צמאה נפשי - בעלזא

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

צמאה נפשי - בעלזא

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 4:12 am

א

צמאה נפשי לאלקים לאל חי,
דיר צו דינען, ווייז מיר ווי אזוי.
אקרא לקל עלי גומר,
די נשמה צו באלייכטן, און לויטער צו מאכן דעם חומר.

ב

די הייליגע טעג קומען שוין צו גיין,
פון חטאים עוונות ופשעים, מאך מיר די נשמה ריין,
בני חיי ומזוני איז זייער פיין,
אבער נישט דאס איז דער תכלית, נאר צו דינען דיר אליין.

ג

דיין ליבן נאמען צו דינען, מיט פחד און מורא,
ווייל ידע מה בחשוכא, ועימיה שריא נהורא,
אותו תעבוד, אים צו דינען באהבה,
מיט הכנעה ובושה אן קיין גאוה.

ד

ווי מען לערנט תורה, דארט איז די שכינה שורה,
אפילו אין פינסטערן גלות, דאך ליהודים היתה אורה.
דער וואס פילט די זיסקייט, וואס מען קען נישט באשרייבן,
מען קען זיך פון דעם קיינמאל נישט אפשיידן.



קרעדיט "בחצרות החסידים"
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 7:29 am

שכח

איך האב אמאל געהערט נאכזאגען איך מיין אז פון חתם סופר, מ'זאגט יעדן טאג שיבנה ביהמ"ק ב"ב ותן חלקנו בתורתיך , ווי קומט אריין דא תורה אינמיטן בנין ביהמ"ק, און נאכדעם זאגט מען ווייטער ושם נעבדך וכו' אז דארט אין ביהמ"ק וועט מען דיר דינען וכו', מ'קען ווען בעטן אויף תורה אדער פאר שיבנה וכו' אדער נאך ושם וכו' ,

נאר מ'קען זאגען אז דא אין גלות בשעת א יוד לערענט תורה פילט ער זיך פינקט אין אזא מצב ווי ווען די ביהמ"ק וואלט געשטאנען , איז שוין זייער פארשטענדליך מ'בעט אויף'ן ביהמ"ק אבער ווי לאנג מיר זענען נאך נישט זוכה דערצי געב אינז כאטש א חלק אין תורה אז אונז זאל מיר פיל'ן כאילו אונז זעמיר אין ביהמ"ק,

ס'שטימט זייער גיט לויט די ווערטער פין די ניגון
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 1:26 pm

געשמאקער,

איר ווייסט ווער עס איז דער פארפאסער פון דעם געזאנג.
ועמך כולם צדיקים

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:41 am

האדמו"ר מבעלזא שליט"א

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 8:16 am

וליתר דיוק:
אלי' אייזנבאך, בעל מחבר 'שומרי מצוותי' וכו'

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 2:24 pm

ווי אזוי גייט די ניגון?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 4:09 pm

באקומען אין אימעיל (צו פארענטפערן די סתירה פון ישראל הלוי מיט ווארום, קען מען זאגן לא קשיא, הא תיבות והא ניגון. די ווערטער האט דער אדמו"ר געמאכט און די ניגון דער מזמר).
צוגעלייגטע
2008911_134139882_1.jpg

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 4:57 pm

וואו קען מען הערן דעם ניגון?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט