שובו בנים שובבים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

שובו בנים שובבים

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 24, 2008 5:59 pm

מחבר הרב בנימין יוסף וועבער ז"ל

מען בלאזט שוין שופר געוואלד געוואלד
עס איז דאך שוין ראש השנה באלד
שובו בנים שובבים

אין חודש אלול כאפט איינעם אן א ציטער
און אויב איינער שפירט נישט איז נעבעך זייער ביטער
שובו בנים שובבים

ראש השנה עפענט מען אויף ספרים דריי
און אויב איינער טוט נישט קיין תשובה איז אך און וויי
שובו בנים שובבים

עס פאלט אויף א יעדען איד א פחד און א מורא
מען דארף דאך דין וחשבון געבן פאר דעם הייליגן בורא
שובו בנים שובבים

מען דארף דאך מתקן זיין די מעשים מיט די מחשבות
מען דארף דאך מעורר זכות זיין פון די הייליגע אבות
שובו בנים שובבים

לאמיר פארגיסן אמת'דיגע טרערן
וועט דער בורא כל עולמים אונזערע תפילות ברחמים צוהערן
שובו בנים שובבים

דאס יאר זאל זיך שוין ענדיגן כל צרותינו
שנה טובה ומתוקה תחדש עלינו
שובו בנים שובבים

מיר זאלן שוין זוכה זיין צו הערן דעם שופר פון משיח צדקינו
יהי רצון שיבוא במהרה בימינו
שובו בנים שובבים
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 24, 2008 6:31 pm

אמממן!

הרב מביקסאד א הארציגן ישר כח, מיט וואס פאר א ניגון ווערט דאס געזונגען?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 24, 2008 10:01 pm

גם אני מצטרף, דער ניגון איז א שטיק התעוררות לתשובה, געב אונז א טאן דערויף.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:12 am

איר קאנט אלע גיין אין די פאפא ת"ת ברחבי נוי יארק רבתי במשך חודש אלול ביי מיטאג און הערן ווי מען זינגט עס מיט די צאן קדשים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 3:20 pm

איך קען נישט די ניגון און איך גיי אויך נישט קיין פאפא
אבער איין זאך איז זיכער אז פון די ווערטער שפירט זיך שוין ווי אלול קומט!
כידוע איז די ר"ת פון חודש אב א'לול ב'א
טעמו וראו כי טוב השם

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 31, 2008 4:16 pm

לכבוד ראש חודש טוה מיר אונז ארויף ברענגען דעם געהענגעל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 31, 2008 5:13 pm

שכוח פארן עס שרייבן און שכוח פארן עס ארויפברענגן, אבער דעם טאן קענעך נישט, איז דא א מעגליכקייט פאר איינעם עס אראפצושפילן אדער שאפן פונערגעץ?

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך יולי 25, 2012 12:42 pm

מען קען קויפן און הערן דעם ניגון ווערן געזינגען דורך ר' חיים צבי מענדלאוויטש
http://www.eshiur.org/product/--990/en
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג יולי 21, 2017 5:53 pm

קען איינער צוריק ארויפברענגען דעם ניגון דא?

באבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

תגובהדורך באבל » מאנטאג יולי 24, 2017 12:21 am

א הערליכער שטיקל... וואלט איך געוואלט הערן דעם ניגון רעקארדירט.

ווער איז מזכה דעם עולם?

אוועטאר
שליסלעך האלטער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:35 am

תגובהדורך שליסלעך האלטער » מאנטאג יולי 24, 2017 2:56 pm

עס איז אויך דא א ניגון פון הרב ר' בנימין יוסף וועבער ז"ל קול ברמה נשמע לימי בין המצרים.
https://wetransfer.com/downloads/0e297c ... 840/db1b98

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 24, 2017 5:26 pm

שליסלעך האלטער האט געשריבן:עס איז אויך דא א ניגון פון הרב ר' בנימין יוסף וועבער ז"ל קול ברמה נשמע לימי בין המצרים.
https://wetransfer.com/downloads/0e297c ... 840/db1b98

viewtopic.php?f=18&t=5250
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » מאנטאג יולי 24, 2017 8:14 pm

איז מעגליך אראפ צו ברענגען דעם ניגון לטובת ה"עולם" ?

יישר כח

אוועטאר
שליסלעך האלטער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:35 am

תגובהדורך שליסלעך האלטער » מאנטאג יולי 24, 2017 8:18 pm


חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג יולי 25, 2017 2:51 am

צוריק צום נושא... איך רעד פון דעם שובו בנים שובבי"ם ניגון... קען איינער אראפברענגען?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה, שנעלקע און 7 געסט