די פולע ווערסיע פון א סוכה'לע א קליינע...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

די פולע ווערסיע פון א סוכה'לע א קליינע...

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אוקטובער 12, 2008 10:16 pm

איך האב באגעגנט א כתב פון דעם ניגון וואס מיר אלע קענען, אבער מיט נאך א פאל וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט, הגם איך האב אייביג געטענה'ט אז דער ניגון ווי זוי איך האב עס געוויסט איז נישט א ניגון וואס ענדיגט זיך און עס זעהט נישט אויס אז דער קאמפאזער איז געווען א יאקעל וואס זאל לאזען אזא שיינע תנועה ווי א גולמי כלי. ווער עס ווייסט ווי אזוי מען זינגט דאס (יאנאש ווי איז דיין אינגעל [מיידל]) זאל זיך ביטע מעלדן ווייל עס זעהט אויס אינטרעסאנט.

א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
- - -
דער ווינט א קאלטן,
וואס בלאזט דורך די שפאלטן,
עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.


ביים ערשטן געריכט, (בלע"ז (COURSE
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטעריל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
- - -
זיי נישט קיין נער,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טוהן באנק.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.


הָרַחֲמָן, הוּא יָקִים לָֽנוּ אֶת סֻכַּת דָּוִד הַנוֹפָֽלֶת.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג אוקטובער 12, 2008 10:39 pm

עס איז קוקט נישט אויס ווי נאך א פאל, עס קוקט אויס ווי עס איז אנדערע ווערטער אבער די זעלבע תנועה איבער און איבער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 12, 2008 11:47 pm

איך האלט אויך ווי שראליק.

אגב, א פרעכע פרעכהייט, מיין טאכטער איז אהיימגעקומען פון שולע זינגענדיג דעם ניגון אויף ... ענגליש!!!

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג אוקטובער 13, 2008 12:31 am

אגב ווייסט איינער ווער איז דער בעל מחבר פון דעם ליד?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אוקטובער 13, 2008 9:13 am

עס איז דער זעלבער תנועה איבער און איבער, איך קען עס פון איינע פון די אידיש קלעסיקס מיינעך, דארטן זינגט ער דעם גאנצן ניגון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 13, 2008 10:39 am

ישר כח זיידעניו.

קרעמער, ווי אזוי גייט דער ניגון אין ענגליש? איך קען זיך עס נישט אויס'משל'ן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך אוקטובער 15, 2008 11:08 pm

אייזיק האניג זינגט דאס אויף איינער פון די אידיש קלעסיקס, נאר ביז די קידוש חלק, דערנאך פארט ער אריין אין 'אוי הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת.. '

יישר כח פארן ברענגן די פולע ווערסיע, לאמיר גיין עס אויסלערנען די קינדערלעך...

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובהדורך שבת קודש » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 12:37 am

ווייסט איינער די מקור פון די ניגון

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 5:11 pm

אלס יונגל האב איך געמיינט אז ס'איז ר' שלמה'לע'ס ניגון, ביז כ'בין געוואויר געווארן אז ער האט ניטאמאל געקענט קיין אידיש...

אינעם ספר "דאס פלאם פון אמאל - ניגוני ישראל" איז אויך געדרוקט דער פולער ווערסיע, און פון דארט האב איך עס געזונגען ביום א' דסוכות העעל"ט. אלע פעלער זענען לכאורה די זעלבע.
An article a day keeps the babies away

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 5:19 pm

ר' שלמה האט נישט געקענט קיין אידיש..?! יו גאט טו בי קידינג מי...

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 7:46 pm

מחבר השיר אברהם רייזן משורר וסופר אידיש (1953-1876). יליד קוידינוב שברוסיה. התגורר בוורשה ומשנת 1911 בארצות הברית.

אַ סוכּה אַ קלײנע,

פֿון ברעטלעך געמײנע,
האָב איך קױם מיט צרות געמאַכט;

געדעקט דעם דאַך

מיט אַ ביסעלע סכך,

און כ'זיץ אין איר סוכּות בײַ נאַכט.


מיט פֿאַרזאָרגטן געזיכט

דאָס ערשטע געריכט

עס טראָגט מיר מײַן װײַב באַלד אַרײַן;

זי שטעלט זיך אַװעק

און זאָגט מיט שרעק:

דער װינט װאַרפֿט די סוכּה באַלד אײַן!

פֿון די װינט דעם קאַלטן,

װאָס בלאָזט אריין דורך די שפּאַלטן,

מײַן ליכטעלע לעשן זיך װיל;

דאָך מאַך איך מיר קידוש,

און - זעט נאָר דעם חידוש! -

מײַן ליכטל ברענט זיך רואיִג און שטיל!...

עט, זײַ נישט קײן נאַר

און האָב נישט קײן צער,

עס זאָל דיר דער װינט נישט טאָן באַנג:

נישט זעלטן זײ קומען,

די װינטן, און ברומען -

דאָך שטײט אונדזער סוכּה שױן לאַנג!

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... rum_id=771

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אוקטובער 17, 2008 1:56 pm

יישר כח.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » פרייטאג אוקטובער 17, 2008 3:02 pm

אלעס שטימט נאר איך האלט אז עס איז דא נאך א פאל מען דארף עס מברר זיין
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג אוקטובער 20, 2008 12:42 pm

מאשקע ר' שלמה'לע האט נישט געקענט קיין אידיש?? :grin:

דאן האסטו נאכנישט געהערט ווי אזוי ר' שלמה'לע זינגט 'לאמיר דיר דערציילן' פון ר' לוי יצחק בארדיטשובער זצ"ל, אדער 'געוואלדזשע ברידער', הא?

ער איז אויפגעוואקסן אינדערהיים ווי דארט האט מען נישט גערעדט קיין ענגליש דאכט זיך...

אוועטאר
א אידיש קינד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 08, 2008 6:58 pm
לאקאציע: כדור הארץ

תגובהדורך א אידיש קינד » מיטוואך אוקטובער 22, 2008 9:09 pm

ער איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד, פאר די מלחמה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2008 8:22 pm

ניין, כ'האב טאקע נאכנישט געהערט. ענגליש האט ער גערעדט ווי א סאטמארער בחור, און כ'האב מיך טאקע געוואונדערט וועלכע שפראך ער קען יא.
An article a day keeps the babies away

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 12:15 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:אייזיק האניג זינגט דאס אויף איינער פון די אידיש קלעסיקס, נאר ביז די קידוש חלק, דערנאך פארט ער אריין אין 'אוי הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת.. '

יישר כח פארן ברענגן די פולע ווערסיע, לאמיר גיין עס אויסלערנען די קינדערלעך...

נישט אייזיק זינגט עס דארט, דער איז פישל בייגל, דערנאך פארט ער אריין צו הבט משמים וראה, און דערנאך הרחמן הוא יקום.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 2:54 pm


זעקסטע_הקפה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:12 am

תגובהדורך זעקסטע_הקפה » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 3:03 pm

אברהם רייזן איז געווען א סעקולערער אידישיסטישער שרייבער. מעגליך, אז מיט דעם וואס דער ניגון איז אריינגעקומען צווישן פרומע אידן האט זיין נשמה געהאט א שטיקל תיקון...

שלמה קארליבאך האט גערעדט א פליסיגן אידיש. איך האב אמאל געהערט א טעיפ פון א פארברענגען מיט אים, ביי וועלכן ער האט א היפשן חלק גערעדט אויף אידיש.

אגב, אויסער "געוואלדזשע ברידער" און "לאמיר דערציילן" זינגט ער ערגעץ דאס באקאנטע פאלקסליד "אויפ'ן פריפעטשיק."

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 3:10 pm

יישר כח זיידעניו פארן ברענגן די ניגון, איי דער פישל בייגל זינגט דאך הארציג מיט א בא'טעמ'טע גאליציאנישע געשמאק.


איז דא א וועג אראפ צו דאונלאודן די ניגון צו מיין קאמפיוטער?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:15 pm

יא
א שאד ער איז פארלוירן געגאנגען פון דו מאפע
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 12:20 pm

סאלאטן

ברוך שובך
כ'האב מיך שטארק געבענקט נאך דיר. כ'געדענק ווען דו פלעגסט שרייבן שטארק תוכנ'פולע תגובות אינעם פעלד פון חזנות.
הלואי ווען דו בלייבסט דא.

Shia23
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:51 pm

תגובהדורך Shia23 » מיטוואך אוקטובער 07, 2009 6:39 pm

WERE IS THE KUMZITS today?????? Any 1 know? What's the secret?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 5:58 pm

אינטעליגענט

ס'פרייד זיך מיר אז מ'געדענקט מיר, אין נאכדערצו צום גיטן, אבער זינט דער טויש אינעם פארקינג פון דו קרעטשמע, לאזט מיר מיין סעל נישט אריין.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 9:28 pm

זעקסטע_הקפה האט געשריבן:דאס באקאנטע פאלקסליד "אויפ'ן פריפעטשיק."

א חלק פון די סידור מעלאדי פון אידיש קלאסיק


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], גליון און 11 געסט