זינגערס חדשים לבקרים - אפגעטיילט פון אן אנדערן אשכול

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

זינגערס חדשים לבקרים - אפגעטיילט פון אן אנדערן אשכול

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 11:41 am

עס וואקסן ארויס זינגערס ווי שוועמלעך נאך א רעגן, א דיים א דאזען, יעדער מיט עפעס א קול גיט ארויס א טעיפ.

אה בוי איז די סטאנדארד געפאלן.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:56 pm

איך האלט אז דווקא ווייל עס איז דא אזוי פיל וויל יעדער ווייזן אז ער איז עפעס מער...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 1:01 pm

איין מינוט. איר האט עס נאכנישט געהערט, אפשר איז דאס א אויסטערליש שיינער טעיפ, לאמיר ציווארטן עס זאל ארויסקומען און עס הערן און דערנאך רעדן.

אגב, איזאק ס'שוין צייט די זאלסט אליין ארויסקומען מיט א טעיפ. איך וואלט עס א נאמען געגעבן "מי במים ומי באש" לשמו ולזכרו פונעם פאר פייער און וואסער אשכול.. איינער געדענקט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 1:09 pm

איך מוז איינמאל זיין אין געגנווארט פון צייטליך ווען ער שרייבט, ווייל דאכצעך מיר אז ווי נאר ער רירט אן דעם קיבארד לאכט שוין די גאנצע קרעטשמע.


בעסער מסביר צו זיין מיין פריערדיגע תגובה, פעלט זיך אויס א גרעסערע אפהאנדלונג פון מיין מיינונג, אויף וואס דער אשכול איז נישט געגרינדעד געווארן.
לעצט פאראכטן דורך איזאק אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 2:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:55 pm

ווען דער זינגער זאל ווען גיין מיט א שפאלט-הוט, וואלט יעדער פארשטאנען אז ער גיט ארויס א קאסעט.
איז, ווייל ער גייט א חסידישן הוט (הויך צי פלאך) האט ער נישט דעם זעלבן רעכט?

אגב, לאזט זיך פרעגן, פארוואס פארשטייט מען ווען ר' אברהם פריעד (למשל) וואס האט שוין ארויסגעגעבן בערך 40 אלבומס און ברענגט נישט עפעס פרישע עקסייטמענט. אפשר איז בעסער אז ס'זאל זיך יא יאווען (?) מער און מער נייע זינגערס און ארויסקומען מיט טעיפס, וועט זיין עפעס א נארמאלע אויסוואל.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 6:12 pm

אלץ ווייסער ברענגט ארויס א שטארקע נקודה,
ביי די פרעמדע הויפן וואקסן זינגער'ס ווי אויף הייוון, רוב פון זיי טויגן נישט,
אפי' די וואס זענען שוין גאנץ לאנג אויפן מארק, דעקס, וויליגער, וכדומה,
אבער זיי קענען אנגיין ווייל זיי לאכן שיין אויפן דעקל...,
זאל אונזער זינגער לאכן שיין, און גיין מיט א נעק טיי, איז אלעס אקעי....

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:00 am

1) א זינגער דארף צום ערשטן האבן אביסל מער ווי אן עווריטש שיינע שטימע, און מיט אביסל געפיל ווען עס קומט צו א הארציגע ניגון, רוב זינגערס היינטיגע צייטן האבן בכלל נישט קיין שיינע שטימעס.

2) דאס אז א זינגער איז אויפגעכאפט אויף חתונות, גיט דאס אים בכלל נישט קיין גרין לייט אז ער איז אויטאמאטיש גוט אויף א קאסעט.

3) אז איינער איז עקסעלענט ווען ער זינגט אין א כאר, איז דאס בכלל נישט קיין באווייז אז ער האט א טאלאנט פון זינגן סאלא, די אנפירערס פון המזמרים און שירה האבן נישט די שענסטע קולות ארויס צוגעבן א טעיפ און זינגען אלע צען ניגונים אליינס, פונדעסטוועגן זענען זייערע קולות הערליך ווען סיז געמיקסט אין א כאר.

4) היינטיגע זינגערס האבן נישט די מינומום ! מען נעמט זיך ארום מיט הערליכע מוזיק, שיינע ערענדזשמענטס, רייסערישע גיטארס און סעקסעפאונס, און עס טוט זיך א טומעל, און דער זינגער האט א שטימע ווי א בן היענה, ער האט אביסל געפיל ? ער זינגט ראקעריש ? דאס מאכט אים די זינגער פון יאר !! ווען איך וואלט געהאט א שטימע ווי דעם שלעכטן זינגער, וואלט איך מיך אפילו געשעמט צו רעדן הויך...

איינער האט געזינגן הערליך אלץ אינגל אויף מיאמי בויס קווייער טעיפס, און פארטיג, דאס גיט אים לייסענס ארויסצוגעבן טעיפס, ער נעמט זיך עטליכע שיינע ניגונים מיט שיינע מוזיק, האט ער א קאצן קול, איז וואס ?

וואס איז געווארן מיט דעם אז א זינגער דארף עטליסט א שטימע וואס אויסער קוויטשענען האט עס נאך מעלות ?

וואס קענען די נייע שטערנס טון אויסער שרייען הויך ? סיז דא עפעס נאך א קוואליטעט אין זייערע קולות ? עפעס נאך א אויסוואל און א ווערייעטי אין זייערע שטימעס ?

5) די אלע וואס זינגען אויף חתונות זענען גוט ווייל זיי האבן די ספעציעלע שטימע ספעציפיש פאר דעם ! עס איז ברייט און דיק, און דאס הייבט אן עולם צום טאנצן, מיכאל שניצלער איז בעסער אויף א חתונה ווי אייזיק האניג, פארוואס ? ווייל זיין שטימע איז פאר דעם, אייזיק האניג איז מעכטיג אויף טעיפס, פארוואס ? ווייל זיין שטימע האט מעלות וואס באלאנגט דארט, זיין קול קלינגט, ער ציט ארויף מיט א דיקע קלינגעדיגע (נישט קוויטשעדיגע) שטימע, זיין קול איז געמאכט צו זינגען הארציג און מיט געפיל.

איי עם סארי, חתונה זינגערס באלאנגען בכלל נישט אויף קאסעטן, יא, זיי זינגען לעבעדיג, פיין און וואויל, אבער זייערע דיקע ברייטע שטימעס איז נישט די איינציגסטע מעלה וואס פארלאנגט זיך אויף א טעיפ ! יעדער האט זיך זיין פלאץ !
לעצט פאראכטן דורך איזאק אום מיטוואך אוגוסט 27, 2008 12:36 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:43 am

איזאק, ווייל ער קען שרייבן אין קרעטשמע, מיינט עס אז ער קען שרייבן א ספר תורה? ניין, א ספר תורה איז איין זאך און א קרעטשמע איז גאר אן אנדערע זאך.

זייער פיין געשריבן איזאק.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:21 pm

שקויעך טריאו.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 4:26 pm

איזאק זייער גוט ארויסגעברענגט דעם מצב הדור באט איי העוו טו דיסעגרי וויט יו, נישט דער אזויגערופענער זינגער מאכט אפ אז ער קען טאקע ארויסגעבן א טעיפ נאר די בהמות וואס קויפן דאס.

קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס עפעס זאל א איד וואס האט זיך איינמאל איינגערעדט אז ער קען זינגן אויף א טעיפ און האט טאקע ארויסגעגעבן איינס און דער עולם האט דאס צוכאפט, פארוואס זאל ער נישט ארויסגעבן נאך איינס, איז עס עפעס נישט ערלויבט?

איך זעה נישט וואס דאס איז אנדערש פון א רעסטעראנט וואס קאכט אז עס איז נישט אין מויל צו נעמען אבער היות זיינע סעילס זענען אפ די ראף שפארט ער נישט צו, גייסטו דען זאגן אז דער אונער איז א פערד פארן האלטן אפן? זיכער אז נישט, משוגע ברויך ער זיין אפי' צו נעמען א נייעם קעכער.

די זעלבע זאך איז מיט יעדע אנדערע פראדוקט און טעיפס זענען מיט גארנישט אנדערש, איך זעה נישט פארוואס מען קען אראפרייסן זיי וועלכע זינגער (און טאקע ביטע נישט נוצן קיינע נעמען, כאב געברויכט עורך זיין דיין ארטיקל) פארן טרייען צו מאכן א דאללער מיטן ארויסגעבן א טעיפ, ענדערש קוק איך אן פאני די שטאטס נערנים פארן לויפן קויפן יעדע איינס וואס קומט ארויס.

עס דערמאנט מיר א ווארט וואס מען נוצט אפט 'דער וואס האט איינגערעדט .... (לייגט אריין וועמען איר ווילט) אז ער קען זינגן וועט פון גהינום נישט ארויסגיין ווייל ער האט מצער געווען אזויפיל אידן', ודפח"כריין.

לאוו עכברא גנב אלא חורא גנב.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 8:31 am

יאנאש, איך בין מיט דיר מיט דיין פוינט, און איך פארשטיי פארוואס זיי די קאצן זינגערס געבן ארויס נאך טעיפס, אוודאי ווייל מען קויפט עס.

דאס האב איך געשריבן אויבן:

"עס וואקסן ארויס זינגערס ווי שוועמלעך נאך א רעגן, א דיים א דאזען, יעדער מיט עפעס א קול גיט ארויס א טעיפ.

אה בוי איז די סטאנדארד געפאלן."

די סטאנדארד ביים עולם איז געפאלן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 11:52 am

איזאק,
דאסמאל בין איך מיט דיר (איך גיי מיט דיר אין פייער און אין וואסער...), דאס וואס ווייסער שטעלט צו אז ביי די נעק-טיי חברה איז דא מער שוונצנים וואס קויפן און גיבן ארויס טעיפס, דאס איז דאך פשוט ווייל זיי האבן א גרעסערע אודיענס, אבער דער פראבלעם איז ביי ביידע אייניג.

איך האב פאריגע וואך געברויכט פארן א לענגערע וועג, וועלנדיג אז דער וועג זאל גיין געשמאקער בין איך אריין אין א דערנעבנדיגע קאסעט-געשעפט און געבעטן עפעס א לעבעדיגע סידי'ניו וואס איז לעצטענס ערשינען, די מרת. סעילספרוי וואס שטייט דארט האט ספאנטאן ארויפגעשמירט איר הענט אויף א געוויסע סידי (נאמען געהאלטן אין בויך) און איך מעשו-מיללער האב אונטערגשמירט 15 רייניש און היידא.

וואט עי בעד טעיסט דיס פָאר לעידי! זי האט מיר צוגעפירט צו א סידי מיט אלטע ניגונים ווי קיִלאַ-שעֶם און צאַלי-ואָרוׁני באגלייט מיט אביסל דראמס און ביעטס, איך האב געשפירט ווי מיין פופצן טאלער איז געגאנגען גלייך אין אינסינירעיטאר און איך ברויך א רעספירעיטאר, כ'מיין ברויכסט געלט? שטעל א ביידל אויפן ציון הק' און גוטע אידן וועלן אריינווארפן כל אחד כפי מהללו!

עס גייט נישט אדורך אפאר טאג און די דערמאנטע טעיפ-סידעלע ערשיינט אויך די גראסערי פאליצעס מיט א רויטע 'סעיל' סטיקער צוגעשטעלט (ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזעהן מב"ד'ס טעיפ אין א גראסעריי?) און אנדערע אידן קריגן דאס פאר נישטיגע פינף רובל ופני מיללער ומשפחתו חפוים ורפוים.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 12:00 pm

אוי ביסטו גערעכט איזאק, יעדער שמויגער וואס קען אביסל קוויטשענען, אדער קען ער זיך משוגע מאכן מער ווי דער אנדערער גיט ארויס א טעיפ, און עולם גולם קויפט.

אויב איז ער א קינד פון א זינגער איז ער אויטאמאטיש א סטאר און ער גיט ארויס טעיפס... איי זיין קול קען מאכן די ציין וויי טון ווען מען הערט אים, אבער ער האט דאך א שיינע ניגון מיט דריי סעקסעפאונס...

נאכדעם איז דא די לעצטע יארן עטליכע זינגערס וואס מאכן א רעיס ווער עס קען שרייען העכער, ווער עס געוואונט באקומט א מעדאל אלץ דער קוויטשער פון יאר, דינע קוויטשעדיגע איין טרעקיגע שטימעס האבן זיי, קיינער לייקענט נישט אז זיי האבן עפעס שיינע ניגונים וואס ווערט געזינגען איבעראל, אויך לייקענט קיינער נישט אז די מוזיק איז שיין, אבער פאר אזעלעכע זינגערס צו צאלן פופצן דאלאר ?

איך האב שוין לאנג אויפגעהערט צו קויפן טעיפס, אביסל נאכדעם וואס די נייע סעריע זינגערס האבן זיך אריינבאקומען אין די מארקעט, איי איך האב דאך ליב שיינע ניגונים ? נו, די פיר צו פינף שיינע ניגונום וואס זיי האבן אויף זייערע טעיפס וועלעך הערן ביי חתונות אדער מסיבות פון שענערע זינגערס ווי זיי.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 1:03 pm

מיללער, שקויעך.

קרעפטיג, זייער גוט ארויסגעברענגט דיינע פונקטן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 9:59 am

אינטערסאנט איך האב נישט באמערקט דער אשכול ביז יעצט. מיסתמא ביניך געווען פארנומען אויסהערן די אלע נייע טעיפ'ס.. אדער אפשר האב איך גאר אליין געזינגען..

איזאק, איך מיז דיר זאגן אז איך שטום איין מיט דיר הונדערט אין א פערטעל פראצענט (די פערטעל פראצענט האלט איך ביי מיר). ביזט כשר גערעכט, זמן חתונה לחוד און זמן קאסעטע לחוד, ס'האט נישט איינס מיטן צווייטן. און אזוי איז מיט די אלע אנדערע זאכן. אז איינער קען גאר הויעך ארויפציען מיינט נאכנישט אז ער איז דער זינגער פון יאר. אז איינער קען גאר גוט נאכמאכן א צווייטן פראפעסינאלן זינגער איז ער נאכנישט יענער זינגער, בכלל נישט.

פון די אנדערע זייט איז דא נאך א טענה. נישט אייביג איז דער זינגער די פראבלעם, נאר אזויווי מיללער האט שוין ארויסגעברענגט, א זאך וואס איך שריי שוין לאנג.

פאר פורים איז א נארמאלע זאך אז עס קומען ארויס לעבעדיגע טעיפ'ס, לעבעדיגע ניגונים אזוי אז דער עולם זאל האבן מיט וואס צו לעבן פארן יו"ט. אבער איבער'ס יאר, ואספארא תירוץ איז דאס בעטן 15-16 דאללער פאר א קאסעטע מיט אלטע ניגונים איבערגעזינגען דורך א נייער קווייער און זינגער.

ווען איינער קומט ארויס מיט נייע ניגונים, נו, נישט יעדער מוז אזוי שיין זינגען, אויב האט ער שיינע געדאנקען, גוטע ניגונים איז אום יעדער מוחל, אז ס'איז דא וואס צו הערן איז דאך גוט. אבער סתם אזוי זאלן ארויסקומען טעיפ'ס מיט אלטע ניגונים, שרייעדיגע פלאקאטן אז עס איז ממיטב ניגוני פנחס וועבער, משה גאלדמאן און יוסי גרין, און נאכן צאלן טבין ותקלין ווערסטו געוואויער אז די אלע ניגונים קענסטו שוין יארן, נאר איינער זינגט עס דא איבער, קיין גרויסע ערענדזשמענט'ס האט דער איד נישט געברויכט מאכן, די נאטן זענען אלטע, די איידיע'ס זענען אלטע, נאר א נייער גראפיק אויפן קאווער, אויף דעם צאלן מיר?

זאל אייך קלאר זיין. איך פלאן נישט ארויסצוקומען מיט א פולשטענדיגע מערכה דערקעגן, איך פלאניר נישט צו נעמען קיינע שריט מיט קול קורא'ס אד"ג אויך נישט. אבער מיין ווייי געשריי זאל געהערט ווערן פון מיין קיבאורד ביז אין קרעטשמע אריין, דאס וויל איך יא.


בד"וו, איזאק, וואס איז געבליבן מיט דיין טעיפ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 10:28 am

קודם כל צייטליך גיב שוין אהער די פערטל פראצענט וואס דו האסט געגאנבעט, סא חוצפה.

איך בין עכט איבעראשט אז דו שטימסט איין מיט מיר, ווייל לויט ווי איך זע דיינע באשרייבונגן וועגן נייע טעיפס פון געוויסע זינגערס וואלסטו ווען לכאורה געהאט א פארקערטע מיינונג.

איך בין פון די מענטשן וואס קענען נישט הערן קיין זינגערס וואס האבן נישט קיין נארמאלע שטימעס, דו האסט געשריבן: ווען איינער קומט ארויס מיט נייע ניגונים, נו, נישט יעדער מוז אזוי שיין זינגען, אויב האט ער שיינע געדאנקען, גוטע ניגונים איז אום יעדער מוחל, אז ס'איז דא וואס צו הערן איז דאך גוט".

איי עם סארי, זיין קול סאונד ווי א דזשילעט אויף א בלעק באורד, איך קען אים נישט הערן, האסט שיינע ניגונים ? פיין, דעמאלטס עלעך עס הערן ביי א חתונה אדער א מסיבה פון המזמרים אדער שירה וכדומה וואס זינגן שענער ווי דיר, אבער צו צאלן געלט ?

איך האב לעצטענס אנגעהויבן צו צאלן פאר אלטע טעיפס פון מב"ד, אוי איז ער גוט, יעדע פעני צאלט זיך אויס, יא, און ער זינגט ווי א נארמאלער מענטש... היינט איז דאס א פעלער.

לגבי מיין טעיפ צייטליך, סיז אויף א וועג, איך האלט מיך אינמיטן אויסלערנען צו קוויטשענען הויך.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 1:05 pm

איזאק האט געשריבן:קודם כל צייטליך גיב שוין אהער די פערטל פראצענט וואס דו האסט געגאנבעט, סא חוצפה.

איך בין עכט איבעראשט אז דו שטימסט איין מיט מיר, ווייל לויט ווי איך זע דיינע באשרייבונגן וועגן נייע טעיפס פון געוויסע זינגערס וואלסטו ווען לכאורה געהאט א פארקערטע מיינונג.

.


איך באריכט אלץ מיין פרנסה... דאס איז מיין דזשאב...

ווען איך זאג מיין מיינונג איבער א זינגער איז עס א צווייטע מעשה, אבער א שטיקל נייעס איבער א טעיפ דארף ווערן אראפגעלייגט גוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 1:40 pm

איך האב געהערט לוי יצחק פאלקאוויטש ביי א חתונה ער איז געוואלדיג

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » זונטאג דעצמבער 07, 2008 1:41 am

גאר שטארק האב איך פיינט! יא, במלוא מובן המילה! די זינגערס וואס מוזן נאכמאכן א צווייטן זינגער בשעת'ן זינגען. ממה נפשך, קענסטו זינגען, טא פארוואס ברויכסטו נאכמאכן יענעם, קענסטו נישט זינגען, טא וואס טוסטו מיט א מייקראפאן אינעם האנט, נעם דיר ענדערש א ציין בערשטל וועסטו מער אויפטוהן.

איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען, באט איינער האט אים פריער דערמאנט, גראדע זינגט ער פיין אבער איינער האט אים איינגערעדט אז ער מוז קוויטשענען און ווארפן זיין קול און קרעכצן ווי עפעס א צווייטער חסידישער זינגער וואס קרעכצט און קוויטשעט ווי א שליימיגער חזן.

ס'קרענקט מיר שוין א לאנגער צייט, און לעצטנס בין איך געוועהן אין א סטודיא ווי א געוויסער זינגער מאכט א טעיפ און מ'האט פאר מיר אויפגעשפילט עטליכע ניגונים פון זיין טעיפ, איך מוז ענק זאגען אז איך בין פארעקלט געווארן. דער יונגערמאן איז אן אויסגערופענער באלאנד! ער האט א הערליכן קול, דירעקט שיין, אבער דער טעמבעל האט באשלאסן אז ער מוז אויף זיין טעיפ (מילא ביי א חתונה) נאכמאכן א צווייטן גרויסער זינגער מיט אלע יענעמס משוגעת'ן, און ער סאונד יעצט פחדים. שוטה, האסט א שיינע קול? זינג! פארוואס מוזטו גרויט ווערן מיט די משוגעת'ן וואס האבן יענעם זינגער גרויס געמאכט? טרעף דיר אייגענע משוגעת'ן!!! (גלייבטס מיר ער האט גענוג.)


שולדיג זענען אויך די דיסטריביוטערס פון טעיפס. זיי וויינען א גאנצען טאג אז מ'מאכט קאפיס פון טעיפס. נ'אוודאי, אז איר געבט ארויס יעדע פופצן מינוט א צווייטער נערישער טעיפ וואס האט נישט קיין מוזיקאלישן טעם און מיר בהמות מוזן עס קויפן? פארוואס זאלן מיר שפענדן $$$$ אויף עקלדיגע טעיפס? מיר ווייסן דאך נישט וואס איז גוט און וואס נישט ביז מ'קויפט נישט און מ'הערט נישט אפאר מאל, און דעמאלטס קען מען דאך נישט צוריק געבן דעם גרויליגן טעיפ וואס 'איר' האט אזוי אויסגערימט אין אייערע אדווערטייזמענטס. במילא ווערן מיר מיעד פון קויפן טעיפס. פארשטייטס זיך אז דאס געבט נישט קיין רעכט פאר קיינעם צו מאכען קיין קאפיס, אבער דו וואס מאכן קאפיס זענען במילא קלי דעת, און מיט דאס וואס איר דיסטריביוטערס געט'ס ארויס נערישע טעיפס דאס געבט נאר נאך תירוצים פארוואס צו מאכען א קאפי.

איך מיין אז א דיסטרייוטער וואס וועט אנהייבען וועהלן וועלכע טעיפ ער וויל יא דיסטריביוטען און וועלכע נישט, וועט טאקע זיך מוטשענען אנפאנג, אבער נאכדעם וועט ער זיך איינקויפען א נאמען אז א טעיפ וואס ער פארקויפט מוז זיין גוט, און ער וועט שארן גאלד און קאפיס וועלן דראסטיש פאלן.


דאס איז מיין מיינונג, האט איר בכלל א מיינונג? נ'יא?! נו לאמיר הערן!!!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 1:20 pm

תגובהדורך יונגערמאן » זונטאג דעצמבער 07, 2008 2:42 am

איך קען נישט זאגן אז איך בין מחולק מיט ענק אבער למעשה האלט איך אז מען קען עס אנקוקן אויכעט אויפן צווייטן זייט מטבע

בא ניגונים איז דא עטליכע סטייל ווי צום ביישפיל מער קלאסיש חזנות שטאטע שנעלע לעבידיגע און אזוי ווייטער כמעט יעדער קען אנצייגן אז אמאל איז ער אין אזא גוסטע צו הערן אזא מין סטייל אין אמאל אין עפעס אנדערש און דאס וועט א וודאי יעדער מודה זיין אז בכלליות איז יעדער איינער צו עפעס אנדערש נוטה סיי צו אן אנדרע סטייל און סיי צו אן אנדרע זינגער ווי די גמרא זאגט דאך שוין כשם שאין פרצותיהן שוות כך אין דעותיהן שוות ממילא אפילו פאר דיר קוקט עס אויס זייער רוי און זייער נישט צו די זאך איז בא אנדערן גאר גלונגען קענסטיך זעהן ווי א יעדע טעיפ איז אויסגעמישט פון עטליכע סארטן ניגונים כדיי צו טרייען יעדעם צופרידין צו שטעלן.און וואס וואלסטו געוואלט אז מען זאל בלייבן מיט יום טוב ערליך צו גאר מיטן אלטע פיאמענטע דארפסט עס דאנקבאר זיין אז דו האסט ב"ה פון וואס אויסצוועלן

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג דעצמבער 08, 2008 10:53 pm

פלאפי, כ'בין מיט דיר הונדערט פראצענט איבער דעם ענין פון פרובירן נאכצומאכן א צווייטן זינגער. און ווען דער נאכגעמאכטער וואלט ווען געקענט זינגען, איז נאך א האלבע צרה... אבער יענער גרעבצט דאך אליין ווי א וויזוי-הייסט-עס, וואס איז אלזא די גרויסע רייץ אים נאכצומאכן?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 10:41 am

מאשקעלע חבר מיינס, יאך זעה אז וויפיהל כ'האב פרובירט צו באהאלטן יענע זינגערס אידענטיטעיט, איז דיר נאכאלץ געלונגען צו כאפן ווער דאס איז...
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 12:20 pm

איר ווייסט, נישט נאר טעיפ זינגערס וואקסן ווי שוועמלעך, נאר אויך חתונה זינגערס. יעדער בחור וואס איז נאר געשטאנען לעבן דעם עמוד אין ישיבה גייט אריין 10 מינוט נאך די חתונה אין 'סעם עש מיוזיק סטאר' און קויפט זיך א מייק!! און ער גייט אויף שמחות!! ס'געפערליך!!

נאכדעם איז דא איינער וואס האט שוין יא א קול, אבער האט ער אויך א 'העלטי איגא' דאס קען זיין זייער גוט פאר א זינגער, אבער ס'קען אים אין דער ערד לייגען אויך. ליפא האט מצליח געוועהן ווייל ער האט א 'העלטי איגא' און ער איז זיכער מיט וואס ער טוט און ער ווייסט וואס ער וויל , אבער די עיקר פארוואס ער האט מצליח געוועהן איז ווייל זיין "איגא" איז נישט געוועהן אויף יענעם'ס חשבון! ס'קיינעם נישט געשטאנען אין וועג. עד היום ווער ס'טרעפט ליפא פיהלט ווי זיין בעסט פרענד.

אסאך אנדערע זינגערס מיט שיינע קול'ךליך און מיט ריזיגע 'איגאס' זענען נישט אגעקומען אין ערגעץ און אפילו אויב יא, האבן זיי זיך צוריבן מיט אסאך אנדערע אין די מיוזיק וועלט אויפן וועג, ווייל זיי זענען געוועהן צו גרויס ביי זיך. זיי גריסן נישט יעדעם, און זיי זינגען נישט יעדע ניגון, אפילו ווען דער מחותן וואס באצאלט! בעט זיי, ווייל זיי זענען צו גרויס. און ווי קומען זיי אן? און ערגעץ נישט. אמאל וועלן זיי האבן 2-3 פעטע יארן און נאכדעם ווען מענטשן ווערן שוין 'פעד אפ' מיט זייער 'איגאס' זיצן זיי אינדערהיים ביים טעלעפאן און ווארטן....און ווארטן......
און ווען מ'טרעפט זיי באנאכט אין שוהל זאגען זיי אז "היינט בין איך נישט ביזי ווייל לעצטנס נעם איך נאר אן 3 א וואך".....נאר ער ווייסט אז מחותנים נעמען אים נאר 3 מאל א חודש!.......
ס'איז זייער א דינע ליין צווישן א גוטע איגא וואס ברענגט סוקסעס און א איגא וואס ברענגט שונאים.

נאכדעם איז דא די וואס הערען נישט אויף ווייזן פארן איין מאן באנד וואס צו טוהן. א זינגער מוז פארשטיין אז דער וואן מען בענד פארשטייט אויך צו מיוזיק, (רוב מאל פאקט ער איין דעם זינגער 100 מאל......) און מ'דארף אים נישט דוקטירן יעדע ריר. און ווען ס'פאלט איין דעם זינגער עעס א גאונות אינמיטן זינגען קען ער נישט עקספעקטן דעם וואן מען בענד צו כאפן און א ספליט סעקונד וואס דער זינגער וויל יעצט טוהן.

ווידער-אום איז דא זינגערס וואס זייער גאנצע מעלה איז אז ער קען "גוט" נאכמאכן יענעם..... כ'האב שוין אויבן געשריבן פון דעם קרענק. איך וויל נאר צולייגן איין נקודה, איינער האט מיך לעצטנס געשיקט א ווידיא קליפ פון א זינגער מיט אן עווערידש קול, און ער שרייבט מיר אז דאס איז דער "לאנדאנער ליפא" אדער דער "ארץ ישראל'דיגער ליפא" און אז ער ווייסט איינער וואס גייט אים ברעגען קיין אמעריקע זינגען ........

הערטס מיך טייערע לאנדאנע און ארץ ישראל'דיגע זינגערס, דאס אז איר קענט נאכמאכן ליפא איז זייער גוט פאר לאנדאן אדער ארץ ישראל, ווייל מיר אין אמערקע זעמיר זייער צופרידן מיט אינזער אריגענעל ליפא!!!

און אויב איז דיין גאנצע מעלה איז אז דו זינגסט ווי ליפא, דאן געב צוריק דיין מייק! ס'איז א שאד דאס געלט..........!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט