משפחה ארטיקלען איבער חזנות אינסראמענטן קלעזמער און נאך

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

משפחה ארטיקלען איבער חזנות אינסראמענטן קלעזמער און נאך

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:14 pm

אין די סוכות משפחה (ענגליש) איז געווען כל מיני העכסט אינטרעסאנטע ארטיקלען מיט א שייכות צו נגינה, וואס איך וואלט געראטן פאר די חובבי הנגינה עס צו ליינען.

איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט פונקטלעך אלע ארטיקלן, איך וועל יעצט שרייבן וואס איך געדענק, ולכשירחיב וועל איך ממשיך זיין. ווער עס האט געליינט ווערט געבעטן דא צו צולייגן.

1) א שיינע ארטיקל איבער די היינטיגע חזנים ובתוכם חזן בן ציון מיללער, החזנים למשפחת הרשטיק, חזן יחזקאל קלאנג ועוד.

2)א הערליכע ארטיקל איבער די וועלט בארימטער קלארינעטיסט ר' אברהם (אנדי) שטאטמאן, וועלכער שפילט בעיקר די פארצייטישע קלעזמער. (די מאזישצער חסידים קענען אים אודאי).

3)פול מיט אינטרעסאנטע ידיעות און מאמרים איבער אלעס וואס איז שייך נגינה.

4) אן ארטיקל איבער א פאבריצירער פון די כינור, און כינור דוד אינסטראמענט.


המשך יבא בעז"ה
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:19 pm

אלעס איז שוין געשטאנען א לאנגע צייט צוריק אין משפחה (היברו), וואו באקאנט אז די דורכגאנג צווישען די צוויי אויסגאבעס נעמט זייער לאנג.

אויך די כ"ד שעות ביילאגע פון פסח, איז איצט ערשינען - הגם אין א פיל קלענערן פארנעם - אין די ענגלישע משפחה פון סוכות.

דאכט זיך אז אויך דער בליק האט א שטיק צייט צוריק געהאט אן ארטיקל דערוועגן.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 2:30 pm

איך ווייס אז רוב ארטיקלן (אויסער די פון גרילאק, ראזנבלום, בנימין ראוז, און ר' יענקל האראוויץ) זענען ע"פ רוב איבערגעטייטשט פון די העברעאישע, אבער מה נעשה אז דאס ווייב פארשטייט נישט קיין העברעאיש, מוז מען צואווארטן ביז זיי טייטשן עס איבער אויף ענגליש.

סתם פאר נייגעריגקייט, וויפול דא האבן שוין געהערט פון אנדי שטאטמאן, לויט ווי זיי שרייבן איז ער זייער באוואוסט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 6:24 pm

זענען די העברעאישע 'משפחה' נומערן אוועליבל אנליין? דערווייל האב איך נאר געטראפן די ענגלישע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 10:37 pm

וואו קען מען האבן די ענגלישע אנליין?

לעווי, איך קען דעם אנדי (נישט פעטיט...) סטאטמאן. ער שפילט יערליך ביים הילולא פון ר' שאול מאדזשיצער זי"ע. זיין אידישער נאמען איז חנוך. ער איז נתקרב געווארן צו אידישקייט נאכ'ן שפילן א מאדזשיצער ניגון.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 11:50 pm

אנדי (אדער 'ענדי') סטעטמען איז זייער באוויסט אין דער עולם המוזיקא, מ'פלעגט זעהן זיין נאמען אסאך אויף יודישע קאסעטלעך.

מיאמי קינדער קאור האט מיט יארן צוריק געמאכט א קונצערט וואס האט געהאט א PLAY אין עס ווי MBD האט פארצייטנס ג'עקט, דארט איז דא א חלק ווי זיי שפילן אפ א חתונה, און ר" ענדי טאנצט ארום אויפן STAGE מיט זיין געבלאזעכץ. הערליך שיין.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 10:33 am

מאשקע האט געשריבן:וואו קען מען האבן די ענגלישע אנליין?


http://mishpacha.com/

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 9:14 am

איך האב פונקט יעצט דערמאנט עפעס אינטרעסאנט פון דער 'משפחה'.

עס איז דא דארט אן ארטיקל איבער די פיר דורות פון מנגנים אין די ווערדיגער משפחה, נעמליך ר' דוד, מרדכי, יודל, און זיין קליינע יונגל.

אינצווישן זאגט דארט יודל אז ווען ער האט אפגעקויפט די וועלטס באקאנטע ניגון 'ואתה בנים שורו למלך, וועלכער איז אייננער פון די מערסטע אויפגעכאםטע ניגונים אין די לעצטע דזשענארעישאן אויב נישט די מערסטע, ווי אויך איז דאס די ניגון וואס הט ארויף געלייגט יודל ווערדיגער אויף די מאפע (פונקט ווי רחם האט געטון צו שוועקי), האבן אים אלע מבינים אין נגינה ווי יוסי גרין, אברהם פריד, און אפילו זיין טאטע געזאגט אז ער ווארפט ארויס געלט אין די גארבידזש ווייל דער ניגון האט נישט קיין שום פאטענציאל. ער אליינס האט שוין אויפגעגעבן אויף די ניגון און ער האט נאר אריין גלעייגט די ניגון אין די אלבום אין די לעצטע מינוט. און דא ווייזט זיך ארויס אז דאס איז געווען א סמעשינג היט.

דאס ווייזט אז מען קען קיינאמל נישט וויסן וואס וועט זייך א היט און וואס נישט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 11:16 am

איך קען נאר צוויי דורות פון בעלי מנגנים...

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 11:18 am

ר' דוד וואונט היינט צו טאגס אין קרית יואל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:01 pm

ר' דוד וואונט שוין נישט אין מאנראו, ער געפונט זיך אין סיגעיט ביי זיין זוהן ר' מרדכי.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:05 pm

איך האב אים נאך דעם זימער גיגעבן א היטש ווען איך בין פונקט גיווען אין מאנראו


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון און 15 געסט