בלאט 1 פון 2

קאמענטארן אויפ'ן היכל המוזיק

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:09 pm
דורך צייטליך
קאמענטארן אויפ'ן היכל המוזיק.



מאשקע, האסט אראפגעלייגט א ווינדערבארער ארבייט און איך גיב דיר דא א ריזיגער דאנק מקורב בלב דערפאר.

אויב די קענסט (אלץ אחראי) זעה אז עס זאל פארבלייבן דביק גאנץ אויבן אין אינזער היכל.

יישר כח נאכאמאל.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:11 pm
דורך מאשקע
ס'איז דביק.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:29 pm
דורך 3x0
שכוח מאשקע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:30 pm
דורך join us
די סייט האט יעדע נייע טעיפ וואס קומט ארויס אויפן מארקעט

http://thejewishinsights.com/index.asp

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:43 pm
דורך מיללער
טייערער אחראי הרב מאשקע,

א דאנק פאר די ארבעט, תזכו למצוות.

שלא ירבו התגובות, וואלט איך סאגעסטירט צו מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמענטארען און לינקס (עי' באוצר הספרים) און די אשכול זאל בלייבן דביק ומוסגר.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:56 pm
דורך מאשקע
יישר כח פאר'ן סאגעסטיע. כ'האב עס געטון.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 2:41 pm
דורך מיללער
שוין האב איך שוין א חלק אין די מצוה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 2:44 pm
דורך יאנאש
יישר כח מאשקע פאר אנטרינקן דעם עולם, האסט געמאכט א הערליכער ארבעט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 3:06 pm
דורך לעווי
באבוב:

ניגונים צו דאונלאודען (ארבעט נישט מיט דזשעי-נעט)


וואס פאלט דיר ביי? עס ארבייט יא מיט דזשעי נעט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 3:10 pm
דורך 3x0
לעווי האט געשריבן:
באבוב:

ניגונים צו דאונלאודען (ארבעט נישט מיט דזשעי-נעט)


וואס פאלט דיר ביי? עס ארבייט יא מיט דזשעי נעט.

מיט לעוועל דריי ארבעט עס נישט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:22 pm
דורך מאשקע
איך האב אויך לעוול דריי און ס'ארבעט נישט. מ'קען אריינגיין אינעם סייט, אבער ווען ס'קומט צו הערן ארבעט עס נישט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 5:08 pm
דורך אבאמא09
יש"כ מאשקע פאר דיין געטרייע ארבייט פאר אונז פשוטע אידן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 7:18 pm
דורך קרעמער
שערקויך מאשקע, יגדיל תורה, תורה תורה, תורה ויאדייייר (סארי, כ'האב זיך סתם צוזינגן דא, זייענדיג אין היכל נגינה).

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 7:20 pm
דורך קרעמער
איך ציה צוריק.

איך האב געשריבן דעם פריערדיגן תגובה נאך פארן עפענען דעם היכל המוזיק, זיך פארלאזנדיג אויפן חזקה על חבר. יעצט אבער, נאכן שפאצירן לאורכה ולרוחבה פונעם נייעם היכל המפואר, מוז איך ברבים אפלאדירן דעם אחראי הרב מאשקע פארן מייסטער ארבעט וואס ער האט דארט אראפגעשטעלט, א הילכיגן דאנק (אויפן העכסטן טאן!).

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 8:59 pm
דורך בןהרחמן
א ריזיגן הארציגן דאנק מאשקע, מען זעהט טאקע אז דו ביזט אחראי אויפן פארום, עס קוקט אויס ווי איך וועל מיך אסאך באלעקן מיט דיינע לינקס און אינפארמאציע, נאכאמאהל שכח.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:03 pm
דורך מאשקע
דער היכל ווערט כסדר געאפדעיט. כ'וועל פרובירן צו מעלדן דא יעדעס מאל וואס ס'ווערט געאפדעיט.

היינט האב איך צוגעלייגט א לינק צו "חסידי ניוז" (קרעדיט: מיללער) און "שירו לו" (קרעדיט: מיינע פעיווארייטס).

איך וויל מיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלע וואס האבן מיר ארייגנעשיקט לינקס. יישר כוחכם.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 4:41 pm
דורך געשמאקער
איך האב פשוט נישט די ווערטער פאר'ן נייעם היכל המוזיק כשמו כן הוא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 12:21 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, כ'בין שפראכלאז אויף די מורא'דיגע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט, אין די קורצע צייט פון דיין אנוועזנהייט אלס אחראי.

יישר כוח.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:16 pm
דורך מאשקע
כ'האב צוגעלייגט אין די ליסטע א סייט צו דאונלאודען אסאך טעיפס.

(קרעדיט: לעווי)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:21 pm
דורך יאנאש
היינט (אינמיטן מיינס א מיטונג מיט סאכדעס זז"ג) קאלט מיך א חבר אז ער ברויך האבן וויכטיג סטרימינג מיוזיק ווייל עס האלט פאר א בראך, האב איך אים פרובירט צו געבן לינקס אויסענווייניג אבער לא עלתה בידי, ביז הקב"ה האט אריינגעבליצט אין מח אז מיר האבן דאך א היכל המיוזיק, נו פון דא איז שוין געווען א קאצן שפרינג.

יישר כח מאשקע פארן מיר געבן די געלעגנהייט צו העלפן א איד בעת צר.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 11:26 am
דורך moishy08
http://sh2.funformobile.com/blog/pixSea ... key=hebrewארבעט נישט מיט דזשעי נעט
ר' מאשקע איר מאכט א ריזן ארבעט KEEP IT UP
כל הכבוד

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 11:55 am
דורך לעווי
עס קאסט געלט צו לאודן די רינגטאונס ארויף אויף די טעלעפאון?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:56 am
דורך שוועמל
שכויח מאש;

אגב, דער לינק פירט נישט צו עפעס ממשות, עס קומט ארויף שלאגר חדש עולה.

"ניגון פון ר' אייזיק האניג צו פארמיידן עקסידענטן"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 9:42 am
דורך מאשקע
צוגעלייגט א לינק צו "קול ברמה - לעיקוואוד ראדיא", ביי די לייוו סטרימינג אפטיילונג.

*

שוועמל, פאר אראפ אביסל אונטער'ן בילד, וועסטו זעהן א קנעפל וואו מ'קען דרוקן "פלעי" און הערן דעם ניגון.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 12:28 pm
דורך מיללער
א ספעציעלע ניגון צו פארמיידן עקסידענטן און שוועמל האט פארט געהאט אן עקסידענט....

--

מאש,
וואס איז מיט ש"ש טעלער'ס דרשות, לייגסט עס נישט למעשה?