ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #6 'אמונה'

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #6 'אמונה'

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:33 pm

איך לייג יעצט ארויף די טעקסט פון די טעיפ אמונה

אזוי ווי עס איז אויך אסאך תוכן אין די שמועסן פאר און צווישן די ניגונים, האב איך דאס אויך מעתיק געווען עד כמה שידי היתה מגעת, און עטליכע ווערטער וואס איך האב נישט קלאר אויפגעכאפט (ווייל ביים רעדן סתם אן זינגען ווערט צומאל אריינגעכאפט ווערטער וואס מען כאפט נישט אזוי קלאר) האב איך אריינגעלייגט שטערנדלעך, די שמועס צווישן ניגון ד' און ה' און צווישן ניגון ה' און ו', בין איך נאך נישט גענוג איבערגעגאנגען ממילא פעלט נאך דארט אפאר ווערטער, און אדרבה אויב איינער וואס ווייסט די ווערטער קען עס מגיב זיין און איך וועל פאררעכטן,

אגב, די ניגון 'די בלעטעלע' וואס אברהם פריעד זינגט דאס נאך האט ער דאכט זיך אויסגעלאזט אפאר שורות, דארט ווי דער באשעפער איז מסביר פארוואס די בלעטעל איז אראפגעפאלן,

איך לייג נאכאמאל מיין בקשה נישט אריינצוהאקן ביזן ענדיגן דעם גאנצן טעיפ, כדי עס זאל זיין אין א רייע, ייש"כ.
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:36 pm

ערשטער שמועס
בעניני אמונה

און אזוי האט געזאגט דער באשעפער פון דער וועלט
עס וועט קומען א טאג ווען איך וועל ווערן אין א באהעלטעניש פארשטעלט
און עס וועט זיין א גרויסע פינסטערניש און א קעלט
יעדער איינער וועט טאן וואס איהם געפעלט
א צייט ווען בושה איז נישטא און רחמנות פעלט
דער נעַר וועט זיין א פירער און דער פארברעכער א העלד
און די עבודה זרה וועט זיין געלט
און נאר מיט אמונה וועט מען קאנען לעבן אויף דער וועלט
אבער כדי צו האבן אמונה וועט מען דארפן מיט די גראדע הענט
זיך דראפען אויף די גלייכע ווענט
און אט אין דער שרעקליכער צייט לעבן מיר אונז

קומט אהער קינדערלאך נעמט אייך בענקאלאך און זיצט
אינדערויסען איז פינסטער עס דונערט און עס בליצט
א קאלטער רעגן גיסט, א האגעל שפריצט
און אפילו מען רעדט נאר פון אמונה ווערט מען שוין באשיצט

אבער איידער מיר הייבן אן ריידן וועגן אמונה, א ווארט
נאך איידער מען פרעגן נאך איידער מען טראכט
דארפן מיר אלע מסכים זיין צו די דרייצן אני מאמין'ס וואס דער רמב"ם האט געמאכט
אז זיי זענען קלאר, אמת און וואר
אמת און וואר, אמת און וואר

מעג מען דען זאגן אמת און וואר, אויף א זאך וואס מען זעהט נישט קלאר?
ביי אמונה איז עס א מעלה גאר
ווייל אמונה הייסט
אז ניט דו זעהסט דעם באשעפער און ניט דו פארשטייסט
און דו ווייסט
אז וואו דו שטייסט און וואו דו גייסט
קוקט אויף דיר אראפ דער גרויסער האר
און דו גלייבסט אין איהם נאר דערפאר
ווייל טאטע מאמע און צדיקים האבן געהייסן גלויבן אין דעם
און דאס איז די מצוה פון אמונה אין מציאות השם

טאר מען גארנישט פרעגן וועגן דעם?
מען מעג פרעגן
עס איז א מצוה צו קאנען דעם גרויסן באשעפער און זיינע קלוגע וועגן
כדי איהם מער ליב צו האבן און זיך מער פאר איהם שרעקן

אוי שיינדעלע וואס טומעלט עס אינדערויסן?
עס גייט א רעגן
און איצט?
עס דונערט און עס בליצט
פון וואנען ווייסטו עס ביזט דארט געווען?
איך האב אסאך מאהל געזעהן
אבער דעם ערשטן מאהל ווען דו האסט עס געהערט
וואס האסטו געקלערט?
איך האב געפרעגט מיין מאמען און זי האט מיר ערקלערט
און פון וואנען האט די ערשטע מאהל געוואוסט דיין מאמע?
פון איר מאמע מן הסתמא
און אפשר זאגט דיין מאמע נישט ריכטיג?
וואס אונזער מאמע זאגט איז פאר אונז וויכטיג
אונזער מאמע זאל געזונד זיין, אלץ וואס זי זאגט אונז, אלץ וואס זי טוט
איז נאר פאר אונז זאל זיין באקוועם און גוט
זייער גוט! זייער גערעכט!

און וואספארא ברכה מאכט מען מנחם אויף א דונער אז מען הערט?
שכוחו וגבורתו מלא עולם
וואס איז דער פשט פון דעם?
אז די גאנצע וועלט איז פוהל מיטן כח פון השם
און דער באשעפער האט דעם דונער געמאכט
פון וואנען ווייסטו וואו ווערט עס געבראכט?
מיין מאמע האט מיר דערציילט דערוועגן
די זעלבע ווי זי האט דערציילט וועגן רעגן
און איך פארלאז זיך אויף איהר
זי וועט נישט זאגן קיין זאכען וועלכע טויגן נישט פאר מיר
קלוגע רייד האבן מיר געהערט פון דיר

אט דאס איז קינדער, גלויבן!
מיר גלויבן, אין דעם באשעפער פון אויבן
און אין די דרייצן אני מאמין'ס וואס דער הייליגער רמב"ם האט צינויף געשטעלט
ווייל ער איז געווען א גרויסער צדיק און חכם אויף דער וועלט
ער האט אליין געוואלט דעם בורא פארשטיין האט ער אלע חכמות געלערנט און געוואוסט
און דערנאך האט ער געזאגט אז אלע חכמות זענען נאריש און פוסט
און ער וויל גלויבן נאר צוליב דעם ווייל ער האט עס מקבל געווען פון זיין רבי'ן
און זיין רבי'ן האבן עס די גאונים איבערגעגעבן
און די גאונים האבן עס מקבל געווען פון די רבנן סבוראים
און די רבנן סבוראים, פון די אמוראים
און די אמוראים, פון די תנאים
און די תנאים, פון די אנשי כנסת הגדולה
און אנשי כנסת הגדולה, פון די נביאים
און די נביאים, פון די זקנים
און די זקנים, פון יהושע
און יהושע, פון משה רבינו
און משה רבינו, פון אייבערשטען אליין
פון אייבערשטען אליין
דארף מען נאך האבן מיין?
מען מעג זיכער אין זייערע וועגן גיין
און אזוי דארף מען אמונה פארשטיין
ווייל טאטע מאמע און צדיקים זאגן נישט מער
און אצינד מעג מען שוין געבן אביסאלע א קלער

און עס גארנישט שווער פארשטיין דאס
אז די וועלט האט א גרויסן קלוגן באלעבאס
קוקט זיך קינדערלאך איין צו מיר
וואס איז דאס מלכה'לע? א שטיקל פאפיר
וואס זעהסטו אויף איהר?
א גרויסע שווארצע פלעק אן א סדר
שמוציג אויף אלע זייטן צושמירט כסדר
פון וואנען איז עס געווארן מיין קינד?
עס האט זיך געוויס אויסגעגאסן אויף דעם א טינטער מיט טינט
און זאג מיר וואס זעהסטו אויף דעם פאפיר?
גלייכע געשריבענע שורות
שיינע אותיות מיט קיילעכדיגע צורות
מען זעהט אז ס'איז פוהל מיט חכמה אן א שיעור
קאן מען זאגן אז טינט האט זיך אויסגעגאסן אויף דעם פאפיר?
ניין!
וואס דען?
א חכם האט דארט תורה געשריבן מיט זיין פּען
געוויס, און יעדער איינער קען זעהן
און אט דער גרויסע אפארטמענט הויז אנטקעגן אונזער טיר
מיט הונדערטער צימערן און ארבייטער אן א שיעור
קאן מען זאגן אז דאס איז געווארן פלוצלינג פון זיך אליין?
ניין!
זאג נחמן פארוואס, גיב אונז צו פארשטיין
ווייל מען זעהט אז דאס איז געבויט מיט א מיינונג עס איז אין דעם א סדר פארהאן
איז א סימן אז דאס איז געבויט מיט א פלאן
און א פלאן קען נאר מאכן א מענטשליכע האנט
נאר א אינדזשעניר האט עס אויסגעשטעלט מיט וויסן און פארשטאנד
דו רעדסט זייער ריכטיג און ס'איז אינטערעסאנט
אז מען באטראכט אונזער וועלט
ווי שיין מסודר'דיג עס איז צוזאמען געשטעלט
קאן פארשטיין אפילו א קינד
אז ס'האט זיך נישט אויסגעגאסן צופעליג א טינטער מיט טינט
נאר דאס האט געמאכט א גרויסער חכם מיט גרויס פארשטאנד
און דאס פירט אן נישט קיין אנדערער ווי אונזער גרויסער רבונו של עולם מיט זיין געטליכער האנט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:39 pm

ניגון א'
אמונה

קום מיין פריינד אין גארטן
לאמיר ארויס אויפן פעלד
און באטראכטן דארטן
די גרויסקייט פון באשעפער פון דער וועלט
קריכט א מוראשקע צו זיך אין שטעטל
און עס האט אויף זיך א שיינע בלעטל
דער זומער גייט אוועק, עס קומען קאלטע טעג
מען דארף זיין ווארים צוגעדעקט

זעה די שיינע בלומען
די בלעטאלאך פונקטליך אין צאל
זומער ווינטער קומען
אלע יאהר פונקט אין צייט אלע מאהל
פונקטליך קומט די נאכט און טאג נעמט ווערן
און פונקטליך דרייען זיך ארום די שטערן
און וואו די וועלט איז ווייס, אויף די בערג פון אייז
דער ווייסער בער קריגט אויך זיין שפייז

א מענטש פון פלייש פון ביינער
האט אונזער גרויסער באשעפער געמאכט
און פארשטיין קען קיינער
ווי אזוי ער זעהט, און ער רעדט, און ער טראכט
מיליאנען שרייפעלאך צונויף געפלאכטען
רערן פוהל מיט שטאפען אלע סארטען
און ווער נאר שכל האט, קען פארשטיין דעם סוד
אז אלעס איין באשעפער האט

אני מאמין איך טוה גלויבן
אז דער באשעפער דארט פון אויבן
בעשאפן האט געקענט נאר איינער
אזא גרויסער וועלט א שיינער
געווען, און איז, און וועט זיין איינער
און איהם דארף נישט העלפן קיינער
ווייל קיינער קען איהם נישט פארשטיין
ווי אזוי ער מאכט עס אלץ אליין

ווען טינט וואלט ווערן אלע ימ'ען
און א פען פון יעדן גראז
און אלע הימלען זיי צוזאמען
א שטיק פארמעט אן א מאס
און שרייבן דארט מיליאנען יארן
וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן
פון די שבחים פון דעם העלד
דעם באשעפער פון דער וועלט


2


עס ווייסט דאך יעדער איינער
אז מען קען נישט רירן קיין און קיין פיס
דער עסן ביי די ציינער
און מען קאן נאכנישט געבן קיין ביס
ביז מען קריגט נישט קיין רשות פון אויבן
דער באשעפער זאל אליין ערלויבן
הייסט ער גיין איז גיין, הייסט ער שטיין איז שטיין
מען קען דאך גארנישט טאן אליין

וואו א איד טוט וואוינען
מיט וועמען א שידוך ער טוט
ניט ווייל איהם טוט ער לוינען
און ער מיינט אז עס איז פאר איהם גוט
אלעס שטייט פון אויבן אנגעשריבן
די הוט, די שוך, וואס ער האט אויסגעקליבן
און אלעס וואס ער טוט, קען נאר ווערן גוט
נאר ווען עס קומט אן די מינוט

א שטרוי עס פאלט פון וואגען
א בלעטל פון בוים אויף דער ערד
דער ווינט טוט עס פארטראגען
און לייגט אוועק דארט וואו עס איז באשערט
און פונקט אין דער מינוט וואס עס דארף טויגען
און פונקט אויף וועלכען זייט עס דארף זיך לייגען
און קיין זאך איז נישט סתם, א צופאל מן הסתם
נאר יעדע זאך עס האט א טעם

אני מאמין איך טוה גלויבן
אז דער באשעפער קוקט פון אויבן
און ער אליין טוט עס אנפירן
מיט אלעס וואס עס טוט פאסירן
און אכטונג גיט אויף יעדן איינעם
און פארזעהט ניט קיינמאל קיינעם
און מען דארף גלויבן שטארק אין דעם
און זיך פארלאזן נאר אויף איהם

צום הימל וואלט איך זיך געפלויגן
ווען איך וואלט פליגלען נאר פארמאגט
און פון שפיץ פון רעגן-בויגן
וואלט איך פאר דער וועלט געזאגט
ווער עס טוט באמת גלויבן
און ער דארף א הילף פון אויבן
דארף ער גארנישט טוהן צו דעם
און דער באשעפער העלפט גלייך איהם

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:41 pm

קומט אויס אויב אזוי
אז דער גרויסער באשעפער פארנעמט זיך אפילו מיט א שטרוי
און אפילו א בלעטאלע אויף דער ערד
האט פאר איהם א ווערד
דו האסט רעכט

און כדי צו פארשטיין פארוואס און פארווען
וועלן מיר אן אנדער ענין זעהן
פארוואס האט דער באשעפער אינגאנצען באשאפן די וועלט
האט זי דען איהם אויסגעפעלט
פעלט איהם דען כבוד דארף ער דען געלט
דער תירוץ איז אז דער גרויסער בורא
נאך איידער ער האט די וועלט באשאפען האט ער באשאפען די תורה
און ער האט באשאפען די פאלק פון די אידן
זיי זאלן די תורה היטן
און דערפאר דעם בורא דאנקען און בענטשן
און צוליב דעם האט ער באשאפען וואסער, געוויקסן, אלע מיני באשעפענישן, און מענטשן
זיי זאלן באזארגן דעם אידן מיט עסן מיט סחורה
א איד זאל קענען רוהיג לערנען און היטן די הייליגע תורה
און עס זענען דא מיליאנען מינים באשעפענישן מיט מיליאנען חשבונות
און אלץ צו העלפן אדער שטערן דעם אידן אין זיינע נסיונות
און יעדע בלעטאלע יעדע שטרוי האט א געוויסע אויפגאבע אין לעבן
דעם ערליכן אידן א הילף צו געבן
און ווי דאס טוט אפ וואס עס האט געדארפט צו טוהן
ווערט עס פארשוואונדן מען זעהט עס מער נישט אן

און אט איז די געשיכטע וואס מיר האבן פון צדיקים געהערט
פארוואס די בלעטעלע איז אראפגעפאלען פון בוים אויף דער ערד


ניגון ב'
די בלעטעלע

שטייט א בוים אינמיטן וועג
מיט די צווייגן ארויסגעשטעקט
און א בלעטעלע רייסט זיך אפּ
און עס פאלט אראפּ

גייט א צדיק אויפן וועג
און די בלעטעלע גיט א פרעג
פארוואס ביסטו פון בוים אוועק
און ליגסט אין מיטן וועג

זאגט די בלעטעלע איך ווייס ניט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט
און מיך אראפ געפליקט

צווייגל צווייגעלע באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט
און די בלעטל אראפגעפליקט

זאגט די צווייגעלע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
דער ווינט האט פלוצלינג זיך צובלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט

ווינטעלע ווינטעלע באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט פלוצלינג זיך צובלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט

זאגט דער ווינט איך ווייס ניט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
מיין מלאך האט מיר ארויסגעלאזט
און איך האב געבלאזט

מלאך מלאכ'ל באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט דעם ווינט ארויסגעלאזט
און ער האט געבלאזט

זאגט דער מלאך איך ווייס ניט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
דער בעשעפער פון דער וועלט
האט מיר אזוי באפעלט

בעשעפער גרויסער באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפּ
און עס פאלט אראפּ

דער בעשעפער ער אליין
גיט דעם צדיק צו פארשטיין
הייב די בלעטעטלע אויף פון ארט
און א קוק גיב דארט

דארט ליגט א ווערעמל דאר און קליין
האט נישט קיינעם גאנץ אליין
-ער איז געוועזן הויך אין בוים
און געאטעמט קוים

ווייל די זון האט שטארק געברענט
האט ער שלאפן נישט געקענט-
האט ער געבעטן באשעפער באשיץ
איך האלט ניט אויס די היץ

האב איך דעם מלאך'ן גלייך געזאגט
האט ער דעם ווינט ארויסגעיאגט
האט ער די צווייגעלע צובלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט

מיטן ווערעמל אויפן פעלד
און פאר אים די זון פארשטעלט
און דער קליינער ווערעמל איז
איינגעשלאפן זיס.
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:46 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:46 pm

צווייטער שמועס

און וואספארא שייכות האט דאס ווערעמל צו די אידן?
הערט קינדערלאך ווייטער וועט איר זיין צופרידן
און אדורך איז א צייט
עס איז געווען א טאג א הייסער
איז אנגעקומען פון ווייט אן ערליכער איד א צדיק א גרויסער
צינויף קלייבן געלט פאר פדיון שבויים איז ער געלאפן
און וועג האט ער דעם גרויסן בוים געטראפן
און אין זיין קילן שאטן זיך געלייגט שלאפן
א גרויסער גיפטיגער שלאנג איז פון די גראזן ארויסגעקומען
ערזעהן דעם אידן, שטיל קריכן צו איהם גענומען
און דער איד איז געווען א שליח מצוה זאגן חז"ל אז אזא איד קאן קיינער ניט שאַטן
ער ווערט באזונדער געהיט
איז אונזער באקנטער ווערעמעל ארויפגעקראכן אויף זיין האלז און געביסן
דער איד האט זיך שנעל פון שלאף אויפגעריסן
ערזעהן דעם שלאנג, געכאפט אויף איהם זיין שטעקן
און דער שלאנג איז אנטלאפן אין די גראזיגע וועגן
און דער צדיק האט גענומען דאנקען דעם באשעפער מיט געזאנגען און טרערן
און דאס האט דער הייליגער באשעפער געוואלט הערן
דעם צדיק'ס תפילה און געזאנגען

און אפשר קאן מען וויסן צוליב וואס מען דארף די שלאנגען?
באלד וועט איר הערן ווי דער צדיק ווייטער געגאנגען
און דארט נישט ווייט איז א וועלדל דארט געוועזן
און צווישן די ביימער איז א גזלן געזעסן
ווי ער האט דערזעהן דעם צדיק אויף די וועגן
האט ער גענומען זיין ביקס און ארויס איהם אנטקעגן
דער צדיק האט דערזעהן דעם רוצח מיטן געווער
האט ער געגעבן א קלער
וואס זאל איך זיך דערשרעקן פאר א מענטש פאר פלייש און ביין
איך וועל זיך בעסער דערשרעקן פאר דעם וואס האט איהם געשיקט פארן רבונו של עולם אליין
און דאס איז א כלל, איבעראל
ווען מען לעבט איבער עפעס א שרעק
דארף מען זיך נעמען שרעקן פארן רבונו של עולם גייט עס גלייך אוועק
און ווי דער גזלן האט געוואלט שיסן
איז געקומען פון הונטען אונזער באקאנטער שלאנג און האט איהם געביסן

און פארוואס דארף מען א גזלן מעג מען וויסן?
דער גזלן איז א שליח מיט אן אדרעסס און מיט א ציהל
וואס פירט אויס דאס וואס דער בית דין של מעלה וויל
אזוי ווי דער פאסט טרעגער ברענגט א גרויסן עלעקטרישן ביל
און נישט ער ווייסט פארוואס און נישט ער וויל
ווייל חז"ל זאגן אז סנהדרין זענען היינט נישטא
אבער די שטראפן זענען דא
און ווען א שיף זינקט, אן עראפלאן קראכט
איז צוליב דעם ווייל אין זיי ווערט געבראכט
אט די אלע וועלכע זענען שולדיג די זעלבע שטראף
און דארט האבן זיי זייער סוף

און א צדיק האט אמאל דערציילט וואס מיט איהם איז געשעהן
אז ער איז שוין צענדליגער מאהל אויף דער וועלט געווען
און אלע מאהל ווערט ער דערמארדערט פארדעם אליין
ווייל ער האט מיט טויזנטער יארן צוריק אויף זכריה הנביא געווארפן א שטיין

אבער א צדיק האט פארדעם נישט מורא
ווייל אין יעדע זאך איז פארהאן דער ווילן פון בורא
און אז די גאנצע וועלט מיט אירע בעשעפענישן און געוויקסן איז געמאכט געווארן צוליב דעם
ער זאל קאנען מיט זייער הילף דורכפירן די ארבעט וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף איהם

איך האב א שיינעם סיפור וועגן דעם
ערצייל, מיין רבי האט אונז ערציילט א מעשה פון הייליגן בעל שם
וויאזוי ער האט זיך אמאל אינמיטן שלש סעודות צולאכט
און דערציילט די חסידים, אז א קעניג האט א גרויסען פאלאץ געמאכט
אסאך יארן האבן הונדערטער ארבעטער מיט חכמים ביים פאלאץ פארבראכט
און איינמאל איז א צדיק געגאנגען אויף די וועגן
איז געווארן אינדרויסן א שטורעם, גענומען גיין א רעגן
איז ער אריין זיך באהאלטען אין דעם פאלאץ דעם גרויסן
אז דער רעגן האט אויפגעהערט איז ער ארויס אינדרויסן
און ווי ער איז אוועק שוין געווען פונדערווייטן
איז דער פאלאץ צופאלן געווארן אויף אלע זייטן
די צייטונגען האבן זיך געוואונדערט א טומעל איז געווארן
פון די גאנצע וועלט זענען מענטשן געקומען צו פארן
זעהן ווי דער פאלאץ איז צופאלן געווארן אן א שום חסרון
ווייל דער גאנצער פאלאץ איז געמאכט געווארן
פארן צדיק'ס וועגן
ער זאל זיך דארטן באהאלטן פארן רעגן
דוכט מיר אז נאך די מעשה איז שוין נישטא וואס צו פרעגן

וואס ביזטו נחמן אזוי פארטראכט?
איך טראכט
א מענטש האט פערציג יאהר ביי זיינע ביכער פארבראכט
געווארן אן אינזשעניר געארבעט טאג און נאכט
צוזאמען מיט הונדערטער ארבעטער דעם פאלאץ געמאכט
געזעהן עס זאל זיין שטארק און גוט
כדי דער צדיק זאל זיך דארט באהאלטן אפאר מינוט
פארשטייסט עס זייער גוט
און אצינד זעהט איר שוין וואספארא ווערט האט די גאנצע וועלט מיט אירע חכמות, ערפינדונגען, מאָראַל און זיטן
קעגן איין טראָט פון אן ערליכן איד
ווייל דער איד וואס גלויבט האט אין זיך אזא מאגנעטישע קראפט
ער ציהט אראפ פון הימל אלעס וואס מען דארף
מיט גלויבן קאן מען פארוואנדלען שטיינער אין גאלד, וואסער אין וויין
מען קאן געהיילט ווערן פון די שווערסטע מחלות און מחיה מתים זיין
אויסלעשן א פייער אפשטעלן א טרעין
דער הייליגער בעל שם טוב האט אמאל אריבער געגאנגען דעם גרויסן טייך דניעסטער מיט די פיס אויפן וואסער נאר מיט אמונה אליין

קומט אויס אז אין הימל האט שוין מיט פיל יאהרן פריער געזעהן
אז ס'וועט אמאל זיין א פאלאץ און וואס וועט מיט איהם געשעהן
נישט נאר מיט פיהל יארן פריער
נאר ווען דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, האט ער שוין געזעהן דאן
אלץ וואס אין די זעקס טויזנט יאהר וואס די וועלט וועט שטיין, וועט געשעהן
און דער הייליגער באשעפער האט געוויזן אדם הראשון'ן קלאר
אלע מענטש און געשעענישן וואס וועלן זיין אין יעדן דור
אלע חכמים, מלמדים, און תלמידים און בעלי בתים צדיקים און רשעים
און אפילו אלע פירערס חכמים און מלמדים פון די גויים
אדם הראשון האט געזעהן
אלץ וואס עס וועט געשעהן
אבער דאס איז אלץ געווען אויפן פלאן
און אין יעדן טאג פירט מען עס אויס וואס עס איז באשטימט געווארן דאן
המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, און אויף דעם איז א סיפור פארהאן
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:47 pm

ניגון ג'
דער תלמיד

ווער גייט עס דארט אין וועג
אין מדבר אָן אַן עק
וואו מען זעהט נישט מיין
נאר הימל זאמד און שטיין

טאג און נאכט עס שפאנט
מיט א שטאק אין האנט
דער הייליגער בעל שם
און זיין תלמיד שפאנט נאך איהם

עס איז שוין דריי טעג
אז מען איז אין וועג
א שעה לויפט נאך א שעה
קיין וואסער איז ניטאָ

די היץ איז זייער גרויס
דער תלמיד האלט ניט אויס
און ער שרייט ארויס
מיין דורשט איז זייער גרויס

רבי געוואלד!
איך דארף וואסער באלד
דער בעל שם
הערט נישט צו צו איהם

נאך א טאג אוועק
דער תלמיד פאלט אוועק
ער לייגט זיך אויף דער ערד
און פאר'חלש'ט ווערט

דער בעל שם טוב שטעלט זיך אפ
און מונטערט איהם אפ
און רופט זיך אן צו איהם
זאג צו דו גלויבסט אין דעם

אז צוריק זעקס טויזנט יאהר
ווען דער באשעפער קלאר
באשאפן האט די וועלט
און אלץ צינויף געשטעלט

האט ער שוין דאן געזעהן
וואס היינט וועט דא געשעהן
און אנגעגרייט זיי באלד
וואסער פריש און קאלט

דער תלמיד קלערט
און זאגט רבי גערעכט
און ער זעהט באלד
וואסער פריש און קאלט

אין מיטן די רייד
זעהט מען איינער גייט
און ער טראגט צו זיי
עמערס וואסער צוויי

ער שטעלט דאס אוועק
און דערציילט מיט שרעק
מיין פריץ, גוטע פריינט
איז אראפ פון זינען היינט

ער טוט מיר א זאג
צוויי עמערס וואסער טראג
פרעג איך איהם וואוהין
אין מדבר דארט אהין

פרעג איך איהם ביז ווען
זאגט ער וועסט שוין זעהן
די קאלטע וואסער שטייט
דער תלמיד קוקט מיט פרייד

און שרייט אויס
רבי ס'זייער גרויס
נאס איז מיין צונג
איך דארף שוין נישט קיין טרונק

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:49 pm

דריטער שמועס
בעניני בחירה וגלגול

אט אזוי האט דער הייליגער בעל שם
געפירט זיין תלמיד אין מדבר אריין לערנען איהם
וויאזוי א מאמין צו זיין

עס איז זייער שווער צו פארשטיין
אז מען ווייסט שוין פריער ווער עס וועט זיין א צדיק און ווער ניין
איז וואס איז די מיין
אז מען גיט א מענטש די בחירה ער זאל קענען אויסקלויבן אליין
די וועג צו גיין
קען דען א מענטש טוהן עפעס אליין?
איז זיין טוהן עפעס ווערט?
קען ער דען טוהן עפעס פארקערט?
ווי עס איז איהם באשערט?

הערט וואס די חכמים האבן וועגן דעם ערקלערט
אלץ איז פון אויבן טאקע באשערט
אויסער זיין גוט אדער שלעכט
א צדיק אדער פארקערט
כדי די וועלט זאל קאנען פארשטיים דעם צדיק'ס ווערד
האט מען געמוזט מאכן רשעים אויף דער ערד
מען זאל זעהן אז דער איז גוט און דער איז שלעכט
דער איז ווערט שכר און דער איז ניט ווערט

אבער דער באשעפער וועלכער איז שטענדיג גערעכט
האט נישט געוואלט אליין אויסקלייבן ווער עס זאל זיין גוט און ווער שלעכט
האט ער עס איבעגעגעבן די מענטשן יעדער איינער זאל האבן רעכט
אויסקלייבן זיין וועג, זיין גוט אדער שלעכט
און דער באשעפער העלפט יעדעם איינעם טוהן וואס ער האט אליין זיך באקלערט
ווייל היינט איז ער א רשע, מארגן קען ער דאף ווערן פארקערט
און ביים באשאפן פון דער וועלט האט שוין דער באשעפער געזעהן וואס יעדער איינער קלייבט זיך אויס און וואס פון איהם ווערט
אזוי ווי איינער ליינט א געשיכטע קודם וועט ער אין אנפאנג די ענדע ניט זעהן
אבער דער שרייבער פון די געשיכטע ווייסט שוין ביים אנפאנג אלץ וואס עס וועט געשעהן

און פארוואס מאכט נישט דער אייבערשטער יעדע איד זאל זיין גוט?
דאס קאן נישט געשעהן אין איין מינוט
קאן מען דען אוועקזעצן א צדיק אויבן אן
און ביי זיין זייט א רשע וואס האט אלע עבירות אפגעטוהן
דער רשע מוז פריער אפקומען פאר זיינע זינד
און צוליב דעם איז פארהאן
גאר א שיינער שכל'דיגער פלאן
אבער ס'איז צו שווער פארשטיין פאר א קינד
עס איז שווער צו ערקלערן
מיר ווילן הערן, מיר ווילן הערן
מיר ווילן הערן
אז איר ווילט הערן
וועל איך עס טוהן גערן

הערט זיך גוט איין
ווען א איד קומט אין דעם דרייצענטן יאהר אריין
גיט מען איהם זעקס הונדערט און דרייצן מצוות ער זאל עס מקיים זיין
אבער ווען עס טוט געשעהן
ער לעבט אפ זיין לעבן און ער האט אלע מצוות נישט מקיים געווען
גיט מען איהם נאכאמאל א געלעגענהייט
געבוירן צו ווערן נאכאמאל און מקיים זיין די מצוות די גאנצע צייט
און אזוי ווערט ער פיל מאהל אויף דער וועלט געבראכט
דאס רופט מען אן גלגול ער קייקלט זיך אראפ
ער זאל טוהן די מצוה וואס ער האט פריער נישט געטוהן
אדער פארריכטן וואס ער האט פריער קאליע געמאכט
האט ער אבער אין זיין לעבן עבירות געמאכט
ווערט ער נאכאמאל אויף דער וועלט געבראכט
און ווערט אריינגעלאזט אין וואסער, אין שטיינער, בהמות, חיות, בוימער און פירות
און דארט מוז ער א געוויסע צייט אפקומען פאר זיינע פריערדיגע עבירות
און ווען עס ענדיגט זיך די צייט פון זיינע ליידן
ברענגט דער באשעפער צו הילף פון אלע זייטן
אט למשל, אז א נשמה איז אריין אין א שטיין
עס איז געקומען די צייט ארויס צו גיין
קומט א דונער און צוברעקלט דעם שטיין
און ס'וואקסט ארויס פון דארט א בלום שמעקעדיג און שיין
און די בלום האט אין זיך די נשמה אריין גענומען
און דאן איז א פארבלאנזשעטער בהמה געקומען
געשמעקט די בלום איז פיין
האט עס אויפגעגעסן און די נשמה איז פון בלום אין בהמה אריין
און נאכהער האט א שוחט געקוילעט, א ברכה געמאכט
די פלייש צו אן ערליכן אידן געבראכט
און דער איד האט געמאכט א ברכה און דערמאנט דעם שם
איז די נשמה ארויף אין הימל צוזאמען מיט דעם
און אט די נשמות מען רופט די ניצוצות פונקען, ווערן אריינגעבראכט אין אידישע הייזער כסדר
אין די ווענט, אין די כלים, אין די מעבל, אין די קליידער
די אלע ניצוצות וואס האבן א שייכות צו איהם
און ער איז זיי מתקן מיט א ברכה און דערמאנען דעם שם
און אלע ווייטסטע געגנטען וואסערן און גראזן און שטיינער זענען היינט פוהל מיט דעם
ווייל אלע נשמות מוזן סוף כל סוף א תיקון באקומען
זיי זאלן קאנען צוריקגיין אהיים פון וואנעט זיי זענען געקומען
כי לא ידח ממנו נדח, קיין איין נשמה קאן נישט פארלוירן גיין און אומקומען
אזוי ארום איז אונזער גאנצער לעבן הנאות יסורים, מעלות און חסרונות
א גרויסער צעטל פון אויסגלייכן חשבונות
פון היינט אדער פריערדיגע גלגולים פאר מצוות און עבירות
און ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס זאכן טוען אמאל געשעהן
אבער דער וואס גלויבט פארשטייט פארוואס און פארווען
און מיט א באגרעניצטע שכל און פליישיגע אויגן קאן מען נישט אלעס זעהן

און אט וועלן מיר הערן וויאזוי דער הייליגער בעל שם
האט געשיקט אמאהל דעם מגיד זעהן מיט זיין הייליגן בליק
אזוי ווי עס גלייכן זיך אויס חשבונות פון יארן צוריק
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:51 pm

ניגון ד'
אין מדבר


אין מדבר איז פארהאנען, אן ארט פאר קאראוואנען
לעבן בוים אן אלטן, מיט א קוואל א קאלטן
דער בעל שם טוב האט געהייסן, דעם מגיד דעם גרויסן
גיין צום בוים צום אלטן, און זיך דארט באהאלטען

דער מגיד איז געלאפן, און דעם בוים געטראפן
און אין זיינע שפאלטן, האט ער זיך באהאלטן
ער דארף דארטן ווארטן, א האלבע שעה באטראכטן
וואס קומט פאר אין לעבן, דערציילען עס דעם רבי'ן

2


זעהט ער אויף די וועגן, א רייטער קומט אנטקעגן
טראגט מיט זיך א פעקל, געלט א פולע זעקל
ער איז אראפגעשפרונגען, געגעסן און געטרונקען
און אין די הויכע גראזן, די געלט איבערגעלאזן

דער מגיד כאפט התפעלות, די קאפ איז פוהל מיט שאלות
ער וויל דעם רייטער יאגן, נאר ער טאר איהם גארניט זאגן
הייליגער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
פארוואס זאל עס פאסירן, אזויפיהל געלט פארלירן

3


זעט ער אויף די וועגן, א סוחר קומט אנטקעגן
פירט מיט א פארמעגן, סחורה גאנצע וועגן
ער איז אראפגעלאפן, די געלט האט ער געטראפן
און דערפרייט געווארן, און איז אוועקגעפארן

דער מגיד כאפט התפעלות, די קאפ איז פוהל מיט שאלות
דער רייטער וועט באלד קומען, די געלט איז צוגענומען
הייליגער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
דער סוחר איז א עושר, איז עס דען א יושר

4


זעהט ער אויף די וועגן, א בעטלער קומט אנטקעגן
אויסגעדארט כסדר, צוריסן זיינע קליידער
ער האט נישט וואס צו עסן, איז ער אזוי געזעסן
און א ארט געטראפן, און געלייגט זיך שלאפן

דער מגיד כאפט התפעלות, די קאפ איז פוהל מיט שאלות
ווען ער וואלט פריער קומען, וואלט ער די געלט גענומען
הייליגער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
דער סוחר איז א רייכער, פאר דעם וואלט זיין פיהל גלייכער

5


דער רייטער איז געקומען, זוכן די געלט גענעמען
וואס האט ער געטראפן, נאר דעם בעטלער שלאפן
ער הייבט איהם אן צו וועקן, גיב אפ מיין פארמעגן
שלאגט איהם שווער כסדר, צורייסט איהם מער די קליידער

דער מגיד כאפט התפעלות, די קאפ איז פוהל מיט שאלות
פארוואס קומט איהם צו שלאגן, אז ער ווייסט ניט וואס צו זאגן
הייליגער באשעפער, ווער קען זיין א טרעפער
דער רייכער קריגט א פעקל, דער ארימאן א שטעקל

6


א האלבע שעה פארלאפען, זינט דאס האט געטראפען
דער מגיד לויפט צום רבי'ן, טוט איהם איבערגעבן
דער בעל שם טוב טוט עס הערן, און ער נעמט ערקלערן
אלץ איז מיט א סדר, ארנטליך כסדר

מען דארף זעהן פון ווייטען, פון די אלטע צייטען
וואס עס האט פאסירן, ווי דער אויבערשטער טוט פירן
און איר וועט באלד הערן, פארוואס עס טוט געהערן
דעם ארימאן - א שטעקל, דעם רייכן - געלט א פעקל

7


דריי הונדערט יאהרען פריער, געלעבט א איד ר' מאיר
האט ער איינעם געלט געליגען, צוריק ניט געקריגען
האט ער גענומען שרייען, געלאפען צו דעם דיין
דער דיין האט געלט געקריגען, געזאגט עס איז א ליגען

דוכגעגאנגען יאהרען, מען האט זיי צוריק געבארען
מאיר א סוחר ווייטער, און דער פארכאפער איז א רייטער
און דער פארכאפער טוט זיך יאגן, די אלטע חובות טראגן
און דער ארימאן טוט שרייען, ווייל דאס איז געווען דער דיין

8


דער מגיד כאפט התפעלות, ער האט שוין נישט קיין שאלות
אלץ איז מיט א יושר, דער ארימאן דער עושר
הייליגער באשעפער, מען דארף נישט זיין קיין טרעפער
אלץ איז מיט א סדר, ס'איז ארנטליך כסדר

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:55 pm

פערטער שמועס
זאכען וואס שטערן פון אמונה, ועוד


אויב מיר גלויבן
אז דער מענטש טוט אלץ וואס מען הייסט פון אויבן
פארוואס קומט איהם מען זאל איהם שטראפן אדער לויבן?
מיר וועלן אייך געבן צו פארשטיין
ס'איז אמת אז וואס עס דארף געשעהן דארף געשעהן
אבער ביי יעדע געשעעניש וויל דער באשעפער זעהן
וואס איז מיטן מענטשנס גלויבן
גלויבט ער אז דאס קומט פון אויבן
און מען גיט איהם לויט זיין ווערט
און דער באשעפער האט ליב אז מען בענטשט איהם מען גיט איהם גערעכט

ווילסט עפעס זאגן שיינדעלע? קינדער הערט!
א גאנצע טרעין האט זיך אמאל איבערגעקערט
הונדערטער מענטשן זיינען געפארן און ס'האט קיינעם נישט געשטערט
ווייל די גאנצע זאך איז געשעהן צוליב דעם
אז א ערליכע איד וואס איז דארטן געפארן זאל זאגן ברוך השם
און אלע זענען געבליבן לעבן צוליב דעם
ברוך השם!
א שיינער סיפור מען קען זיך אסאך אפלערנען פון דעם
אין אונזער לעבן
און וואספארא עצה קען מען אונז געבן
מיר זאלן נישט דורכפאלן אין אונזער לעבן
אמונה און בטחון, די צוויי זאכן
מיט זיי קען מען דורכגיין דעם לעבן קיין פעלער נישט מאכן
אמונה מיינט אז איך גלויב אז דער באשעפער קאן
בטחון מיינט אז איך גלויב אז ער וועט עס פאר מיר זיכער טאן
און די ביידע זאכן דארף מען האבן און דאס זענען די סימנים
א געפאלענקייט אין הארצן און שמחה אויפן פנים
איך בין געפאלן ביי זיך וואס איך בעט גליק און איך האב נישט קיין רעכט
און איך בין צופרידן ווייל איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט מיר געבן כאטש איך בין נישט ווערט
איך האב א סיפור וועגן דעם געהערט
ערצייל!

אמאל האט א חסיד געבעטן ביי א צדיק א ברכה
ער דארף נעבעך פרנסה ער האט נישט קיין הצלחה
האט דער צדיק גע-ענטפערט, זיי בשמחה, ונסו יגון ואנחה
האט דער חסיד געזאגט שווער זיין בשמחה אז עס איז נישטא קיין הכנסה
האט דער צדיק גע-ענטפערט ס'איז טאקע שווער אבער וואס טוט נישט א איד צוליב פרנסה

און ס'איז אמת, ווייל די ערשטע שונא פון א אידן איז עצבות און מרה שחורה
דאס איז מטמא מער ווי ערגסטע עבירה
ווייל אז מען איז אין עצבות מיינט עס אז מען איז נישט צופרידן חס ושלום פון בורא
אז דער בורא גיט נישט לויטן פארדינסט
טא גיב א קלער די שקר וואו דו ביזט
דער באשעפער איז דיר עפעס שולדיג ער דארף דיר עפעס געבן?
פאר אריינאטעמען זיין לופט דארפסטו דאך איהם דאנקען דיין גאנצן לעבן
ער גיט דיר אויף בארג
און דו זארג
אויסצאלען מיט מצוות און גוטע זאכן
און טריי די חובות גוט צו מאכן
און די אפצאלונגען היט
און זיי גליקלאך וואס דו האסט ביי איהם קרעדיט
ווילסטו פריש לייען איז אפן די טיר
און גלויבסטו איהם וועט ער גלויבן דיר
און פונקט ווי פינסטערניש אנטלויפט פארן ליכטיגן שיין
אזוי אנטלויפט עצבות פון דארט ווי אמונה קומט אריין

אבער איידער מיר וועלן צוקומען צו אמונה און בטחון און זיין שטענדיג צופרידן
מוז מען פריער וויסן ווער זענען זייערע שונאים און פון וועמען מען דארף זיך היטן
און די תורה זאגט אונז קלאר
אז דער גרעסטער שונא פון אמונה פון יעדן דור
וואס א אייביגע מלחמה קומט מיט איהם פאָר
דאס איז עמלק! און ער קומט אין אן אנדערע צורה אלע יאהר
און לאמיר זעהן ווער זענען די עמלקים פון אונזער דור
פון וועלכע מען דארף אנטלויפן ווי פון די געפערליכסטע חיות
די ערשטע איז פאליטיק בגימטריא 'עמלק' מיט אירע שענדליכע נייעס און אפיקורס'ישע ראיות
ווייל אפילו א פרעזידענט איז נישט מער ווערט
וויפיהל אויפן שער בלעטל דער פערד
וואס מיט איין בלאז ווערט ער איבערגעקערט
אבער אמונה ווערט דורך דעם שטארק צושטערט

דער צווייטער שונא פון אמונה איז די וויסנשאפטן מיט אירע ערפינדונגען די נייע
די פארשאלטענע קאלעדזשעס מיט זייערע לערערס די פרייע
די קללה
רופט זיך אן, השכלה!
די גימטריא דערפון איז ש' ט' נ' (עה"כ)
און אויך [בגימ'] אליפ"ז און עמל"ק דער טאטע מיטן זוהן
אָן די אותיות מען זאל שוין נישט וויסן דערפון
מען פליהט צו די לבנה מען קומט שוין דארט אן
זענען זיי געווען ווען מען האט עס געטוהן?
ניין! וואס דען איר גלייבט זיי אויפן ווארט
איז דאך דאס אמונה פונוואנען ווייסט איר אז איר טאָרט
און אפילו מען זאל באזעצן די לבנה מיט די שטערן
וועט אונזער אמונה קלענער נישט ווערן
דער נביא עובדי' גיט איבער צו יעדעם דעם רבונו של עולם'ס ווארט
אפילו דו וועסט מאכן דיין וואוינונג צווישן די שטערן וועלן מיר זיי אראפשלעפן פון דארט
אבער זייער כוונה
איז שוואכער מאכן די אמונה
און ווען מען וועט אייך פרעגן וואס הערט זיך מיט די לבנה
זאלט איר זאגן ס'פולע בעלאָנע

אמאל האט אין סעללער א פליג
אן אלטן עלעקטרישן ווייער געגעבן א דרוק
און אפגעשטעלט א גאנצן פאבריק
אלדאָס ארבעט נאר ווייל רבונו של עולם האלט אויף דעם זיין בליק
און מיר זאגן אייך פּלעין
אז א איד זאל קאנען היינט מיטן קאפ שטיין און גיין
וואלט ער געדארפט דאס טוהן נאר צוליב דעם אליין
ער זאל זיין אנדערש ווי די מאדערנע וועלט מיט איר משוגע'נעם מיין

און מיר וועלן ווייטער, דער דריטע שונא פון אמונה וואס מאכט פון איר א שרעקליכן תּל
איז די מדינה וואס די וועלט רופט איר אן אִזְרַאֶל
בגימטריא אויך עמל"ק מיטן כולל
און אין אונזער הייליגער ארץ ישראל זיינען אלע דריי עבודה זרה'ס פארהאן
מען דארף גרויס רחמים אויף יעדן שפאן
מען דארף שטענדיג האלטן אין זין
אז מען געפינט זיך אין געפענגעניש ביי רויבער, און זייער נאמען איז כופר בעיקר, אפיקורס און מין
רחמנא ליצלן!
און מיט זייערע עראפלאנען אל-על, די גימטריא פון דעם איז די גאנצע נאמען פון ס"מ
האלטן אין איין באמבארדירען פון אויבן
אונזער גלויבן
און די זינגערס זינגען און די שפילערס שפילן
צו פארטויבן די געדאנקען און פארטומלען די געפילן
מען זאל נישט הערן און נישט פילן
ווי מען פאלט אריין צוביסלאך אין דעם פייער
פון די עבודה זרה דער נייער
אִזְרַאֶל! די גימטריא מיטן כולל איז פונקט גענוי
ווי 'אל אחר' אן אנדערע אפגאט רחמנא ליצלן פונקט אזוי
און אויך 'אל זר'
אות ביי אות אויף א האר
און עס איז קלאר
אז דאס איז די לעצטע נסיון פון אונזער לעצטן דור
צו זעהן דורכדעם מי לבעל לבעל ומי להבדיל לה'
און 'בעל' מיטן כולל איז בגימטריא 'חיפה'
פון דארט האט זיך אנגעפאנגען די גאנצע שריפה
און 'תל אביב' איז בגימטריא 'מרור' ס'איז טאקע ביטער
און עס וואוינען דארטן אזוינע טייערע ערליכע אידן צדיקים און דער רבונו של עולם זאל זיין זייער היטער
און דאס זאגען צדיקים איז די זיפ אין וועלכען דער נביא זאגט מען וועט אלע אידן אריינטרייבן
און מען וועט זיפן, איינער וועט ארויספאלן און איינער וועט בלייבן
און איין עצה איז פארהאן
מען זאל געדענקען אויף שפאן און שפאן
אז אינדרויסן גייט דורך א שטורעם א הורעגאן
א ווילדער היישעריק איז אויפן לאנד ארויס
עסט אויף אלץ קליין און גרויס
און מען דארף זיך באהאלטן וואס מער אין א ערליך אידיש הויז
זיין וואס ווייטער אפגעשיידט פון זייערע מנהגים פון זייערע מעשים זייערע רייד
נישט נתפעל ווערן פאר זייערע דערגרייכונגען נישט פרייען זיך זייערע פרייד
נישט הייסן זייער נאמען נישט טראגן זייער קלייד
און נישט ריידען זייערע רייד
און זייער שפראך
מיר וועלן זיך דערמאנען איין זאך
וועט מען האבן א השגה
ווען דער רבונו של עולם איז אראפ זעהן דעם דור הפלגה
האט ער א געשריי געטוהן אוי! זיי ריידען דאך איין שפראך
און דאס איז די התחלה פון יעדע שלעכטע זאך
און די גרעסטע חסרון
און מיט דריי זאכען איז מען דאך פון מצרים אויסגעלייזט געווארן
און דעריבער
דארף מען זיך שטארקן ווי א גיבור
ווארטן ביז דער שטורעם וועט פאריבער
ווייל מן הסתם געשעהן אזוינע זאכן
כדי מען זאל קאנען שפעטער געשמאקער לאכן
ווען משיח וועט קומען און דאס אלץ וועט קראכן
און ווען נישט די הונדערטער צדיקים אין לאנד
וועלכע באשיצן איהר דורכאנאנד
וואלט שוין לאנג קיין זכר נישט געווען פון אט דער שאנד
ווען אין סדום וואלט געווען כאטש צען
וואלט דארט נישט געשעהן וואס עס איז געשעהן

און אצינד אז מיר ווייסן שוין פון וועלכע זאכן זיך היטן
וועלן מיר זעהן אביסעלע עצות וואס די חכמים האבן אונז געגעבן
מען זאל נישט דורכפאלען אין אונזער לעבן
איר ווילט עפעס טוהן, איר ווילט ערגעץ גיין
איר ווייסט נישט עס איז גוט אדער ניין
גיט א קלער וואס וועט דעם באשעפער געפעלען ווערן מיין
דאס זאלט איר טוהן און אהין זאלט איר גיין
ווייל אונזער גאנצער לעבן דארף האבן איין מיין
געפעלן ווערן דעם באשעפער אליין
און אין די וועגן פון אונזערע עלטערן גיין

פאר יעדן טוהן פאר יעדן גאנג
מעגט איר ווארטן, טראכטן לאנג
אבער נאכדעם ווי דאס איז שוין געשעהן
טאר מען ניט זאגן ווען איך וואלט אנדערש געטוהן וואלט בעסער געווען
איך האב געדארפט, ווען איך וואלט, זענען אפיקורס'ישע רייד
דערפאר זענען די רשעים פוהל מיט חרטות ווי מען שטייט און גייט

און אן ערליכער איד ווייסט אז ער בלאנזשעט קיינמאל ניט
וואו ער קומט אויף יעדן ארט
האט ער געדארפט זיין דארט
אן ערליכער איד קלערט
אז אלץ איז מיר באשערט
און מען גיט מיר וואס איך בין ווערט
אדער פאר אלטע עבירות אדער איך בין היינט שלעכט
אדער אמאל גאר
פאר די עבירות פון דור
אדער אמאל וויל דער רבונו של עולם איינעם גליק צושיקן
טוט ער איהם פריער אביסאלע ענג מאכן צודריקן
אזוי איז עס אין ביזנעס, בעפאר מען טוט א שידוך
פון אויבן באשטימט מען יעדע זאך
און איבעראל
זאל מען געדענקן דעם כלל
וועט מען אויסמיידן פארדראָסען
ביי די ענינים זאגט די גמרא מתון מתון
געדולד אן א ברעג
און איר וועט אלץ ארויפפירן אויפן ריכטיגן וועג
און שלום בית היט ווי דעם אויג אין קאפ און גיט פאר דעם אלעס אוועק
מעג מען עפעס דערציילען וועגן דעם?
מען מעג
מיין רבי האט אונז דערציילט א מעשה פון א צדיק וואס האט געבעטן די חסידים טוהן פאר איהם עפעס א זאך
די חסידים האבן געקלערט אסאך
האט דער צדיק געווארט א מינוט
און געזאגט גוט
איר ווילט ניט אזוי לאמיר אנדערש פרובירן
א איד דארף קיינמאל נישט וועלן אויספירן
געוויס, דער וואס טוט נאכגעבן דער טוט זיגן

און אמאל באדארף נאך א איד א תיקון און ער וויל געזונט, פרנסה, און א קינד
טא מיט וואס זאל ער אפקומען זיינע זינד
האט מען אויף איהם רחמנות אין הימל און מען שיקט איהם אראפ
עפעס א באלעבאס א שלעכטן, א שכן איבערן קאפ
אדער זיין אייגענע אשת חיל וואס האלט איהם אין איין פּיקען
דארף מען עס צונעמען ווי די בעסטע אנטיקן
זיך ממש מיט דעם קוויקן
וואס מען האט איהם געטוהן באגליקן

ווי די מעשה פון דעם ראש הקהל דער גרויסער ר' זיש
וואס ער איז איינמאל געקומען שבת פון דאווענען לעבעדיג און פריש
באקומען ששי זיין כבוד איז געווען גרויס
און ווי ער קומט אריין צו זיך אין הויז
באגעגנט ער זיין פלונית'טע מיט אן אייזערנעם טאפ
און וויל איהם איין קלייניגקייט שפאלטן דעם קאפ
ווערט ער צוטומעלט דער גרויסער ר' זיש
און לויפט זיך באהאלטן אונטערן טיש
עפנט זיך די טיר און עס קומען אין הויז
דער רב דער שמש און דער גבאי פון קלויז
גוט שבת! מיר זיינען געקומען אויף קידוש, וואו זיינט איר ר' זיש
הא? וואס?! איר זיצט דא אונטערן טיש?
ענטפערט ר' זיש
פון אונטערן טיש
רוהיג און שטיל
ביי מיר אין הויז בין איך באלעבאס איך קאן זיצן וואו איך וויל

און אט איז נאך א סיפור וועלן מיר זעהן
וואס מיט א חסיד פון הייליגן בית אהרן איז געשעהן
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 12:57 pm

ניגון ה'
ר' מענדל

ר' מענדל איז א איד א גרויסער תלמיד חכם
און א גרויסער בר דעת
ער האט א אשת חיל פוהל מיט שבחים
נאר שטענדיג איז זי אין כעס

ווען זי זעהט איהם איין הויבט זי אן צו טאנצן
און זי שרייט אויף איהם
און ר' מענדל הערט איהר אויס אינגאנצן
און ענטפערט נישט אויף דעם

איינמאל ווען ער האט
געקומען פון א ווייטער שטאט
האט זי גענומען אויף איהם שרייען באנדיט, גולם, אידיאט
ר' מענדל האלט נישט אויס
ער לויפט פון הויז ארויס
און צום הייליגן בית אהרן, ער לויפט אוועק אין הויז

דער בית אהרן האט שוין געווארט
די טיר האט ער אויפגעמאכט
מיר ווייסן זאגט ער מענדל וואס דו האסט דורכגעמאכט
נאר אויב דו האסט נישט מוהט
צו ליידן וואס זי טוהט
וועלן מיר זעהן אז אין דער מינוט, וועט זי שוין ווערן גוט

2


דורכגעלאפן וואכן גאר אן מורא
די פאר לעבט אן אנטיק
ר' מענדל פארט קיין קיעוו קויפן סחורה
און ביינקט שוין אהיים צוריק

ער קויפט מתנות פאר איהר'ט וועגן
און ער לויפט צום טרעין
פלוצלינג קומט איהם אן א מענטש אנטקעגן
און לאזט איהם נישט גיין

און גיט איהם א כאפ
און גיט איהם א קלאפ
און שרייט איך האב געכאפט דעם מערדער, פון גרויסן האלד-אפ
און אויפן גרויסן סטריט
מען פיהרט איהם אינדערמיט
און מען שלאגט איהם, און מען יאגט איהם, און מען שרייט באנדיט

געקומען אין פאליס
דערציילט דארט ווער ער איז
דער פאליסמאן ער ווארפט איהם אום, און טרעט איהם מיט די פיס
עס איז באלד פינף יאהר
אז מען זוכט דיר נאר
יעדער איינער האט דיין בילד מען קאן דערקענען קלאר

3


מען האט גענומען זוכען אין זיינע פאפירען
דעם טעות האט מען דערזעהן
האט מען גענומען לויפען דורך די טירען
אויך דער פאליסמאן

א נייער פאליסמאן איז אריינגעקומען
און ער זאגט צו איהם שיין
א טעות איז מיין הער דא פארגעקומען
און איהר קענט שוין גיין

ר' מענדל גייט אוועק
פינסטער איז איהם די וועג
די קאפ צושלאגן, די בארד צוטראגן, פון די גרויסע שלעק
געקומען קיין קארלין
דער פנים ווייס און גרין
און צום הייליגן בית אהרן, ער לויפט אוועק אהין

דער בית אהרן האט שוין געווארט
די טיר האט ער אויפגעמאכט
מיר ווייסן זאגט ער מענדל אלעס וואס דו האסט דורכגעמאכט
נאר זיי ניט אין כעס
און ענטפער מיר ווי א בר דעת
וואו איז בעסער ביי דיר אין הויז וואו קיינער זעהט נישט, צי אין קיעוו אינמיטן דער גאס

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:01 pm

פינפטער שמועס
בענין קבלת היסורים

און וואס קאנען מיר זיך אפלערנען פון דעם?
אז עס איז באשערט איינעם זיין אין קלעם
קאן מען זיך נישט ארויסדרייען פון דעם
טא בייג איבער די פלייצע און נעם
אבער תשובה תפילה וצדקה קאנען מבטל מאכן בעזרת השם
אמאל איז דער באשעפער גוזר אויף איינעם א גזירה
אז דער איד זאל זיין צובראכן און קריגן מורא
אדער א צדיק זאל עס מבטל מאכן מיט זיין תפילה און תורה
ווייל דער באשעפער וויל מען זאל צום צדיק גיין
און גלויבן אין איהם פונקט ווי אין איהם אין באשעפער אליין
און דער צדיק מיט זיין חכמה העט עס פאשטיין
וויאזוי אלעס גוט מאכן און שיין

איך האב אמאל אין א מוסר ספר געזעהן א מעשה א שטיין
קאן איך עס דערציילען? דערצייל, נאר פאמעליך און שיין

עס איז געווען א קעניג א גרויסער האר
און זיין באליבטער זוהן איז באגאנגען א פארברעכן
און עס האט איהם געקומט דערפאר
פארשטיינערן ארויפווארפן אויף איהם א שטיין פון א טאן
און געזעץ איז געזעץ מען קען גארנישט טוהן
ווי מען האט איהם געבראכט צום פלאץ פונעם שטיין
האט דער גאנצער פאלק געקניהט און געבעטן מיט געוויין
זיי איהם מוחל טייערער קעניג פון לאנד
אבער געזעץ איז געזעץ עס איז ניט ביים קעניג אין האנט
איז געשטאנען דארטן א חכם מיט גרויס פארשטאנד
האט ער געזאגט, אדוני המלך! מען זאל נעמען דעם שטיין
און צומאלען אויף שטיינדאלאך לייכט און קליין
און ארויפווארפן אויפן זוהן ווען עס וועט בלאזן דער ווינט
און געזעץ וועט בלייבן געזעץ און דו וועסט האבן דיין קינד

דער משל איז זייער שיין
און אט אזוי איז עס ביי אונז, עס פעלט? זיך עס טוט עפעס נישט גיין
דארף יעדער איד אין זיין אמונה פארשטיין
אז דאס זענען קליינע שטיינדאלאך אנשטאט חס ושלום א גרויסער שטיין
און דאס האבן גע'פועל'ט אויבן זיידעס צדיקים אדער דער רבונו של עולם אליין
און אמאל חסידים צווישן זיך קאנען אויפטוהן נאך מיין
ווייל ביי חסידים איז דא א ווארט ווי ווייט אמונה קאן דערגיין
אז קינדער, געזונט און פרנסה קומען פריער אן צווישן גוטע ברידער אליין
מיט אמונה קריגט אלץ וואס עס פעלט
א רבי'ן דארף מען פאר די נשמה און פאר יענע וועלט
ווייל דער עיקר איז דאך די נשמה און יענע וועלט
ווייל דער לעבן אויף דער וועלט
וועט סוף כל סוף ווערן אפגעשטעלט
און נאכדעם ווי משיח וועט קומען צו פארען
די טעג וועלן זיך אויסציען און מען וועט לעבן לאנגע גליקליכע יארן
וועט די וועלט אוועקגיין אין פייער און אין רויך
און די נשמות וועלן אוועקפליען אין דער הויך
און *** אז מען זאל עס קריגן
וואס מיינט עס פרייד און פארגעניגן
אין חז"ל ווערט געבראכט
אז די גאנצע וועלט האט דער באשעפער געמאכט
צו ווייזן די מלאכים פון אויבן
וואס הייסט דאס גלויבן
וויאזוי מענטשן פון פלייש און ביין
זעהען נישט דעם באשעפער און קאנען איהם נישט פארשטיין
און גלויבן אין איהם אז זיי זענען גרייט אין פייער און אין וואסער פאר איהם גיין
זעקס טעג האט געדארפט דויערן אט די הימלדיגע שפּיל, פאר אונז איז עס זעקט טויזנט יאהר
און מיר לעבן שוין אין לעצטן דור
און ווי עס זאגן חכמים וואס האבן אין דעם א השגה
זיינען די רשעים פון היינטיגן דור גלגולים פון דור המבול און דור הפלגה
און דערפאר איז היינט נעבעך אזא פינסטערע הנהגה
כפירה חוצפה וואקסט נאכאנאנד
מען גייט ארום אין די גאסען נאקעט אָן שאנד
אזוי ווי אין דור המבול איז מען געגאנגען
און מען וויל מיט אלע כוחות צום הימל צו דערלאנגען
אזוי ווי אין דור הפלגה ***
מען בויעט ישובים אויך
נישט אין די ברייט נאר אין די הויך
אלעס איז צוזאמען געמישט, און גרויס זענען די נסיונות
און גרויס די באדערפענישן, און שווער אנצופילן חסרונות
ווייל מען דארף וואס שנעלער אויסגלייכן די חשבונות
ווייל באלד ווערן די געשעפטן פארמאכט
עס איז שוין דער סוף פון זעקסטן טויזנט יאהר ס'איז שוין פרייטיג פארנאכט
די ארבעט ווערט אפגעשטעלט
דער רבונו של עולם ליקווידירט זיין וועלט
און שטיל ווערט אויפן שלאכט פעלד
מען דארף נישט קיין סאלדאטן מער
און דער הייליגער באשעפער האט צוריקגעצויגען א גרויסע טייל פון זיין מיליטער
מיליאנען נשמות וועלכע זענען שוין געווען אריין
האלב אדער גאנץ, אדער געזאלט שפעטער זיין
אין די הענט פון שונא, פון קאמוניזם און ציוניזם, און ברענגען צו חילול השם
האט מיט זיי דער רבונו של עולם א גרויסן חסד געטוהן און זיי געמאכט אוועקגיין אויף קידוש השם
ווייל ווען א איד ווערט אומגעבראכט פון א גוי נאר פאר דעם
ווייל ער איז א איד, הייסט עס קידוש השם
און די גרויסע צדיקים האבן אייביג מתפלל געווען אויף דעם
און די מיליאנען נשמות האט מען ביי אונז צוגענומען
און אוועקגעשיקט אהיים צוריק פון וואנען זיי זענען געקומען
און די צדיקים די אפיצערן זענען מיט זיי אויך אוועק
צו היטן דעם סדר און ווייזן זיי דעם וועג
און שטעלט אייך פאר די פרייד פון סאלדאטן
אז מ'שיקט זיי אוועק פון פראנט צוריק צו זייער טאטן
מיט אויסצייכענונגען די הארץ באהאנגען, פאר דעם
פאר גיין אויף קידוש השם
מען דארף זיי שטארק מקנא זיין מיט זייער גרויסן געצעלט
און מיר געבליבן אויף דער פינסטערער פארדארבענער וועלט
נאך פארריכטן רעשטלאך וואס עס פעלט
אזוי ווי קוכן און טראקן וועלכע שלעפן זיך נאך די לעצטע נאכן מיליטער אויפן פעלד נאכן שלאכט
און מען האט שוין אונז אין עטליכע ווינקאלאך צוזאמען געבראכט
און מען ווארט, ווי מיר האבן זיך דערווארט
העמיר זאגן אז באמת מיר האבן שטארק גע-איילט ווען מיר האבן דעם רעקארד געמאכט
דער שופר וועט אונז איבער-רייסען אינמיטן האבן מיר געטראכט
אבער דער רבונו של עולם זאגט אונז נאך אביסעלע ווארט
און א סוף וועט נעמען צו דער פינסטערע נאכט
און אונז איז געבליבן נאר ווארטן און גלויבן
און האלטן אין איין לויבן
דעם באשעפער פון אויבן
פאר אונזער גלויבן
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:03 pm

ניגון ו'
אני מאמין

אני מאמין איך גלויב אין דעם
אז דער בורא געבענטשט זאל זיין זיין שם
ער האט באשאפן אלע זאכען
און וואס עס געשעהט, טוט ער עס מאכען
און ער אליין ער פירט דאך אן מיט דעם

ער איז געווען און ער איז
און אונזער האר וועט אייביג זיין
אזוי ווי ער איז נישטא נאך איינער
פאר איהם און נאך איהם, עס איז נישטא קיינער
און נאר צו איהם דארף מען מתפלל זיין

און אז מען הערט אט די זיסע רייד
און מען דערהערט און מען פארשטייט
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט

מיר דאנקן און לויבן, פאר אונזער גלויבן
דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט
און האט אונז געגעבן, א גליקליכען לעבן
און האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו זיין א איד


2


אני מאמין איך גלויב וואס עס שטייט
אז אמת זענען די נביאים'ס רייד
און משה רבינו איז זייער פאטער
און אונז די תורה געגעבן האט ער
און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין די רייד

און ער זעהט און ער הערט
וואס יעדער איינער טוט און קלערט
די וואס טוען מצוות, וועט ער באלוינען
די וואס טוען ניט וועט ער נישט שוינען
און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט

אני מאמין איך גלויב אין גליק
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג
אז משיח קומען וועט אין פלאמען
און וועט אונז פירן איבער ימ'ן
און דוקא אויף א פאפירענעם בריק

און מען וועט זעהן מיט גרויס פרייד
ווי דער עלטער זיידע גייט
ארויסגעקומען פון גן עדן
און מיר וועלן מיט איהם רעדן
און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד

און אז מען הערט אט די זיסע רייד
און מען דערהערט און מען פארשטייט
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט

מיר דאנקן און לויבן, פאר אונזער גלויבן
דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט
און האט אונז געגעבן, א גליקליכען לעבן
און האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו זיין א איד

און כאטש ער באהאלט זיך, און כאטש ער פארשטעלט זיך
זעהט מען איהם אויף יעדן טריט און שריט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:04 pm

תם ו(לא)נשלם העתקת טעיפ אמונה, ווער עס קען אויספילן די ווערטער וואס איך האב נישט אויפגעכאפט, זאל אויפהייבן די הענט :wink: .

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 2:33 pm

בןהרחמן האט געשריבן:ניגון ב'
די בלעטעלע

דער בעשעפער ער אליין
גיט דעם צדיק צו פארשטיין
הייב די בלעטעטלע אויף פון ארט
און א קוק גיב דארט

דארט ליגט א ווערעמל דאר און קליין
האט נישט קיינעם גאנץ אליין
-ער איז געוועזן הויך אין בוים
און *** האט איהם קוים.



דארט ליגט א ווערעמל דאר און קליין
האט נישט קיינעם גאנץ אליין
-ער איז געוועזן הויך אין בוים
און ג'אָטעם'ט קוים
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 4:11 pm

וויאזוי פלעגן די בדחנים זאגן? איר האט געמאכט אזא גוטן דזשאב אז מיר קענען אייך ניטאמאל באצאלן דערויף. דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 4:32 pm

זייער גוט און געוואלדיג. יישר כח בן הרחמן. ס'איז א געשמאק דיך צוריקצוהאבן ביי אונז.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 5:02 pm

בן הרחמן, א געוואלדיגע ארבעט!!! א גרויזן דאנק פון הארצן טיפן!!!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 8:00 am

הרב בן הרחמן, דבר אין בפי, א ריזיגן דאנק

איך פרינט עס ארויס און וועל בלי נדר עס איבערגיין און פאררעכטן וואו נויטיג.

איין הגה פון אויסענווייניג:

בןהרחמן האט געשריבן:דריטער שמועס
בעניני בחירה וגלגול

און אזוי ווערט ער פיל מאהל אויף דער וועלט געבראכט
*** ער קייקלט זיך אראפ
ער זאל טוהן די מצוה וואס ער האט פריער נישט געטוהן


צ"ל "דאס רופט מען גלגול" ער קייקעלט וכו'
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 8:12 am

נאך אביסל כפי המונח בזכרוני:

בןהרחמן האט געשריבן:פערטער שמועס
זאכען וואס שטערן פון אמונה, ועוד

די קללה
רופט זיך אן, השכלה!
די גימטריא דערפון איז ***
און אויך [בגימ'] אליפ"ז מיט עמל"ק דער טאטע מיטן זוהן
און די אותיות, מען זאל שוין נישט וויסן דערפון

צ"ל "שט"ן" (הג"ה עם הכולל)

בןהרחמן האט געשריבן:פערטער שמועס
זאכען וואס שטערן פון אמונה, ועוד
און עס איז קלאר
אז דאס איז די לעצטע נסיון פון אונזער לעצטן דור
צו זעהן דורכדעם מי לבעל לבעל ומי להבדיל לה'
און בעל מיטן כולל איז בגימטריא ***
פון דארט האט זיך אנגעפאנגען די גאנצע ***
און ת"ל אבי"ב איז בגימטריא מר"ה** ס'איז טאקע ביטער

צ"ל:
א' "חיפה", ב' "שריפה", ג' "דאס".

בןהרחמן האט געשריבן:פערטער שמועס
זאכען וואס שטערן פון אמונה, ועוד


זאל מען געדענקן דעם כלל
וועט מען עס *** פארדראסען
ביי די ענינים זאגט די גמרא מתון מתון
געדולד אן א ברעג

צ"ל:
וועט מען דאס "ניט" "פארגעסן" כנל"ד
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 2:00 pm

יש"כ בן נחמן
לויפנדיג אויפן טרעדמיל פאלעך אריין אזוי פון איין אשכול אינעם צווייטן, אבער איינמאל איך האב אריינגעטראסקעט דא, בין איך מער נישט ארויס, ביז מיין לאאפ האט זיך געפערטיג,
די אמת איז אז שוין נעכטן אינמיטן לויפן איז אנגעקימען דיינע תגובות איינס נאך איינס, אבער האסט געבעטן נישט אריינהאקן, האב איך געשפעטיגט, אבער מיין דאנק צידיר איז שוין פון נעכטן. (און איך האף אויך אויף מארגן.....)

ידידי ר' פארשלאפן איך בין נתפעל פון דיין בקיאות (כ'בין אויך אויפגעוואקסען מיטן ידיש נחת סעט, אבער כאב פארט נישט געקענט פאררעכטן אפילו איינס אויך נישט)
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 11:02 am

א גרויסן שכח פארשלאפן פארן העלפן מיט די ווערטער, איך האב למעשה אויך איבערגעהערט נאכאמאל די פאר שמועסן און געזעהן נאך עטליכע קליינע גרייזן, און איך האב שוין צוגעלייגט אלע פארעכטונגען אין די פריעדיגע תגובות (חוץ צוויי זאכן וואס איך האב נישט געקענט אויפכאפן).

farshlufen האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:פערטער שמועס
זאכען וואס שטערן פון אמונה, ועוד


זאל מען געדענקן דעם כלל
וועט מען עס *** פארדראסען
ביי די ענינים זאגט די גמרא מתון מתון
געדולד אן א ברעג

צ"ל:
וועט מען דאס "ניט" "פארגעסן" כנל"ד


ווען איך האב עס איבערגעהערט האט מיר אויסגעזעהן ווי ער זאגט
'וועט מען אויסמיידן פארדראָסען'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 11:48 am

הרב בן הרחמן, קען זיין ביסט גערעכט, איך וועל פרובירן איבערהערן.
2 קליינע טעותים נאך, 1] צ''ל דער נביא עובדי' זאגט פאר ''אדום'' 2] צ''ל פון וואו ווייסט איר אז איר ''טארט''.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 11:58 am

נומער 1 וועל איך איבערהערן, נומער 2 האב איך שוין אליין געהערט נעכטן ביים איבערגיין די טעיפ און פארראכטן פריער אין די תגובה אויבן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 7:59 pm

היות איך שפיר איצט דעם הכרת הטוב געפיל און יאך וויל נישט שפעטער פארגעסן עס צו זאגן שרייב איך עס איצטערט אפי' עס האקט אריין אינעם שמועס.

הרב בן הרחמן, ממין פעדער איז זייער קליין אבער מיינע דאנק געפילן זענען ריזיג, יו העוו נאו איידיע וואס דו האסט דא געטון מיט מיר, איך זינג שוין דריי טעג די ניגונים דא און נאך יארן קענען די טענער און הערן די קאסעטן הייב איך הערשט איצט אן די פארשטיין די ווערטער, יישר כח בגדול.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 1:23 am

איך קען נישט דעם ניגון, אבער לויט ווי בן הרחמן שרייבט "וועט מען אויסמיידן" פאסט זיך גיכער "פארדרוסן", און נישט "פארדראסן".


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט