דער מאדזשיצער "אזכרה" ניגון

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

דער מאדזשיצער "אזכרה" ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א שאד אז איך האב מיך יעצט דערמאנט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
כ'גיי יעצט ארויפלייגן דעם לאנגן הארציגן "אזכרה" ניגון וואס דער ערשטער מאדזשיצער רבי ר' ישראל זצ"ל האט מחבר געווען, אויפ'ן שפיטאל בעטל בשעת אן אפעראציע אויף די פוס, ווען ער האט געבעטן אז אנשטאט אים איינצושלעפן זאל מען אים לאזן מאכן א ניגון און אזוי וועט ער נישט שפירן דעם צער פון די אפעראציע!
דער ניגון ווערט געזונגען דורך הר"ר בנציון שענקער הי"ו, דער מאדזשיצער מנגן.
טרערן גאראנטירט!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דא האט איר דעם אזכרה ניגון. דער ניגון באשטייט פון 36 פעלער, און נעמט כמעט א האלבע שעה צו זינגען.
לעצט פארראכטן דורך מאשקע אום מאנטאג יולי 23, 2007 1:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
An article a day keeps the babies away
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מאשקע, א דאנק דיר.

אויף וועלכן קאסעט ווערט די אזכרה געזונגען?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'איז נישט אויף קיין אפיציעלע טעיפ. ס'איז ביי א יארצייט מסיבה.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איינער אליין זינגט דאס, און מענשטן ברימען אינטער.

מאשקע, שכויעך, ס'ערשטע מאל ווואס איך הער עס,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מאשקע, אוי רייסט דאס טיף. איך שפיר ווי מען אפערירט מיך.
אוי, ועיר אלקים מושפלת געוואלד. אוי אזכרה.

אומגלויבליך. האסט מיר געמאכט א ביטער/סוויט תשעה באב. אנריעל.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מאשקע,
דער אזכרה איז געווען א גוטער אנדרייער. עס האט מיר צענימען און אריינגעלייגט אין "מרה שחורה" גיער דעם גאנצן ערב תשעה באב. ס'האט מיר געקלינגען דעם גאנצן קינות ארין די אויער קאנאלן.
כ'ווייס נישט וויפיל פעלער ס'האט באמת, אבער איבערזינגען עס בין איך נישט ביכולת.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אסאך הצלחה בני היכלא מיט דיין אינטערנעט פארבינדונג, לאמיר האפן אז אויף מארגן אינדערפרי וועסטו שוין קענען באדאנקען מאשקע שוין נאכן הערן דעם ניגון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

פארוואס מיינט איהר אזוי? זיינע אויגן זענען איינפאך פארמאכט וויבאלד ער איז כל כולו אריינגעטאן אינעם הארציגען מעלאדיע וואס איז אים צולח אין די אויערן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אלץ ווייסער;
כ'האב אויך נישט געקענט אפציילן קיין 36 פעלער, אבער אזוי זאגן זיי. אויפ'ן פאפיר שטימט עס, אבער ווען ס'קומט צו זינגען איז עס איין לאנגער פאל פון השתפכות הנפש.

בני היכלא;
(קודם שלום עליכם). דער ניגון איז ביי זיי זייער פארהייליגט, און מ'זינגט עס בלויז איינמאל א יאר: ביים יארצייט פונעם אמרי שאול זצ"ל, וואס ער האט אויסגעלערנט דעם טאטן'ס ניגון פאר די חסידים.
געווענליך איז מאדזשיץ נישט ווי חב"ד לגבי "אכטונג געבן" אויף זייערע ניגונים, אז מ'מעג עס נאר זינגען דעמאלטס און דעמאלטס, און נאר מיט א גארטל, און נאר אויב מ'איז געגאנגען אין מקוה, און נאר אויב מ'האט נאכנישט פוגם געווען, וכאלי וכאלי וכאלי, אבער מיט דעם ניגון איז עפעס אנדערש. זיי שרייבן אפילו אז עטליכע גרויסע פראדוצירער האבן שוין פרובירט ארויסצוגעבן דעם ניגון אויף א טעיפ, מיט מוזיק אא"וו, אבער לא אסתייעא מילתא, ס'האט זיך עפעס קיינמאל נישט אויסגעארבעט, און עד היום הזה איז עס נאכנישט ארויסגעגקומען געהעריג אויף א טעיפ.
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מאשקע, (נאכן עליכם השלום), שוין ב"ה אראפגעלאדענט, א הארציגן דאנק.

שאלה: די אזכרה וואס דו האסט ארויפגעלייגט איז די קליינע אדער די גרויסע?, די מאריענבאדע אדער די בערלינע?, אויב ס'איז די קליינע, דאן האט ער עס אליינס אויסגעלערנט, און ס'ווערט פארענטפערט די קשיא פון די 36 פעלער, אין זייער ביכל וואס איך האב, איז נאר געדרוקט די קליינע אזכרה.
זיי דערציילן אז ווען אימער א מאדזשיצע חסיד איז געקומען צום אסטראווצער גאון, האט ער אים מכבד געווען מיטן זינגען דעם אזכרה, זאגנדיג דערביי אז ער איז אים מקנא דערמיט, זעט אויס אז די קפידה איז ערשט באשאפן געווארן לעצטענס, נאך ר' שאול ידידי'ס פטירה.
די חב"ד צופעליג זענען די מערסטע מפרסם זייערע ניגונים אויף רעכטס און לינקס און האלטן עס אין איין זינגען, אויסער די ד' בבות ניגון, דאס זינגען זיי נאר פיר מאל, און דאס איז שוין ביי זיי א אלטע קבלה, וועגן חיצונים, שוין..

ס'איז אינטערעסאנט, ס'זאל זיין א קפידה דאס מפרסם צו זיין, אזוי ווייט ס'זאל זיך נישט אויסארבעטן, אמער, דאס איז דאך א גרויסע זכות, און ווי ר' ישראל פלעגט אייביג זאגן די געוואלדיגע כח פון תשובה פון זיינע ניגונים, און דאס וואס אונז טו מיר דא, איז דאך מער ווייניגער די זעלבע זאך, מ'איז עס מפרסם, און ב"ה ס'האט זיך אויסגעארבעט, איך ווייס נישט מיט וועלכע מקפידים מ'קריגט דא, אבער מ'זעמיר לכאורה נישט קיין חולקים על השכינה.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בני היכלא האט געשריבן:מאשקע, (נאכן עליכם השלום), שוין ב"ה אראפגעלאדענט, א הארציגן דאנק.

די אזכרה איז די גרויסע, און ער האט עס געמאכט אין שפיטאל אין בערלין. די קלענערע, וואס ער האט געמאכט אין מארניבאד, באשטייט - אויב כ'געדענק גוט - פון "בלויז" זיבן פעלער.

איך ווייס נישט וועלכע ביכל דו האסט. איך האב דעם ספר פון מאיר שמעון גשורי, און דארט איז דא ביידע אזכרה'ס.

וועגן חב"ד האב איך טאקע געמיינט דעם ד' בבות ניגון, און נאך עטליכע ניגונים וואס מ'מעג נאר זינגען אין געוויסע פעלער, אז נישט וועט מען קיינמאל נישט ארויסגיין פון כף הקלע, און מ'וועט שטענדיג בלייבן למטה מעשרה טפחים...

לגבי מפרסם זיין איז אזוי. זיי האלטן אז מיט'ן עס ארויסגעבן אויף א טעיפ פאר די גאנצע גאס, באגלייט מיט מוזיק וכו', געשפילט דורך גויים אדער פרייע אידן, וועט דער ניגון פארשוועכט ווערן. און אפילו אויב ס'וועט געשפילט ווערן דורך ערליכע אידן, אבער וויבאלד ס'איז א פראפעסיאנאלער טעיפ וועט עס געהערט ווערן דורך נישט קיין ערליכע אידן. זיי זענען נישט אינטערעסירט אז מב"ד אדער ווייסעך ווער זאל זיך נעמען זינגען דעם אזכרה ביי חופות, אויף א פאר'גוי'אישטן סטייל.
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

(1) איך האב דעם קונטרס "תפארת ישראל" וואס די מאדזשיצע חסידים האבן ארויסגעגעבן דא אין אמעריקא נאכן קריג, נאך בחייו פונעם רבין ר' שאול , דארט דריקן זיי זיינע תורות און זיינע ניגונים מיטן קליינעם אזכרה.

(2) אויסער ד' בבות, ווייס איך נישט א ניגון וואס זיי לאזן נישט זינגען סתם אזוי, מעיבי, מיט ניגונים קריג איך נישט מיט דיר, דו ביסט דאך דער אוצר השירה והזמרה.

איך הער וואס דו זאגסט לגבי מפרסם זיין דורך א גוי אדער מב"ד, אבער מ'קען עס כאטש בטלניש צושפרייטן דורך אן אלטן חסיד, אזוי ווי די חב"ד'סקע טוען, און אזוי ווי מ'הערט טאקע אויף דיין קליפ, וואס דו האסט בטובך הגדול מפרסם געווען דא, די ניגונים איז דאך מעט מן האור, (3) ס'וואלט שוין געמעגט איינער זיך יאווען, און זינגען און ארויסגעבן אלע ניגונים קדושים פון די פריערדיגע תלמידי בעל שם טוב הקדוש, אנגעהויבן פונעם בעש"ט אליינס, דער מגיד, רבי ר' מעכעלע, ר' ברוכ'ל, ר' נחמן, דער בארדיטשיווער, רבי ר' מיילעך, רבי ר' בונם, די רוזשינער, דער ראדישיצער, די אלע פריערדיגע ראפשיצע דינובע בעלזע און נאך, ס'איז דא אזוי סאך דערפון, אנהייבן אין סדר פון די יארן, ביז א הונדערט יאר צוריק לאמיר זאגן, ארויסגעבן סעריע נאך סעריע, ס'וועט זיין אזא סעט פון ניגוני תלמידי בעש"ט, מיט הונדערטער הייליגע ניגונים, [איך טראכט נאר הויך פונעם דמיון ארויס].

אלינק צו ניגונים פון תלמידי בע"ש וואס איך האב לעצטענס געזען געהערט און הנאה געהאט, אויב האט שוין איינער דאס געברענגט ערגעץ, בעט איך אנטשולדיגונג.
http://www.chassidus.com/audio/nigun/
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מאשקע, און אלע אנדערע, באמת א יישר כח פאר די אלט פארצייטישע חסידישע ניגונים. וישמעו רחוקים ויבואו - זאלן קומען די קאמפאוזערס פון די אלע נייע גויאישע סטייל ניגונים, וועלכע זענען רחוקים מכל זיק של רגש יהודי, און זיך גוט איינהערן אין די מעלאדן פון די אלטע חסידישע ניגונים.

בני היכלא, איך האב שוין אמאל באגעגנט, ערגעץ ביי א יוד, א סעריע פון טעיפס וועלכע זענען ערשינען מיט א פינעף און צוואנציג יאר צוריק, וואס זענען געווען געשטעלט בלויז פאר דעם ציל פון צוזאמענקלויבן תחת קורת גג אחד די אלע אלטע חסידישע ניגונים. איך דענק אבער נישט כעת ווער דער פערפאסער דערפון איז געווען, און צו זיי זענען נאך בכלל דא צובאקומען.

אין די יוגנט, ווען איך פלעג זיך פול איינהערן צו די סארט קאסעטן, בין איך שוין דאן געקומען צו דער מסקנה וואס מאשקע האט דא נאכגעזאגט בשם די מאדזשיצע חסידים. ס'נישט דא וואס צו ריידן אז די חבד'סקע קאסעטן מיט זייער אלטן (יו"ט ערליך סטייל) פידל און ארגינארלער רוסישער אקצענט, און דאס זעלביגע די אלטע באקאנטע וויזשניצע "זמירות ישראל" קאסעטן מיט זייער ארגינאלן פארגרעבטער רומענישער אידישער אקצענט, האבן נאך דאס מערסטע חן. כאטש די דזישקובע קאסעטן זענען אויך נישט אוועק צו מאכן, אבער פארט איז דאס אינו דומה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בני היכלא האט געשריבן:(1) איך האב דעם קונטרס "תפארת ישראל" וואס די מאדזשיצע חסידים האבן ארויסגעגעבן דא אין אמעריקא נאכן קריג, נאך בחייו פונעם רבין ר' שאול , דארט דריקן זיי זיינע תורות און זיינע ניגונים מיטן קליינעם אזכרה.

(2) אויסער ד' בבות, ווייס איך נישט א ניגון וואס זיי לאזן נישט זינגען סתם אזוי, מעיבי, מיט ניגונים קריג איך נישט מיט דיר, דו ביסט דאך דער אוצר השירה והזמרה.

איך הער וואס דו זאגסט לגבי מפרסם זיין דורך א גוי אדער מב"ד, אבער מ'קען עס כאטש בטלניש צושפרייטן דורך אן אלטן חסיד, אזוי ווי די חב"ד'סקע טוען, און אזוי ווי מ'הערט טאקע אויף דיין קליפ, וואס דו האסט בטובך הגדול מפרסם געווען דא, די ניגונים איז דאך מעט מן האור, (3) ס'וואלט שוין געמעגט איינער זיך יאווען, און זינגען און ארויסגעבן אלע ניגונים קדושים פון די פריערדיגע תלמידי בעל שם טוב הקדוש, אנגעהויבן פונעם בעש"ט אליינס, דער מגיד, רבי ר' מעכעלע, ר' ברוכ'ל, ר' נחמן, דער בארדיטשיווער, רבי ר' מיילעך, רבי ר' בונם, די רוזשינער, דער ראדישיצער, די אלע פריערדיגע ראפשיצע דינובע בעלזע און נאך, ס'איז דא אזוי סאך דערפון, אנהייבן אין סדר פון די יארן, ביז א הונדערט יאר צוריק לאמיר זאגן, ארויסגעבן סעריע נאך סעריע, ס'וועט זיין אזא סעט פון ניגוני תלמידי בעש"ט, מיט הונדערטער הייליגע ניגונים, [איך טראכט נאר הויך פונעם דמיון ארויס].

אלינק צו ניגונים פון תלמידי בע"ש וואס איך האב לעצטענס געזען געהערט און הנאה געהאט, אויב האט שוין איינער דאס געברענגט ערגעץ, בעט איך אנטשולדיגונג.
http://www.chassidus.com/audio/nigun/

(1) פונעם קובץ "תפארת ישראל" איז ארויסגעקומען א 5-6 שטיק, און אין יעדע דערפון איז געווען בלויז געציילטע ניגונים. אלע ניגונים אינאיינעם ערשיינען אינעם ספר "נגינה וחסידות בבית קוזמיר" וואס דער היסטאריקער מ.ש. גשורי האט צוזאמגעשטעלט (קענסט עס אפשר טרעפן אויף אי-בעי, דארט וואו איך האב געטראפן מיין קאפיע).

(2) כ'על דיר זאגן דעם אמת, כ'געדענק אויך נישט אויפ'ן מאמענט, אבער איך געדענק אז אלס בחור ווען איך פלעג הערן דעם "גוטניק קאמפיוטער סיסטעם פון חסידות אויפ'ן טעלעפאן", האב איך געהערט דארט עטליכע ניגונים וואס מ'טאר ח"ו נישט נאכזינגען, נאר אין געציילטע פעלער.

(3) פון רוב וואס דו האסט אויסגערעכנט איז שוין דא טעיפס וואו עלטערע אידן זינגען אריין זייערע ניגונים וואס זיי האבן מקובל מדור דור. איך האב אינדערהיים אסאך אזעלכע טעיפס, וואס כ'האב געטראפן ביי גמ"ח יוסף שלמה אין קרית יואל. דאס זעלבע קען מען אויך טרעפן ביי קרן שמואל ישעי' אין וויליאמסבורג, הגם ס'איז מסתמא נישט ארויסגעלייגט בריש גלי (צוליב דעם - ליידער - שוואכן דימענד).
An article a day keeps the babies away
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

די נושא איז שוין אביסל ארויס פון קאנטראל
אויך איז עס שוין מער נישט ספירה

אבער נאך א שטיקל באראטונג מיט מאשקע
איז געבליבן אז איך שטעל ארויף א גאר לעבעדיגע מעלאדיע פון קאמארנער רבי'ן (פאלט נישט אריין חלילה אין הוללות. ס'איז פארט אב).

http://www.yousendit.com/download/elNJT ... R0kwTVE9PQ
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

אזכרה....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עס איז באקאנט די מעשה מיטן מאדזיצער רבי זצ"ל
אז ער האט געמאכט א ניגון אינמיטן אן אפאראציע...., אנשטאט איינשלאף מאטריאל,
דאס איז דער ניגון פון אזכרה פון גאר אסאך פעלער...
ווייל ער האט געזעהן די שטאט בערלין אזוי שיין און אויפגעבויעט, האט ער געטראכט וויאזוי קוקט נעבאך אויס ירושלים, האט ער פארפאסט דעם ניגון אזכרה אלקים ואמי',

וואלט אפשר איינער געקענט זיין א מזכה את הרבים, און אהער ברענגען דעם ניגון,
פשוט צו הערן דעם אזכרה אלקים ואמי' בראותי כל עיר וכו', טאקע אין די ימי בין המצרים...

יש"כ למפרע
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

אפשר קען איינער ארויפלייגן די אזכרה פארן עולם דא
איך מיין די גרויסע פון 36 פעלער
ויישר כח למפרע און די אלטע אשכולות קען מען עס מער נישט אראפנעמן
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

צוזאמגעשמאלצן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אבער דער ניגון אויף די לינק איז שוין אוועק געפלויגען.
ועמך כולם צדיקים
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דער אזכרה לייגט מיר אריין אין די 3 וואכן MODE
און איך וועל עס דא ארויפלייגן אז עס זאל בלייבן.

[url]אזכרה[http://www.divshare.com/download/5101990-261/url]
אבער מיר דוכט זיך אז דער ניגון האט נישט קיין העלפט פון די אנגעגעבענע 36 פעלער. איך בין אנגעקומען צו א קלימאקס פון 16 פעלער, שוין אויך בדוחק גדול. חוץ אויב דאס איז נישט די גאנצע ניגון.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

עס געלונגט מיר נישט. אבער דאס איז דער לינק
http://www.divshare.com/download/5101990-261
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יש"כ אלץ ווייסער פארן אהער דערליווערן דעם ניגון,

איצטער צו מאשקע!
די שרייבסט ביים ערשטן תגובה אז דער ניגון איז פונעם ערטשן מאדזיצער רבי דער דברי ישראל?
און שפעטער שרייבסטו אז דאס זינגט מען נאר אינעם יארצייט פונעם אמרי שאול,
האיך שיתקיימו שניהם, איז דאס דער דברי ישראל'ס אדער דער אמרי שאול'ס?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גרויסן יישר כח פאר רב מאשקע פארן אהערשיקן א לינק מיטן ניגון וואס וועט בעז"ה נישט עקספייערן. תשואת חן חן לו.

http://www.divshare.com/download/5103481-d4b
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שאץ מאץ;

צו ענטפערן אויף דיין פראגער, דער ניגון איז אזוי הייליג ביי זיי, אז ר' בנציון שענקער וויל דאס נאר זינגען אינעם יארצייט פון זיין רבי'ן וועם ער האט געקענט. דעמאלט פילט ער א גרעסערע התעוררות.

ביי דע וועי, אין די ניין טעג הער איך יעדן טאג די 2 אזכרה'ס, דער גרויסער און דער קליינער אזכרה. ס'טראגט מיר אריין אין די העכערע וועלטן, ממש נישט צום גלייבן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”