בלאט 1 פון 1

מידד טסה

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2008 1:04 pm
דורך שראליק
מידד טסה - א ספרדיש'ער פון א"י - איז א נייער וואונדער קינד מיט זיין קול און זינגען, ממש יעצט פאר סוכות איז ער ארויסגעקומען מיט א דיסק מיט הערליכע ניגונים, צווישן זיי א ענגלישע ניגון און אויך א צווייטער ניגון מיט אידישע ווערטער.
ער זינגט ממש "Like an angel"..., עס איז צום באוואונדערן ווי א קליין קינד אין זיינע יארן זאל אזוי קענען האלטן א שטימע און טאן ממש ווי א פעסטע זקן ורגיל.

איך הער אויך אז ער איז גאר ארויסגעקומען מיט א "דאבעל עלבאם", די צווייטע טעיפ איז אויף סליחות.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2008 3:37 pm
דורך ישראל_הלוי
די פאדערשטע אין הונטערשטע דעקל פון די סליחות אלבום.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2008 3:44 pm
דורך ישראל_הלוי
נאט אייך א וועב זייטל פון מידד'ן..

http://midd.co.il/

פיל מיט אינפארמאציע.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2008 1:49 pm
דורך יגרסהדותא
שראליק, יש"כ פאר די אינפארמאציע, J-NET לאזט עפעס נישט דארט אריין, קוקט אויס ווייל דאס קינד פארמאגט א קליינע קאפל..

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2008 1:53 pm
דורך אלעקסיי
אדער ווייל עס איז .co.il/...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2008 12:05 am
דורך וואלוועלע
איך האב געהערט שטיקלעך פון איהם און TSOFAR וואס די סייט איז יא אפן דורך דזשעי נעט און איך מוז ענק זאגן די קינד איז עפעס געוואלדיג איך האב נאך אזא מלאכישע קולכל און מייןלעבן נישט געהערט און נאך דערצו ער זינגט מיט גאטס ווי א אלטער זינגער

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2008 12:57 am
דורך זיידעניו
ר' וואלוועלע אהער מיט די לינקס, זאלן מיר אויכעט הנאה האבן אין קענען זאגן מיינונגען..

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2008 7:55 am
דורך וואלוועלע
דא האט איר בייגעלייגט עטליכע ווידיאו קליפס וואס צופר ברענגט אראפ
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=14168
הערט און האט הנאה פון די קינד מיט די מלאכישע קולכל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2008 10:51 am
דורך יא יא
אויף מה נשמע איז דא אן אינטערוויו מיט מידד אויף איזראעלי טעלעוויזיע.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2008 10:54 am
דורך וואלוועלע
מזל טוב יא יא פארן איבערגיין פארן איבערגיין די נומער 100

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2008 2:04 pm
דורך יידישיסט
אז מען רעדט פון ספרדישע וואונדער-קינדער איז מיר נאך אינטערעסאנטער געווען צו הערן דאס קינד "אוריאל" זינגען. ער איז איבערהויפט נישט באקאנט, און אפילו פיל ספרדים ווייסן נישט פון אים צו זאגן, איך אליין ווייס נישט קיין פרטים איבער אים, אבער אז איר וועט א זוך-טון צווישן ספרדישע קאמפאקטלען וועט איר דאס אוודאי געפונען. אלזא, עס וואונדערט זיך מיר ביז גאר אז ער האט נישט באקומען גענונג פירסום ווייל לויט מיין מיינונג איז זיין זינגען פיל מער קונצליך פון דעם נייעם שטערן "מידד טסה". קען זיין אז מידד האט זיך פארדינט זיין אויבנאן צוליב זיין זינגען שיין געווענליכע ניגונים (אזויווי אין די אויבנדערמאנטע קאסעטן), וואס ביי דעם איז טאקע מעגליך אז אוריאל האט נישט אזא שארפן קלארן חיתוך הדיבור, אבער אויב זאל מען רעדן פון "פיוטים" ווי עס פארלאנגט זיך גאר גרויסע געניטקייט אין די "סלסולים" (קול-דרייענישן), ביי דעם איז פשוט צו שטוינען וויאזוי דאס קינד מאכט דאס.

למען האמת, האב איך נאכנישט געהערט קיין פיוטים פון מידד טסה אז איך זאל וויסן צו צווישנשיידן צווישן די צוויי, אבער פון דעם וואס איך האב געהערט פון אוריאל האב איך געשטוינט, זעהענדיג צום ערשטן מאל אין לעבן אזא מעגליכקייט אז א קינד זאל אזוי שטארק שולט זיין אויף זיין שטימע. דאס ליד וואס האט מיך אזוי באגייסטערט איז געווען דער פיוט "ק-ל בעניי הבט" וואס איז די העברעאישע ווערסיע פון דעם אראבישן "אנת עמרי" פון אם כולת'ום. דאס אינגל זינגט אפ דעם האלבע-שעהדיגן פיוט אזוי קונצליך און אזוי אינטערעסאנט אז עס איז אומגלויבליך פאר דעם צוהערער אז דאס זינגט גאר א קינד.

אפשר ווייסט איינער פרטים איבער דעם קינד?.. (מעגליך אז ער איז שוין היינט נישט קיין קינד)