ווי אזוי קאמפאוזט מען א ניגון?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

ווי אזוי קאמפאוזט מען א ניגון?

תגובהדורך וואסער טרעגער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 5:58 pm

ב"ה
א גיטן טייערע ברידעלעך דא שרייבט פאר אייך א פשוטע טרעגער, אבער וויל איך אייך מגלה זיין אז איך בין אויך א שטיקל בעל מנגן טאקע, ווייל איך בין א טרעגער האב גענוג צייט בשעתן זיך דרייען מיט די פעסער, זינג איך זיך אינטער און אזוי פאלט מיר איין אסאך מאל שיינע פעלער, אבער דא בלייבט דאס, איך ווייס נישט וואס מען טוט ווייטער דערמיט, ווי אזוי מען איז מוציא מכח אל הפועל אז עס זאל ווערן א ניגון? קען מיך אפשר איינער ארויס העלפן?
(אפשר וועל איך טרעפן א נייע פאסטען איך וועל ווערן א קאמפאוזער)
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 6:57 pm

א פשוט'ע עצה אויפן סעלפאן איז דא א רעקארדער, איז ווען ס'פאלט דיר ביי א פאל , זינג עס אריין דארט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 11:27 pm

וכן המנהג אצל כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, יעדע מאל ס'פאלט אים עפעס ביי גייט עס תיכף אריין אין א טעיפריקארדער.

אבער איך מיין אז ר'ר באטל האט געמיינט צי פרעגן עפעס אנדערש, בין איך גערעכט מר. סאדע?

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:16 am

גערעכט ר' זיינוויל מיין שאלה איז פשוט ווי אזוי קאמפאוזט מען א ניגון נאכדעם וואס איך האב שוין א עפעס א תנועה ווי אזוי ווערט דאס א ניגון? למשל ערשטע פאל וויפיל פעלער וכדומה איך ווייס אפילו נישט וואס צו פרעגען ווייל איך ווייס פשוט נישט איך בין נישט באקאנט
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 11:39 am

דער אמת איז אז כמעט יעדע ניגון איז באמת נאר איין פאל, ס'פאלט ביי א גוטע פאל, דערנאך חזר'ט מען דאס איין גוט ווילאנג ס'איז שוין מונח בכופסא, איינמאל דו האסט שוין איין גוטע פאל, קען מען צולייגן צו דעם נאך, למשל אז מ'זעהט ווי דער יעצטיגע פאל איז א גוטע 2'טע פאל, לייגט מען צו די הארמעני צודעם און ס'ווערט א הויכע פאל וכן להלאה...

ויש להאריך בזה טובא נאר די צייט ערלויבט נישט

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 11:56 am

ר' שאץ
אני לא מבין אפשר קענסטו געבען א לענגערע ביאור דערויף?
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:04 pm

דו זאגסט אזוי, ס'פאלט דיר ביי א גוטע תנועה צו א גוטע פאל, נאר דו ווייסט נישט וויאזוי צו גיין ווייטער,
האב איך געזאגט, אז אט דעם פאל וואס איז דיר בייגעפאלן זאלסטו גוט אנהאלטן און געדענקען און חזר'ן, נאך א טאג צוויי, זאלסטו אנאליזן וויאזוי דער פאל קוקט אויס כלפי א גאנצע ניגון, איז דער פאל מער א אנהייב צו א מיטן צו א הויכע פאל,

אויב למשל דיין יעצטיגע פאל איז לויט דיין מיינונג א מיטל פאל, קענסטו צו דעם צולייגן נאך פעלער ברוב הימים כנ"ל,
עיצה טובה קמ"ל, לייג לכתחילה ארויף ווערטער אויף דעם ניגון דאס העלפט צו צום שלימות,

אפשר וועלמיר נאך אמאל מער מאריך זיין, ועוד חזון

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:04 pm

זאנוויל האט געשריבן:אבער איך מיין אז ר'ר באטל האט געמיינט צי פרעגן עפעס אנדערש, בין איך גערעכט מר. סאדע?


וואסער טרעגער האט געשריבן:גערעכט ר' זיינוויל מיין שאלה איז פשוט ווי אזוי קאמפאוזט מען א ניגון נאכדעם וואס איך האב שוין א עפעס א תנועה ווי אזוי ווערט דאס א ניגון? למשל ערשטע פאל וויפיל פעלער וכדומה איך ווייס אפילו נישט וואס צו פרעגען ווייל איך ווייס פשוט נישט איך בין נישט באקאנט


סאדע-באטל אדער וואסער-טרעגער? בין איך צומישט אר וואט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:59 pm

סיז מסתמא פלעין א מיסע-טעיק.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 1:04 pm

יא פשוט א טעות.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 1:10 pm

יישר כח זאנוויל פארן צוריקציען.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 5:33 pm

וואסער די מעשה איז אזוי, ס'איז באמת נישט-דא קיין הלכות ניגונים אדער הלכות קאמפאזען. אז דו קוקסט דיך גוט אום וועסטו טרעפן אלע מיני ניגונים ביי כלל ישראל. איין ניגון האט בלויז 2 פעלער און איינס האט 3 אדער גאר 4 (מוזשיץ'ע ניגונים קענען האבן 36 פעלער...)

געווענליך וועט א שטייטע ניגון האבן בלויז 2 פעלער (מיט א אינטעלאד) אוודאי איז דא שטייטע ניגונים מיט 3 פעלער (ס'הייסט, נאכן 2'טן פאל גייט מען ארויף נאך איינס און מ'קומט צוריק צו די 2'טע פאל,) אבער געווענליך אז מ'וויל לייגען אויף א טעיפ א ניגון וואס מ'וויל ס'זאל זיך אויפכאפן אויף חתונות, וועט מען זיכען ענדערש א 2 פעליגע ניגון. בבחינת גע'טובל'ט און ארויס. די לענגערע מיט מער פעלער זענען באטע און קומזיץ ניגונים.

ס'דא ניגונים וואס זענען נאר שטייט אדער נאר שנעל, און ווידער איז דא ניגונים וואס הייבן זיך אן שטייט און ווערן נאכדעם לעבעדיג. אדער איז דא ניגונים וואס הייבן זיך אן מיט א חזנות שטיקל.
ס'דא וואלצלעך, (וואלצלעך קענען האבן מערערע פעלער. סאך מער ווי 4.)
שנעלע וואלצלעך,
שטייטע וואלצלעך,
מארטשלעך, (מארטשלעך האבן אויך, געווענליך, מערערע פעלער)
טאנץ, (נארמאל 4 פעלער)
הארא, (2 פעלער מיט א גיטע אינטרא אדער אינטעלאד. חסידישע האראס האבן יא מער פעלער)
רעגולער הארא,
און אומפא הארא,
דיסקא,
ראק, (2 פעלער)
סעודה ניגונים,
היינט איז שוין דא רעגעי מיט רעפ אויך...

אמאל פאר ס'האט אנגעהויבן בושיווען די היינטיגע אזוי גערופענע "טריפה'נע" ניגונים האבן רוב ניגונים געהאט בערך דעם זעלבען גאנג. היינט האט זיך יעדער זיין אייגן גאנג און ס'איז דא אזוינע וואס האבן נישט קיין גאנג...
אבער דער אמת איז אז ס'איז דעם קאמפאזערס ניגון און ער קען טוהן און מאכען דעם ניגון וויאזוי ער וויל. 2 פעלער 3-4וויפיל ער וויל. שנעל, שטייט, ארויף, אראפ, געבויגען, וואס אימער ס'שמעקט אים.

אקעי מיין ווייב צינד שוין שבת ליכט. כ'וועל בל"נ ממשיך זיין א צווייטס מאל.

גוט שבת!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג נובעמבער 02, 2008 8:37 am

שאץ מאץ האט געשריבן:דו זאגסט אזוי, ס'פאלט דיר ביי א גוטע תנועה צו א גוטע פאל, נאר דו ווייסט נישט וויאזוי צו גיין ווייטער,
האב איך געזאגט, אז אט דעם פאל וואס איז דיר בייגעפאלן זאלסטו גוט אנהאלטן און געדענקען און חזר'ן, נאך א טאג צוויי, זאלסטו אנאליזן וויאזוי דער פאל קוקט אויס כלפי א גאנצע ניגון, איז דער פאל מער א אנהייב צו א מיטן צו א הויכע פאל,

אויב למשל דיין יעצטיגע פאל איז לויט דיין מיינונג א מיטל פאל, קענסטו צו דעם צולייגן נאך פעלער ברוב הימים כנ"ל,
עיצה טובה קמ"ל, לייג לכתחילה ארויף ווערטער אויף דעם ניגון דאס העלפט צו צום שלימות,

אפשר וועלמיר נאך אמאל מער מאריך זיין, ועוד חזון



איך וויל נאר צילייגען אז אויב זעסט די אז ס'איז זייער א שיינע תנועה און די קענסט בשום אופן נישט מאכען נאך א תנועה, אדער די צווייטע תנועה קומט נישט אויס אזוי שיין איז כדי עס אויסציארבעטן געהעריג מיט א קאמפאוזער
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » זונטאג נובעמבער 02, 2008 4:25 pm

אין די מחנה חרדי די בעלזא צייטונג שרייבט דארט א יעדע וואך ר' יוסף משה כהנא הי"ו אן ארטיקל איבער נגינה, ער שרייבט וועגן נגינה ביי חסידישע הויפן, האלט ער יעצט ביי וויזניץ האט ער געהאט א אינטערוויא מיט ר' יצחק אונגאר הי"ו אין די סכות'דיגע אויסגאבע, עס איז זייער אינטערעסאנט פול מיט ידיעות,
איך מיין אז פאר אייך וואסער טרעגער לויט אייער קשיא איז דאס ממש פאר אייך.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 10:54 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:אין די מחנה חרדי די בעלזא צייטונג שרייבט דארט א יעדע וואך ר' יוסף משה כהנא הי"ו אן ארטיקל איבער נגינה,

יישר כח איז דא א וועג ווי מען קען דאס זען אויפן וועב? אדער קענט איר דאס פאוסטען?

הרב פלאפי א גרויסען יישר כח פאר די הערליכע אינפארמעשען, עס וואלט ווען אפשר בעסער געווען אביסל מער דיטעלט
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 1:35 pm

אדרבה טרעגער, פרעג מיין קינד פרעג, איך וועל פראבירן ענטפערן עד ידי מגעת...
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 3:29 pm

לאמיר אנהייבן פון אנפאנג עס פאלט מיר ביי א פאל נו כדי עס זאל זיין א ניגון דארף דאך כאטשיג זיין צוויי פעלער אקעי דארף מען פראבירן צו מאכן א צווייטן פאל וויל איך וויסן צו די צווייטע פאל ברויך האבן מעין הפתיחה איך מיין צו פרעגן צו עס ברויך האבן שייכות מיט די ערשטע?
איך וועל באלד ממשיך זיין
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 9:58 pm

ס'דארף נישט האבן אסאך, אבער אביסל, ס'דארף שטימען דאס לויפן פון איין פאל צום צווייטן, און אביסל אויפן זעלבן שניט, מ'קען נישט מאכן די ערשטע פאל שטייט, און די צווייטע פאל שנעל, וכדומה.

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » מיטוואך נובעמבער 05, 2008 4:53 pm

צווייטע קשיא איז:
לאמיר זאגן איך האב שוין צוויי פעלער אין מען דארף דאס אויסשטעלן אז עס זאל אויסקוקען ווי א ניגון כדי אז מען זאל דאס קענען נאכזינגען ווי אזוי שטעלט מען דאס אויס צו זינגען ביי אסאך ניגונים זעה איך אז נאך די צווייטע פאל זינגט מען נאכאמאל די ערשטע אין אסאך מאל זינגטמען נאכאמאל ביידע פעלער וויל איך וויסן ווי אזוי שטעלט מען אויס א ניגון צו זינגען?
המשך יבא...
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 8:12 am

המשך יבא? וואס איז געווארן מיט די המשך?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 9:30 am

האלוי פלאפי...... וואס באהאלטסטו דיין אוצר......... געב פליז ארויס מער דיטעילס , ס'קוקט מיר אויס אז די ווייסט אביסל וואס טיצעך......... איך בין געווארן סטאק ביי די הארא'ס, ס'האט מיר זעך צושווינדלט.....
וואלטסט למשל געקענט צולייגן צו יעדע מין א עקסעמפל ווי למשל "וואלצלעך" א שטייגער ווי "ברוך קל עליון" פון משה גאלדמאן.

פליז ר'עולם ווארט.........טענקס!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 9:35 am

פלאפי......... די דארפסט פאשטיין ..... איך האב למשל חשק צו קאמפויט'ן א "ראמפא הורא" אדער גאר א "רעגעי" מיט אזא "אינטערלאוד", כ'ווייס פשוט נישט ווי דאס קוקט אויס.

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דינסטאג ינואר 20, 2009 11:20 pm

וואסער'ל

לויט דיינע שאלות, קוקסטו אויס צו זיין זייער אמוויסענד אין די דאזיגע הינזיכטן.

כ'מיין, פאר דיינעטוועיגן, לויף צוריק צו די וואסער...
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

ווי אזוי קאמפאזט מען א ניגון?

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 19, 2011 12:18 pm

אויך מיר א קשיא
אז דו ווייסט נישט מן הסתם קענסטו נישט

איך האלט אבער אנדערש, ווי אזוי שרייבט זיך נאר "ארט און מוזיק" אונטער? 'איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...' און ס'ליגט אמת דערין לגבי די חלק פון קריעטיוו זיכער, מען דארף האבן דעם כח המחדש

איך פיל (קען זיין איך פיל נישט גוט...) אז איך האב דעם כח המחדש, ב"ה סיי ביי חידושי תורה, און להבדיל ביי ארט זאכן, ווי אויך ביי נגינה, ס'קומט מיר צומאל אויס אז איך צוזינג מיך א תנועה א ניגון, און איך טראכט צו מיר, פון ווי קען איך די תנועה? איז דאס יעצט נתחדש געווארן? אדער האט דער זכרון פשוט אויפגעברענגט א ניגון וואס איך האב ערגעץ ווי געהערט פאר יארן צוריק?

איך דערמאן מיך אמאל איך בין געווען ביי א דאקטאר ביים האבן א קינד, און ס'איז געווען א שטיקל שרעק, אהיימפארנדיג נאכן הערן אז אלעס איז ב"ה אין בעסטן ארדענונג, האט זיך מיר דאס הארץ צוזינגען א לידעלע צום באשעפער, אזוי אומגעטראכט אויף די ווערטער אלקי נשמה, לויט וויפיל איך ווייס איז אזא ניגון נישטא, אלע געפילן האבן זיך אויסגעגאסן, אבער אנקומענדיג אהיים האב איך ניטאמאל געדענקט וואס איך האב געזינגען.

בקיצור, אויב פאלט מיר ביי א ניגון? ווי אזוי ברענג איך אים ארויס מכח אל הפועל?
דארף מען קענען נאטן צו קענען קאמפאזן א ניגון? דארף מען פארשטיין צו מוזיק? צו קען איך האבן דעם חוש פון קאמפאזן אן פארשטיין בכלל אין מוזיק (א געפיל צו מוזיק האב איך, אבער כ'האב נישט קיין אנונג וואס דארט טוט זיך ווייל איך האב קיינמאל דערין נישט געטון?)

לאז מיר הערן וואס אונזערע מנגנים דא זאגן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג יוני 20, 2011 9:02 am

עצה טובה, האלט ביי דיר שטענדיג א רעקארדער...
__________________________________
This signature was intentionally left blank


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט