ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #13 'מדות'

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #13 'מדות'

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:19 am

די טעיפ
מדות
האט ר' יו"ט עהרליך ע"ה ארויסגעגעבן בשנת "השלום והשלוה" (תשל"ג לפ"ק)


אין דעם טעיפ מדות איז דא צוויי ניגונים וואס האבן א שייכות מיט די ימים נוראים, איינס פון הרה"ק ר' משה לייב סאסובער זי"ע וואס האט איינגעוויגט דאס וויינענדיגע קינד, דאס צווייטע וויאזוי הרה"ק מבארדיטשוב האט זיך גע'עקשן'ט אויפן פדיון נפש פון א ארימע אלמנה כדי דוכרדעם צו קענען ארויסברענגען א לימוד זכות פאר כלל ישראל.

אויך אין די אנדערע מעשיות איז דא אסאך מוסר השכל פון פארשידענע ענינים, ווי ענוה, חסד, נישט מקנא זיין, אמת ושקר, אמונת צדיקים, רחמנות אויף יעדע באשעפעניש, בטחון - די מעשה פון איש חסיד (אפשר קומט עס אין די מעשה גראמען אשכול? :wink: ).
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:26 am

רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת
נוצר חסד לאלפים נושא עון ופשע וחטאה ונקה
אזוי האט זיך דער באשעפער פון דער וועלט
פאר משה רבינו פארגעשטעלט
דאס זיינען זיינע מדות האט ער געזאגט
די אייגנשאפטן וואס ער פארמאגט
האט רחמנות אויף יעדן
לאזט זיך שנעל איבערבעטן
האט נישט קיין כעס אויף קיינעם
און טוט טובות יעדן איינעם
און איז מוחל אלע מינים זינד און טוט זיי נישט דערמאנען
און ווישט זיי אזוי אפ מען זיי קיינמאל נישט דערקאנען
און די גאנצע וועלט מיט די מענטשן האט ער באשאפן צוליב דעם
מענטשן זאלן וויסן און קאנען די שיינע מדות וואס ביי איהם
און ר' סעדי' גאון זכר צדיק לברכה האט געזאגט
אז דער מענטש איז באשאפן געווארן אויף דער וועלט צו צוברעכן די שלעכטע מדות וואס ער פארמאגט
און אויך קריגן אזוינע מדות ווי דער באשעפער זאל געבענשט זיין
איין איד זאל צום צווייטן זיין גוט און פיין
ווייל באלד קומט משיח צו גיין
און מען דארף ווערן ריין
נישט טוהן קיין עוולות פאר קיינעם
און ליב האבן יעדן איינעם
וואס די תורה האט נישט געהייסן פיינט האבן איהם
און דאס קען מען דערגרייכן נאר מיט דעם
אז איין איד וועט האלטן אז דער צווייטער שטייט העכער פון איהם
און דאס האט ר' אהרן הגדול זכר צדיק לברכה אונז געלערנט וועגן דעם
וואס ער האט געלערנט ביים מגיד, און דער מגיד ביים בעל שם


ניגון א'
נאך גארניט געלערנט

(א מעשה'לע פון ר' אהרן הגדול)


1

ר' אהרן הגדול האט זיך אויפגעכאפט
פון ליכטיגן דביקות ארויס
עמיצער האט פלוצלינג שטיל אנגעקלאפט
אין פענסטער ביי איהם אין זיין הויז

ער הויבט אויף זיין קאפ פון דעם ספר און רעדט
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט?
ענטפערט איהם עמיצער איך

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ
ווארפט אויפן ספר די אויגן אראפ
און שווימט זיך אוועק אין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטען אין סוף
א לעבן וואס עס איז נישט וואך, און עס איז ניט אין שלאף

2

ווידער האט עמיצער שטיל אנגעקלאפט
אין פענסטער ביי איהם אין זיין הויז
ווידער האט ער זיך געשווינד אויפגעכאפט
ווידער פון דביקות ארויס

ווידער ער הויבט אויף זיין קאפ און ער רעדט
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט
ענטפערט איהם עמיצער איך

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ
ווידער ער לאזט זיינע אויגן אראפ
און ווידער ער שווימט זיך אוועק אין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין סוף
א לעבן וואס עס איז נישט וואך, און עס איז ניט אין שלאף

3

ליגט אינדרויסן א פינסטערע נאכט
פון איין פענסטער זעהט מען א שיין
עמיצער שטייט ביי דעם פענסטער און ווארט
ר' אהרן לאזט איהם ניט אריין

ער קלאפט און ער קלאפט און ר' אהרן פרעגט ווער
און מען ענטפערט שטענדיג איהם, איך
ר' אהרן גיט זיך נישט אפילו קיין קער
און ווערט גלייך פארנומען מיט זיך

שווער איז פארשטיין וואס דער צדיק עס טראכט
וואס ארביייט אויף חסד בייטאג און ביינאכט
און האט דאך פיל צענדליגער טויזנטער גרויסע בעלי תשובות געמאכט
זאל לאזן א איד שטיין אליין אין דער פינסטערער נאכט

4

פלוצלינג עס גיט זיך ר' אהרן א וועק
און צום פענסטער גייט ער צו גיך
ווער קלאפט עס דארטן גיט ער א פרעג
ענטפערט איהם עמיצער, איך

ווער איז דער איך, פרעגט ר' אהרן ביי איהם
זאגט עס איהם אויס יענער זיין שם
מיר זיינען ביים מגיד געזעצן ניט לאנג
חברים געווען אויף איין באנק

איך פאר שוין אהיים פון דעם מגיד צוריק
און וויל נאר אריינגיין צו דיר אויף א בליק
איך וויל אז דו זאלסט מיר היינט ווינטשן הצלחה אין לעבן און גליק
איידער איך קער זיך באלד אום אין מיין שטעטל צוריק

5

זאגט איהם ר' אהרן אזוי שטילערהייט
עס איז מיר באמת א פרייד
דו פארסט שוין אהיים הער איך פון דיינע רייד
איך מיין אבער, דו ביזט ניט גרייט

איך פרעג דיר ווער קלאפט, און דו ענטפערסט מיר איך
זאג צו דו ביזט געווען גערעכט
ווי קאן עס א מענטש זאגן אזוי אויף זיך
צו האסט עס ביים מגיד געהערט

מיר האבן געלערנט קיין איך איז ניטא
נאר איין אנכי אין הימל איז דא
און דער וואס עס האלט זיך אז ער איז א איד און איז ווערט עפעס פאָרט
קאן דער באשעפער נישט וואוינען מיט איהם אויף איין ארט

א קרעכץ האט זיך אונטערן פענסטער דערהערט
יע, זאגט דער איד דארטן, אהרן ביזט גערעכט
איך האב זיך נאך גארניט געלערנט ביים מגיד און גארניט געהערט
און ער האט זיך תיכף צום מגיד צוריק אומגעקערט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:30 am

און אלע חכמים האבן באשלאסן אז דער שורש פון אלע שלעכטע מדות איז גאווה
פון גאוה נעמט זיך שקר, עצבות, כעס און תאווה
ווייל אויב איינער האלט אז די מעלות וואס איז ביי איהם זעהט מען נישט ביי קיינעם
איז ער דאך העכער פון יעדן איינעם
און עס קומט איהם מער כבוד מער געלט
און ביי יעדע קלייניגקייט וואס איהם פעלט
ווערט ער ברוגז און אין כעס אויף די וועלט
און זוכט דאל מיטלען מיט געוואלד עס צו קריגן
דורך חנופה גזילה און ליגן
און גאווה קאנען האבן אלע גלייך
גאונים, עמי הארצים, ארים און רייך
און דער באשעפער זאגט אויף א בעל גאווה א שטארקע ווארט
איך מיט איהם קאנען נישט וואוינען אויף איין ארט
מען קאן לערנען מען קאן דאווענען און זיין ווייט פון השם
ווייל גאווה איז געמישט אין דעם
און דערפאר האבן צדיקים די ערשטע זאך
געארבעט אויף ענווה אסאך
דער חפץ חיים זכר צדיק לברכה איז אמאל געזעצן אויף א גרויסע אסיפה אויבן אן
און מען האט איהם פיל כבוד אנגעטאהן
האט מען געהערט ווי ער האט צו זיך אליין גערעדט
רעד זיך נישט איין, האסט ליב כבוד, האסט ליב כבוד, און ער איז עס געווען ווערט
ר' חייקא האמדורער זכר צדיק לברכה האט געלערנט נאכמער
אפילו פון א ווערעמל דארף מען זיך ניט האלטן העכער
און מיט אלע קריכעדיגע באשעפענישן פון וואלד און פעלד
דארף מען זיך האלטן ווי גלייכע חברים אויף די וועלט
ווייל אלע זענען באשאפן געווארן פון באשעפער פון די וועלט
אויף יעדן האט ער אן ארבעט אוועק געשטעלט
און ווער ווייסט וועמענס ארבעט איז מער טייער
ווער עס טוט עס געטרייער
אבער די וועלכע טוען צו להכעיס פון באשעפער און זיינען איהם מצער
דארף מען אנטלויפן ווי פון פייער
און אז מען ווארפט אראפ דעם איך פון קאפ
קוקט מען שוין נישט אויפן צווייטן פון אויבן אראפ
מען קריגט איהם ליב, דעם צווייטן, אן נגיעות און כוונות
און מען קומט צו דער שיינע מדה פון אהבת ישראל און רחמנות
און דערפאר האט דער סאסוב'ער אוהב ישראל זכר צדיק לברכה
נישט געקוקט אויף זיין כבוד און זיין הייליגער צייט און זיין הייליגע עבודה
איבערגעלאזט יום כיפור ביינאכט די שוהל מיט די הייליגע עדה
און געלאפן איינשטילן א קליין קינד וואס האט געוויינט מיט ביטערע טרערן
ווייל די מאמע האט עס געלאזט אליין און געלאפן כל נדרי צוהערן


ניגון ב'
דער צדיק וואו איז?

(א מעשה'לע פון סאסאווער)



איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
זיצט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו


איך האב געטאהן דא פארביי גיין
און דערהערט ס'האט א געוויין
איך קום אריין, איך קוק זיך איין, ליגט א קינד אליין

עס האט די אויגעלאך פארמאכט
און די מאמע האט געטראכט
איינס און צוויי, טאן א גיי, הערן כל נדרי

אין שוהל, איז פוהל, און שפעט איז שוין די שעה
און דארט, אויף זיין ארט, דער צדיק איז ניטא
דער טאג איז אוועק
א אומעט א פחד א שרעק
די אויגן ביי אלע מיט טרערעלאך פוהל
די ערטער זענען שוין אלע פארנומען אין שוהל
עס פעלט ניט קיין איד אין דער שפעטיגער שעה
נאר דער צדיק דער צדיק נישטא

2

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו


ווישט דער צדיק אפ א טרער
וויגט די וויג אהין אהער
שא מיין קינד, שלאף געשווינד, האב קיין מורא ניט

אין שוהל דיין מאמע אויסגעצירט
שטייט און בעט ביי דעם וואס היט
זאל היטן דיר, זאל היטן מיר, זאל היטן יעדן איד

אין שוהל איז פוהל, אין פענסטער איז שוין שווארץ
ווער ווייסט, ווער ווייסט, עס קלאפט אזוי די הארץ
וואס איז געשעהן
נאך קיינמאל אזוינס נישט געזעהן
קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק
דער צדיק דער צדיק וואו איז ער אוועק
שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך
אפשר איז ער אין דער הויך

3

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו


קוק מיין קינד א ווייסער רויך
ברענגט מלאכים פון דער הויך
און מען זינגט, און מען ווינקט, און מען קוועלט אזוי

זעה ווי שפעט איז שוין די נאכט
און דער גאנצער הימל ווארט
דו זאלסט זיין שיין, און איך זאל גיין, הערן כל נדרי

דער צדיק וויל גיין, מאכט דאס קינד א געוויין
נישט וויין נישט וויין, איך וועל דיר ניט לאזן אליין
גיט זיך דער צדיק א דריי
און צום הימל ער גיט א געשריי
ווי קאן מען א קינד לאזן וויינען אליין
באשעפער הער אויס דיינע קינדערס געוויין
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט
מען טאר נישט פארלאזן זיי ג-ט.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:32 am

און ווען חסידים זעהען וויאזוי דער צדיק טוט זיך באגיין
לערנען זיי זיך אויך אויס ליב האבן איינער צווייטן פונקט ווי זיך אליין
און מען דערצעהלט פון אידן וואס האבן פון זיך געמאָנט
און האבן אפילו שלאפן נישט געקאנט
אז זיי האבן דעם טאג א אידן קיין טובה ניט געטוהן
מיט וואס ער קאן
ביז זיי האבן געווארן אזוי גרויס מיט דעם
אז דער הימל האט גע'רעש'ט מיט זייער שם
נאך אין אונזער צייט האט מען דעם אידן געקענט
וואס האט זיך גענומען אין די הענט
און אזוי אויסגעארבעט זיין ווילן
און זיינע געפילען
אז ער האט זיך באמת געזארגט פארן צווייטן ווי פאר זיך אליין
עס איז ממש שווער צו פארשטיין
וויאזוי א איד ביי זיך אין געשפעט צווישן די פיר ווענט
האט דערגרייכן אין אזא הויכע מדריגה געקענט


ניגון ג'
ואהבת לרעך כמוך

(א מעשה'לע פון א סלאנימער חסיד)


איז א סלאנימ'ער חסיד געקומען צו גיין
און זיין רבי'ן גיט פארשטיין
א געשעפט מיט סחורה איז ביי איהם
שטענדיג אפן איז מיין טיר
אלע אידן קויפן ביי מיר
פרנסה האב איך פיין ברוך השם

אין געשעפט קום איך נעכטן מיר
און דערזעה פונקט ביי מיין טיר
נאך א געשעפט מיט סחורה אן א שיעור
אן עהרליכער איד א עהרליכע פרוי
און די סחורה פונקט גענוי
און עס האט פארדראסען מיר אזוי

איך ווייס גוט אז מיין גאנצע סחורה
באלאנגט אינגאנצן צו דעם בורא
און איך בין דאך אנגעשטעלט ביי איהם
און מיין געלט און מיין עשירות
דאס איז מער ניט ווי מיין שכירות
פאר מיין ארבעט צאלט מען אפ מיט דעם

בעט איך רבי גיט א ברכה
פאר מיר און פאר מיין משפחה
עס זאל אונז נישט פארדריסען, ניט זיין שווער
ווען אונזערע נייע שכנים
וועלן צונעמען אונזערע קונים
און אפילו לייזן פון מיר מער

דער רבי וואונשט איהם גליק
דער חסיד פארט צוריק

2

דער חסיד קומט אהיים צוריק
און זיין פנים שיינט פון גליק
דעם רבי'נס ברכה געהאלפן האט אסאך
קונים פעלן אלע טעג
די פרנסה גייט אוועק
און דער איד עס הארט איהם ניט קיין זאך

אבער טיף אין זיין געדאנק
עפעס טוט אביסל באנג
און ער האט געדאנקען אן א עק
דאס עס הארט איהם נישט די זאך
מיינט איהם גארניט, זייער שוואך
און צום רבי'ן פארט ער גלייך אוועק

רבי איך האב אייער ברכה
און עס איז מיט גרויס הצלחה
איך בין דער גרעסטער גוטער פריינט מיט איהם
איך מיין אבער איך בין ניט יוצא
און איך בעט אצינד אן עצה
דער רבי זאל מיר בענטשן נאך מיט דעם

אז ווען דער איד וועט עפעס לייזן
זאל ביי מיר אינגאנצן הייסן
פונקט ווי מען וואלט קומען צו מיין טיר
און איך זאל זיך מיט דעם פרייען
וואס צו איהם פיל קונים גייען
פונקט ווי מען וואלט קומען נאר צו מיר

דער רבי וואונשט איהם גליק
און דער חסיד פארט צוריק

3

עס האט נישט געדויערט לאנג
דער חסיד טוט נאך אלץ באנג
און צום רבי'ן לויפט ער הין און הער
פרייען זיך איז נישט קיין זאך
ער דארף זיך פרייען מער אסאך
וואס זיין שכן לייזט פון איהם פיל מער

דער רבי בענשט איהם שטילערהייט
דעם חסיד'ס הארץ איז פוהל מיט פרייד
עס פלעגט א קונה קומען צו זיין טיר
פלעגט ער זאגן גוטער פריינט
איך האב שוין געלייזט פאר היינט
גייט אריין צום שכן נעבן מיר

און אדורך א צוויי דריי יאהרען
זיין שכן איז דאך רייך געווארען
ארויסגעפארן אין א גרויסע שטאט
זיין געשעפט איבערגעגעבן
צו דעם חסיד וואס דערנעבן
פאר א קלייניגקייט פארקויפט איהם האט

עס איז געווען א שעת הכושר
און דער חסיד ווערט א עושר
און קיין צער שוין קיינמאל נישט געזעהן
צדקה אן א שיעור געגעבן
די רעכטע האנט געווען ביים רבי'ן
און אין הימל חשוב שטארק געווען

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:36 am

און אזא איינער וועלכער זארגט פאר יענעם ווי פאר זיך אליין
קען רוהיג מיטן וועג פון אמת גיין
אבער דער עולם השקר אליין
שלעפט שוין אריין גרויס און קליין
ווייל די גאנצע וועלט האט מער פארגעניגן
פון ליגן
ווי פון אמת
און זעהן אויף דעם א רמז
די וועג פון שקר טוט מער פרנסה געבן
ווי מען זאל מיטן אמת לעבן
און פארוואס איז עס אזוי
דער ווילנא'ער גאון זכר צדיק לברכה האט געלערנט אין דעם פשט קלאר און גענוי


ניגון ד'
א פשט פון דעם ווילנא'ער גאון



געווען א איד ר' שלמה'לע, געלעבט א פיינעם לעבן
געהאט א פרוי מיט קינדערלאך, א פוהלע הויז כמעט
געהאט האט ער א בהמה'לע, וואס האט איהם מילך געגעבן
און די מילך האט ער פארקויפט, פרנסה פיל געהאט

אין די מילך פלעגט ער אבער, וואסער אריינגיסן
צום ערשט א גלאז און שפעטער מער, און שפעטער גאנצע צען
און דער עולם האט געקויפט, און פלעגט גארניט וויסן
און די מילך האט מען געלויבט, נאך קיינמאל נישט געזעהן

שלמה'ס מילך איז דאך א מחיה
אזא מילך נישטא נאך אויף דער וועלט
איין פלעשעל, צוויי פלעשעל, דריי פלעשעל, פיהר פלעשעל
מענטשן קויפן טרינקען אן א שיעור
פינפערלאך, צענערלאך, צוואנציגער, הונדערטער
איז דער איד געווארן א גביר

2

געקומען אויף דער עלטער איז, דער אלטער פאנגט אן צו רעדן
שוואך געווארן שוין די פיס, און עס ווארפט אין קעלט
זאגט די אלטע ס'איז שוין שפעט, מען רופט שוין אין גן עדן
נאר אריינלאזן וועט ווער, אפגע'נער'ט א וועלט

צום ווילנא'ער גאון זענען זיי געקומען
און זיי וויינען און דערציילן אויס
איין פלעשעל, צוויי פלעשעל, דריי פלעשעל, וואסער בלויז
און דעם מילך האט מען געמישט דורכאויס
פינפערלאך, צענערלאך, הונדערטער, גאנצע פעק
אז מען קען נישט מיטנעמען אין וועג

3

זאגט דער ווילנא'ער גאון פריינט, איר דארפט גארניט קלערן
הערט אויף גיסן וואסער היינט, און ג-ט וועט מוחל זיין
די פארעל האט געטאהן פארשטיין, און געטאהן איהם הערן
וואסער נישט געגאסן מיין, פארקויפט די מילך גאנץ ריין

נאר דער עולם האט זיך גענומען קרימען
און מען שרייט ס'איז וואסערדיגע מילך
פיהר פלעשעל, דריי פלעשעל, צוויי פלעשעל, איין פלעשעל
אין דעם מילך איז וואסער פיל אריין
הונדערטער, צוואנציגער, צענערלאך, פינפערלאך
געווארן איז דער איד אן ארימאן

4

און דער אידעלע איז באלד, צום גאון צוריקגעפארן
און ער שרייט אויס רבי געוואלד, ס'איז א צודרייטע וועלט
גיב איך וואסערדיגע מילך, איז'ס צוכאפט געווארן
ווען איך גיב זיי ריינע מילך, קיינעם ניט געפעלט

זאגט דער ווילנא'ער גאון גערעכט, איך וועל אייך אלץ ערקלערן
מסחר מאכט מען אויף דער ערד, דער חשבון איז אין דער הויך
יעדע סחורה שרייבט מען אן, וויפיהל געלט זאל פון דעם ווערן
און סחורה מיינט מען אמת'ע, און אמת'ע געלט אויך

ווען דו האסט פאלשע מילך געגעבן
האט מען געדארפט צאלן פאר דעם מיט פאלשע געלט
איז איין פלעשעל, צוויי פלעשעל, דריי פלעשעל, פיהר פלעשעל
פאלשע געלט פארהאן איז אן א שיעור
איז פינפערלאך, צענערלאך, צוואנציגער, הונדערטער
דערפאר ביזטו געווארן א גביר

אז דו האסט ריינע מילך געגעבן
האט מען געדארפט צאלן אמת ריינע געלט
איז פיהר פלעשעל, דריי פלעשעל, צוויי פלעשעל, איין פלעשעל
ריינע געלט איז זייער ווייניג דא
איז הונדערטער, צוואנציגער, צענערלאך, פינפערלאך
ריינע געלט איז היינט קיין סאך ניטא

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:39 am

אבער עס איז זייער שווער פאר דעם גלות אידן
דעם וועג פון ריכטיגן אמת אפצוהיטן
ווען מען לעבט אין א וועלט פון שקר און רויב
און דער ליגנער האט דעם כבוד און לויב
און מיט דעם אמת קען מען לייכט אריינפאלן אין עצבות און ווערן צובראכן
דערפאר מוז מען אנקומען צו די מדה פון בטחון
מען דארף גלויבן
אז דער באשעפער זעהט אלץ פון אויבן
און ווייסט גוט די שוועריגקייטן אין לעבן
און צום סוף וועט ער זיין הילף געבן
מוצאי שבת ביינאכט
נאכדעם ווי הבדלה געמאכט
עס פאנגט זיך אן דער וואכעדיגער מארגן, מיט אלע דאגות און זארגן
מען דארף צאלן חובות מען דארף ווידער בארגן
אזוי גייען טעג און וואכן
ברענגט אונז אראפ דער הייליגער סידור'ל א מעשה'לע פון בטחון


ניגון ה'
איש חסיד

(א מעשה'לע פון סידור)


הערט א מעשה איך וועל אייך דערציילען
פון א איד א חסיד'ל א וואוילען
און ער האט געליטן נויט, ניט געהאט קיין שטיקל ברויט
קינדער אויסגעדארטע ביין און הויט

זאגט זיין פרוי איך קאן שוין מער נישט ווארטען
מען דארף עפעס אנפאנגען צו טראכטען
דו האסט געלערנט טאג און נאכט, ביים גמרא נאר פארבראכט
קיין פרנסה האסטו נישט געמאכט

היינט איז דער יריד פון אלע יאהרען
קומען וועלן מענטשן פיל צופארען
און אויף יעדן ארט, פארקויפן וועט מען דארט
אלע מינים סחורות פון דער וועלט

אפשר טאקע וואלט געווען א סברא
אז דו זאלסט פארמאכן דער גמרא
און ארויס אין מאַרק, און זוכן דארט שטארק
אפשר וועסטו ברענגען עפעס געלט

און דער איד האט זיך אביסאלע פארטראכט
דער גמרא האט ער נעבעך צוגעמאכט
זיין ווייבל איז ארויס, אין דעם שכנ'ס הויז
רייכע קליידער איהם געבראכט

און דער איד ער האט די קליידער אנגעטוהן
א צילענדער מיט א הוט ווי רייכע טוען אן
אויפן בויך אין דער ברייט, א זייגער מיט א קייט
ווי דער פריץ גייט

און ביי איהם אין טאש ניטא קיין גראשן
און ער קאן נישט אויך דעם פרעמדן לשון
ער האט ניט וואס פארקויפן, ער האט ניט וואס צו קויפן
ער האט בטחון נאר אליין

און אין הויז עס זיצן פרוי און קינדער
בעטן ביים באשעפער באווייז א וואונדער
דער טאטע זאל צוריק, אהיים קומען מיט גליק
און זאל ברענגען עפעס געלט

2

און דער איד ארויס איז אינדרויסן
און אריין אין טומעל אין דעם גרויסן
איינער גייט און איינער לויפט, איינער קויפט אדער פארקויפט
און ארום איז אלעס ווי צושרויפט

פלוצלינג ווערט שטארק ליכטיג אויף די וועגן
ער זעהט אליהו הנביא קומט אנטקעגן
א פייער ברענט אויף די ווענט, באלויכט דעם פנים מיט די הענט
גייען מענטשן קיינער נישט דערקענט

זאגט אליהו הנביא עס איז שוין א יושר
אז דו זאלסט דאך ווערן א גרויסער עושר
איך וועל זיין דיין קנעכט, פון א גרויסן ווערט
און דו וועסט מיר פארקויפן פאר א קנעכט

דער איד ער קאן קיין עצה זיך נישט געבן
ווי אזוי פארקויפט מען דעם גרויסן רבי'ן
נאר אז דער באשעפער וויל, און דאס איז די ציהל
און וואס מען זאל נישט טוהן איז ער גערעכט

דער חסיד האט אליהו'ן אין מארק אוועקגעשטעלט
און שרייט ווער קויפט א קנעכט איינער אין דער וועלט
אלעס קאן ער טאהן, וואס איר ווילט ער קאן
קומען סוחרים קוקען אָן

געקומען איז א סוחר א גרויסער מיליאָנער
א קוק געטוהן דעם קנעכט און ניט גערעדט שוין מער
דעם איד האט ער באצאלט, וויפיהל ער האט געוואלט
צען טויזנט שטיקער גאלד

דער סוחר זאגט צום קנעכט מיר אלע ווייסן
אז דו קאנסט דאך טוהן וואס מען וועט דיר הייסן
בוי זשע מיר דא אויס, א קעניגליכען הויז
און איך וועל דיר ארויסלאזן באלד

און זיי זיינען אויפן ארט געקומען
צו דער ארבעט האט מען זיך גענומען
ארבייטער א סאך, מען ארבעט אין דער זאך
און ביז צום ענדע ווייט מען האלט

3

און אינמיטן נאכט האט עס געטראפן
אלע זיינען שוין פון לאנג געשלאפן
אליהו טוט זיך שטיין, און איז מתפלל מיט געוויין
און ער בעט ביים אייבערשטן אליין

צוליב דיין כבוד בין איך דא געגאנגען
און די מענטשן האבן מיר געפאנגען
האב רחמנות העלף מיר אויס, שיק מלאכים גלייך ארויס
זיי זאלן העלפן פארטיג מאכן די הויז

און פון הימל האבן גלייך גענומען
צענדליגער מלאכים אראפ צו קומען
און אלע האבן זיך, גענומען בויען גיך
די הויז פערטיג געמאכט ביז טאג

דער סוחר האט א נאכט גארניט געשלאפן
ווי געווארן טאג איז ער גלייך געלאפן
דערזעהן דעם פאלאץ שטייט, פערטיג און גרייט
און באפרייט דעם קנעכט ווי ער האט געזאגט

אליהו הנביא האט זיך ארויסגעצויגען
און פאר אלע מענטשן אין די אויגען
זיך אויפגעהויבן הויך, ווי א דינער רויך
צו דעם הימל אוועקגעפלויגען

שטייען אלע מענטשן און קוקען אויבן
און די אויגן קאנען זיי נישט גלויבן
נאך קיינמאל ניט געזעהן, נאך קיינמאל ניט געווען
אין וועמענס זכות איז עס געשעהן

און ביי זיך אין הויז ביי דער גמרא
זיצט זיך דער חסיד'ל ווי א שררה
און אין הויז איז פיל, אלעס וואס מען וויל
מיט אלע גוטע זאכען פון דער וועלט

זינגט דער חסיד'ל ווער ס'לערנט תורה
דער האט קיינמאל פאר קיין זאך ניט מורא
ווייל אליין אויף איהם, אכטונג גיט השם
און גיט איהם אלעס וואס איהם פעלט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:40 am

אני לדודי ודודי לי, אין חודש אלול באלד פון אינדערפרי
טוט זיך דער קול פון שופר הערן, אידן דערציטערט ווערן
זיי ווייסן דעם מיין, זיי דארפן צום משפט גיין
אפגעבן א חשבון גענוי און קלאר, פאר אלע עבירות וואס מען האט געטאן דעם יאר
יום כיפור איז מכפר די עבירות לגבי דעם בורא, אבער די עבירות בין אדם לחבירו
וואס איין איד האט דעם צווייטן מצער געווען, זיין נויט זיך נישט געמאכט זעהן, פוגע בכבוד געווען
געלט פארכאפט ביי איהם, אפילו יענער ווייסט נישט פון דעם
דאס דארף מען פארריכטן באלד אויפן ארט, ווייל אויבן דארט
שטייט, שוין דער מלאך גרייט
מיט אלע עוולות פארשריבן ביי איהם
און פון די שטראף עס ווערט רחמנא ליצלן א גזירה, עס זעהן איהם די צדיקים אונטן און ס'פאלט זיי א מורא
און זיי לויפן שנעל ארויס אנטקעגן דעם מלאך און טענה'ן מיט איהם
און מיט זייער גרויסע חכמה און יראת שמים בעטן זיי ביים באשעפער און רופן ארויס די דרייצן מדות פון רחמים ביי איהם
דער מלאך מיט די טענות ווערט שטיל, און די צדיקים פירן אויס וואס מען וויל
אזוי האט רבי לוי יצחק בארדיטשוב'ער זכר צדיק לברכה דער גרויסער פארטיידיגער פון אידן
זיינע טייערע אידן געטאן פון שלעכטע גזירות היטן


ניגון ו'
די הארץ פון א מאמען

(א מעשה פון בארדיטשוב'ער צדיק)



ערב יום כיפור פארנאכט, דער עולם עס ווארט
ביים טיהר פון בארדיטשוב'ער רבי'ן
יעדער עס שטייט, און געלט האלט ער גרייט
א פדיון נפש צו געבן

דער רבי האט קלאר, געזאגט אז דעם יאר
דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם
ער לאזט נישט אראפ, א רובעל א קאפ
מוז ער נעמען היינט ביי יעדן איינעם

א זקן גאר אלט, אפילו א קינד
א רובעל מוז יעדערער געבן
דער רבי וועט באלד אפווישען די זינד
פארשרייבן אין ספר פון לעבן

א פחד א שרעק, אין היינטיגע טעג
די גרויסע הוצאות אצינדער
ווי אזוי קאן, אזא זאך צו טאן
א משפחה מיט צען צוועלעף קינדער

נאר יעדער עס ווייסט, אז דער רבי הייסט
קיינער וועט איהם נישט אפזאגען
מען קרעכצט און מען זארגט, מען לייהט און מען בארגט
מען ברענגט צום דעם רבי'ן צו טראגן

2

ביים טיש אויף זיין ארט, דער רבי זיצט דארט
און נעמט אויף דעם עולם צופרידן
א שיסל געשטעלט, איז פוהל שוין מיט געלט
א רשימה ליגט פון אלע אידן

עס עפנט זיך די טיר, א פרוי שטייט אין איהר
ארים אזוי אפגעריסן
געקומען אצינד, מיט איהר פיצעלע קינד
און וויל אז דער רבי זאל וויסן

אן אלמנה אליין, דאס קינד איז נאך קליין
שטענדיג מוז זיין מיט דער מאמען
דער לעבן איז שווער, זי האט דאך ניט מער
ווי א רובעל פאר ביידען צוזאמען

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
דער רבי וויל פון גארנישט וויסן
נאך א רובעל מען דארף, גיי זאגט ער שארף
ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשליסן

זי לויפט שנעל און זי שרייט, גיט אדער לייהט
דער עולם עס העלפט איהר אויס גערן
פון גראשנס נישט מער, איז זייער שווער
א רובעל עס זאל פון דעם ווערן

3

די גאסן שוין פוהל, מען גייט שוין אין שוהל
אלעס האט זי אפגעלאזען
זי לויפט מיטן קינד, צום רבי'ן געשווינד
די טיר זאל נאך ניט זיין פארשלאסן

עס איז שוין באלד ביינאכט, דער רבי ער ווארט
פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן
די רביצין שרייט געוואלד, דער עסן ווערט קאלט
מען וועט באלד ניט טארן שוין עסן

עס עפנט זיך די טיר, עס בלייבט שטיין אין איהר
די פרוי מיט צושראקענע בליקען
רבי גלויבט מיר, איך האב געזוכט אן א שיעור
קיין רובעל האב איך ניט געקריגען

דער רבי שרייט ניין, אזוי קאן ניט גיין
נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן
דיין קליינטשינקע קינד, האט ניט קיין זינד
נישט קשה עס מעג איבערבלייבן

א פחד א שרעק, די פרוי פאלט אוועק
ניט זיין מיט איהר ברעקל צוזאמען
זי שרייט רבי ניין, מיט א גרויסען געוויין
איהר פיהלט נישט די הארץ פון א מאמען

איהר ווייסט רבי הערט, וואס איך האב באקלערט
דעם רובעל וועל איך אייך דא געבן
און נעמט גלייך געשווינד, שרייבט אריין מיין קינד
פאר מיר איז שוין אלץ איינס מיין לעבן

דער רבי ער שפרינגט אויף, די קאפ אויף ארויף
אויף די רייד געטאהן האט ער ווארטן
באשעפער נאר הער, מען דארף שוין נישט מער
עס איז שוין נישטא וואס צו טראכטן

האסט געזעהן אצינד, ווי א מאמע פאר איהר קינד
האט איהר לעבן געגעבן אצינדער
דיין פאלק איז דיין קינד, בעט'ך דיר אצינד
האב רחמנות ווי א מאמע אויף איהרע קינדער

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:42 am

אזוי דארף זיך יעדער אויסלערנען פארטיידיגן און מלמד זכות זיין איינער אויפן צווייטן
און קיין שלעכטס נישט ריידן
בפרט אצינד
ווען מען האט די צדיקים צוגענומען צוליב אונזערע זינד
ניטא ווער עס זאל אנ-נעמען פאר אונז אויבן און זיך שלאגן
ניטא ווער עס זאל א טרייסט ווארט אונז זאגען
אבער די אותיות פון אלול מאכן אויך אזוי
ל'בדו ל'אמו ו'אביו א'הבו
אליין איז דאס אידישע פאלק געבליבן פוהל מיט צער
און דער פאטער דער באשעפער האט איהם ליב דערפאר
אז אידן ווערן ניט צובראכן
פוהל מיט אמונה און בטחון
קאנען זיי אליין
פועל ישועות זיין
און צוקלאפן די שונאים און נעמען די מלחמה איין
מיטן כח פון אמונת צדיקים
דער צדיק ר' פייוול גריצער זכר צדיק לברכה דעם לובלינ'ערס תלמיד האט גארנישט געוואוסט פון דעם
וואס זיין חסיד האט אויפגעטוהן מיט זיין אמונה אין איהם


ניגון ז'
אמונת צדיקים

(א מעשה'לע פון ר' פייוועלע גריצער)


אין שטעטל איז א שמחה א פרייד געווארען
דער הייליגער רבי איז געקומען צו פאהרען
א טומעל ביי חסידים א געשריי
יעדער שטייט אין ריי

יעדער איינער וויל וואס גיכער געבן
שלום עליכם דעם הייליגן רבי'ן
שטייט מען און ווארט מען אין דער ריי
שעה'ן לאנג אזוי

שטייט א חסיד אינמיטן
פון רבי'נס שענסטע אידן
אן דעם רבי'ן גיט זיך נישט קיין ריר
גלויבט אין איהם אן א שיעור

דער רבי האט א כח פערמאגען
אז אלץ וואס ער טוט זאגען
יעדער וואונק און יעדער ווארט
מקויים ווערט אויפן ארט

ווייל אמונה פשוטה, איז אן עצה א גוטע
אלעס וואס איר ווילט, אלעס וואס איר ציהלט
מקויים זיין עס קאן
איהר דארפט מער ניט ווי גלויבן, אז אלץ קומט פון אויבן
פון באשעפער אין דער הויך, און דער רבי אויך
אלעס קאן ער טוהן

2

שטייט זיך דער איד און טוט זיך טראכטן
צו איז עס אן אמת, צו עס טוט זיך איהם דאכטן
פאר איהם אין ריי, זעהט ער אזוי
שטייט א באקאנטער גוי

א גרויסער מסור א שונא פון אידען
די גאנצע שטאט טוט זיך פאר איהם היטען
שוין פיל אידען פון דער שטאט
אומגעבראכט ער האט

וואס קען ער דא וועלן
פארוואס טוט ער זיך שטעלן
אפשר דער גוי תשובה טוט
און וויל שוין ווערן גוט

ער זעהט דער גוי גייט צו צום רבי'ן
די האנט טוט ער איהם געבן
און האט א שפיי געטוהן אין רבי'נס האנט
און רוהיג אוועק געשפאנט

דעם רבי'ן טוט עס נישט רירען
פונקט ווי עס זאל גארניט שפירן
נאר שטילערהייט ער זאגט אזוי
פארכאפט זאל ווערן דער גוי

ווייל אמונה פשוטה, איז אן עצה א גוטע
אלעס וואס איר ווילט, אלעס וואס איר ציהלט
מקויים זיין עס קאן
איהר דארפט מער ניט ווי גלויבן, אז אלץ קומט פון אויבן
פון באשעפער אין דער הויך, און דער רבי אויך
אלעס קאן ער טוהן

3

דער חסיד לויפט אהיים אינגאנצן זיכער
אידענע זאגט ער גיב מיר עסן גיכער
איך וויל לויפן שנעל און זעהן ווי אזוי
עס ווערט פארכאפט דער גוי

ער לויפט צום גוי און זעהט פון ווייטען
די הויז איז ארומגערינגלט פון אלע זייטען
און הערט פון הויז א גרויסער געוויין
דער גוי ליגט אויף דער ערד ווי א שטיין

ער לויפט שנעל צום רבי'ן
די נייעס איבער צו געבן
הערט אידען וואס עס איז געשעהן
וואס איך האב אליין געזעהן

אלע אידען הערן
דערשראקען אלע ווערן
נאר פלוצלינג גייט דער רבי ארויס
און הערט די מעשה אויס

און רופט זיך אן קינדער
א נס איז געשעהן אצינדער
נאר איך האב אין דעם קיין חלק ניט
נאר ער אליין דער איד

ווייל אמונה פשוטה, איז א מדה א גוטע
ווייל איך האב דעם גוי, וואס האט געטוהן אזוי
באלד מוחל געווען
נאר דעם אידנס אמונה, האט געבראכט דעם גוי א מיתה משונה
ווייל דער איד גלויבט און ווייסט, אז אלעס וואס איך הייס
מוז אזוי געשעהן


------------------------



און מיט דעם שכל קען מען אויך דערזעהן דעם סיפור
וואס איז ביים ייטב לב זכר צדיק לברכה געשעהן
צום ייטב לב זכר צדיק לברכה איז געקומען א איד בעטן א ישועה
און דערציילט אז ער איז א סוחר פון תבואה
און די גאנצע תבואה איז געווארן פארשטויבט מיט אזא אופן
אז קיין איין גוי וועט עס נישט וועלן קויפן
און מען דארף ווי פריער אויסבלאזן
וואס? זאגט דער ייטב לב, דער באשעפער וועט דיר נישט פארלאזן
אז מען דארף אויסבלאזן וועט מען אויסבלאזן
און ער האט גענומען א שופר און געבלאזן
נאכהער זאגט ער צום אידן פאר געזונטערהייט
דער גוי וועט שוין קויפן די תבואה בלינדערהייט
דער איד איז אוועקגעפארן מיט פרייד
ער איז זיכער אז דער גוי וועט קויפן די תבואה בלינדערהייט
ער קומט אין הויז ער זעהט די תבואה
האט געהאט א גרויסע רפואה
ער נעמט אביסל גייט אוועק צום גוי
און דער ווערט נתפעל אזוי
אז ער שרייבט גלייך אונטער א קאנטראקט געשווינד
און פלוצלינג אויפאמאהל איז ער געווארן בלינד
און באמת האט דער רבי נישט געוואלט שעלטן דעם גוי וואס ניט ער קאן
און ניט ער האט א אידן שלעכטס געטאהן
נאר ער האט געזאגט א ווערטל אויף דער מסחר'ישער שפראך
וואס בלינדערהייט מיינט אז מען קויפט עפעס נאך איידער מען זעהט די זאך
אבער דער איד איז אזא מאמין געווען
אז אלץ וואס דער רבי זאגט מוז געשעהן
אז דער רבי האט געזאגט בלינדערהייט מוז דער גוי אויפהערן זעהן
ווייל אז א צדיק זאגט אפילו א וויץ א גלייכווארט
מוז עס מקויים ווערן אויפן ארט
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 12:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:44 am

שווער איז צו פארשטיין די צדיקים'ס און חסידים'ס כוונות
פון איין זייט שטרענגקייט פון איין זייט רחמנות
איז איהם נישט געפעלן געווארען איינער
האבן זיי געמאכט פון איהם א בארג מיט ביינער
און פון צווייטען זייט רחמנות געהאט אויף יעדע זאך פון די קלענסטע ווערט
אפילו אויף א ווערעמל פון דער ערד
דאס האט דער יום טוב שמחה זכר צדיק לברכה ערצעהלט וואס האט געזעהן
ווען מען האט באגלייט דעם הייליגן בית אהרן און מיט איהם אין די וועגן געווען
אין די גרויסע *** וועלדער אן א סוף אן א עק
צווישן גזלנים, ***, חיות רעות און שרעק
ווען ער פלעגט קומען פון אזא וועג
און דערציילען פאר די חסידים גאנצע נעכט און טעג
זיינען די אייניקלאך געלעגן אונטער די בעטן פון שרעק
פון די גרויסע וואונדער און סכנות
און דעם צדיק'ס גוטסקייט און רחמנות


ניגון ח'
א טובה פאר א טובה

(א מעשה פון ר' אהרון קארלינער)


הערט א מעשה אידען פון דעם סטאלינעם
וואס מיין זיידע איז אליין געווען ביי דעם
פארנדיג אין וועג, דורך וועלדער אן א עק, פוהל מיט פחד און מיט שרעק
איינמאל פארט דעם רבי'נס בויד אין פרעמדן וועג
איבער פעלדער איבער וועלדער אן א עק
די פערדאלאך איינגעשפאנט, די חסידים ביי די האנט, קלינגען די גלעקלאך דורכאנאנד

פארט מען זיך אמאל, איבער בארג און טאל
איבער וועלדער אן א צאל, און מען זינגט א ניגון אויפן קול
און מען קומט זיך באלד, אין א גרויסען וואלד
יעדער בוים איז גרויס און אלט, און עס איז פינסטער און קאלט

פלוצלינג בלייבן די פערד שטיין, און זיי ווילן מער נישט גיין
דער בעל עגלה שרייט געוואלד, א חיה לויפט אין וואלד, אוי אוי אוי
און די פערד די זיבן שטיק, שרייען רייסן זיך צוריק
רבי שרייען די חסידים אויס, די סכנה איז זייער גרויס

און דער רבי דארט, ער הייבט זיך שוין פון ארט
ער גייט זיך צו צום טיר פון בויד גיט אן עפן און ער קוקט דארט
און דערזעהן האט ער, שטיין א גרויסן בער
ער דרייט זיין פוס אהין אהער, און ער אטעמט שווער

רופט זיך אן דער רבי צו זיין איד, יום טוב שמחה שרעק זיך ניט
נעם א נאדל שטארק און גרויס, און גיי צום בער ארויס, אוי אוי אוי
נעם זיין פוס און קוק גוט דארט, שטעקט א האלץ דארט אויף אן ארט
נעם ארויס די האלץ געשווינד, און די וואונד פארבינד

יום טוב שמחה קלערט ניט מער, ער גייט ארויס צום בער
ער דרייט זיין פוס אהין אהער, און זעהט א האלץ שטעקט טיף און שווער
ער נעמט די האלץ ארויס, דער ווייטאג מוז זיין גרויס
ער טוט אריין די האנט אין שויס, און נעמט זיין גרויסע טוך ארויס
און די וואונד פארבינדט, פארהאלט די בלוט וואס רינט
דער בער גיט א ריר געשווינד, און אין וואלד ער פארשווינדט

2

פארט דעם רבינ'ס בויד זיך ווייטער דורכאנאנד
איבער ווילדע וועגן פון דעם פרעמדן לאנד
די פערדאלעך געשפאנט, די חסידים ביי די האנט, און די וועג איז אומבאקאנט
געקומען איז די נאכט דער טאג שוין לאנג אוועק
מען זעהט שוין נישט קיין שיין מען זעהט שוין נישט קיין וועג
דער וואלד איז אן א עק, מען זעהט גארנישט קיין ברעג, נאר פינסטער און אומעט און שרעק

און די בויד זי פאהרט, מען רעדט דארט נישט קיין ווארט
אפשר וועט דער רבי פאָרט, קאנען שלאפען אביסל דארט
די וועג איז אזוי שווער, מען וויגט זיך הין און הער
דער רבי שלאפט דער רבי שלאפט אין זיינע אויגען גלאנצט א טרער

פלוצלינג בלייבן די פערד שטיין, און זיי ווילן מער נישט גיין
דער בעל עגלה שרייט געוואלד, א חיה לויפט פון וואלד, אוי אוי אוי
און די פערד די זיבן שטיק, שרייען רייסן זיך צוריק
נאר די חסידים ריידען ניט, דעם רבינ'ס שלאף מען היט

און דער רבי דארט, ער הייבט זיך שוין פון ארט
ער גייט זיך צו צום טיר פון בויד גיט אן עפן און קוקט דארט
און דערזעהן האט ער, ווידער שטיין א בער
א גרויסן שווערן פאק האלט ער, און ער אטעמט שווער

רופט זיך אן דער רבי צו זיין איד, יום טוב שמחה שרעק זיך ניט
נעם א כלי זאל זיין גרויס, און גיי צום בער ארויס, אוי אוי אוי
גיי פאמעליך נישט פארטראכט, זעה ווי פינסטער איז די נאכט
גיי צום בער וואס דארטן ווארט, נעם צו וואס ער האט געבראכט

יום טוב שמחה קלערט ניט מער, ער גייט ארויס צום בער
א גרויסן שווערן פאק האלט ער, און ער אטעמט אזוי שווער
און ווי ער קוקט אלץ מער, אזוי דערקענט האט ער
אז דאס איז דער זעלבער בער, וואס די האלץ געהאט האט ער

ער ווארפט אויף איהם זיין בליק, צושמייכלט זיך פון גליק
דער בער האט געבראכט זיין טוך צוריק, מיט בינען האניג א גרויסן שטיק
געלאזען האט עס דער בער, אנטלאפען גלייך איז ער
שרייט דער זיידע קומט אהער, ס'איז עס אויפהייבן שווער

3

פאהרט דעם רבי'נס בויד זיך ווייטער דורכאנאנד
איבער ווילדע וועגן פון דעם פרעמדען לאנד
די פערדאלעך געשפאנט, די חסידים ביי די האנט, עסן האניג דורכאנאנד
פאהרן חסידים עסן האניג שמייכלען סתם
פאהרן חסידים עסן האניג שמייכלען סתם
די פנים פוהל מיט פלאם, דער האניג פוהל מיט טעם, ס'איז פון גן עדן מן הסתם

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:50 am

אזוי האבן מיר געזעהן אז רחמנות און גוטסקייט איז די וועג פון גליק
און עס צאלט זיך צוריק
מיר קאנען אבער אויך לערנען פון דעם
ניט יעדן דארף מען העלפן און רחמנות האבן אויף איהם
עס פארשטייט זיך אז מיר קאנען נישט ליב האבן און זיין גוטע פריינט
מיט מיליאנען גויים וואס האבן אונז אזוי פיינט
און האבן אומגעבראכט אזוי גרויזאם מיליאנען אידן, און ווען מען לאזט זיי טוען זיי עס נאך היינט
און זיי זענען ווערט אונזער קללה
און מען דארף מתפלל זיין אויף זייער מפלה
מיר זאלן דערלעבן א נקמה
און מיר טארן אויך נישט ליב האבן די וואס טוען חרוב מאכן און אומברענגען אונזער נשמה
און עס איז א מצוה רחמנות צו האבן אפילו אויף חיות וועלכע וואוינען אין וואלד
און פארשטייען פאר א טובה צו באצאלן צוריק באלד
און אויב די וועלכע וואוינען אין שטאט? מיט זייער רוצח'ישן פארלאנג
און ניט ריינעם געדאנק
און נישט איינשטענדיגן גאנג
און אלע זעהען שוין אז אזוי קען נישט זיין לאנג
און די וועלט האלט ביי אונטערגאנג
און דערפאר איז די מלחמה גרויס
און מיר דארפן זיך האלטן דורכאויס
רחמנות האבן אויף זיך אליין
און אין זייערע וועגן נישט גיין
און געדענקען עס ליגט אויף אונז א הייליגע חוב
וואס דוד המלך האט דאס אנגערופען סור מרע ועשה טוב


ניגון ט'
סור מרע

(א מעשה פון יעדען איינעם)


סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טוה נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך איהם


1

די גאנצע וועלט, איז איינגעשטעלט
יעדער טוט וואס איהם געפעלט
וואו מען שטייט, וואו מען גייט
נישטא קיין גליק נישט קיין פרייד

וואו א לאנד, איז צו שאנד
נישטא קיין געפילען ניטא קיין פארשטאנד
אויפן וועג, איז א שרעק
חוצפה פריצות גאר אן א עק

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
טייערער איד, זארג זיך ניט
דער באשעפער זעהט דער באשעפער היט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
דער באשעפער זעהט, דער באשעפער בעט,
און א עצה גיט, גוט פאר יעדן איד
און א עצה גיט, גוט פאר יעדן איד

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טוה נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך איהם


2

וואס גייט דיר אן, וואס יענער קאן
ווי ער לעבט און גייט אנגעטאן
דו ביזט א איד, וואס מצות היט
און ער איז פלייש וואס ווייסט גארניט

דו האסט א האר, וואס צאלט דערפאר
פאר יעדע מצוה גיט ער שכר
און עס שטייט, אנגעגרייט
נאך א לעבן פוהל מיט פרייד

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
די וועלט נעבעך זי פאלט, זי גייט אונטער באלד
בלייבן וועט דער איד, וואס די תורה היט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
דער באשעפער היט, דערווייטערט קיינעם ניט
נאר איין קליינע זאך בעהט ער ביי דעם איד
נאר איין קליינע זאך בעהט ער ביי דעם איד

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טוה נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך איהם


3

די וועלט איז שלעכט, דו זיי פארקערט
די וועלט איז ווילד, דו זיי מילד
די וועלט איז געמיין, דו זיי שיין
די וועלט זאגט פריינט, דו זאג איהר פיינט

די וועלט זאגט ס'איז זיס, זאג איהר ס'איז מיאוס
די וועלט זאגט ס'איז וואויל, זאג איהר ס'איז פויל
די וועלט זאגט ס'איז פוץ, זאג איהר ס'שמוץ
די וועלט זאגט זי וועט שטיין, זאג איהר אז ניין

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
די מלחמה גרויס, אין יעדן אידיש הויז
דער יצר הרע שטייט, איינשלינגען דיר גרייט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
ער טרעפט דיר אויפן גאס, ער טרעפט דיר אין דיין הויז
באגעגן איהם מיט האס, ווארף איהם שנעל ארויס
זאג איהם דו פאלגסט נאר דעם באשעפער בלויז
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
געדולד אביסל נאר, אפשר נאך דעם יאהר
משיח קומט צו גיין, און אלץ וועט ווערן שיין
מען דארף ווערן גוט, מען דארף ווערן ריין

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טוה נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך איהם

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:50 am

תם ונשלם העתקת טעיפ 'מדות'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 12:41 pm

הרב בן הרחמן, אנדערש ווי די פריערדיגע קאסעטעס האב איך דעם קאסעט נישט געהערט צופיל, איצט אז איך האב דעם שריפט דערפון קען איך עס ארויס דרוקן און משפחת שלאפן וועט זיך מחי' זיין.

א הארציגן דאנק בשם גאנץ משפחת שלאפן.

דרוקער דרוק.....
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 10:35 pm

נאכן ווערן צוגעוואוינט צו דיינע העתקות, נעמט מען דאס לייכטזיניג, און די יישר-כח'ס ווערן ווינציגער. דער אמת איז אבער אז די ארבעט ווערט גארנישט לייכטער, און עס דארף אנערקענט ווערן מיט פולע אויפמערקזאמקייט. אלזא: יישר כח גדול פאר די ארבעט וואס דו לייגט אריין לטובתינו ולתועלתינו!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:38 pm

גם אני מצטרף לדברי קרעמער, און כ'מוז זאגן אז כ'פרינט ארויס די ניגונים, און מ'נוצט עס אינדערהיים, עס קומט ב"ה צונוץ....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 10:53 pm

כ'האבעם ווייניג געהערט, אבער כ'ליינעס און כ'האב הנאה.

a one
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:10 pm

תגובהדורך a one » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:04 pm

איז נאך דא צו באקומען זיינע טעיפס ערגעץ

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:53 pm

אין קרית יואל, איז דא א יונגערמאן טייטלבוים, וואס פארקויפט זיינע טעיפס, און דאכט זיך מיר, אז גמ"ח קרן ישעי', האטעס אויף אן עם פי טרי.

a one
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:10 pm

תגובהדורך a one » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:56 pm

שכח

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 10:45 am

טייטלבוים פארקויפט שוין נישט, אבער קרן שמואל ישעי' האט עס יא מיינעך.

בעני, איי קענט איווען ביגין טעללינג יו האו מאטש איי אפרישיעט יור הארד ווארק, אבער פוטער בלא קריעם אי אפשר מוז איך דיר עטליסט זאגן א פלעינע שכוח.

יישר כח זאל דיר זיין צו מצוה.

TheTorah
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 3:25 pm

יו''ט עהרליך ניגונים

תגובהדורך TheTorah » מאנטאג יולי 22, 2013 3:47 pm

מען קען עס דא דאונלאודן
יאנאש האט געשריבן:טייטלבוים פארקויפט שוין נישט, אבער קרן שמואל ישעי' האט עס יא מיינעך.

בעני, איי קענט איווען ביגין טעללינג יו האו מאטש איי אפרישיעט יור הארד ווארק, אבער פוטער בלא קריעם אי אפשר מוז איך דיר עטליסט זאגן א פלעינע שכוח.

יישר כח זאל דיר זיין צו מצוה.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יולי 28, 2013 5:36 am

שכוח פאר די לינק

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

א גרויסן יישר כח

תגובהדורך פיניע חזן » זונטאג יולי 28, 2013 1:49 pm

איך וויל נישט ח"ו אפשאווכן מיין דאנקבארקייט, און מיין שעצונג פאר דיין חשוב'ע ארבייט, אבער א טייל פון זיינע טעיפס זענען שוין געדרוקט געווארן אין צוויי בענדער. אזוי אז ווער עס וויל דאס קענען זינגען שבת אדער יום טוב ביים טיש (ווען מען קען נישט ליינען די וועלט) קען האבן נוץ דערפון

נ. ב. איך בין נישט דער דרוקער, נישט קיין אייניקל און נישט קיין מוכר ספרים

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

סטאלינער מעשה מיט בער - ניגון גאב"ד רבי משה ארי' זי"ע

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג יולי 29, 2013 8:45 pm

בס"ד

ביי די ניגון

ניגון ח'
א טובה פאר א טובה
(א מעשה פון ר' אהרון קארלינער)


הערט א מעשה אידען פון דעם סטאלינעם
וואס מיין זיידע איז אליין געווען ביי דעם
פארנדיג אין וועג, דורך וועלדער אן א עק, פוהל מיט פחד און מיט שרעק
איינמאל פארט דעם רבי'נס בויד אין פרעמדן וועג
איבער פעלדער איבער וועלדער אן א עק
די פערדאלאך איינגעשפאנט, די חסידים ביי די האנט, קלינגען די גלעקלאך דורכאנאנד


זינגט ר' יום טוב ערליך א הערליכע קארלינער ניגון וואס א חלק דערפון הייסט היינט "דער ניגון פונעם גאב"ד ירושלים" הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זי"ע

עס איז מיר שטענדיג געווען א פלא וואס דא גייט פאר.

דער ניגון וואס מען טאנצט אלס דעם גאב"ד'ס ניגון האט נאר איין פאל, אדער מערסטנס נאך א האלבע, און אזוי טאנצט מען ביז וויפיל כוחות מען האט.

און דא זינגט ר' יום טוב ערליך א הערליכע ניגון, דריי געהעריגע פעלער ווי נארמאל, מיט וויכטיגע קנייטשן וואס געבן דעם ניגון א ציור מושלם, נישט געהאקט אדער געשטיקלט.

איינמאל ביי א חתונה האט מען גערעדט פון דעם, האט איינער זיך מתמרמר געווען אז לעצטנס האט מען "באפוצט" דעם ניגון פונעם גאב"ד מיט נאך א פאל וואס באלאנגט נישט דארט בכלל... יענער זאגט אז רבי משה ארי' זצ"ל האט געהערט א ניגון און עס נאכגעזינגען כמות שהוא, און אז דאס האט לכאורה נישט קיין שייכות מיט'ן קארלינער ניגון וואס יום טוב ערליך זינגט דא.

ווייסט איינער א ריכטיגע פשרה וואס גייט דא טאקע פאר מיט די איינע אדער צוויי ניגונים?

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג יולי 30, 2013 8:40 am

וויפיל איך ווייס איז דער ניגון לאו דוקא קארלין, נאר א ניגון וואס מ'האט געזונגען אין כמה מקומות אין דער אלטע היים.
קען זיין מתחילתו א קארלינע ניגון אבער למעשה האט מען עס געזינגען אין אסאך פלעצער, ממילא קושיא מעיקרא ליתא.
אזוי איז די שטייגער, ניגונים ווערן פארדרייט ווען ס'וואלגערט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן.

למשל, אין סקווירא זינגט מען א ניגון אויף קה רבון, דער ניגון איז א ניגון פון איינע פון די לעצטע מעליצע רבי'ס, אין סקווירא זינגט מען דאס אינגאנצן גרייזיג. די סבה איז, ווייל ר' ישעי' גבאי האט עס געהערט, אויפגעפיקט, און אימפאטירט. אבער ער האט נישט געדענקט קלאר די גאנצע ניגון, האט ער אליינס צוגעשטיקעלט די חלקים וואס ער האט נישט געקענט.

כך הוא דרכה של ניגונים.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:57 am

ס'איז מיר טאקע אינטערסאנט,
דער ניגון ווערט פאררופן אין באבוב דאכט זיך אלס דעם קדושת ציון'ס א ניגון (לא תבושו)
איז דא עפעס מער אינפארמאציע אויפן מקור הניגון
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בית המשתה, בפני נכתב און 9 געסט