שלומי טויסיג - מודים אנחנו

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

שלומי טויסיג - מודים אנחנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איך עפן צוריק דער אשכול וואס איז בטעות אויסגעמעקט געווארן:

איך וואלט געוואלט שרייבן דא אביסל וועגן איינער פון די אויפגייענדע שטערן'ס אין די עולם הנגינה "שלומי טויסיג".

שלומי איז אין די לעצטע פאר יאר געווארען זייער פאפולער, ער זינגט אויף חתונות אין אלע אידישע געגנטער אין ניו יארק, אזוי אויך זינגט ער אויף שבתים וכו', עס איז היינט קע"ה זייער שווער צו טרעפן א דעיט וואס ער איז אוועילעבל.

פארשטייט זיך אז מיט אזויפיל טאלאנט צווישן די חסיד'ישע עולם קומען יעדן טאג ארויף נייע זינגערס, אבער 'שלומי' האט עס ב"ה געמאכט צו זיין איינער פון די פארנומענסטע זינגערס צווישן די היימישע עולם.

(ווי עס איז שוין געוועהן געשריבן 'דא' אין היכל הנגינה) פאר צוויי וואכן צוריק איז געוועהן א הערליכע קומזיץ אויף א שיף אראנזשירט דורך גרשי מאשקאוויטש, ווי שלומי האט געזינגען דארט, און אנגעווארעמט די עולם מיט די הערליכע ניגונים וואס ער האט געזינגען (און געמאכט די עולם מיטזינגען) ואני בחסדך בטחתי פון מבד, אשת חיל-שללל פון ישי לפידות, הייב אויף דיינע הענטעלעך פון ליפא, און על זה דוה לבנו פון מבד.

שלומי פירט אויך אן די קאפעלע אין באבוב (45) ביי די חתונות, ווי ער האט געמאכט א הערליכע דשאב אין אראנזשירן די סדר הנגינום וכו', די אלע וואס האבן מיטגעהאלטן באבובער חתונות ביז צום היינטיגן טאג זענען נתפעל געווארן פון שלומי'ס טאלאנטען.

שלומי דאווענט אויך אסאך פאר'ן עמוד ביי זיין טאטע אין בית המדרש בעלעד, ספעציעל ימים נוראים ווי ער לייגט אראפ די תפילות און נעילה יום כיפור ווי ער לייגט אראפ א דאווענען מיט זיין הערליכע שטימע און ווארימע הארץ.

די אלע וואס קענען שלומי ווייסן אבער אז איבער די אלע טאלאנטען האט ער איין מעלה וואס שטייגט אלץ איבער, און דאס איז זיין העפליכקייט צו יעדעם איינעם נישט קיין חילוק ווער ער איז, און דאס איז וואס האט אים צוגעברענגט צו דער מצב וואס ער איז יעצט אין, צו זיין איינער פון די מערסטע פארנומענע זינגערס אין די חסיד'ישע עולם.

שלומי ארבעט יעצט אויף א הערליכע טעיפ וואס גייט אי"ה זיין אין די געשעפטן (ווילאנג עס איז נישט אויספארקויפט) נאך די ימים טובים, איך האף אין די נעקסטע פאר טעג צוצולייגן מער פרטים וועגן זיין נייע טעיפ.
לעצט פארראכטן דורך יא יא אום מאנטאג יוני 22, 2009 4:28 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

דער מוצאי שבת איז שלומי ארויפגעפארן צו די בערג זינגען ביי א קומזיץ מיט יוסי גרין, אין Yellow Shutters, סאוט פאולסבארג.
יוסי מאכט יעדעס יאר מוצאי שבת נחמו א קומזיץ ביי זיך אין די באנגעלאו ווי מען זינגט אסאך פון זיינע ניגונים. דער יאר האט יוסי גערופן שלומי זאל קומען זינגען ביי זיין קומזיץ, צוזאמען מיט שירה.
אויף די וועג אריין אין שטאט האט שלומי געמאכט א סטאפ צו זאגן גוט וואך פאר זיין פראדוסער גרשי מאשקאוויטש אין lakeside villas, אין די פארקינג לאט האט ער געטראפן ישראלי ווערדיגער, ישראלי האט אים דערציילט אז גרשי האט אים גערופן אז נאך ער ענדיגט זיין דשאב זאל ער אריבערקומען צו די קאלאני זינגען אביסל פאר די משפחות.
שלמי האט סורפרייזט גרשי, און גרשי האט אים טאקע געבעטן אז ער זאל בלייבן צוזאמען מיט ישראלי זינגען אביסל. אזוי ווי ישראלי מיט שלומי זענען ארויסגעקומען אויף די פעלד ווי די עולם איז זיך צוזאמען קומען האט די עולם אנגעהויבן שרייען: ישראלי ישראלי, טויסיג טויסיג, שלומי שלומי, Taussig Taussig.
זיי האבן צוזאמען אנגעהויבן זינגען אפאר קומזיץ ניגונים ווען אויפ די זייט האט צוגעשפילט א נייע אבער מעכטיגע שפילער, "מאטי מיללער". דערנאך האבן זיי אנגעהויבן זינגען לעבעדיגע ניגונים און די עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין לעבעדיגע טענץ.
שלומי האט פאר ער איז אהיימגעפארן אין שטאט שוין א שעה און א האלב שפעטער נאכאמאל אריינגעסטאפט עפעס געבן פאר גרשי, און אפאר מענטשן פון די קאלאני וואס זענען נאך געוועהן אויף האבן געבעטן שלמי אפשר זינגט ער נאך אביסל, האט זיי שלמי געלאזט אביסל צוהערן די מוזיק פון זיין נייע טעיפ וואס גייט ארויסקומען נאך די ימים טובים, און ער האט מיטגעזינגען מיט די מוזיק.

איך האף אין די נעקסטע פאר טעג צו לייגן לינקס צו ווידיאו קליפס ווי מען וועט קענען זעהן ישראלי מיט שלומי זינגען צוזאמען.
לעצט פארראכטן דורך יא יא אום מאנטאג אוגוסט 18, 2008 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא יא, זאגסטעך גוט, יישר כוח פאר די דיטעילד ביאגראפיע. לויט ווי עס קוקט אויס, ביסטו גוט באקאנט אינ'ם עולם המנגנים, און היות, עס ווילט זיך הערן ביאגראפיעס פון נאך בעלי מנגנים, וואלט איך געוואלט בעטן אויב עס איז שייך, זאלט איר שרייבן פון נאך.

יאשר כוח למפרע..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייער פיין באשריבן.

מיר וואטן אויף די לינקס.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

הרב סאכדעם
איך האב אנגעהויבן שרייבן וועגן נאך זינגערס.
דא איז די לינק פון ישראלי ווערדיגער
היכל הנגינה\ישראלי ווערדיגער
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

שלומי ביי די קומזיץ
אטעטשמענטס
IMG00050.jpg
IMG00050.jpg (19.15 KiB) געזען 11161 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איך האב צוגעלייגט א תגובה וועגן שמואל בער וועבער
שמואל בער וועבער
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

נעכטן נאכט בין איך געגאנגען צו א חתונה, אזוי ווי איך בין אנגעקומען צום זאל האבן מען געקענט פילן אז די חתונה ראקט אוועק. די עולם האט געהאפקעט. איך גיי צו די מוזיק און איך זעה נישט קיין אנדערע ווי ידידי רבי שלמה (נישט שלמה'לע :wink: ) איז די זינגער. ער האט געמאכט א פיינע דזשאב איי מאסט סעי, ער איז גוט!

איך האב אפילו געכאפט א בילד, נישט אזוי קלאר ווייל עס איז פון א סעלפאון, אבער נישט געפערליך.
אטעטשמענטס
2.jpg
2.jpg (29.21 KiB) געזען 10967 מאל
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

יישר כח הרב לעווי פאר די בילד, איך האב גראדע היינט צופרי באקומען א קליפ ווי שלומי זינגט ביי א חתונה דער וואך, עס זעהט אויס ווי די זעלבע זאל.
שלומי טויסיג זינגט הייב אויף דיינע הענטעלעך
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יא יא, יישר כח פאר די קליפ. עס איז זייער שיין. דאכצעך אז ס'טאקע די זעלבע חתונה.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איך האב שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה אז שלומי האט געזינגען צוזאמען מיט ישראלי ווערדיגער אין לעיקסייד ווילאס פאר צוויי וואכן צוריק, דא האט איר די קליפ פון שלומי טויסיג מיט ישראלי ווערדיגער
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נעכטן בין איך געווען ביי א בלעקבערי קאנווענשאן (אדער ווי מאנכע רופן עס נאך עד היום הזה, "א חתונה"...), און כ'האב געהאט די געלעגנהייט דאס ערשטע מאל צו הערן "לייוו" דעם מעכטיגן זינגער, שלמה "טויגיג".

וואס זאל איך אייך זאגן? ער איז עפעס געוואלדיג. זיין קול גליטשט זיך עפעס אזוי שיין, זיינע חידושים זענען הפלא ופלא, זיין שטימע גרייכט גאר הויך, און ער פארמאגט - לדעתי - אלע מעלות וואס א זינגער דארף פארמאגן.

און אויך נאך א מעלה וואס א זינגער האט נישט געווענליך, אז ער איז מקבל כל אדם בסבר פנים יפות, אזוי ווי הרב יא יא האט שוין געשריבן אנפאנג פונעם אשכול. ווען כ'בין צוגעגאנגען אים זאגן א שכוח און ווי שטארק כ'האב ליב זיין זינגען, האט ער גערעדט צו מיר מיט א שמייכל, כאילו מיר קענען זיך שוין א שטאק מיט יארן און מיר האבן אינאיינעם געלערנט אין ישיבה. ער בלאזט נישט פון זיך, ער אנערקענט אז זינגען איז א מתנה פונעם אויבערשטן און נישט זיין אייגנטום, און דאס דערקענט זיך ביי יעדן טריט און שריט.

ווי אויך האב איך שטארק הנאה געהאט ווי געשמאק און חסיד'יש ער זינגט, וואס מיט דעם איז ער א יחיד מומחה. צו "קענען" זינגען סיי ערליך און סיי נישט, און זינגען דוקא נאר ערליך, איז א קונץ. און דער קונץ פארמאגט אונזער נייער זינגער, ר' שלמה טויסיג.

דערווייל בין איך נישט מצליח צו קאנווערטן די ווידעאוס וואס כ'האב געכאפט מיט מיין טעלעפאן, און כ'וועל מיך מוזן באגענוגען מיט א בילד:
אטעטשמענטס
IMAG0005.jpg
IMAG0005.jpg (15.41 KiB) געזען 10479 מאל
An article a day keeps the babies away
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך דערמאן מיך יעצט צוויי פונקטן איבער 'שלומי טויסיג' וואס איז דאכצעך נאך נישט געשריבן געווארן.

1)ער איז א זוהן פון הרה"ג רבי יוסף טויסיג שליט"א אב"ד בעלעד.

2)אלץ קינד האט מען אים געגעבן די טיטל ילד הפלא נאך דעם וואס ער האט געזונגען אויף ר' משה גאלדמאנ'ס טעיפ. ער האט געזונגען סאלא אויף 'שבת' די זיבעטע טעיפ פון ר' משה גאלדמאן, און אויף מאך טעיפס אין די יונגע עלטער פון 10-11 יאר אלט.

יישר כח הרב 'יא יא' פאר די קליפ.

מאשקע מיר ווארטן פאר דיינער.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קענסט ווארטן. כ'פלאג מיך שוין איבער א שעה. ס'איז א 3G2 פייל, און ס'עפנט זיך געהעריג מיט מידיא פלעיער קלעסיק, אבער ביים קאנווערטן פארלירט ער די סאונד און מ'הערט גארנישט. כ'וועל נאך פרובירן ווייטער.
An article a day keeps the babies away
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

הרב ראש הקהל, אז דו ביסט שוין יא איבערצייגט אז שלומי טויסיג איז א מעכטיגע זינגער, וויל איך דיר מודיע זיין אז איך האב שוין געהערט אפאר פון זיינע ניגונים וואס גייען זיין אויף די נייע טעיפ, און איך קען דיר זאגן אז די טעיפ מיט די ניגונים וועלן זיין די היט פון די סענטורי.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאסמאל בין איך אויך איבערצייגט. ער האט א שטימע מיט אלע מעלות, וואס איז ווערד געהערט צו ווערן נאכאמאל און נאכאמאל.

*

דא לייג איך ארויף 2 ווידעאוס וואס א צווייטער האט אפגעכאפט ביים נעכטיגן חתונה (בלעקבערי קאנווענשאן...). ס'איז נישט אזוי קלאר, אבער דאס איז דערווייל דאס בעסטע וואס איך האב.

http://www.divshare.com/download/5300954-b19

תניא:
http://www.divshare.com/download/5301005-acf
An article a day keeps the babies away
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

לעווי, איך קען דעם שבת טעיפ, וועלעכע ניגונים זינגט ער סאלא דארט ? דארט אידא א פינף זעקס סאלאס אויף יענע טעיפ.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

יישר כח הרב מאשקע פאר די קליפס, איך האף היינט אדער מארגן ארויפלייגן א שיינע קליפ ווי שלומי זינגט ביי א מלוה מלכה אין laurel edge, לטובת די סאטמערער ביקור חולים.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

מאשקע, איך קען נישט פונקטלעך ארויסהאבן וואסערע שטימע ער האט ווייל סיז נישט אזוי קלאר, מילא האב איך נאכנישט קיין מיינונג, אבער שקויעך פאר דיין מי, און דיין בלעקבערי קאנווענשן ערפינדונג האט געקאסט א מעכטיגן לאך.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איזאק האט געשריבן:מאשקע, איך קען נישט פונקטלעך ארויסהאבן וואסערע שטימע ער האט ווייל סיז נישט אזוי קלאר, מילא האב איך נאכנישט קיין מיינונג, אבער שקויעך פאר דיין מי, און דיין בלעקבערי קאנווענשן ערפינדונג האט געקאסט א מעכטיגן לאך.

דא האסטו א לינק צו א קליפ וואס איז יא קלאר, עס איז נישט די זעלבע חתונה, אבער דאכצעך מיר אז דער קליפ ברענגט קלאר ארויס וואס פארא זינגער שלומי טויסיג איז
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יישר כח מאשקע.

איך האב נישט געוואוסט אז דו גייסט מיט א קראך היט און א קורצע רעקל!!! און בכלל וואו שעמסטו דיך נישט צו שטיין מיט א ווידיאו קעמרא אזוי ברבים? :lol:
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
tzadik

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tzadik »

הרב לעווי איך גלייב אז די האסט סתם געמיינט צו טשעפענען מוט די קראך הוט אין קורצע רעקל, אבער פשוט לידעתך דער וואס שטייט דארט מיט די ווידיאו קאמערע איז העשי רובינשטיין פון כל העולם כולו, זעהט אויס אז ער האט געכאפט ווידיאו ביי די חתונה, א שאד ס'איז נישט גענוג קלאר, איך ווארט צו זעהן די קליפס פון די מלוה מלכה וואס הרב יא יא גייט ארויף לייגן
tzadik

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tzadik »

אני וועיס א גרויסן יישר כח פארן ראש הקהל, ס'איז אלעמאל אינטרעסאנט צו זעהן נייע זאכן (אפי' אויב ס'איז נישט אויפן קלארסטן אופן) keep it up :grin:
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ראביי לעווי, מאך נישט חוזק. אינדערהיים זענען אלע ראשי קהלות געגאנגען מיט קראך היטלעך...

הרב יא יא יא יא יא, אויב האסטו אין די ארכיוון א גוט שטיקל אודיאו פון ר' שלמה'לע, לייג עס ביטע ארויף, כדי דער עולם דא זאל קענען נהנה זיין.
An article a day keeps the babies away
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איזאק האט געשריבן:לעווי, איך קען דעם שבת טעיפ, וועלעכע ניגונים זינגט ער סאלא דארט ? דארט אידא א פינף זעקס סאלאס אויף יענע טעיפ.


איך געדענק שוין נישט ווייל איך האב שוין נישט געהערט די טעיפ א גוטע 12-13 יאר, אבער דאכצעך אז ערא זינגט בואו ונצא, און אויך אין מקדש מלך.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”