בלאט 1 פון 8

קה רבון עלם

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2008 7:27 pm
דורך ביקסאד
מיר וועלן דא אויסרעכענען איטליכע ניגונים פון פארשידענע הויפן און ווער עס קאן אהער ברענגען לינקס פון וואו מען קאן זיי הערן תבא עליו ברכה.

בלאזשוב מען זינגט עס אויך אין תולדות אהרן

באבוב קאמפאזירט דורך הרה"ק בעל קדושת ציון הי"ד

וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם, חוץ פון דעם איז דא דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געטוישט און זיין זוהן פון מאנסי זינגט נאך די אלטע.

ספינקא-ב"פ, ב"ב מען זינגט עס אויך אין סקווירא

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2008 8:00 pm
דורך מיללער
פיטסבורג - גאר שטארק אויפגעכאפט לעצטענס.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2008 9:28 pm
דורך אלף בית
[quote="ביקסאד"]מיר וועלן דא אויסרעכענען איטליכע ניגונים פון פארשידענע הויפן און ווער עס קאן אהער ברענגען לינקס פון וואו מען קאן זיי הערן תבא עליו ברכה.

בלאזשוב מען זינגט עס אויך אין תולדות אהרן

סקומט נאך פון דינוב, ס'טייטש רבי דוד'ל דינוב'ער

מזינגט עס אויך אין שומרי אמונים און תולדות אברהם יצחק,
הרה"ק רבי אהר'לע ראטה איז געווען א בלוזשוב'ער חסיד פונדערהיים האט ער פון דארט גענומען דעם ניגון

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2008 10:06 pm
דורך ביקסאד
אלף בית האט געשריבן:סקומט נאך פון דינוב, ס'טייטש רבי דוד'ל דינוב'ער
מיט דעם בין יאך מחולק, ווידער אויף דעם אהבה רבה ניגון זאג יאך עס נישט.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2008 10:18 pm
דורך אלף בית
זיי מסביר ביטע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:25 am
דורך לעווי
ביקסאד האט געשריבן:וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם, חוץ פון דעם איז דא דער רברבין וואס דער אמרי חיים האט געטוישט און זיין זוהן פון מאנסי זינגט נאך די אלטע.

[/b]


די ניגון וואס זיי זונגען אויף רברבין איז א חב"דסקע ניגון, על כל פנים מען האט עס געזונגען אין חב"ד לאנג פאר די אמרי חיים האט עס ארויפגעפאסט אויף רברבין. די מאנסי וויזניצער רבי זינגט עס אויך פון צייט צו צייט, איך בין געווען אמאל ווען מען האט עס געזונגען דארט.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:50 am
דורך ביקסאד
ביקסאד האט געשריבן:וויזשניץ איז דא איינס וואס נאר דער רבי זינגט פאר און די קינדער פון אהבת ישראל האבן עס נישט פארגעזינגען בחייו במקומות מושבותיהם,
אלס אין משתמשין בשרביטו של מלך און דער י-ה רבון עלם איז די הימנע.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 12:39 pm
דורך בן בוזי
איך בין געווען אין די זומער ביים באיאנער רבי'נס טיש האב איך געהערט דארט א קה רבון עלם אזא מתיקות, איך האב די וואך געפרעגט איינעם וועגן דער ניגון האט ער מיר געזאגט אז דאס איז אן אלטער טשארטקובער ניגון,
אויך דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקווירא קומט אהין פון באיאן, הגה"ח ר' חיים ברים האט דאס געברענגט קיין סקווירא, און דאס הייסט טאקע ר' חיים ברימ'ס קה רבון עלם.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 12:59 pm
דורך שטיקל גבאי
אלף בית האט געשריבן:[

בלאזשוב מען זינגט עס אויך אין תולדות אהרן

סקומט נאך פון דינוב, ס'טייטש רבי דוד'ל דינוב'ער

מזינגט עס אויך אין שומרי אמונים און תולדות אברהם יצחק,
הרה"ק רבי אהר'לע ראטה איז געווען א בלוזשוב'ער חסיד פונדערהיים האט ער פון דארט גענומען דעם ניגון

אויפן טעיפ וואס תולדות אברהם יצחק האט ארויס געגעבן מיטן נאמען אזמר בשבחין שטייט אז די ניגון איז מיוחד צום בני יששכר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 1:00 pm
דורך אלף בית
וועלכע ניגון זינגט מען אין מונקאטש?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 4:30 pm
דורך גד
פארוואס שרייבט מען דעם שם קודש ארויסגעשריבן?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 4:36 pm
דורך שטיקל גבאי
גד האט געשריבן:פארוואס שרייבט מען דעם שם קודש ארויסגעשריבן?

גערעכט מען בעט די מנהלי הפורום צו טוישן דעם קעפל (עת לעשות לד' הפרו).

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 4:44 pm
דורך ביקסאד
בן בוזי האט געשריבן:אויך דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקווירא קומט אהין פון באיאן, הגה"ח ר' חיים ברים האט דאס געברענגט קיין סקווירא, און דאס הייסט טאקע ר' חיים ברימ'ס קה רבון עלם.
אין סקווירא זינגט מען רוב יאר די ניגון וואס הרה"צ ר' יעקב יוסף [יענקלע] מ'ספינקא זצ"ל האט ארויף געלייגט אויף די ווערטער י-ה רבון עלם, דער ניגון איז א מעליץ'ער ניגון און ווי געזאגט האט עס דער ספינקא'ר רבי ארויף געלייגט אויף דעם פזמון.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 7:47 pm
דורך חוקר
סקלען האט אויך א קה רבון אבער א שנעלער
איינער האט מיר אמאל געזינגן א שטאטע קה רבון פון סקולענער רבי שליט"א אבער עס איז נישט באוויסט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 9:01 pm
דורך מאשקע
און וואס טוט זיך מיט'ן באקאנטן באבובער קה רבון עלם?

די וועלט זינגט עס היבש פאלש. אויפ'ן טעיפ "שבחין אסדר" זינגט עס ר' פישל בייגל אויפ'ן ארגינעלן וועג.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 9:13 pm
דורך זאנוויל
די באבובע קה רבון עלם האט זיך יעדער גענומען פאר זיך אלץ א משכון,

איך אליינס האב שוין געהערט כאטשיג 5 מהלכים ווי אזוי עס צי זינגען, און קיין איינס דערפון איז נישט אינגאנצען די ארגינעלע.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:10 pm
דורך הכל בכל מכל
לעווי האט געשריבן:די ניגון וואס זיי זונגען אויף רברבין איז א חב"דסקע ניגון, על כל פנים מען האט עס געזונגען אין חב"ד לאנג פאר די אמרי חיים האט עס ארויפגעפאסט אויף רברבין. די מאנסי וויזניצער רבי זינגט עס אויך פון צייט צו צייט, איך בין געווען אמאל ווען מען האט עס געזונגען דארט.

סאיז טאקע א חבד"סקער ניגון
וואו באוואוסט איז דא אין חב"ד 10 ניגונים פון דער אלטער רבי (דהיינו דער בעל התניא) וואס ער האט דאס געמאכט ע"ש די עשר ספירות
סאיז דא ניגונים וואס איז באוואוסט אז דאס איז פון די 10 אין סאיז דא וואס מאיז מסופק אויף דער ניגון זאגט מען איז א ספק צו סאיז איינע פון די 10

דאכט זיך מיר אז מען רופט דאס אין חב"ד די ניגון פון ותורתך

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:12 pm
דורך הכל בכל מכל
זאנוויל האט געשריבן:די באבובע קה רבון עלם האט זיך יעדער גענומען פאר זיך אלץ א משכון,

איך אליינס האב שוין געהערט כאטשיג 5 מהלכים ווי אזוי עס צי זינגען, און קיין איינס דערפון איז נישט אינגאנצען די ארגינעלע.


יונתן שווארץ אויף זיין טעיפ א גוטן שבת זינגט ער אויך איין מהלך ער שרעעבט דארט עפעס א הקדמה וועגן דעם אז סאיז דא אפאר מהלכים

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:17 pm
דורך הכל בכל מכל
די דינובער ניגון וואס מען האט שוין פריער ארום גערעדט זינגט מען אין תולדות אהרן אנדערש מיט א קליין שיניו וואו ווען מען זינגט עס אי אנדערע פלעצער
דהיינו די ניגון גייט קה רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא מלך מלכיא
און אין תו"א חזרט מען איבער די ווערטער רבון עלם ועלמיא

איך מיין אבער אז דאס נאר אלעצטערע שינוי ווייל איך געדענק נישט אזוי ביים פריערדיגן רבין ז"ל

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2008 1:08 am
דורך גד
דער בלאזשובער רב פון בארא פארק, האב איך געהערט, ער האט געזינגען דעם ניגון זייער שיין, ר' אהר'לע האט צוגעלייגט התעוררות קוועטשן, און אביסל פארענדערט דעם ניגון.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2008 6:17 am
דורך ווארום
און ווי קומט די אמרי חיים קיין חב"ד?

זייער פשוט.

ער איז עווען א איידעם אין ראכמיסטריווקא, וואס דאס איז א מינוט אוועק פון חב"ד, און הערנדיג דארט ווי די חבד'סקע חסידים זינגן דאס, איז עס איהם געפאלן, און עס אדאפטירט צו די וויזניצע ק'ה רבון עלם.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2008 10:24 am
דורך לעווי
אינטרעסאנט אז אין חב"ד זינגט מען די תנועה פון די וויזניצער רברבין אויף א שנעלער טעמפאו.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2008 10:26 am
דורך זאנוויל
הכל בכל מכל האט געשריבן:די דינובער ניגון וואס מען האט שוין פריער ארום גערעדט זינגט מען אין תולדות אהרן אנדערש מיט א קליין שיניו וואו ווען מען זינגט עס אי אנדערע פלעצער
דהיינו די ניגון גייט קה רבון עלם ועלמיא אנת הוא מלכא מלך מלכיא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא אנת הוא מלכא מלך מלכיא
און אין תו"א חזרט מען איבער די ווערטער רבון עלם ועלמיא

איך מיין אבער אז דאס נאר אלעצטערע שינוי ווייל איך געדענק נישט אזוי ביים פריערדיגן רבין ז"ל


ווען האסטו געהערט אז מ'זינגט איבער רבון.... ווייל אויף וויפול איך ווייס זינגט מען עס אנדערש.

און קלוזענבורג זינגט מען אויך דעם ניגון, אבער מיט גאנץ א אנדערע טעם ווי אין תו"א, אין תו"א זינגט מען עס מער ווי גד רופט עס אן "התעוררות קוועטשען", און אין קלוזענבורג זינגט מען עס שיין רואיג און שטייט, וכמובן.

אין טאהש זינגט מען עס אויך, אבער פארשטייט זיך אז קיינער ווייסט ניטאמאל אז מען זינגט עס, צוליב דעם שנעלן ספיד.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2008 11:30 am
דורך לעווי
דא קענט איר הערן די ליובאביטשער רבי זצ"ל זונגען די תנועה פון די וויזניצער 'רברבין' מיט כמה שינוים. עס הייסט א 'ניגון לשבת ויו"ט'.

http://www.chabad.info/index.php?url=songs_he

גייט צו 'הרבי שליט"א (זצ"ל) מנגן.

דערנאך גייט צו דיסק 6, ניגון לשבת ויו"ט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2008 5:53 pm
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:פיטסבורג - גאר שטארק אויפגעכאפט לעצטענס.

דער עיקר שיינקייט איז די לעצטע צוויי שטיקלעך.