וואס זינגט מען ר"ה ביים טיש?...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

וואס זינגט מען ר"ה ביים טיש?...

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 12:49 pm

וואס זינגט מען ר"ה ביים טיש?

יעדן שבת איז דא א דיקע זמירות, איינער וואס וויל זינגען מער ווי זיין טאטע האט געזינגען, מישט אויף דעם זמירות און זינגט, אויסער דעם איז דא אזויפיל שבת ניגונים וואס מ'זינגט אין ישיבות, אדער ביי טישן, ס'איז דא אזויפיל שבת טיעפ'ס שבת קלעסיק, לחיים טיש 1,2,3, יעדע חסידות האט א שבת טעיפ, א שבת אין וויזניץ, א שבת אין סאטמאר, א שבת אין בעלז, שבת מיט משה גאלדמאן, ועוד ועוד, מ'קען אפזינגען א שבת 3 – 4 שעה בלויז שבת ניגונים, און נאר זינגען א 5'טל, פיין א גוט שבת,

וואס טוט מען אבער יו"ט, קיין זמירות איז נישטא, וואס קען מען זינגען,
וויפיל מאל זיץ איך מיט מיינע קינדער און ס'קומט מיר נישט אויף א ניגון צו זינגען,
למשל ר"ה איז דא 4 סעודות, כ'ווייס אז אידן זענען אנגעצויגן מאימת הדין, אבער דאך די נגינה בארואיגט דעם מענטש,

אפשר קענען די ליינער ברענגען בייפעלער וואס מ'קען אלץ זינגען ר"ה, מיט די קינדער ביים טיש

אט איז דא עטליכע ניגונים ס'איז זיכער דא מער,
און אז איינער קען ברענגען די ניגונים בפועל ממש..., הרי זה משובח ומפואר בלשון חסידיו ועבדיו,

שטאטע טיש ניגונים

פנה לעלבון – משה גאלדמאן
הבן יקיר לי - משה גאלדמאן
מלך שוכן עד – אייזיק האניג
ועל ידי עבדיך הנביאים – משה גאלדמאן
זכרינו לחיים – משה גאלדמאן
אבינו מלכינו עשה עשה – היום הרת עולם - עממי
הבן יקיר לי – טאהש
נפשי לד' – טאהש
שעה שועת עמך בית יעקב אש – טאהש
וידע כל פעול – וויזניץ
וידע כל פעול – פיטסבורג
וזכר לנו – אייזיק האניג
תקע בשופר גדול – אברהם פריד
וגם את נח – אייזיק האניג
הקשיבה אדון - בעלזא

שנעלע ניגונים
זכרינו לחיים
אבינו מלכינו פתח שערי שמים1 - בעלז
אבינו מלכינו פתח שערי שמים2 - בעלז
תהא השעה הזאת – בעלז


איך בין נאר א מתחיל
רבותי זייט איר א גמור (געמיר)....

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 1:00 pm

ארשת שפתינו (עממי?)
ארשת שפתינו (מאד'זיץ)
כה אמר ה' זכרתי לך (באבוב)
כה אמר ה' זכרתי לך (מב"ד?)
An article a day keeps the babies away

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 1:05 pm

עבדיך ימצאו - משה גאדלמאן
מלך עלין (די גאנצע טעיפ) - משה גאדלמאן
כה אמר ה' - משה גאלדמאן
אין קצבה - החזן ר' ארהרן מיללער ע"ה

פון וויזניץ איז דא כמעט די גאנצע דאווענען,:
חמול על מעשיך
עוד יזכור 1
עוד יזכור 2
אין קצבה
היה עם פפיות
אמם כן יוצר
הים הרת עולם
און נאך אסאך וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט.

פון אדמור"י באבוב, המהר"ש און די קדושת ציון איז אויך דא אפאר ניגונים:
מלוך על כל העולם כולו 1
מלוך על כל העולם כולו 2
מרן די בשמיא
היום הרת עולם
ארשת שפתינו
מלך עליון
היה עם פפיות
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 1:39 pm

כבוד ידידי ר' שאץ שליט"א
איך וואלט דיך זייער געוואלט ארויסהעלפן מיט ניגונים אויף ר"ה,אבער וויבאלד ביי אונז האט מען דוקא ר"ה נישט געזינגען, ציליב דעם טעם וואס די האסט ערוועינט, אלץ אימת הדין, איז שווער צי געבן עצות, אבער ב"ה לא אלמן ישראל איך זעה אז די עולם העלף ארויס,
וואס מ'טיט ביי אונז אשטאט זמירות, לערנט מען א פרק משניות מסכת ר"ה, איינגעטיילט די פיר פרקים פאר די פיר סעודות, אבער שיר המעלות פארן בענטשן האט מען יא געזינגען

נ.ב. כאב אמאל געהערט פון כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א, אז זיין זיידע ר' אלימלך פון טאהש זצ"ל האט בשום אופן נישט פאר טראגען קיין אנגעצויגנקייט, איז געווען אמאל ר"ה ציפרי, ווי ער האט געזעהן איינעם זייער ערענסט מיטן פולסן טעמפא לכבוד דעם יום הדין, האט ער זיך געשטעלט אינטער דעם יוד, און אים אריינגעשטעקט א ציצית אין די אויער, אז די איד האט געגעבן א ציטער און זיך גיט צישמייכעלט, אזוי אז די רבי אליין האט דאס געטוהן איז געווען וחמת ה.... שככה,
דער נאך האט ער ציגעלייגט ער וויל נישט זאגען וואס נאך זיין זיידע זי"ע האט געטוהן אוועקצינעמען דעם אנגעצויגענעם שטימונג ביים עולם (איך שטעל מיך פאר, אז די מעשה מיט די ציצית איז שוין פון וואס ער האט יא פארציילט, וואס נאך דארט האט געמיזט פאסירן)
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:29 pm

עס איז דא צו באקומען טעיפס פון די חמשה עשר טישן אין וויזניץ בני ברק, איך האב דאס אמאל געהערט אלס בחור, און שפעטער איבערגעהערט עטליכע צענדליגער מאל, און ביי די ימים נוראים סעודות קומען זיי גאר שטארק צוניץ (אין וויזניץ זינגט מען ר"ה לאילנות אלע ראש השנה ניגונים פון דאווענען).

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:34 pm

ס'איז אויך דא זייער א שיינע עוד יזכור לנו - באין מליץ יושר, פון משה גאלדמאן.

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט אראפצוברענגען ניגונים פאר אלע ימים טובים, שאץ, דער עולם וועטעך העלפן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 3:32 pm

והיה ביום ההוא שנעלע ניגון (בעלז)
והיה ביום ההוא שטאטע ניגון (???)
נא גוט...

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 3:18 pm

נישט פארגעסן די ווארימע ניגונים פון די רבי שלמה'לע


מלוך על כל העולם כולו
הנשמה לך
ובאו האובדים
ויתאו
שמחה לארציך


נאך א הערליכע פון וויזניץ
ויתאו כל לעבדיך


ניוני אחת שאלתי איז דא זייער אסאך, צווישן זיי איז דא פון ר' משה גאלדמאן און נאך אנדערע שיינע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 4:42 pm

קה קלי וגואלי (משה גאלדמאן)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:30 pm

קה קלי זינגט מען נישט ראש השנה.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 6:22 pm

פארוואס נישט?
אין יעקישע שול

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 6:26 pm

ביי די יאקאב מסיבות זינגט מען אסאך ימים נוראים ניגונים,

קען דאס איינער ארויפלייגען ?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:38 pm

עס איז מקובל אז אין די גזע פין ראפשיץ אין דזיקב איז דא אריבער 200 ניגונים אויף די ימים נוראים פון די הייליגע מחברים זי"ע
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:08 am

אין די פסוקים פון מלכיות זכרונות שופרות איז דא זייער אסאך ניגונים וואס פאסט טאקע צו זינגען ר"ה. ווי צום ביישפיל: "אשרי איש שלא ישכחך" (2 ניגונים איינס פון צמח צדק פון ליובאוויטש). להתוודע ולהגלות וכו'. ויהי בישורון מלך וכו'. שאו שערים ראשיכם וכו'. און נאך פוהל.
אויך האב איך געהערט פון אזעלכע וואס זיי זינגען דעם באוויסטן "קה ריבון" פון שבת וואס דארט רעדט מען פון די גרויסקייט פון אייבערשטן און זיין מלכות. "אנת הוא מלכא מלך מלכיא".

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 10:11 am

כי הוא על ימים יסדה - משה גאלדמאן (חזק)
מן המצר קראתי (פון סי פסוקים פאר תקיעות) - משה גאלדמאן געזונגען דורך אייזיק האניג אויף 'שמח'
הים הרת עולם - בעלזא
ועל ידי עבדיך הנביאים וגו' הלך וקראת באזני ירושלים - החזן מראוונא
הבן יקיר לי אפרים - וויזניץ?
והיה ביום ההוא יתקע - עממי
והיה ביום ההוא יתקע - באבוב
אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה - חב"ד

תיקון טעות: די ניגון וואס ווערט אויבן דערמאנט, וגם את נח איז משה גאלדמאנ'ס געזונגען דורך אייזיק האניג.


אביסל אויפצולעבן די געמיטער, מען קען זונגען ליפא'ס הללו קל בקדשו (פון שופרות)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:12 pm

אגב, אז מ'רעדט פון זינגען זאכן וואס מ'זאגט ביים דאווענען, דאכצעך אז מ'קען אויך זינגען, אלקי נשמה, און ידיד נפש, הדור נאה, ותיק יהמו, הגלה נא, והערב נא, א.א.וו........................................ די אלע זאכן זאגט מען אין אסאך קהילות אום ר"ה.................................
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 12:24 pm

וויכי....
ס'גרענצט זיך שוין מיט ליצנות......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 5:01 pm

שוין דא גענוג און נאך ניגונים. כ'מיין אז כדי צו קענען אלעס זינגען וועט מען דארפן מאכן 2 טעג ר"ה... אדער לכה"פ א יומא אריכתא...
An article a day keeps the babies away

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג אוקטובער 05, 2008 9:38 am

שאץ מאץ האט געשריבן:וידע כל פעול – פיטסבורג


איך האב דעם ראש השנה געהערט די מעשה ווי אזוי און ווען די פיטסבורגער רבי שליט"א האט פארפאסט דעם ניגון, און עס האט אריינגעגעבן א נייע חיות אין די ניגון פאר מיר, ממילא וועל איך עס מיטיילן די עולם דא זאלן אנדערע אויך נהנה זיין.

ארום אכט ניין יאר צוריק בערך איז די טאכטער פונעם רבי'ן - א יונג מיידל וועלכע איז געווען באוואוסט אלץ א קלוגע מלומדת - געווען זייער נישט געזונט אין שפיטאל מיט יענע מעשה רח"ל. די דאקטאר האט יענער ערב ראש השנה מודיע געווען די רבין אז זיין טאכטער וועט נישט איבערלעבן די יו"ט און אז ער זאל ענדערש אהיים גיין פראווען די יו"ט מיט זיינע חסידים. א קיצור א מעשה, ראש השנה אינדערפרי האט די רבי פארפאסט די ניגון און מיט דעם ממליך געווען די אייבישטער אויפן וועלט, זייענדיג מקבל עליו את הדין בשמחה, זאגענדיג דערמיט אז די באשפעפער פירט די וועלט אויפן בעסטע אופן. ווען מען טראכט אריין אין די תנועות קען מען קלאר זעהן אז עס ליגט עפעס עקסטער הארץ דערין.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוקטובער 05, 2008 12:44 pm

דער ניגון איז א געוואלדיגער ניגון, פול מיט געפיל און הארץ. כ'האב מיך עס אויסגעלערנט מיט א 2-3 יאר צוריק און ס'גייט מיר נישט ארויס פון קאפ זינט דעמאלטס.

אגב, וואס איז געווארן מיט די טאכטער? זי האט איבערגעלעבט אדער נישט?
An article a day keeps the babies away

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג אוקטובער 05, 2008 3:00 pm

מאשקע האט געשריבן:אגב, וואס איז געווארן מיט די טאכטער? זי האט איבערגעלעבט אדער נישט?


ג' תשרי איז זי אוועק דאכצעך.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוקטובער 05, 2008 7:37 pm

אינטערסאנטע מעשה, עס איז מורא'דיג דאס וואס אידן קענען אלץ דערהייבן אויב האט מען די ריכטיגע אמונה.

איך קען נישט דעם ניגון, איז דא א מעגליכקייט פאר איינעם עס ארויפצושטעלן ערגעץ?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג אוקטובער 05, 2008 9:22 pm

יאנאש איך קען יא דעם ניגון, אז דו ווילסט קענעך דיר עס זינגען ביי א געלעגנהייט,
און יא איך האב דאס געזינגען אלץ די ערשטע ניגון ביי די יו"ט דיגע סעודה דעם ר"ה,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 05, 2008 11:21 pm

גם אני מצטרף צו בעטן אויב איינער קען ארויפשטעלן דעם ניגון אהער, איר האט מיר געמאכט נייגעריג דאס צו הערן.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 10:54 am

גיב נאר א וועג וויזוי מעטוהט דאס און דו וועסט דאס קענען הערן.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נקדימון און 15 געסט