פותח את ידיך - שלמי דאסקאל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

פותח את ידיך - שלמי דאסקאל

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:00 am

לויפט נאכנישט און קויפט נאכנישט. ס'איז נישטא וואס. מיר רעדן פון א סידי וואס האלט שוין ממש ביי די לעצטע שטאפלען, און עס וועט זיין צובאקומען אין די קומענדיגע וואכן.

ווער שלמי דאסקאל איז ברויך איך אייך נישט זאגן. ער גייט מיט א הויכע ביבער הוט, רים-לעס גלעזער, שווארצע בארד און פיאות, לאנגע רעקל, (קאמפעני נישט באוויסט) שווארצע שיך, טראגט א הויזן און וועסטעל אא"וו, איך גלייב אז ביי נאו קענט איר אום שוין.

נ'אמת'ן אריין איז ער דאך באקאנט פאר אינז אלע, זיין שטומע איז ווערט אלע געלטער (פונקטליכער: נישט ממש) ער זינגט מיט א שטארקע מתיקות און זייער שיין און הויעך ביז גאר.

ווי איר האט שוין מיסתמא געזעהן האט רב "גד" שוין געמאלדן אין א אנדער אשכול אז ער קומט ארויס מיט א נייע טעיפ, אבער לאמיך אייך איבערגעבן נאך איינצעלהייטן וואס דער "גד" האט מיר פארטרויט איבערצוגעבן פארן עולם.

דער טעיפ - ווי געמאלדן אויפן קעפל - וועט הייסן "פותח את ידיך" (שוין ווייטער מיט די "הענטעלעך"?..)

ער האט עטליכע שיינע ניגונים אויף שבת קודש.

א ניגון אויף ענגליש... (גיי ווייס. פאר וועמען וויל ער געפעלן דערמיט?)

א ניגון אויף ספרדיש [לייען עברית...] הרחמן.. הוא יפתח לבנו בתורתו וישים בלבנו אהבתו ויראתו. (שוין. א תירוץ פאר א באלדיגער איסור)

יעצט איז אזוי. איר קענט דערווייל אהיים גיין צוגרייטן די לעכט, עסן די סעודות שבת, פארברענען די טאשלענט, רואיג זינגען ביי של"ס דעם בבואו מאדום. איר קענט גיין קויפן א פיצא פאר מלווה דמלכא, דערביי זיפענדיג פון א הייסער קאווע, סידאך מלוגמא אום מוצ"ש אא"וו אנגיין מיט אייער סדר היום, דער טעיפ איז נאך סייווי נישטא צו באקומען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:03 am

צייטליך, יעדעס ווארט דיינע איז מתוק.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:46 am

אוי ביסטו גוט.

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:58 pm

אזוי זאפטיג אראפצולייגן קען נאר צייטליך

יישר כח צייטליך.
איך מיין מ'קען זאגן אז ער איז פון די איינציגסטע וואס האבן ביזדערווייל זיך דערהאלטן מיטן נסיון הנגינה. וועא"מ.

לאמיר אביסל אויסגראדן געוויסע זאכן.

דער טעיפ איז נישט דירעקט א שבת טעיפ.

ער האט א ניגון אויף השבת נועם הנשמות.

די ניגון אויף ענגליש איז הארץ רייסנד, איך האב גע'בוכה'ט געפערליך, ער לייגט אראפ א מעשה פון א אינגל נעבעך וואס ליידער איז צוגעקומען צו א מצב אז דער טאטע זיינער, האט אים געמוזט ארויסווארפן פון שטוב, און מדחי אל דחי איז דער אינגל אנגעקומען צו ווערן פארדראגט ממש פון צרות רבות.

דער בחור איז אנגעקומען אין שפיטאל, און זייענדיג אויפן קראנקן בעטל, האט דער טאטע געהערט דערפון, ער קומט צו לויפן אין שפיטאל, און בעט איבער דאס קינד זיינס.........אוי איך קען נישט מער, איך וויין יעצט ווי א קינד.........................טאטע געוואלד......................................

איך קען נישט טייפן, אבער דאס קינד איז נעבעך אויסגעגאנגען אין שפיטאל..... יוי ס'רייסט ביים הארץ, ער שלוימי האט דאס אליינס מיטגעהאלטן די מעשה.

(די נמשל איז דאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען ווען דער אייבערשטער וועט אונז קומען אלע טרייסטן און איבערבעטן אויף אלע צרות, ווי ס'שטייט אין די מדרשים.)

ער האט א ניגון אויף אידישע ווערטער, איך האב געהערט אז ליפא האט עס געמאכט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 6:10 pm

צייטליך, דו ביזט מוזיק מדבש.
An article a day keeps the babies away

שמחי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 1:27 am

תגובהדורך שמחי » זונטאג אוגוסט 24, 2008 2:50 am

ווער איז ממונה אויפ'ן מוזיק פון דער טייפ ?

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג אוגוסט 24, 2008 2:52 am

hey tzitlech you are really cute i like very much your articles doesnt matter in which topic cuz you have a language thats its sweater than sweat its unbelievable, by every word I am laughing very much thanks and keep it on going
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:56 pm

שמיי_דריי האט געשריבן:hey tzitlech you are really cute i like very much your articles doesnt matter in which topic cuz you have a language thats its sweater than sweat its unbelievable, by every word I am laughing very much thanks and keep it on going

פאר די וואס קענען נישט געהעריג ענגליש: שוויציגער פון שוויץ.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 24, 2008 3:26 pm

צייטליך, ציקער ווי זיס, פליס אפדעיט אונז יעדן טאג ווי ס'האלט מיטן טעיפ, לויט ווי מ'הערט פון די קארידארן אין היכל הנגינה, וועט די טעיפ שוין זיין צו באקומען אין די געשעפטן אזוי פרי ווי ענדע די וואך.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג אוגוסט 24, 2008 3:51 pm

קרעמער האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:hey tzitlech you are really cute i like very much your articles doesnt matter in which topic cuz you have a language thats its sweater than sweat its unbelievable, by every word I am laughing very much thanks and keep it on going

פאר די וואס קענען נישט געהעריג ענגליש: שוויציגער פון שוויץ.

ווי אין מיין תגובה האסטו געזעהן די ווארט "שוויץ" ?
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אוגוסט 24, 2008 4:57 pm

ער האטעס געמאכט אביסל באלד.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:37 am

שמיי_דריי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:hey tzitlech you are really cute i like very much your articles doesnt matter in which topic cuz you have a language thats its sweater than sweat its unbelievable, by every word I am laughing very much thanks and keep it on going

פאר די וואס קענען נישט געהעריג ענגליש: שוויציגער פון שוויץ.

ווי אין מיין תגובה האסטו געזעהן די ווארט "שוויץ" ?



קרעמער, קודם נאדיר א פארשויצטער ;l;p- , האסט מיר געקאסט א לאך.

ר' שמייער'ל,

ער האט אויף א לייכטע אופן געמיינט אנצואווייזן אז דאס ווארן 'sweat' מיינט שוויץ.

איר האט אבער געמיינט צו זאגן, 'זיסער ווי זיס', יענע ווארט שרייבט מען 'sweet'.

פארשטאנת? נאטינג פערסאנעל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 3:21 pm

צייטליך, זיס ווי אייביג, ווער נאך קען באשרייבן עפעס וואס איז נישט ארויסגעקומען מיט מער דיטאלן ווי ווען עס קומט יא ארויס? הוה אומר זה צייטליך..

קרעמער, טיפיקל.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 3:36 pm

צוגעלייגטע
Shloime-Daskal_Poseach.jpeg
Shloime-Daskal_Poseach.jpeg (12.17 KiB) געזעהן 3012 מאל

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:16 pm

א ריזיגן שכח צייטליך פאר אלע דיינע הערליכע באריכטן, ולא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על כל הבאריכטן והארטיקלען יצא, האניג ווי זיס, קיפ איט אפ.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 5:26 pm

איך האב יעצט באקומען א טעלעפאון קאל פון וויכטיג מאכער, ער זאגט אז די סידי'ס זענען שוין אויף די פאליצעס אין די געשעפטן.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 7:00 pm

איך האב עס געהערט אביסל ס'איז זייער שיין
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ער זינגט עס מיט די ליטווישע הברה, ס'קיקט אויס ווי ער שעמט זיך מיט די חסיד'ישע הברה
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

jojo
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:54 pm

?????Litvish

תגובהדורך jojo » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 8:44 pm

I think that with that litvish accent he tries to sing he sounds like a complete idiot and I'm not buying his cd only for this reason. He is a vishnits chosid and tries to sing like he is a litvishe. Shloime please sing the way you are you have a beautiful voice and we like you as chasidish please don't be ashamed as chasidish

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 4:20 pm

jojo האט געשריבן:I think that with that litvish accent he tries to sing he sounds like a complete idiot and I'm not buying his cd only for this reason. He is a vishnits chosid and tries to sing like he is a litvishe. Shloime please sing the way you are you have a beautiful voice and we like you as chasidish please don't be ashamed as chasidish

JOJO ביזט גערעכט איך האב געהערט די שטיקלעך אויף http://www.mostlymusic.com און ס'מיר זייער נישט געפאלן

די ניגונים זענען הערליך אבער די וועג פארוואס זינגט ער נישט די נקודות אזוי ווי זיין פאטער האטעם געלערנט ?

ער גייט נישט האבן מער קאסטעמערס אזוי, אויב עפעס נאר ווינציגער
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 6:46 pm

איך האב נעכטן געהערט עטליכע חלקים פון די נייע טעיפ, און מיר איז עס גראדע זייער געפאלן.
איך האב נאכנישט געהערט די ענגלישע ניגון, און אויך נישט באמערקט די ליטווישע הברה, אבער זיין זינגען איז מיר זייער געפאלן, איך האב געקלערט אז ער איז אויסטערליש שיין.

ס'קען זיין אז דערפאר בין איך אנטציקט געווארן, ווייל כ'האב עס געהערט שמועסענדיג מיט איינעם אין די אויטאמאביל, נישט צולייגענדיג קיין קאפ צו די מוזיק ספעציעל, ס'האט זיך נאר בעקיפין (סוב-קאנטשעס) רעגיסטרירט ווי הערליך ער זינגט.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 10:42 pm

איך באוואונדער אויך זיין שיין קעלעכעל און די ניגונים אבער זיין הברה געפעלט מיר נישט אבער מ'קען אים דן זיין לכף זכות ווייל ס'איז נישט אלע ניגונים ער האט א אידישע און א ענגלישע און א אראבישע (פארשטייצעך ווייל אזוי איז היינט די סטייל...) און יידע הברות
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 12:22 pm


לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:45 am

אויף מה נשמע איז דא א קליפ פוטן די ענגלישע ניגון.

איך האב געליינט אויף אן אנדערע וועבזייטל אז די ניגון האט א פערזענליכע מיינונג. שלמי איז אלץ קינד זיך נישט אויסגעקומען מיט זיינע עלטערן און ער איז אוועק פון זיינע עלטערנ'ס הויז. ביז ער איז רח"ל געווארן זייער נישט געזונט און דאן האט ער זיך צוריק באקענט מיט זיינע עלטערן. יעצט האט ושין די ניגון גאר אן אנדערע באדייט.

דא האט איר די קליפ.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 9:12 pm

אבער וואלטעס אויף אידיש נישט געהאט א בעסערן טעם?

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:48 pm

עס איז זייער א שיינע טעיפ, און א יעדע מאל איך הער עס, ווערט עס נאר שענער און שענער.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], Tevye, וימאןX3 און 24 געסט