יעקב ובניו ישירו בו

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

יעקב ובניו ישירו בו

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 2:51 pm

ס'איז ארויס געקומען א נייער דיסק פונעם באקאנטען חזן ובעל תפלה ר' יעקב אונגאר נ"י

ווער האט עס שוין גהערט ?

ס'איז ניגונים, צו נוסח התפלה ?

לכאורה דארף עס צו זיין זייער שיין, איך טראכט עס צו קויפען, איך וויל וויסען נאר פון א ערשטען מקור צו עס לוינט זיך

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:43 am

איך האב דעם טיעפ נאכנישט געהערט. אבער איך גלייב אז עס איז שיין, איך שטעל די חזקה אויף ר' יענקל'ן.

די טעיפ פארמאגט אין זיך 13 ניגונים פון די זמירות שבת קודש.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2008 1:02 pm

פונעם סעמפל אויף מאסטלי מוזיק קוקט עס אויס גאנץ גוט. די מוזיק באשטייט פון בלויז א פיאנא (אויסער איין ניגון, פתחו לי).
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:08 am

נו, קיינער האט עס נאכנישט געהערט ?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:59 pm

יא געהערט...
כ'וויל נישט זאגן מיין מיינונג הויעך.....

אבער, כ'בין נאר א יחיד, כ'רעד נישט אין קיינעמס נאמען,
יענקל איז גוט, גאר גוט, אבער ביים עמוד איז ער בעסער ווי אויפן טעיפ...

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:17 pm

ס'איז נוסח, צו נגינה ?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 7:54 pm

ביידע

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 10:14 pm

דעם שבת ביי מנחה האט זיך א בעל תפילה טועה געגעסן און געזאגט אברהם יגל יצחק ירנן יעקב ובניו ישירו בו :lol:

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 10:19 pm

קרעמער גוט ;l;p-

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 8:16 pm

כ'פיל אז אפשר האב איך געטו א עוולה מיטן זאגן מיין נעגעטיווע מיינונג איבער דעם טעיפ, וואס אפשר געשעהט א שאדן פארן ארויסגעבער,
ע"כ בין איך מוסר מודעה אז מיין מיינוג איז קיינעם נישט מחייב, און ווער ס'האט די מעגליכקייט זאל קויפן דעם טיעפ, סייווי בין איך ביי די מיינונג אז יעדע היימישע טעיפ וואס קומט ארויס דארפן מען שטיצן, ווייל ס'קומען ליידער ארויס אזויפיל גארביטש, אז א היימישע מענטש איז זיך מטריח און גיבט ארויס א טעיפ דארף מען אים מחזק זיין,

ובזה יצאתי ידי חובתי

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:13 am

קרעמער האט געשריבן:דעם שבת ביי מנחה האט זיך א בעל תפילה טועה געגעסן און געזאגט אברהם יגל יצחק ירנן יעקב ובניו ישירו בו :lol:

חחח, איך געדענק ווען די ניגון פון מרדכי העבר אין ועתיד עדיין וההוה כהרף אין דאגה מנין איז ארויסגעקומען, דאס איז דעמאלטס געווען די היט סאנג, האט א געוויסע זינגער געזינגען דאגה מן המים...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 10:48 am

קרעמער, חחח גוט גוט.

איזאק, א ביטער געלעכטער. ס'מאכט זיך אסאך מאל וואס מ'הערט ווי זינגערס זינגען בערך אזוי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 3:05 pm

קרעמער איזאק, שכוח פאאר די סמייל יו בראט אן מיי פעיס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:24 pm

דעם פארגאנגענעם שב"ק האב איך געהאט די געלעגנהייט צו הערן איינער פון די "בניו" ביים ברעטל, און כ'האב ב"ה זייער הנאה געהאט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 11:57 am

שאץ מאץ האט געשריבן:כ'פיל אז אפשר האב איך געטו א עוולה מיטן זאגן מיין נעגעטיווע מיינונג איבער דעם טעיפ, וואס אפשר געשעהט א שאדן פארן ארויסגעבער,
ע"כ בין איך מוסר מודעה אז מיין מיינוג איז קיינעם נישט מחייב, און ווער ס'האט די מעגליכקייט זאל קויפן דעם טיעפ, סייווי בין איך ביי די מיינונג אז יעדע היימישע טעיפ וואס קומט ארויס דארפן מען שטיצן, ווייל ס'קומען ליידער ארויס אזויפיל גארביטש, אז א היימישע מענטש איז זיך מטריח און גיבט ארויס א טעיפ דארף מען אים מחזק זיין,

ובזה יצאתי ידי חובתי


שאצי, איך האב דיך טאקען געפאלגט, און איך האב ברוך השם גרויס הנאה געהאט פונ'ם טעיפ. אפילו אויב ער איז בעסער ביים עמוד, איז ער אויפן טעיפ גאר געשמאק, און זייער זיסלעך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 3:21 pm

נאכ'ן הערן דעם טעיפ 2 מאל, האלט איך אז ס'קומט נישט צו קיין צענטל צו ווען ער זינגט "לייוו". זיין שטימע איז עפעס זייער איינגעהאלטן אויפ'ן טעיפ, ער נוצט נישט זיין גאנצע שטימע און קראפט, און ווען נישט וואס ער הייסט "יאנקל אונגאר" ווייס איך נישט ווי שטארק ס'וואלט אויפגעכאפט געווארן.

דאס וואס כ'האב אויבן געשריבן (נאכ'ן הערן בלויז דעם פריוויו) אז דער גאנצער טעיפ באשטייט פון בלויז פיאנא, איז נישט ממש אזוי. ווען ער זינגט איז טאקע דא בלויז פיאנא, אבער ביי די אינטראוס און די מוזיק ארום און ארום איז יא דא עטליכע אינסטרומענטן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 9:59 pm

היינט בין איך אנגעקומען מנדב צו זיין א האלבע שטונדע פאר יעקב ובניו.

1) די כל מקדש וואס ער זינגט, איז פון ר' י חזקאל לעפקאוויטש - א הערליכער ניגון, ממש נישטא זיינס גלייכן (איך קען עס פון אלס קינד).
אינעם טעיפ זינגט ער דעם ניגון אבער עס קלינגט עפעס מאנאטאן.

2) דעם הלל לייגט ער אראפ, מלא טעם. א געשמאק צו הערן.

3) די כאר וואס איז איינגענטליך דער "ובניו", סאונד זייער עלעקטראניש און רימאוטלי. נישט לעבעדיג, און אוודאי נישט עכט. נאר עכט-דידזשיטעל, אבער קונצליך און מיט טעם.

4) יעקב תלמיד'ס הללו, איז מתוק, פתחי לי, ווערצבערגערדיג, קל-אדון שיין מאדזיץ.

דאס איז מער ווינציגער וואס איך האב קולט געווען אין מיין האלבע שעה הערן און פארווארדען.
זיין נוסח איז מער ווערד פון אלעם.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 1:55 am

עטץ האקטס אלע אין קאפ אריין ס'איז א הערליכער טעיפ. קודם די ניגונים זענען הערליך, און דער פיאנא? איז דאך אויסצוגיין. דער יאראן גערשאווסקי באכעט אריין אזעלעכע הערליכע קאורדס. איך האב חבירים וואס צו חזנות פארשטייען זיי גאר קנאפ, אבער זיי זענען געלאפן קויפן דעם סידי צו הערן אביסעלע יאראן. דער ניגון המבדיל זעה איך האט יאראן אליין אראנדשירט, ס'איז מעכטיג. און די קווייער איז אויך זייער זייער קונצליך געמאכט, די מיקס האט אביסל באהאלטן אויף פלעצער אבער א געניטער אויער קען אויפכאפן זייערע שטיקלעך.
און אייגענטליך ווער איז דער יואל הערש פוקס? איך האב שוין געזעהן זיין נאמען צווישן יישר כח'ס אויף אנדערע טעיפס אויך. מה טובו? אויב איינער ווייסט אפשר?
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 4:40 pm

הא?
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 10:17 pm

איך קען גראדע יואל הערש פוקס, אבער נאר פון אלס קינד. ער איז א ברודער מיטן בדחן ישעי' בצלאל.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 1:34 am

אז ער איז א ברודער פונעם בדחן דאס ווייס איך. איך וויל נאר הערן פון איינעם וואס קען אים און זיינע טאלאנטן. איך האב געהערט אז ער איז א גאון און מיוזיקא, און אז ער ארבעט אויף נאך אלבום'ס.

אויב איינער ווייסט עפעס, ביטע לאזט זיך הערן.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 1:19 pm

OK OK כ'ווייס שוין אלעס! כ'ווייס שוין פונקטליך ווער דער יואל הערש פוקס איז!

ס'איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען די וואך אין א ביהמ"ד ווי ער דאווענט און נאכן דאווענען האט מען דארט פארפירט א שמועס אין עולם המוזיקא, און דער פוקס האט נאכגעזינגען שטיקלעך פון פארשידענע נייע טעיפס און נאכגעמאכט אינסטרומענטן מיט זיין מויל אז כ'האב מיך געדרייט פאר געלעכטער. ער איז א מורא'דיגער בעל כשרון. דער האט געווארפען מיינונגען איבער פארשידענע עניינים אין מיוזיק, אז איך בין נתפעל געווארן.
קודם האב איך געמיינט אז ער איז דער בדחן פוקס, ווייל ער האט אינטערגעהאלטן דעם עולם דארט מיט ווערטלעך אז מ'האט זיך געדרייט פאר געלעכטער. אבער נאכדעם איז זיין ברודער ישעי (דער בדחן) אנגעקומען האב איך שוין געזעהן אז דאס איז נישט ער.
ער איז עפעס א ספעציעלער הארמאנייזער. איינער אין שוהל (א שטיקל חתונה זינגער) האט זיך אינטער געזינגען ניגונים און רב פוקס האט אים הארמאנייזד מיט פארשידענע קאמפליצירטע הארמאניס. ס'געוועהן געוואלדיג.
איך הער ער ארבעט אויף פארשידענע טעיפס. איך ווייס נישט פינקטליך וואס און ווען, אבער פון זיין רעדן האב איך פארשטאנען אז ער איז א שטענדיגער באזיכער אין סטודיאס.
איך הער ער איז א איין מאן באנד.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארץ ישראלי און 11 געסט