הייליגער שבת פון ח.י. גאלדמאן ב"ר משה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

הייליגער שבת פון ח.י. גאלדמאן ב"ר משה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צווישן די נייע שבת נחמו טעיפס איז ארויס געקומען א טעיפ הייליגער שבת

עס האלט אין זיך אלטע ניגונים, ארויף געלייגט אויף נייע ווערטער,
בעיקר ניגונים וואס עס ווערט געזינגען בחצרות באבוב,

וואס עס האט מיר געכאפט דאס מערסטע איז א ניגון וואס מ'זינגט אין באבוב אויך ועל כולם אלקי סליחות,
דאס איז פארפאסט געווארן דורך א חסיד בשעת די מלחמה בעצם יום כיפור, מוזנדיג ארבעטן פאר די רשעים אינמיטן גראבן א גרוב...

עס איז ארויף געלייגט געווארן ווערטער גוט שבת הייליגער שבת וכו',

(אויב איינער קען ברענגען דעם ועל כולם ניגון אהער וועט ער זיין א מזכה את הרבים, דער ניגון זינגט מען אסאך ביי די יאקאב מסיבות)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האט דאס מערסטע געכאפט דער דעקל (איך האב עס געזען אויפן פלאקאט), כאפט א בליק אין דעם אויפגעמישטן סידור'ל, און פרובירט צו ליינען די ווערטער וואס זענען כלומר'שט פון "נשמת", מען קען אויסשיסן פאר היסטעריע פון די מיש-מאש וואס דארט גייט פאר.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אה, דער ניגון איז זייער א הארציגער ניגון, אפילו אן די אומשטענדן ווען עס איז קאמפאזירט געווארן. מיט די הינטערלאגע זינגט זיך עס ווארימער.

דא איז דער ניגון: ועל כולם אלקי סליחות
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”