קול ברמה נשמע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

קול ברמה נשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מחבר הרב בנימין יוסף וועבער ז"ל

פזמון "קול ברמה נשמע ביללה, קול נהי מציון המהוללה" ב"פ.

א) הערטס מיך צו וואס איך וויל שמועסן
איך וויל זיך אביסל מיין הארץ אויסגיסן
ווי אזוי קענען איך זיך זעצן עסן
און פון ירושלים עיר הקודש אינגאנצן פארגעסן...פזמון.

ב) לאמיר זיך דערמאנען דעם גרויסן חורבן
מיליאנען אידן זענען דורך די רשעים געשטארבן
און נאכדעם דעם אלעם מיט די בלוטיגע הענט
אונזער הייליגן בית המקדש אינגאנצן פארברענט...פזמון.

ג) און די אידן וואס זענען געבליבן
האט מען אלע אין גלות פארטריבן
מען האט זיי געשלאגן אן רחמנות
איבערגעלאזט יתומים ואלמנות...פזמון.

ד) אוי מיין הארץ איז זייער צובראכן
און בפרט אין די דריי וואכן
עס איז שוין באלד צוויי טויזנט יארן
אז מיר האבן אונזער היים פארלארן...פזמון.

ה) דער הייליגער בארג הר ציון
ווי די שכינה הקדושה פלעגט צו רוען
חרוב ונחרב אומעטום
פוקסן גייען דארט ארום...פזמון.

ו) אמאל איז געווען ליכטיג איעדעס ווינקל
פלוצלינג איז געווארן אלעס טונקל
אויסגעלאשן אלע לעכט
אויף דעם דארף מען וויינען טעג און נעכט...פזמון.

ז) דער איד וואס האט אמונה
דער גלייבט דאך אין גלות השכינה
קלני מראשי טוט זי זאגען
מלאכים אין הימל וויינען און קלאגן...פזמון.

פון דא און ווייטער איז אין די ר"ת מרומז די נאמען פון דער מחבר
ב'נימין י'וסף ב'ן א'פרים ב'ן ר'חל

ח) בזמן ווען איך טו קלאגן אויף די חרבנות
מוז איך מיך דערמאנען אין די אומשולדיגע קרבנות
וואס זיי זענען געווארן דערשטיקט און פארברענט
מיט געשוואלענע פוס און געפרוירענע הענט...פזמון.

ט) יללות געשרייען פון זעקס מיליאנען
וואס זענען דעפארטירט געווארן אין געשלאסענע וואגאנען
ממזרח וממערב מצפון ומדרום
זאל דערהערט ווערן אין הימל פון די מאסן קברים...פזמון.

י) בשנת חמשת אלפים תרצ"ג
האט דער דייטש ימח שמו אנגעהויבן דעם געטומעל
געפייניגט און גע'הרג'עט ביז תש"ה
איבערגעבליבן פון א משפחה איינס אדער צוויי...פזמון.

י"א) איי אבותינו ואמותינו היקרים
מיר קענען זיך נישט משתטח זיין אויף אייערע קברים
אבער די הייליגע נשמות זאלן גיין פארן כסא הכבוד
און בעטן רחמים אויף ביאת משיח בן דוד...פזמון.

י"ב) בדרכי אבותינו לאמיר זיך פירן
אז מיר זאלן נישט חלילה עולם הבא פארלירן
די פארדארבענע וועלט לאמיר נישט נאכגיין
וועט דער זכות פון די קדושים אויף אונז מגין זיין...פזמון.

י"ג) רחל אונזער מאמע פארגיסט ביטערע טרערן
אויף אירע קינדער וויינט זי אן אויפהערן
ביז דער הייליגער באשעפער וועט זי צוהערן
און דאס בית המקדש וועט אויפגעבויט ווערן...פזמון.

י"ד) נא אב הרחמן תשוב לציון
עין בעין נראה בבנין אפריון
והבית הזה יהיה עליון ואז גאולים יפצחו צהלה
והבית הזה יהיה עליון ואז גאולים יפצחו צהלה...פזמון.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ביקסאד!
מ'קען ערגעץ הערן דעם ניגון געזינגען?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א ריזן יישר כח הרב מ'ביקסאד פאר די ווערטער פון דעם ניגון, עס שטעלט זיך ארויס אז ביי אונז אין קעמפ האט מען נאר געזינגן עטליכע פון די חרוזים, נישט דעם גאנצן ניגון.

איך קען אפשפילן דעם תנועה מיט מיין פידעלע, אבער הערשט י' באב אחר חצות.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:ביקסאד!
מ'קען ערגעץ הערן דעם ניגון געזינגען?
אין פאפא אינגעל קעמפ ביי מיטאג.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

א ריזיגן שכח הרב מביקסאד כאב מיך דערמאנט אלטע זכרונות, איך האב נישט געדענקט די גאנצע אבער אביסל האב איך געדענקט, עס איז גאר א ווארעמע ניגון
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

איי ביקסאד ביקסאד..

האסטו מיר געפענט די אינערליכע קעמערלעך פון מיין מח'ל.. עס בענקט אזוי שטארק.

הרה"ג ר' בנימין יוסף זצ"ל פלעגט דאס צו זינגען מיט אזא צובראכענקייט אין מיט שטארקע בכיות אזש עס איז אריין אין די ביינער צו ווער עס האט נאר געהאט די זכי' עס צו הערן.

אגב, די קינדער פונעם מחבר פון דעם ניגון האבן ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען 'חידושי האביב' שיינע דברי תורה אין דרשות. צום סוף איז געדרוקט עטליכע ניגונים וואס ער האט פארפאסט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ישראל_הלוי האט געשריבן:אגב, די קינדער פונעם מחבר פון דעם ניגון האבן ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען 'חידושי האביב' שיינע דברי תורה אין דרשות. צום סוף איז געדרוקט עטליכע ניגונים וואס ער האט פארפאסט.
שוין געשריבן דערוועגען אין געהענגל פון "אלי ציון ועריה", אבער א דאנק פאר'ן אויף ברענגן נאך אמאל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, איינמאל זומער, פאר פילע יארן צוריק בינעך געווען אין פאפא קעמפ, אן אין די דריי וואכן האט מען דארט יעדן טאג געזונגען דעם ניגון אויפן מייק, רעקארדירט דורך ר' בנימין יוסף זצ"ל אליינס, נישטא קיין דיבורים, ס'יז איין שטיק הארץ און געפיל, און צו דעם פול מיט ערליכקייט און יראת שמים.

אוי ווי נעמט מען היינט אזעלכע אידן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שוין אזוי יאהרן וואס מיר ווארטן,
צו הערן דעם שופר של משיח,
ושבו לגבולם בנים,

אדערווייל אין גלות מיר אידישקייט האלטן,
אוי טאטע לייז אונז אויס שנעל און גיך,
אז נישט וועלן מיר האבן יענע פנים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

קרעמער האט געשריבן:
איך קען אפשפילן דעם תנועה מיט מיין פידעלע, אבער הערשט י' באב אחר חצות.

מוצא שפתיך וכו'...
__________________________________
This signature was intentionally left blank
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דבר בעתו מה טוב.

(זיך דערמאנט דערפון צוליבן עדיטאריעל פון ש. ב. מרגליות)
ShimyPollak
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 18, 2010 6:02 am
לאקאציע: brooklyn north, Williamsburg

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ShimyPollak »

where can i hear this song? i remember i use to hear it in pupa boys camp a few years ago, its so hartzig
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

Preview

(it reminds me from the Italian ices...)
Latke
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Latke »

א אוצר פון ניגונים, א חלק איז מיר אומבאקאנט, אפשר קען דער עולם העלפן...
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4e30524b1564d.pdf
matovu
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך matovu »

Latke האט געשריבן:א אוצר פון ניגונים, א חלק איז מיר אומבאקאנט, אפשר קען דער עולם העלפן...
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4e30524b1564d.pdf


It is BELZER songs
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אויפן קאווער שטייט אז סאיז פאר ימי בין המצרים, קוק איך אריין זעה איך סיז א שמות באקס פונם גאנצן מעגל השנה, נאר מעוז צור האב איך עפעס נישט געטראפן דארט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווי קען מען טרעפן די ניגון פון איזהו מקומן אין אידיש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח אור חדש פאר די לינק און ביקסאד פאר די ווערטער.

זייער הארציג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מי יודע, זיך עס דא אויף אייוועלט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
יארצייטן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2010 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יארצייטן »

שנת חמשת אלפים תרצ"ג
האט דער דייטש ימח שמו אנגעהויבן דעם געטומעל
געפייניגט און גע'הרג'עט ביז תש"ה
איבערגעבליבן פון א משפחה איינס אדער צוויי...פזמון.


געפייניגט און גע'הרג'ט פון תרצ"ג ביז תש"ה?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

תרצ"ג האט ער אנגעהויבן דעם געטומל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

leiby האט געשריבן:מי יודע, זיך עס דא אויף אייוועלט.

געטראפן דא
viewtopic.php?f=18&t=4092&p=97493&hilit=%D7%9E%D7%A7%D7%95%D7%9E%D7%9F+%D7%A9%D7%9C+%D7%96%D7%91%D7%97%D7%99%D7%9D#p97493

אבער איך מיינט ס'פעלט, ס'איז דא נאך עטליכע פעלער
און איך זע אויך אז ס'איז א אנדערע נוסח אביסל, ווי קען מען זען די ארגינעלע נוסח

איך געדענק ס'איז דא א פאל וואס הייבט זיך אן "אין די זכות פון די צדיקים זאלן לעבן, זאל השי"ת אונז געבן"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

אה ווא! כ'האב זיך דערמאנט און דעם ניגון, ס'קומט מיר פאר דאס יאר תשמ"ד.... א פלייץ פון זכרונות און פאפא קלויזענבורג קעמפ אין מחנה קיץ מאנטיסעלא ניו יארק, וואו דער העט-קאונסלאר (כ'דענק נישט דעם נאמען פונקטליך, כ'מיין אפשר אבראמאוויטש אדער עפעס ענדליך) פלעגט דאס זינגען אויפן קעמפ מיקראפאן סיסטיעם איעדן מיטאג כחצות און די ניין טעג (אדער אויך אפשר און די 3 וואכן) אזש ס'ליגט מיר נאך יעצט און די ביינער.........

צו ווייסט איינער ווי מען קען דאס הערן?? איך געדענק נאר די פאל פון די ערשטע שורה קול ברמה נשמע.. אוי ביללה, קול נהי מציון... המהוללה
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

מענין לענין באותו ענין: http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=164
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”