הקפות!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

הקפות!

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:06 pm

ס'פאני די קעפל? קען זיין, אבער דאס איז די נאמען וויזוי ס'גייט הייסן די נייע טעיפ, וועכע טעיפ? אקעי יו נאו וואט? כ'גיי אנהייבן פון אנפאנג!

א_וואו געווענדליך, היינט דאנערשטאג, נאך א טאג ארבעט, שפאצירעך אריין אין מיין פעווערעד סטאר, יא איר ווייסט! "לי עוו. פאטאו", טרעפעך דארט א יוד, ער הייסט לאנגזאם, ער איז דער אנפירער פון "לחיים דיסטריביוטער" אין אמעריקע, (גראדע איז אויך געווען דארט אין די זעלבע צייט "אדרת דיסטריביוטינג", אבער נישט צו דעים ווילעך צוקומען) זעה איך ווי ער צייגט אן פאר מיין ידיד ערעב הירצקא שטיין א דעקל פון א נייעם טעיפ (סידי) וואס גייט ארויסקומען אין די נאנטע טעיג (לויט ווי ר' הירצקא האט מיר שפעטער פריוואט געזאגט, גייטעס מאנטאג שוין זיין אין די געשעפטן).

כאמעך פראבירט צו מאכן ווי כ'זוך עפעס, אבער צוביסלעך האבעכמעך אריינגעריקט אינעם שמיעס, און נאך אפאר מינוט האט מיר הרב לאנגזאם געוויזן די דעקל פון די נייע טעיפ/סידי, (נאכן רעדן פאר אפאר מינוט, האטער מיר געגעבן די דעקל אלס מתנה,) די סידי גייט הייסן "הקפות", אויף מיין פראגע, וואס באדייט די נאמען? האטער מיר געענטפערט, אז אויף דעים טעיפ האטער א קאלעקשען פון הקפה ניגונים, פון אלע הויפן, און כ'וועל גיין אויפן סדר וואס שטייט אויפן דעקל, באבוב, וויזניץ, באלזא, סאטמאר, גור, קרלין, מודז'יץ, באיאן, תולדות אהרן, צאנז, חב"ד, ועוד, ועוד....

באטראכטנדיג דאס דעקל, זעה איך א פיקטשער פון טאטעס זיידעס מיט קינדער טאנצן מיט ס"ת אין זייער הענט, אריינבליקענדיג אינעווייניג, זעה איך אז ער האט א שיינע קאלעקשן פון ניגונים, למשל ער האט סאטמערע הקפה ניגונים וואס ר' יוסל אשכנזי ע"ה און ר' אברהם לאויאש ע"ה און להבחל"ח ר' יודל ווערצבערגער נ"י האבן געמאכט, ער האט דריי בעלזא הקפה ניגונים, א.א.וו.

איך וועל מיך האלטן צו מיין טראדיציע, אז איך ברעך נאר די נייעס, און איבערלאזן פאר צייטליך צו געבן זיין אפהאנדלונג דערויף.

אבער איין באמערקונג, ווען לחיים געט ארויס א טעיפ מיט אלטע סחורה דערויף, דערמאנטעס מיך פון לחיים טיש, ער האט א מורא'דיגע טעיסט, זיין קאלעקשען פון ניגונים, זיין מוזיק, ס'איז עפעס אויסערגעווענליך, אקעי שוין פארפארן, די טעיפ וועט זיין אין די סטאר'ס נעקסטע וואך, (מאנטאג) און אונז וועמערעס אי"ה הערן, און ווארטן אז צייטליך זאל ברענגען א דיטעיל'ד ריפארט!

צייטליך.................................
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:29 pm

א דאנק וויכטיג מאכער פארן ברענגען די באריכט, עמער אויס ווארטן.

בד"וו וויאזוי ווערט מען גוט מיט די אלע חברה?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:30 pm

מ'קען הערן א נייע אינטערויו (INTERVIEW) אויף 'קול מבשר'
ר' יוסף משה כהנא הי"ו (מיט ר' הרשל פרידמאן הי"ו)
ער דערמאנט דורט וועגן דעם נייע סי די 'הקפות' ועוד...

עס איז גאנץ אינטרעסאנט

צייטליך, אנטשאלדיג פארן אריינהאקן, מיר ווארטן אויף אייער באריכט 8.)
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 6:54 pm

קיינער האט טאקע נישט געהערט דעם טעיפ? איינער קען געבן א ריפארט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 7:22 pm

האמת אגיד ולא אפחד, כ'האב פארשפראכן פאר א איד צו באשרייבן דעם סידי, כ'בין אבער נאכנישט אנגעקומען דערצו.

אויף "מוצא שפתיך תשמור" האב איך אבער נישט עובר געווען, ווייל כ'האב אים געזאגט אז כ'וועל עס באשרייבן "ווען כ'וועל עס ענדיגן צו הערן". נו גלייבטס מיר אידן, כ'האב עס נאכנישט געענדיגט צו הערן! כ'הער עס נאך אלץ!

יא, איך ווייס אז ס'איז שוין אדורך שמחת תורה, אבער ביי מיר איז מרחשין שפתי פון די תשרי'דיגע ניגונים, און כ'קען מיך פשוט נישט אפגעזעגענען דערפון.

אלזא, דער וואס איז נאכנישט געלאפן און געקויפט דעם סידי, דארף זיך שוין יעצט נישט אזוי יאגן, אבער ס'איז נאך אלץ כדאי דאס צו קויפן. ס'איז אינטערעסאנט אויף א גאנץ יאר פונקט ווי אויף שמחת תורה.
An article a day keeps the babies away

בית המשתה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 9:02 am

איינער האט די pdf פון די סידי 'הקפות'?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט