ישראלי ווערדיגער-בית נאמן בישראל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

ישראלי ווערדיגער-בית נאמן בישראל

תגובהדורך יא יא » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 4:13 pm

אויף די פארלאנג, וועל איך באשרייבן נאך אפאר זינגערס.
איך וועל אנהייבן מיט ישראל ווערדיגער:
ישראלי זינגט שוין אויף חתונות בערך פאר דריי יאר, ער איז א גערער חסיד אבער איז זייער שטארק אויפגעכאפט אין אלע חסידישע קרייזן, און זינגט אויף אלע סארט חתונות.
ער ארבעט יעצט אויף א נייע אלבום וואס גייט אי"ה ארויסקומען פאר די הייליגע טעג. די אלבום ווערט פראדוסט דורך גרשי מאשקאוויטש, און אזוי אויך האט יוסי טיבערג א גרויסע יד אין דעם (ווי באוואוסט לאזט ער נישט ארויס א טעיפ אן דעם וואס עס זאל זיין פערפעקט).
אויף די אלבום האט ער נייע הערליכע ניגונים פון באוואוסטע קאמפאוזערס, צווישן זיין יוסי גרין, פינקי, ברוך לעווין, ישעי' פערל, מאטי אילאוויטש. ליפא שמעלצער האט אים געמאכט א הערליכע ניגון אויף די ווערטער לישועתך קוינו כל היום וואס ער האט געזינגען ביי די קומזיץ אויף די שיף (איך האף ארויפצולייגן א קליפ אין די נעקסטע פאר שעה.
די מוזיק ווערט אראנזשירט דורך יהושע פריד וואס האט געמאכט די מוזיק פאר א חלק פון די הלל טעיפ פון ליפא שמעלצער און אזוי אויך אויף קעניינעהרע. ער איז זייער באקאנט אין ארץ ישראל.
זיין אלבום אזוי ווי אלע גרשי'ס אלבום'ס וועט זיין די רעדע פון די שטאט און וועט בעזה"י שנעל ווערן אויסגעליידיגט פון די געשעפטן.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
לעצט פאראכטן דורך יא יא אום פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 4:23 pm

שכוח יא יא

דא האט איר א בילד פון אים.
צוגעלייגטע
werdygers.jpeg
werdygers.jpeg (20.04 KiB) געזעהן 5038 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 9:56 pm

יישר כח יא-יא, מיר ווארטן אויפן קליפ.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג אוגוסט 19, 2008 1:52 pm

דער פארגאנגענע מוצאי שבת האט ישראל ווערדיגער געזינגען אין וויספערינג ווואדס, און דערנאך האט ער געזינגען צוזאמען מיט שלומי טויסיג אין לעיקסייד ווילאס, ווי שוין באשריבן אין די שלומי טויסיג אשכולהיכל הנגינה\שלומי טויסיג
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 10:26 am

ישראלי האלט שוין ביים ענדיגן זיין הערליכע טעיפ, לויט ווי איך הער איז עס א הערליכע חסידישע טעיפ מיט צוועלף געשמאקע ניגונים, עס וועט אי"ה ארויסקומען גלייך פאר ר"ה.
דא האט איר א קליפ ווי ישראלי ווערדיגער זינגט צוזאמען מיט שלומי טויסיג
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

nuta
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 5:44 pm

תגובהדורך nuta » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 1:35 pm

?When will it release

tzadik
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 12:59 pm

תגובהדורך tzadik » זונטאג סעפטעמבער 14, 2008 2:39 pm

איך האב געהערט אז זיין טעיפ דארף ארויס קומען אויף ראש השנה, ער זינגט זייער שיין זאל הער האבן אסאך הצלחה

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:48 pm

איך האב יעצט באקומען א קאנפירמעישאן אז די דעקל פון די אלבום וועט זיין פובליצירט אין די קומענדיגע טעג (איך האף עס צובאקומען אזויווי עס איז פיינעלייזד).
די אלבום וועט אי"ה ארויסקומען אין די טעג צווישן ר"ה און יו"כ.
די אלבום הייסט 'בית נאמן בישראל'.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 12:31 am

ישראלי ווערדיגער'ס טעיפ איז שוין אין די לעצטע שטאפלן פון פראדוקשען.
ברוך שהחיינו, מיט די היינטיגע פארפלייצונג פון זינגערס און טעיפס דארף מען דאנקען די באשעפער אז עס קומט ארויס א הערליכע חסיד'ישע טעיפ מיט הערליכע ניגונים.
גרשי מאשקאוויטש פרעזענטירט די הערליכע טעיפ בית נאמן בישראל, הערליכע ניגונים געזינגען דורך א חסיד'ישע זינגער ישראלי ווערדיגער, מיט הערליכע מוזיק אראנזשירט דורך יהושע פריד פון א"י.
דא האט איר א סעמפל פון די ניגון 'בית נאמן בישראל', א סעמפל פון די גאנצע אלבום וועט אי"ה זיין אין די קומענדיגע טעג.
די אלבום וועט בעזהשי"ת זיין צו באקומען אין געשעפטן פאר יו"כ.
די ניגון בית נאמן בישראל איז פארפאסט געווארן דורך די נייע שטערן אין עולם הנגינה מאטי איללאויטש (א פולע באשרייבונג אויף אים וועט אי"ה ערשיינען אין די קרעטשמע אין די קומענדיגע טעג) ער האט שוין פארפאסט ניגונים פאר ליפא שמעלצער, שלומי טויסיג, שלומי גערטנער, און נאך. די ניגון בית נאמן בישראל איז די ערשטע ניגון וואס מאטי האט פארקויפט, ער האט עס פארפאסט לכבוד זיין חתונה.
צווישן די קאמפאוזערס פון די ניגונים זענען: יוסי גרין, פינקי, ליפא שצעלצער, ברוך לעווין, משולם גרינבערגער, שרגא געשטעטנער, שאולי בראך, און נאך.
די מוזיק איז געווארן אראנזשירט דורך יהושע פריד, זיינע טאלאנטען זענען שווער צו באשרייבן אין א קליינע פאראגראף, איינע פון זיינע גרויסע טאלאנטען זענען אז ער פארשטייט וואס נישט אריינצולייגן.
דאס איז די ערשטע אלבוים וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך TEEM PRODUCTIONS' יוסי טיבערג (TEEberg), און גרשי מאשקאוויטש. די צוזאמארבעט פון גרשי'ס איבערגעגעבנקייט און פארשטאנד, און יוסי'ס טאלאנטפולע עקספעריענס ברענגט דער אלבום צו א פלאטפארם וואס חסיד'ישע מוזיק האט נאכנישט געזעהן.
איך וועל אי"ה ארויפלייגן די סעמפל פון די גאנצע טעיפ ווי נאר עס קומט ארויס.
מען רעדט שוין פון דער אלבום איבער א יאר און א האלב, אבער ווי מען זאגט 'אויף א גוטע זאך לוינט זיך צו ווארטן', מען האט מיך שוין געלאזט אויסהערן עטליכע פון די ניגונים, איך קען אייך זאגן (אויף וויפיל מיין מיינונג איז ענק נוגע) דאס איז אן אלבום וואס עס האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
צוגעלייגטע
YWerdygerCover333.JPG
ישראלי ווערדיגער נייע אלבוים
YWerdygerCover333.JPG (39.51 KiB) געזעהן 4677 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 10:55 am

ביי ישראלי ווערדיגער'ס ברודער'ס חתונה
צוגעלייגטע
123.JPG
גרשי מאשקאוויטש מיט ישראלי ווערדיגער
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 11:02 am

דא האט איר א לינק צו די סעמפל פון ישראלי'ס נייע אלבום.
דער סעמפל ענהאלט אין זיך קליינע שטיקלעך פון אלע ניגונים.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 12:15 pm

די אלבום וועט אי"ה זיין צו באקומען אין געשעפטן צווישן ר"ה און יו"כ.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 1:52 pm

די נייע אלבום
צוגעלייגטע
Yisroel-Werdyger_Coming-Soon.jpg
Yisroel-Werdyger_Coming-Soon.jpg (40.96 KiB) געזעהן 4422 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 6:39 pm

ישר כח "יא יא"

איך מיין אז איך גיי קויפן די טעפ עס קוקט אויס זייער שיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 8:30 pm

איך האב היינט געהערט די סעמפלער, אויסצוגן פון אלע ניגונים אויפן טעיפ.. וואס זאל איך אייך זאגן רבותי? עס זעט אויס ווי גאר א געלונגענע ארבעט, דאס קעלעכע'ל זיינס איז ממש פלאי פלאים, א שטיק הארץ, די קאר, די ניגונים, די ווערטער, די מוזיק וכו' א מייסטערווערק איך קען קוים ווארטן עס צו קויפן אי"ה.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 11:16 am

היינט אינדערפרי אויף די וועג ארויס פון די מקוה, איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן וועגן ישראלי, און עטליכע יונגעלייט האבן אים נאך קיינמאל נישט געהערט זינגען אדער אפילו נישט געהערט אז עס איז דא אזא זינגער. האב איך זיי געשפילט די סעמפלער וואס איך האב אויף מיין טעלעפאן, זיי זענען ממש נתפעל געווארן פון די ניגונים און די מוזיק.
דער אלבום וועט זיין נאך א היט פון גרשי מיט יוסי טיבערג.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:58 pm

אה, דו ביזט עס געווען?...

דזשאסט קידינג...
An article a day keeps the babies away

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:59 pm

עס וואלט מיר נישט געבאדערט דיר צו טרעפן אמאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 5:12 pm

רב יא יא, לייג זשע ביטע ארויף די סעמפלער דא, זאל דער עולם הנאה האבן!

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2008 11:25 pm

עס מיז אויך ארויסגעברענגט ווערן אז ישראל איז אן אמת'ער איידעלער אינגערמאן ממש וואס מ'זעהט נישט כמעט, נעמט אויף יעדן מיט אזא פריינטליכקייט און מיט א שמייכל, מיט אזא פשטות צו יעדן איינעם.
עס דערקענט זיך טאקע זיינע מידות אין זיין זינגען, דאס איידלקייט און דאס חן וואס ציעט דעם אויער, עס איז צום האפן אז ער וועט שטארק זיין מצליח בכל דרכיו.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 9:45 am

עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 3:25 pm

[flash=]
יא! די נייע טעיפ איז שוין אין געשעפטן.
לויפא און קויפט די נייע אלבום און האט הנאה פון א חסיד'ישע אלבום.
[/flash]


ביטע שרייבט אייער רעאקציע צו דער אלבום.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:02 pm

יא, איך בין געלאפן קויפן די נייע אלבום, און איך ער האט מיר ב"ה נישט אויסגעשפילט.
די טעיפ האט א אויסוואל פון שנעלע און לעבעדיגע ניגונים מיט הערליכע מוזיק.
דא האט איר די סדר פון די ניגונים מיט די קאמפאוזערס
בית נאמן בישראל - מאטי איללאוויטש
אמור - משולם גרינבערגער
לכה דודי - ברוך לעווין ( די אידישע ווערטער זענען געשריבן געווארן דורך מאטי איללאוויטש)
ישראל ביחד - מאטי איללאוויטש
כי הדלקתי - יוסי גרין
כי לישועתך - ליפא שמעלצער
אחינו - פינקי וועבער
ומלוך - יוסי גרין
שובו בנים - שאולי בראך
בשמחה רבה - יענקי קרימאן
תמכתי - ישעי' פערל
קל הכבוד - שרגא געשטעטנער

אויב האסטו געהערט די טעיפ, ביטע שרייב דא צו דיין רעאקציע
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג אוקטובער 05, 2008 12:16 am

רבותי, לויפט אין קויפט דעם נייעם טעיפ עלי ועל צאוורי איר וועט הנאה האבן דערפון ברוחניות ובגשמיות, מלא טעם ותוכן, פאר אינג אין אלט, אין פאר אלע 'אקעישענס'.. איר וועט נישט קיין חרטה האבן.

היילי רעקאמענדעד..

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 1:39 am

יודן דער סידי איז קוקו צו ווערן! דער זינגט דאך אזוי שיין און זיעס. פארפאלן א געוואלדיגע געלונגענע דזשאב דורך שרולי, און גערשי מאשקאוויטש. פארשטייט זיך אז מ'זעהט יוסי טיבערגס עקספערטיז אויף יעדן טריט און שריט. די מיוזיק איז טשאדאש. און ער לייגט אראפ יעדן ניגון אזוי גוט. איך זאג ענק, דער סידי הערט נישט אויף צוגיין ביי מיר אין קאר. די ניגונים זענען הערליך, פארשטייט זיך ס'איז דא וואס זענען בעסער ווי די אנדערע, אבער ס'איז נישט דא קיין איין גארביטש ניגון. יעדער ניגון ווינדערבאר! יודן עטץ ברויכטס הערן דעם לכה דודי ניגון פארפאסט דורן ברוך לעווין און גראמען דורך מוטי אילאוויטש, עס איז ממש צום אויסגיין. און די ערשטע ניגון בית נאמן, אוי, דאס גייט זיין די נייע חתונה ניגון.
איך האלט נאך אינמיטן אויסהערן, איך וועל ווייטער הערן און אי"ה ווייטער באריכטן.
איין זאך זאג איך ענק יא, אסאך פראדוסערס קענען זיך גיין לערנען ביי גרשי. קודם מדות אליין, און אויך טאלאנט.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police און 25 געסט