בלאט 1 פון 1

שבת'דיגע זמירות

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 5:41 pm
דורך שטרויזאק
ווייסט איינער פון א פלאץ וואו מען קען זיך אויס לערנען די שבת'דיגע זמירות אויף גרינגע באקאנטע לעבעדיגע ניגונים?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 7:47 pm
דורך מאשקע
אין גמ"ח יוסף שלמה איזה דא א סידי ווי ר' עמרם אקער פון "המשוררים" (?) זינגט די ניגונים אויף היימישע און באקאנטע ניגונים.

אויך איז דא א סידי "שבת אין וויזניץ", און מסתמא איז דא נאך. גיי צו http://www.mostlymusic.com און זוך דעם ווארט shabbos.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 18, 2008 4:02 pm
דורך חייקל
"מכניסי רחמים ר' חיים באנעט - טרערן גלעזעלע לידל פון יונתן שווארץ" אויף מנוחה ושמחה איז זייער שיין און פאסיג

שטרויזאק קענסט נוצן דיין אייגענע פאנטאזיע, און לייג אליינס ארויף סיי וועלכע ניגון דו האסט ליעב אויף סיי וועלכע זמירות

יעדער קען לייגן זיינע אייגענע אדער וואס ער האט געהערט

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 6:14 pm
דורך שראליק
נאר לעבעדיגע?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 7:18 pm
דורך farshlufen
''וברך את עמך'' פון ר' יושע מענדלאוויטש זז''ג פאסט זייער גוט אויף ''ברוך אל עליון'', פארשטייט זיך אויב איר זענט נישט אין א ראש.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 23, 2008 6:02 pm
דורך שראליק
לעכטעלע (פינקי וועבער'ס ניגון) פאסט מוראדיג אריין אין מנוחה ושמחה.
איר קענט עס הערן אויף די CD "מה טוב ומה נעים",

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 5:44 pm
דורך חייקל
שלום עליכם
די מונקאטשער שלום עליכם, די מעליצער שלום עליכם, אמאל אמאל ווען מ'איז אין א אנדערע גוסטע קען מאן בארגן ר' אברהמ'עלע פריעד(מאן)'ס שלו'ם עליכם טאנץ ניגון...,

"אשת חיל", איז דא 2 סאטמארער און 1 סיגוטער ניגונים, דער ברסלב'ער ניגון "עוז והדר לבושה", אמאל פאר א טויש דער ניגון וואס 'מזינגט ביי חתן כלה מצוה טאנץ,

אזמר בשבחין, רבינו דער ברך משה זצ"ל פלעגט זינגן אמאל דעם ניגון וואס מ'זינגט אויף "מלך אביר", דער חבד'סקער ס'איז דא אויף איינע פון די לחיים טישן טעיפס.

דער ניגון פונעם ליד "דער שבת איז טייער, עס ברענט ווי א פייער, ס'איז ממש מעין עולם הבא", איז פון מיינע רעגולערס אויף "כל מקדש".
דער אלטער אויסגעדרשאנער ניגון פון "סימן טוב.. ומזל טוב.. יהא לנו.." אהוי... סימן טוב ומזל טוב יהא.. סימן טוב ומזל טוב יהא... (איר כאפט, אדער נישט")

מנוחה ושמחה, צאנז'ער דים דים ניגון, וויזשניצער (ס'זענען דא מערערע באמת - אבער איינע איז דאס מערסטער באקאנט), מכניסי רחמים ווי שוין געשריבן,

קה אכסוף, קארלין, וויזשניץ.

קה רבון, באבוב-מעליץ, וויזשניץ, בלאזשוב-תולדות אהרן,

תן לחכם ויחכם עוד

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 11:39 am
דורך מאשקע
כ'האב לעצטנס געהערט א טעיפ "א שבת מיט די ווערדיגערס" וואס איז שוין לכאורה א גאר אלטע טעיפ. ס'איז זייער חסיד'יש און ווארעם געזונגען, און האט אסאך גוטע ניגונים וואס איז זייער גוט ארויפגעפאסט געווארן אויף די ווערטער.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 12:15 pm
דורך פלאפי יוד
זייענדיג בעע איינעם צוגאסט לעצטנ'ס, האט ער געזינגען אויף מנוחה ושמחה דעם ניגון פון 'חייקל בעל עגלה' פון מיכאל שניצלער'ס ערשטע יודישע טעיפ,(די נשמה פלאם) דוכץ'יך די לעצטע ניגון אויפן טעיפ. ס'קלאפט זייער גוט!!!

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 12:27 am
דורך איצל פיצל
אויף מה ידודית איז זייער שיין צו זינגען די ניגון וואס אברהם פריד זינגט אויף די אידישע גראמען 'א טאטע ביסטו גאר א געטרייע'
מ'הייבט אן מיט די ערשטע פאל, להתענג די 2טע פאל, מערב נאכאמאל די 1טע פאל, להתענג נאכאמאל די 2טע פאל, נחלת יעקב די הויכע פאל, להתענג 2טע, חפצך 1טע, להתענג 2טע, הלכך הויכע, להתענג 2טע, און מעין עולם הבא די געווענליכע ניגן
(גראדע האט די ניגן 2 ניסחאות, אבער אויף ביידע איז עס גיט)

די ניגן ברוך ד' יום יום, איז א ניגון וואס איז שווער ארויפצוזעצן אויף סתם א ניגון, וויבאלד א געווענליכע ניגון איז צוזאמגעשטעלט פון 4 ליינס, און געווענליכע זמירות איז אויך פון 4 ליינס ווי איר קענט זעהן ממש ביי יעדע זמירות, אז עס האט אין יעדע שטיקל 2 פאר גראמען, ד.ה. 4 ליינס, און משא"כ ביי ברוך ד' איז יעדע שטיקל (פערעגרעף) צוזאמגעשטעלט פון 5 ליינס, וואס דאס מאכט אז דאס זאל כמעט נישט קלאפן אויף קיין איין ניגון געהעריג.(כ'האף מ'פארשטייט וואס איך רעד, אויב נישט קען מען איבער פרעגן) איז אבער דא די ניגון וואס ווערט גענוצט מער ווייניגער אויף פתחו לי ביי הלל און די סאטמארע קרייזן (פארשטייט זיך נישט אינדערוואכן, דעמאלטס איז מען אין גרויס איילעניש) וואס די ניגן לייגט זיך זייער שיין ארויף,
איז אזוי.
ברוך ד' 1טע פאל, שבטי י-ה נאכאמאל 1טע, מה יקר 2טע, עילם שת 3טע, וצפיר העיזים 2טע, נסגרתי לאדם 3טע, מ'דארף עס קענען אביסל זעצען (מער ווייניגער די 3טע פאל) אבער ס'איז זייער שיין

סאיז דא נאך א ניגון וואס פאסט זייער גיט ארויף נאר איך קען עס נישט דא דיסקרייבען. איים סארי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 6:17 pm
דורך יחסן_גדול
חייקל האט געשריבן:שלום עליכם
די מונקאטשער שלום עליכם, די מעליצער שלום עליכם, אמאל אמאל ווען מ'איז אין א אנדערע גוסטע קען מאן בארגן ר' אברהמ'עלע פריעד(מאן)'ס שלו'ם עליכם טאנץ ניגון...,

"אשת חיל", איז דא 2 סאטמארער און 1 סיגוטער ניגונים, דער ברסלב'ער ניגון "עוז והדר לבושה", אמאל פאר א טויש דער ניגון וואס 'מזינגט ביי חתן כלה מצוה טאנץ,

אזמר בשבחין, רבינו דער ברך משה זצ"ל פלעגט זינגן אמאל דעם ניגון וואס מ'זינגט אויף "מלך אביר", דער חבד'סקער ס'איז דא אויף איינע פון די לחיים טישן טעיפס.

דער ניגון פונעם ליד "דער שבת איז טייער, עס ברענט ווי א פייער, ס'איז ממש מעין עולם הבא", איז פון מיינע רעגולערס אויף "כל מקדש".
דער אלטער אויסגעדרשאנער ניגון פון "סימן טוב.. ומזל טוב.. יהא לנו.." אהוי... סימן טוב ומזל טוב יהא.. סימן טוב ומזל טוב יהא... (איר כאפט, אדער נישט")

מנוחה ושמחה, צאנז'ער דים דים ניגון, וויזשניצער (ס'זענען דא מערערע באמת - אבער איינע איז דאס מערסטער באקאנט), מכניסי רחמים ווי שוין געשריבן,

קה אכסוף, קארלין, וויזשניץ.

קה רבון, באבוב-מעליץ, וויזשניץ, בלאזשוב-תולדות אהרן,

תן לחכם ויחכם עוד




די מעליצ'ער שלום עליכם? וואס איז דאס? אפשר קען דאס איינער ארויפלייגן ביטע?
א דאנק פון פאראויס!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:24 pm
דורך Yoely
ווי קען איך האבן / קויפן א שיינע CD מיט שבת נגינים / זמירות?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:33 pm
דורך דונש
גיי אריין אין די דזשודעקא סטאר'ס אין דיין געגענט און בעט פאר:
לחיים טיש שבת די גאנצע סעריע (דאכצעך מיר 5-6 אלבוים'ס), שבת חזק, עתיקא קדישא, ועוד ועוד,

מסתם קענסטו עס אויך טרעפן אויף מאסטלי מוזיק
https://www.google.com/url?url=https:// ... 47dbuj87yg

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:54 pm
דורך שלא נבוש
איצל פיצל האט געשריבן:אויף מה ידודית איז זייער שיין צו זינגען די ניגון וואס אברהם פריד זינגט אויף די אידישע גראמען 'א טאטע ביסטו גאר א געטרייע'
מ'הייבט אן מיט די ערשטע פאל, להתענג די 2טע פאל, מערב נאכאמאל די 1טע פאל, להתענג נאכאמאל די 2טע פאל, נחלת יעקב די הויכע פאל, להתענג 2טע, חפצך 1טע, להתענג 2טע, הלכך הויכע, להתענג 2טע, און מעין עולם הבא די געווענליכע ניגן
(גראדע האט די ניגן 2 ניסחאות, אבער אויף ביידע איז עס גיט)


ס'דא א ניגון אויף מה ידידות פון איינע פון די ינוקה'ס קינדער (קרלין) וואס ענדעלט זייער צו די אויבן דערמאנטע ניגון (יעלה חב''ד)
און גראדע איז דא דריי ניסחאות אויף דעם ניגון.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:45 pm
דורך zibala
אויף ברוך השם יום יום איז דא א ווישאווער ניגון שיין ארפגעזונגען דורך יוסל גרין