המקור של דודי אם כל עולם וכו' פין אייזיק האניג

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

המקור של דודי אם כל עולם וכו' פין אייזיק האניג

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 8:16 am

ווי שטייט די ווערטער דודי אם כל עולם מקומך וכו' פון אייזיק האניג'ס טעיפ ? אויפ'ן טעיפ שטייט "פיוט להושענה רבה" אבער איך האב עס שוין ארימגעזיכט אין אסאך פלעצער און איך קען עס נישט טרעפען ,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 12:48 pm

געשמאקער,

ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא, פיני פרוינד פון חדשות המוסיקה היהודית האט שוין געשריבען דארט די ווערטער וז"ל:
השיר הראשון שבאלבום, "דודי", לקוח מתוך פיוט להושענא רבה, ממנו מולחנות המילים "דודי אם כל עולם מקומך...". למיטב ידיעתי, מילים אלו לא הולחנו מעולם, כמו גם שירים נוספים באלבום. זוהי נקודה ראויה לציון, שכן לעשות אלבום שלם בן 11 שירים עם מילים שלא הולחנו, או שהולחנו רק פעם אחת, זוהי עבודה לא פשוטה כלל ועיקר, ויחסית נדירה במחוזותינו.


עס איז זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס ליגט למעשה אונטער דעם ניגון, אפשר האט איינער א שייכות מיט ר' אייזיק'ן און קען דערגיין דעם מקור ראשון פון די ווערטער, ווער ווייסט אויף וועלכע נאך ניגונים דארט איז דער פיני איז מרמז אז זיי האבן נישט קיין מקור?

(אגב, מאשקע, האסט שוין דעם לינק אינעם 'היכל המוזיק'?)

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 1:10 pm

איך האב גראדע געפרעגט אסאך מענטשען ווי ס'שטייט און קיינער האט מיר נישט געוויסט צו ענטפערן אויסער איינער האט מיר גענטפערט שוין איבער א יאר צירוק אז ס'שטייט אין חרדים און איך זיך עס נאך אלץ
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 1:28 pm

איך בין ערשט לעצטנס געוואר געווארען פון די אידישע וועלט און איך האב גלייך געזיכט ביי היכל הנגינה אויב ס'שטייט עפעס וועגן די ווערטער און ס'איז מיר זייער אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט גערעדט דערוועגן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 2:21 pm

מיללער האט געשריבן:געשמאקער,

ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא, פיני פרוינד פון חדשות המוסיקה היהודית האט שוין געשריבען דארט די ווערטער וז"ל:
השיר הראשון שבאלבום, "דודי", לקוח מתוך פיוט להושענא רבה, ממנו מולחנות המילים "דודי אם כל עולם מקומך...". למיטב ידיעתי, מילים אלו לא הולחנו מעולם, כמו גם שירים נוספים באלבום. זוהי נקודה ראויה לציון, שכן לעשות אלבום שלם בן 11 שירים עם מילים שלא הולחנו, או שהולחנו רק פעם אחת, זוהי עבודה לא פשוטה כלל ועיקר, ויחסית נדירה במחוזותינו.


עס איז זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס ליגט למעשה אונטער דעם ניגון, אפשר האט איינער א שייכות מיט ר' אייזיק'ן און קען דערגיין דעם מקור ראשון פון די ווערטער, ווער ווייסט אויף וועלכע נאך ניגונים דארט איז דער פיני איז מרמז אז זיי האבן נישט קיין מקור?

(אגב, מאשקע, האסט שוין דעם לינק אינעם 'היכל המוזיק'?)


במחילת כבודך הרב מיללער האסטו נישט גוט פארשטאנען וואס דער פיני האט געשריבען (איך האב אויך די ערשטע זאך געמאכט א גוגעל זוך און געטראפן דעם פלאץ אבער ער מיינט עפעס אנדערש), דאס וואס ער שרייבט לא הולחנו מעולם, מיינט ער צו זאגן אז קיינער האט נאכנישט געמאכט קיין ניגון אויף דעם, און ער וויל ארויסברענגען די חידוש פון דעם טעיפ אז עס האט 11 ניגונים וואס אלע פון זיי זענען ניגונים אויף ווערטער וואס קיינער האט נאכנישט מחבר געווען קיין ניגון אויף דעם, לאפוקי פון אנדערע טעיפס וואס נעמען באקאנטע ווערטער און לייגן דערויף נייע ניגונים, קוק יעצט איבער זיינע ווערטער וועסטו פארשטיין און זיך נישט וואונדערן וועלכע נאך ניגונים האבן נישט קיין מקור, ווייל ער רעדט בכלל נישט פון קיין מקורות, אדרבה ער באמבעלט נאך אז דער מקור איז פון פיוט להושענא רבה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 2:41 pm

אופס, בעני האט מיך געפאקט ביי א פארדריסליכע טעות, וטעות לעולם חוזר.

ידידינו הרב געשמאקער האט א פרישע הערה וואס איז ווערט אין באטראכט צו נעמען, לאמיר זעהן צו די יודעי הפיוטים וועלן קענען אפירזוכן א מקור.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 11:05 pm

איך וועל אייך מגלה סוד זיין פון וואו עס קומט די ווערטער:

א תלמיד פון ייטב לב, מיטן נאמען "יונתן בנימין" האט מחבר געווען פאר זיך א פריוואטע שיר לויט די ראשי תיבות פון די נעמען פון די אושפיזין, מיט גאר אינטערעסאנטע חרוזים. זיינס א אייניקל האט עס אהער געברענגט נאך די מלחמה (אין זכרון) און איבער געדרוקט, און עס געהאלטן אין זיין סוכה.

הרה"ח רבי אליעזר וויינבערגער ז"ל, מח"ס דמשק אליעזר, האט אמאל געזען דעם שיר, און עס איז אים מורא'דיג געפאלן, האט ער עס אריין געדרוקט אין זיין סידור דמשק אליעזר מיט די טייטש (די ערשטע דרוק, נישט וואס זיין זון האט איבער געדרוקט, וועלכע ענטהאלט בלויז וואכענדיגע תפלות).

ר' אייזיק האניג האט די ווערטער דארט געפונען, ביי אושפוזא דדוד, מיטן חרוז "דוד".

דודי אם כל עולם מקומך, עלי כבד עול גליות
ואם אותי תשוב לנוויך, הן לך תשוב המלכות
דוד ובנו הושב על כסא, ותוליכני לארצי קוממיות

אגב, עס איז זייער א אינטערעסאנט דער חרוז, און יעדע נאמען האט אין זיך מרומז די מדה פון יענעם אושפיזא (ווי איך האב פארצייכענט ביי דוד די ווארט "מלכות"). מען קען דעם סידור טרעפן אין די בתי מדרשים.

(בד"וו, עס איז דא עפעס א ניגון (כ'מיין אפשר פון פינקי???) אויף "אזכרה נגינתי מקדם..." איך געדענק נישט די ווערטער, דאס קומט פון דעם חרוז "אהרן" פונעם זעלבן שיר).
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:02 am

און איר פרעגט נאך וואס די אויפטוה פון אזא געשמאקע קרעטשמעלע איז :wink:

8:16 אינדערפרי (פארטאגס, אויף מיין זייגער) קומט אריין א 'געשמאקער' און אינטערסירט זיך אויף געוויסע ווערטער, דער עולם הייבט אן קלערן און פארפירן א שמועס דערוועגן, עס גייט נישט אדורך קיין 15 שעה און איינער פארטרויט אונז דעם סוד פונעם מקור דערצו. יחי הקרעטשמע וסופריה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:04 am

זייער אינטערעסאנט שמערי, א נייע ידיעה איינגעקויפט.
איז דער נאמען פונעם מחבר אפשר ר' יהונתן בנימין כ"ץ?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:08 am

יישר כח שמערי. א שיינע ידיעה האב איך מיך איינגעקויפט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 3:41 am

שכח שמערי

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 6:04 am

שמערי יא מעיד מיי דעי, ס'וועט זיך שלאפען געשמאקער

דרך אגב די האסט געשריבען :
(בד"וו, עס איז דא עפעס א ניגון (כ'מיין אפשר פון פינקי???) אויף "אזכרה נגינתי מקדם..." איך געדענק נישט די ווערטער, דאס קומט פון דעם חרוז "אהרן" פונעם זעלבן שיר).

אפשר קען מען הערן דעם ניגון ?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 8:10 am

א דאנק, שמערי
איך בין געוואויר געווארן נייעס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:32 am

שמערי, א גרויסן דאנק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:45 am

שמערי, החייתיני. אזא שיינע ידיעה מיט אלע דעטאלען. מי כמוך קרעטשמע.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:03 am

שמערי, יישר כח פאר דעם הערליכן ידיעה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:19 pm

א דאנק פאר אייערע דאנקען.

ווילדער טערקי האט מיר געשיקט אין אישית נאך אינפארמאציע, אז ביי לי-עוועניו-פרינטינג (וועלכער איז אן איידעם ביים מוציא לאור פון דמשק אליעזר סידור) האט ער איבער געדרוקט דעם חרוז אין זייער א שיינעם פארמאט און אויף עקסטערע צעטלעך יעדע שיר, אלס א שיינע נוי סוכה.

א דאנק די אינפארמאציע, האבן מיר בלויז עטליכע טעלעפאן רופן אינדערצווישן געגעבן קלארערע אינפארמאציע, דער איד האט געהייסן ר' יונתן בנימין וואלנער, און דער בעה"ב פון לי עוועניו פרינטינג איז גאר זיינס א אייניקל, און ווי עס שיינט האט ער עס געגעבן פארן מו"ל פון דמשק אליעזר סידור.

געשמאקער: איך האב אינגאנצן איינמאל געהערט די ניגון ביי א חתונה און איך ווייס נישט מער אינפארמאציע איבער דעם.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 4:22 pm

שערקויעח שמערי טייערער פאר די העכסט אינטערעסאנטע אינפארמאציע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 4:58 pm

שמערי, כ'קען זיך נישט איינהאלטן פון מגיב זיין. א גרויסן יישר כח פאר די אינטערסאנטע גילוי.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אוגוסט 17, 2008 3:52 pm

אז מ'רעדט שוין פון די ניגון (דודי) ווערט דאס אנגעריפען א וואלץ ? ( און אזוי אויך למשל שירו למלך, א-לקים צבקןת שוב נא וכו') ווייל לכאורה איז א וואלץ אביסעל שטייטער,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוגוסט 17, 2008 8:14 pm

קיין איינע פון די ניגונים איז נישט קיין וואלץ. "ועתה בנים שירו למלך" איז א "סווינג" און "דודי" איז א שטאטע "פרייליך".

א וואלץ באשטייט פון 3 beats פער bar (ד.ה. א 3/4 בלע"ז). די אויבנדערמאנטע ניגונים זענען 4/4.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 12:40 pm

שמערי, הגם דער מקור פונ'ם ניגון איז נישט קיין נייעס ביי מיר, איך האב עס געזעהן ביי אן אייניקל פון דעם וואלנער אין די סוכה. באט דיין באשרייבונג, און דיין מודיע זיין דאס פאר'ן ציבור, איז ווערד אן עקסטערע דאנק.
;l;p-

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » דינסטאג אוגוסט 19, 2008 9:58 am

איז דא עפעס א נייע טעיפ פון אייזיק האניג?

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:13 pm

נישט וואס איך ווייס אויף די מינוט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 11:01 am

פון וואס דען רעדט מען דא?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט