צוגעגעבן צום געשמאק און ווארעמקייט, אז ס'איז נישט ווי א באשטעלטע אנגעשטעלטע מאשין, שטענדיג די זעלבע.

אשר על כן, בעט איך הרמן ורשותא, צו עפענען אט דעם אשכול, טיילט מיט אונז מיט אייער אוצר פון שיינע ניגונים און לידעלעך, וואס זענען טרעפליך צו זינגן ביים שב"ק טיש, אינדערהיים מיט די קינדערלעך, און ביים באטע - שמחה - שלו' זכר - מיט גוטע ברודער, לכבוד שבת.

העלפט מיר ארויס, גוטע ברודער.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 6:14 pm

מקיים צו זיין קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא,

וועל איך אנהייבן מיט א זייער נישט מסודר'דיגע ליסטע וואס איז צאמגעמישט פארשידענס כ'האב דאס ארויסגעשנארט פון א גוטן פריינט וועלכע האט דאס מסדר געווען פאר זיינע קינדער.

כאטש וואס ס'איז א געזונטער מיש-מאש, אבער ס'איז פארט אן התחלה.

אדרבה, ממנו ילמדו וכן יעשו.

ניגוני שמחה ודביקות
• אשרי העם
• אשרי אדם
• הושיעה את עמך
• והריקותי
• עבדו את ה'
• גיטס אריין, גיטס אריין, א נחמה'לע
• גיטס אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע
• שבשפלינו זכר לנו
• צמאה לך נפשי
• צמאה, צמאה, (באבוב)
• אמר ר' עקיבא
• אנא עבדא
• וטהר לבנו
• יקום פורקן
• ואמר ביום ההוא
• ואמר כל העם אמן
• שנשמע ותבשר
• ותן בנו
• זאל שוין זיין די גאולה
• רבוש"ע טאטעניו געטרייער
• האדרת והאמונה (השיר והשבח)
• ותאסוף גליותינו
• והשיב לב אבות
• ונשגב ה' לבדו
• זרעא חיא וקימא
• נאר אמונה, נאר אמונה
• אחד יחיד ומיוחד (נדבורנא)
• וימלא משאלותינו
• וימלא משאלותינו קרעטשיניף
• ותמיד נספר
• ואני בעודי קרעטשינוף
• אימתי קאתי מר
• חכו מחמדים וכולו מחמדים-סקולען
• כי לך טוב להודות סקולען
• אהבת עולם תביא להם
• שבת קודש (תולדות אברהם יצחק) - תשועתם היית לנצח – פורים
• להודיע שכל קויך לא יבושו
• ואתה הוא מלך.. קדשוהו רוממוהו (בעלזא)
• תהא השעה הזאת
• וידעו
• אוי אוי שבת סקולען
• בורא עולם בקנין
• אימתי קאתי מר
• תהא השעה הזאת
• אבינו מלכינו פתח שערי שמים
• ניגון (את הכל תוכלו ליקח מאתי אך לא יוצרי מלבבי)
• חסדי ה' כי לא תמנו 1 2 3
• שבת, אוי אוי אוי (ספינקא)
• האדרת (השיר והשבח)
• חזק ימלא משאלותינו
• סימן טוב בעלזא
• אימתי קאתי מר
• כי לך טוב להודות
• מה תשתוחחי נפשי (סקולען)
• שבת קודש (תולדות אברהם יצחק)
• הכל יודוך !
• אוי אוי שבת סקולען
• אוי וויי שבת - וויזניץ
• משה אמת ותורתו אמת
• מצוה טאנץ וויזניץ מאנסי (צדיק הדור)
• מצוה טאנץ וויזניץ ב"ב
• מצוה טאנץ סקווירא
• ועיננו תראינה


ניגוני דביקות
• צמאה לך נפשי (חב"ד)
• צמאה לך נפשי (בעלזא)
• אבינו מלכינו אבינו אתה (חב"ד)
• זה א-לי ואנוהו
• א-לי אתה ואודך
• רחמנא דעני לעניי (חב"ד)
• אלו ואלו אומרים אשרי מי שלא חטא (חב"ד)
• אך לאלקים דומי נפשי (חב"ד)
• קול דודי (חב"ד)
• כאיל תערוג (וויזניץ)
• כאיל תערוג (באבוב)
• כאיל תערוג (חב"ד)
• ושויתי ה' לקראתי (וויזניץ)
• לב טהור ברא לי (וויזניץ)
• רחם בחסדך 1
• רחם בחסדך – וויזניץ
• רחם בחסדך - באבוב
• רחם בחסדך - טאהש
• ממקומך - טאהש
• עד מתי עוזך בשבי – וויזניץ
• הבן יקיר לי טאהש
• עוד יזכור לנו טאהש
• חכו מחמדים וכולו מחמדים סקולען
• בכל דרכיך דעהו סקולען


שיינע שטייטע ניגונים
• הוא יושיענו (נדבורנא)
• משכיל לדוד (האניג)
• פנה לעלבון
• כבודו מלא עולם (וויזניץ)
• ממקומך - וויזניץ
• אחינו כל בית ישראל
• עד הנה - וויזניץ
• אני מאמין בביאת המשיח 1
• אני מאמין בביאת המשיח (קריג יארן)
• שפכו כמים לבך
• כה אמר ה' זכרתי לך - שלוה
• כה אמר ה' - אט אזוי
• ועל ידי עבדיך - כה אמר
• כי שחה לעפר נפשי
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 7:58 pm

זייער א שיינע ליסטע. אדרבה, לייג צו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מוצ"ש נובעמבער 29, 2008 10:09 pm

"יוודע בגויים" - סקולען
האט זיך געזינגן די וואך מיט דמעות, איי די ווערטער האבן געהאט עפעס א טיפערן באדייט.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:24 pm

נישט ווייל איך וויל אויסקוקן ווי אן עם-הארץ, נאר פשוט ווייל כ'בין נייגעריג. ווי קומט אריין די ניגוני ל"ג בעומר ווי בר יוחאי און אמר ר' עקיבא פרייטאג צונאכטס ביים שבת סעודה'לע?

ווי איז דער מקור?

אן עלטערע איד האט מיר אמאל געזאגט "אז דער דרוקער האט געדארפט אנפילן דעם זמירות'ל..." אבער איך נעם דאס נישט אן!

דאס איז זיין מיינונג, וואס איז אייער מיינונג? נ'אדרבה
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:27 pm

דער מקור שטאמט פון א"י! די ארץ ישראל אידן, די בעלי מקובלים וועלכע זענען מורא'דיג מקושר צו "מרון" זינגן יעדע וואך אינמיטן דאווענען פרייטאג צונאכטס (פאר כגוונא) די שירי ל"ג בעומר.
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:55 pm

איך מיין אז וויבאלד ס'איז דאך דא אזויפיל ניגונים און ס'איז נישט מעגליך אלס אויסצוזיגען און ס'איז אויך נישט אינטרעסאנט, ממילא דארף מען א יעדע וואך מאכן א ליסטע פון ניגונים וואס האבן א שייכות צו די וואכעדיגע סדרה, הפטורה, ענינא דיומא, יאהרצייטן, וכו' וכו'.

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:56 pm

גערעכט!
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 1:11 pm

גערעכט אהין גערעכט אהער, לאמיר עפעס זעהן אויף די וואכעדיגע פרשה....
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 1:15 pm

זינג וואס דיר שמעקט און וואס דיר געפעלט...
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 1:21 pm

ופרצת וכו'
קחו עמכם דברים וכו' (הפטורה)
אשא עיני אל ההרים וכו' (עי' במד"ר)
מיטעלער רבינס קאפעליע (שבת ט' כסלו איז די יאהרצייט)
אביסל הכנות פאר חנוכה.
וכו' וכו'.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 1:37 pm

טייערע חייקל איך זעה די האסט גאר א גוטן אפעטיט אשר זאגסטו מיר אזוי ווען ענדיגסטו דיין סעודה? די קומסט אן אינדערפרי און שוהל פאר ברכו

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 1:43 pm

איך פרעג פארקערט, ווען הייבסטו אן דיין סעודה? מאכסט קידוש מבעוד יום צו קענען אפזינגען אלעס?
א איד פון דערהיים, מלא חן...

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 2:21 pm

ארפכשד זאל חייקל אנהויבן די סעודה פרייטאג 10 אינדערפרי וועט די ניגוים נישט ענדיגן זינגען פאר 3 ביינאכט רמנות אויף זיין פרוי

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 2:32 pm

נישט ממש אזוי... עס ווענדט זיך אפשר אין וויפיל מאל און ווי שטאט מ'זינגט...
א איד פון דערהיים, מלא חן...

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 2:38 pm

אקעי ארפכשד לאמיר לאזן חייקל אליין באת וואס איז אונזער דאגה וואס חייקל טוהט

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 2:41 pm

דאסמאל ביסטו גערעכט! (לגבי די טעלמארקעטינג...).
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 5:09 pm

די דערמאנסט מיר פון יענעם עם הארץ וואס האט יעדן טאג אויסגעדאווענט דאס גאנצע סידור'ל אזש פון מה טובו ביז ברכות לקריאת המגילה....

מאן יימר אז מען זינגט אלעס אויס אין איין פרייטאג צו נאכטס, נאר אמאל מאכט זיך אז מען האט נישט קיין ניגון און ס'ווילט זיך זינגן, העלפט די ליסטע צו טרעפן א ניגון איש לפי אפעטיטו והרגישו

מירון ניגונים זינגט זיך מיט הרגש ביי די וואס זענען געווען שוין אמאל ל"ג בעומר, ווען זיי באקומען א התעוררות וואס וועקט אויף דעם הרגש פון דעם אתרא קדישא.
ולשיטתך, אלא מאי פארוואס זינגט מען דאס היינט ביי יעדע חתונה...
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 5:10 pm

זעליג איז גערעכט, אז ס'זינגט זיך יעדע וואך לויט די פרשה און עניני דיומא, אבער פארט ווי דערמאנט א ליסטע העלפט ווען מען קען זיך נישט דערמאנען א ניגון אדער אלעס אלטע וועפט שוין...

ארפכשד און וואלוועלע פארוואס לאזן מיר אליין, לייגט צו א פלייצע..!!!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 6:33 pm

האסט מיך גערופן? איך בין דא!
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 7:00 pm

זינג'שע עפעס, טייל מיט עפעס פון דיינע פעוואריט ניגונים לכבוד שבת
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 7:11 pm

פונעם עיקר האסטו אינגאנצן פארגעסן!

שלום עליכם
אשת חיל
אזמר בשבחין
כל מקדש
מנוחה ושמחה
מה ידידות
תנו שבח
קה רבון עלם
קה אכסוף
צור משלו
וכו' וכו' וכו'
א איד פון דערהיים, מלא חן...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 7:52 pm

דאס איז נאר פאר ליל שב"ק גוט פאר ווינטער, און וואס איז מיט צפרא דשבתא און פאר די לאנגע זומער'דיגע שבת נאך מיטאג'ס.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 8:07 pm

קוק אויפן קעפל! "וואס זינגט מען שבת ביים טיש - באטע"
פאר בייטאג קענסטו עפענען א פרישע אשכול.
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 9:02 am

כ'העל זאגן דעס אמת פארן עולם וואס איך טו, איך גיי נישט אריין אונ'ם נושא צו סאיז אויסגעהאלטן צו נישט, אבער א טעם אין שבת שפיר איך זיכער דערין.

נאכ'ן פלייש מען לייגט די קינדער שלאפן, די אשת חיל זעצט זיך אויפן קענאפע נעמענדיג עפעס און די הענט צו ליינען, מען פארמאכט די פענסטער ס'זאל נישט ווערן קייו צאמלויפעניש, דאן מאך איך א שטיקל עליית נשמה איך בין מיך מדבק מיטן רבין רבי שלמה'לע די טענער הייבן זיך, די אויגן ווערן פארגלייזט, ביז ביז יא!, די טרערן פאנגן אן פליסן די ניגון הייבט זיך אן אביסעלע וואקלען, אוי וואספארע מעין עולם הבא דאס איז, נישט אראפצומאלן.

נאך א צוויי דריי טעג צו ווארטן און עס קומט שוין ענדליך נאכאמאל שבת אויף די וועלט!
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט