בלאט 1 פון 3

וואס זינגט מען יו"ט – סוכות

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 3:04 pm
דורך שאץ מאץ
שוין, ר"ה איז שוין דורך, האמיר באקומען גאנץ פיינע איידיעס, איבער ניגונים וואס קענען געזינגען ווערן במשך די 4 סעודות ר"ה, וואס כאטש אין אסאך פלעצער האט מען גארנישט געזינגען, איז אבער דא א גרויסן דיקן מחזור, וואס ברוב הימים איז פארפאסט געוווארן אסאך ניגונים אויף די ווערטער פונעם ר"ה'דיגן דאווענען, דעריבער איז אפי' דא די מעגליכקייט פון זינגען ר"ה ביים טיש 3 שעה אן א אפשטעל, דער עולם האט זיך גאנץ ווארעם אנגערופן און אפי' ארויס געוויזן שטארקע געפיל, איבער די וויכטיגע טעמע "וואס זינגט מען ביים טיש"...

יעצט איז אבער די פראגע, וואס זינגט מען סוכות ביים טיש?, עס זענען פארהאן 4 סעודות גאנץ רואיגע אן קיין געיעג אזויווי ר"ה, וואס מ'יאגט זיך ביינאכט אויפצושטין פרי, און מ'יאגט זיך בייטאג ווייל ס'איז שוין באלד די שקיעה, די סוכות סעודות זענען געווענדליך מיט שטארק הרחבה מיט אסאך צייט, (אויסער דעם וואס מ'וויל ווייזן פאר די שכנים פון אלע סוכות ארום ווי מ'קען אריבער הערן יעדעס ווארט אז משפחת גרינשפאן קען גוט זינגען) קיין דיקן ר"ה מחזור איז נישטא, וואס יא, זמירות אויך נישט, וואס יא, יעצט שרייבנדיג, טראכט איך פון אפאר ניגונים אבער איך בעט דעם עולם מוסף צו זיין ווי מער,

ושמחת בחגיך – 1
ושמחת בחגיך – 2 (לובאוויטש)
הגלה נא ופרוס – משה גאלדמאן,
ק'ה קלי – משה גאלדמאן
ותערב – בעלזא
מלך רחמן – יושע מענדלאוויטש
אבינו מלכינו גלה – יודל ווערצבערגער
אחת שאלתי – (אלע מיני) ביז שמיני עצרת
אתה בחרתנו – הרבה מיני)

ניגוני הלל
מי כד' אלקינו –
ק'לי אתה – לובאוויטש
אנא ד' כי אני עבדך – קארלבאך
מה אשיב – (כמה)
יוסף ד' עליכם –
מן המיצר – לחיים

ועוד ועוד ביטע מאכט די ליסטע לענגער....

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 3:25 pm
דורך מיללער
הרחמן הוא יקום לנו את סוכת דוד הנופלת - (שלמה?)
קה קלי (מארש-מב"ד)

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 3:29 pm
דורך 3x0
איך האב אמאל געהערט איינעם זינגן "וטהר ליבנו לעבדך באמת" ס'איז דא אפאר ניגונים דערויף, יענער האט צוגעלייגט אז ס'איז ראשי תיבות לולב.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 3:30 pm
דורך איזאק
א סוכהלע א קליינע, מיט ברעטעלעך געמיינע...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 3:51 pm
דורך ביקסאד
אתה בחרתנו.
והשיאנו.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 3:53 pm
דורך חייקל
שלאף מיין קינד מיין נשמה,
ווען דער שכן וויל שוין שלאפן און איר זינגט זיך פלוצים 3 שעה זמירות לכבוד יו"ט, דאכט זיך אז פאריגע וואך זענעט איר שוין אליין לאנג געשלאפן אזא צייט :lol:

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2008 12:59 pm
דורך חייקל
פון MRM שמחת בית השואבה קאלעקשאן
• ושמחת בחגיך 1
• ושמחת 2
• ושמחת חב"ד
• ניגון (את הכל תוכלו ליקח מאתי אך לא יוצרי מלבבי)
• ושאבתם מים בששון (מונקאטש)
• הרחמן הוא יקום לנו את סוכת דוד הנופלת
• וימלא, משאלותינו, (קרעטשינוף)
• אהבת עולם תביא להם
• בורא עולם בקנין, אוי בורא, עולם, בורא עולם בקנין
• לעשות נחת רוח
• וידעו, וידעו, וידעו
• ועתה אלקינו, מודים אנחנו לך ומהללים לשם תפארתך
• ואמר ביום ההוא
• שנשמע ונתבשר
• וחסד ה' (טאהש)
• לא תבושו (1)
• פשעטל ניגון (ג.פ.י.)
• מצוה טאנץ ניקלשבורג
• עוז והדר לבושה
• אשרינו שיש לנו רבי כזה
• א גאנץ יאהר פריילעך
• אנא עבדא דקודשא בריך הוא
• אחת שאלתי מאת ה'
• צוה צוה ישועות יעקב
• ויבטחו בך
• ותן בנו
• ציון ציון הלא תשאלו
• כי לה' המלוכה ומושל בגויים
• זמרו לאלקים זמרו
• ובכן צדיקים יראו וישמחו (סאטמאר ימים נוראים)
• חסדי ה' כי לא תמנו
• לשנה הבאה (מב"ד)
• לשנה הבאה בירושלים
• וקרב פזורינו
• בנה בנה ביתך וויזניץ
• והראינו בבנינו
• וימלא משאלותינו 1

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 12:59 am
דורך איך_הער
יוי, פאר אזא ליסטע, דארף מען שוין צוויי וואכן חול המועד...
יישר כח פאר אייך אלע.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:15 am
דורך מאשקע
דער מר"מ זאל מיר מוחל זיין, אבער וואס האט "ציון הלא תשאלי" מיט סוכות? לאו דוקא, די זעלבע איז שווער אויף צען אנדערע ניגונים אויך.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2008 7:43 pm
דורך חוקר
עס קען זיין א שאלה פון גזל שינה פין די שכנים בדרך אגב וואלט איך געוואלט וויסן די אלעמבאוויסטע הלכה פון גזל שינה איך האב שוין געזיכט אבער נישט געגקעט טרעפן א מקור אויף דעם (אויסער דעם וואס דאס איז סתם נישט מענשטליך אבער א מקור ע"פ "הלכה" זיך איך)

א סוכה'לע א קליינע

געשריבן: זונטאג אקטאבער 04, 2009 10:00 pm
דורך salads
ס'איז דא געווען באשריבן דו גאנצע מעשה מיטן ניגון פון "א סוכה'לע א קליינע, מיט ברעטער'לעך געמיינע".

איך וואלט געווען זייער דאנקבאר אויב איינער קען עס צוריק ארויף ברענגען.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 05, 2009 4:18 pm
דורך 1x1
salads האט געשריבן:ס'איז דא געווען באשריבן דו גאנצע מעשה מיטן ניגון פון "א סוכה'לע א קליינע, מיט ברעטער'לעך געמיינע".

איך וואלט געווען זייער דאנקבאר אויב איינער קען עס צוריק ארויף ברענגען.

http://www.ivelt.com/forum/index ... c=&start=5

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 11:11 am
דורך מאנ-יימער
ארויף

געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:21 am
דורך farshlufen
ביים בויען די סוכה:
"קנאק קנאק קנאק
א סוכה בויען מיר
קנאק קנאק קנאק
אלעס נאר פאר דיר".

ניגונים פאר יום טוב סוכות

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:48 pm
דורך פיניע חזן
ביי ר' דוד אריה'ס חבריא זינגט מען ר' משה גאלדמאן'ס ניגון כי נחם (וואס נדבורנא האט ארויף געזעצט אויף מעין עולם הבא) אויף די ווערטער הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת

אתה בחרתנו איז דא (כמעט) אהן קיין שיעור
עולו אושפיזין אויך זייער אסאך. פארשטייט זיך פיניע האט עטליכע

למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי פון ר' יצחק אונגר

איך זינג יעדע נאכט (אדער טאג) א טייל פון גשם פון בעלזא, אלץ די אושפיזין

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:13 pm
דורך קהת
בעלזא האט א הערליכע ניגון עילו אישפוזין, די שכנים גייען זיך באלעקן.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:27 pm
דורך מי יודע
פיניע חזן האט געשריבן:ביי ר' דוד אריה'ס חבריא זינגט מען ר' משה גאלדמאן'ס ניגון כי נחם (וואס נדבורנא האט ארויף געזעצט אויף מעין עולם הבא) אויף די ווערטער הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת

אתה בחרתנו איז דא (כמעט) אהן קיין שיעור
עולו אושפיזין אויך זייער אסאך. פארשטייט זיך פיניע האט עטליכע

למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי פון ר' יצחק אונגר

איך זינג יעדע נאכט (אדער טאג) א טייל פון גשם פון בעלזא, אלץ די אושפיזין

ווי קען מען הערן הרחמן אויף כי נחם? ס'דארף זיין שיין

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:55 pm
דורך פיניע חזן
איך האב פראבירט צו טרעפן אין מיינע אוצרות אבער איך האב נישט געטראפן
עס זעהט מיר אויס אז אין די סי די'ס וואס גייען ארויס אין די גאס שניידט מען געוויסע ניגונים פון אנפאנג, אבער איך וועל פראבירן בל"נ חוה"מ נאכאמאהל

יגעת ומצאת

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 6:40 pm
דורך פיניע חזן
אט האט איר דעם ניגון הרחמן-כי נחם (אויב זענט איר געשטאנען אונטער מיין סוכה וואלט איר דאס געקענט אויך הערן)

א גוטן מועד

https://copy.com/8ztPRndb1gYAR1px

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 6:50 pm
דורך יצחק דע באנקיר
סוכות איז דאך למען ידעו, צו דערמאנען דעם וועג אין מדבר
וואס איז געשען אז דער עולם האט פארגעסן פון כה אמר ד' זכרתי לך...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:21 am
דורך private
מען האט גארנישט פארגעסן אפאר מאל געזינגען, אויך געהערט פין איטליכע סוכות דעם הארציגען אלט באחאנטן כה אמר

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:35 am
דורך מי יודע
פיניע חזן האט געשריבן:אט האט איר דעם ניגון הרחמן-כי נחם (אויב זענט איר געשטאנען אונטער מיין סוכה וואלט איר דאס געקענט אויך הערן)

א גוטן מועד

https://copy.com/8ztPRndb1gYAR1px

יישר כח
זייער שיין

Re: וואס זינגט מען יו"ט – סוכות

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:10 pm
דורך אחד הרבנים
ארויפגעברענגט לכבוד דעם בעפארשטייענדיגן הייליגען יו״ט.
ווער עס האט עפעס שיינע שטאטע ניגונים וואס איז צום זינגען סוכות ביים טיש אדער ביי חוה״מ פארברענג, ביטע דאס ארויפלייגן דא. א ליסטע מיט ניגונים אדער רעקארדירונגען.
א ליסטע מיט לעבעדיגע ניגונים פאר שמחות בית השואבה וכדו׳ איז שוין דא ארויפציר אויף דעם בלעטעל.

Re: וואס זינגט מען יו"ט – סוכות

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:27 pm
דורך ברכה והצלחה
א גוטע קאלעקשין [ריקארדירגן] פון שטייטע/שנעלע ניגונים פאר סוכות?

Re: וואס זינגט מען יו"ט – סוכות

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:14 pm
דורך יגעתי ומצאתי