אלי ציון וערי'

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

אלי ציון וערי'

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 03, 2008 11:42 am

אלי ציון וערי'

טרויערט ציון אלע טאגן
ווי א פרוי וואס טוט זיך פלאגן
און ווי דאס ווייבל, מיט א זאק טוט זיך באקליידן
אויף איר מאן, וואס האט זיך פון איר געטאן שיידן.


אויף דעם פאלאץ, וואס איז געווארן צושטערט
צוליעב די זינד פון די שאף, וואס האבן זיך אוועק געקערט
און אויפן אריינקומען, פון די שענדערס פונעם נאמען פון בורא
אריין אינעם הייליגסטן ארט, מה נורא

אויפן פארטרייבן, פון די משרתי קל
צו אים האבן זיי געזונגען, א יעדע ווייל
און אויף זייער בלוט, וואס איז געווארן פארגאסן
ווי ים'ן און טייכן, זענען זיי געפלאסן

אויפן קול, פון זינגען און טאנצן
וואס אין שטאט, איז שטיל געווארן אינגאנצן
פארלאזט איז געבליבן, דער לשכת הגזית
דאס ארט פון די סנהדרין, דא איז עס.

אויפן שחט'ן, פון די תמידין
און דאס אויסלייזן, די בכורים פון די אידן
אויף די הייליגע כלים, וואס זענען געווארן פארשוועכט און פארשעמט
די מזבח, וואס אויף דעם האט די קטורת געדעמפט.

אויף די קינדער, פון די מלכים
די אפשטאמיגע פון דוד המלך, וואס האט פאר דיר געזאגט שבחים,
און אויף זייער שיינקייט, וואס האט פארלוירן דעם פראכט
ווען די קרוינען, זענען געווארן פארשמאכט.

אויף דעם כבוד, וואס איז געגאנגן פארלוירן
ווען דעם הייליגן בית המקדש, האב מיר ליידער אנגעוואוירן,
און אויף די רשעים, וואס האבן זיי געטאן אונטערדריקן
ווי זיי זענען באקליידעט מיט זעק, האבן מיר ליידער געמוזט צוקוקן.

אויף די קלעפ, וואס מען קען נישט דערציילן און זאגען
מיט וואס אירע צדיקים, זענען געווארן געשלאגען
און ווי אזוי, זיי האבן צושמעטערט אויף א שטיין
די מוחות פון די קינדערלעך, אזוי מלא חן.

אויף די שונאים, וואס האבן זיך געפרייט
אויף דעם בראך, וואס זיי האבן אנגעדרייט
און ווי זיי האבן, געטאן פייניגן
די צדיקים, וואס טוען זיך רייניגן.

אויף די זינד, מיט וואס זי איז געווארן פארשמירט
ווייל אויפן ריכטיגן וועג, האט זי זיך נישט געפירט
און אויף די קהלות, אין יעדן ווינקל
זייערע פנים'ער, זענען געווארן פארשווארצט און טינקל

אויף די קולות, וואס זיי האבן געשאלט
ווען די צאל פון טויטע, זיי האבן צוגעאיילט
און אויף די צוזאמענקומען, פון די ערלים
אין הייליגן וואוין ארט, צווישן די הייליגע כלים

אויף דיין נאמען, וואס איז פארשוועכט ליידער אזוי
און דעם מויל, פון יעדן גוי
און אויף זייער, געבעט און געשריי
טאטע און הימל, הער שוין צו צו זיי.


טרויערט ציון אלע טאגן
ווי א פרוי וואס טוט זיך פלאגן
די צוזעהער טוען איר זאגן
נאך אביסל און א קינד אויף דיין שויס וועסטו טראגן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 03, 2008 3:49 pm

:cry: :cry: :cry:
(אמאל האבן מיר דא אראפגעשריבן אן אלטן טרויעריגן ניגון וואס מען פלעגט זינגן אין קעמפ אלע יאר דורכאויס די 9 טעג, אויפברענגענדיג טרערן פון די קליינע קינדער. ליידער קען איך זיך דאס נישט דערמאנען אויפן מאמענט).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:40 am

איך האב זיך דערמאנט עטליכע פאראגראפן פון יענעם ניגון, אויף די ווערטער "קול ברמה נשמע ביללה, קול נהי מציון המהוללה":

לאמיר זיך דערמאנען דעם גרויסן חורבן
מיליאנען אידן זענען דורך די רשעים געשטארבן
און נאכדעם אלעם האבן זיי מיט די בלוטיגע הענט
דעם הייליגן בית המקדש אינגאנצן פארברענט

הער זיך צו וואס איך וויל שמועסן
איך וויל זיך אביסל דאס הארץ אויסגיסן
וויאזוי קענען מיר זיך זעצן עסן
און פון ירושלים עיר הקודש אינגאנצן פארגעסן

אמאל איז געווען ליכטיג אין יעדן ווינקל
פלוצלינג איז אלעס געווארן טונקל
אויסגעלאשן אלע לעכט
אויף דעם דארפן מיר וויינען טעג און נעכט

ווער עס קען דעם ניגון, זאל ביטע ממשיך זיין.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:43 pm

עס איז פון ר' בנימין יוסף וועבער ז"ל, און געדריקט אין זיין ספר חדושי האביב צוזאמען מיט נאך פון זיינע ניגונים.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג אוגוסט 05, 2008 2:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 2:52 pm

יישר כח ביקסאדער רב. איינער האט א מושג וואו מען קען זעהן דעם קונטרס? א קאפי פונעם ניגון?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 4:15 pm

עס איז א דיקע ספר, אויב עס איז נאך פארהאנען איז מסתמא נאר ביי די זיהן ר' אפרים ור' יששכר, ביידע וואוינען לפי ידיעתי אין מאנסי.

לאז מיר איבער א פעקס נומער [מעג זיין אין אישית] און מיר וועלן פרובירן עס צו שיקן.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג אוגוסט 05, 2008 2:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 05, 2008 12:20 am

פארשלאפן, סיז אייגענס? סידעך מורא'דיג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 05, 2008 12:49 am

עס איז אייגנס, יא, הרב פארשלאפן האט דא ווייטער געוויזן זיינע באהאלטענע טאלאנטן אין פאועזיע.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 05, 2008 2:38 am

אריבער
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 08, 2008 7:49 am

איך הער,
עס איז נישט קיין אייגן
עס איז פון דעם מחבר פון אלי ציון זאל זיין זכות זיין מגין
איך האב עס נאר פארטייטשט אויפן גראם
איך האף אז עכ"ז האט עס נישט פארלוירן דעם טעם.

קרעמער,
א דאנק פארן קאמפלעמינטירן
עס גיט מוט ווייטער צו פראקטיצירן.

טריאו,
דו זיצט אזוי בהחבא
אבער סוף הכבוד לבא.

ביקסאד,
א דאנק פארן ברענגען דעם ניגון אהער
איך האב דערפון קיינמאל געהערט, איך קלער
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג אוגוסט 08, 2008 11:55 am

הרב פארשלאפן, אייער ווארים הארציגע חרוזים האבן ב"ה געמאכט זייער ריכטיגן רושם, האמער עס ארויס געדרוקט, פארצוליינען אין תשעה באב (מיר האפן אין פריידן, אין ירשולים עיר הקודש).
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך אוגוסט 13, 2008 2:56 am

פארשלאפן,

פארוואס זאגסטו אז דו קענסט נישט, מאכסטעך פאר אזא עניו, ס'ידעך הפלא ולפלא.

ניין, כ'מיין אמת'דיג, ר' פארשלאפן, כ'זעה ביסט גארנישט אזוי פארשלאפן. באמת א גרויסן שכוח, סיז מורא'דיג.

(דו טוסט דאס פאר פרנסה?)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 12:16 pm

הגם דער עולם האט זיך שוין פארפריידעט מיט חמשה עשר באב, אבער מיין דאנק פאר פארשלאפן, קעמען נישט אזוי לאזן ווארטן אויף נעקסטעס יאר, וויל איך זיך באדאנקן פאר איהם: יאשר כוח.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 09, 2009 8:46 am

ר' טהור ענים,
זאל דער אויבירשטער אונז שוין דערפרייען
אונז פירן צו זיין שטאט ירושלים
און זיין הייליג הויז באנייען.

סאכדעס, מיין תגובה איז מיט י"א חדשים מאוחר
אבער סוף התגובה לבא איז אמאל זיכער.

*****

א קורצע תפלה
צום נורא עלילה

קוק אונזער פלאג
אין דעם היינטיגן פאסט טאג

תאמר לציון
גענוג געווען דאס מיען

פארגעסן פון לייד
נאר ששון און פרייד

פון די ג' שבועות
זאלן ווערן ימי שמחה על הישועות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יולי 09, 2009 9:19 am

יעצט געזעהן דעם אלי ציון, איך וויש מיך נאך די טרערן,

פארשלאפן ס'איז מורא'דיג

(ביי די וועי איך ווארט נאך אויף נאך לינקס, די לעצטע איז געווען זייער גוט, אז דו טרעפסט נאך עפעס האב מיך אינזין)
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:22 am

איך האב יא געלאזט מיין דאנק ביז היי יאר, און נאדיר.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דאנארשטאג יולי 09, 2009 4:25 pm

זייער עמאשינעל פארשלאפן

די נעמסט נאך אן חתונות?

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 1:50 pm

אקעי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 4:45 pm

הארציג ביז גאר! שטימט געוואלדיג נוסח פארשלאפן.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג יולי 21, 2017 5:59 pm

וואו קען מען הערן דעם אלי ציון רעקארדירט?

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:06 pm

א דאנק פארן הארציגן אלי ציון אין אידיש.
עס איז באמת מעורר.

כ'האף דער עולם האט שכל, אז מ'דארף עס ליינען מיטן באקאנטן נוסח פון אלי ציון,
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט