כאפטס דעם גנב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

כאפטס דעם גנב

תגובהדורך שעפטיל » פרייטאג יולי 25, 2008 6:41 pm

זיץ איך ביי מיר אין אפיס, עס קומט מיר שוין צום ווייסעך-וויפילטן-מאל ארויף אויף מיינע לעפצן רבי שלוימענס "על אלה אני, בו-כי-ה, אני בוכ, י-ה!
ס'הארץ וויל אויסגיין פאר דעם צער השכינה, עס מאכט פארגעסן פון אלע אנדערע דאגות וועלכע געפינט זיך און א אידס קאפ, עס ווילט זיך נאר דעם בנין השלישי בבנינו, הוי! וואס נגינה קען אלס ברענגען, ממש א מהפכה אין א מענטשנס קערפער, עס נעמט ארום דעם שפלדיגן קערפער געמאכט פון עפר א גייסט פון הימל, א הימלישער הארמאני ווילט זיך ארויסגליטשן, ואילו פינו מלא שירה כים, זאגט שוין "נשמת" עדות וועט מע אויך נישט קענען ארויסברענגען די ריכטיגע געפילן וואס א מענאש ווערט באהערשט בשעת'ן זינגען,
און אפס! מיטאמאל שטעלט זיך מיר א קשיא, וואספארא ניגון זינג איך איצט? כמיין: וועמענס ניגון איז דאס?
מעוועלמיר גיין פאוואליע.
עס איז פארהאן א מעלאדיע, גאר א שיינע און הארציגע תנועה וואס
שלמה קארליבאך האט קאמפאטאזירט אויף די ווערטער על אלה אני בוכי-ה, געוויס ווייסט ר'וילם וואס כ'רעד.
מיט א שיינע תקופה צוריק בינעך געזעצן ביין חבר'ס בכור'ס בר מצוה האט דער כאר געזונגען א ניגון אויף די ווערטער "הרנינו גוים עמו, ודם עבדיו יקום", נישט געטוישט, נישט אראפגענומען נאר אויף די האר שלוימעלעס על אלה. נו? נישט ס'ערשטע מאל וואס איינער פרובירט צו מאכן א ניגון און עס געלונגט א הויקער. גראדע ביים זיך נאכפרעגנדיג אויפן ניגון האבעך געהערט גאר אז דאס איז גאר אן אלטער שטיקל.
מאכצעך ווידער א תקופה צוריק זייענדיג ביים ניקלשבורגן הויף, האבן צו מיינע אויערן דערגרייכט א מעלאדיע איוף די ווערטער "כגוונא וכו', און ווידער, שלוימעלעס על אלה, ניטאמאל פרובירט צו פארדרייען..
דאס מאכט מיך שוין אינגאנצן צומישט;
"ווער איז דער ערפנידער פון דער וואונדערבארע תנועה?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 27, 2008 3:39 am

איך האב שוין אמאל געזוכט דעם על אלה, זעהט אויס אז דער ניגון לעבט אויף גניבה.

http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=2434

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג יולי 27, 2008 11:11 am

איך האב ביי מיר אן איבערפלוס פון שלמה'לע ניגונים, אבער דער ניגון על אלה האב איך נישט און איך קען מיר נישט דערמאנען וועלעכע ניגון דאס איז. אויב איינער קען עס ביטע ארויף לייגן דא אדער מיר שוקן אין אימעיל איך וואלט עס זייער אפרישיעיטעד.

יישר כח
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג יולי 27, 2008 9:20 pm

שעפטיל, אינטערסאנט וואס די דערציילסט דא, דער ניגון פון ר' שלמה איז פון זיינע באקאנסטע ניגונים און אינטערסאנט, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט עפעס אנדערע ווערטער אויף די ניגון.

בפשטות וואלט איך געזאגט אז דער ניגון איז בעצם זיינס נאר די אנדערע האבן דאס ארויפגעלייגט אויף זייער ניגון, פארוואס? ווייל אויף שלמה וויייסט יעדער אז ער האט דאס געמאכט אבער אויף די אנדערע ווערטער האסטו נישט געהערט קיין נאמען אדער א ספק פון עמיצען אז א צווייטער האט דאס געמאכט, אויב איז נאר דא איין נאמען און דאס איז ר' שלמה, בלייבט די חזקה ביי אום.

לעווי, גאר אינטערסאנט איז די פאקט אז די קענסט נישט דער ניגון, איינע פון זיינע אויפגעכאפסטע ניגונים. דאכצעך אז די לינק ווואס סאכדעס ברענגט דא אראפ אנהאלט דער ניגון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 28, 2008 10:15 am

צייטליך האט געשריבן:לעווי, גאר אינטערסאנט איז די פאקט אז די קענסט נישט דער ניגון, איינע פון זיינע אויפגעכאפסטע ניגונים. דאכצעך אז די לינק ווואס סאכדעס ברענגט דא אראפ אנהאלט דער ניגון.


איך טרעף נישט קיין שום לינק צו דער ניגון, און איך בעט נאך אמאל אויב איינער האט עס זאל ער עס ביטע ארויף לייגן.

יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 28, 2008 3:24 pm

דא האט איר דעם הערליכן על אלה אני בוכיה.

לאנגע ווערסיע, על אלה, דערנאך נחמו נחמו
קורצע ווערסיע על אלה
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 3:33 pm

אלץ ווייסער, א גרויסן יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 28, 2008 4:41 pm

אלץ-ווייסער, דיין ערשטע קומט לכאורה פון א קאנצערט אין ירושלים, אויב געדענק איך גוט. כ'האלט עס נאך אינמיטן הערן. ס'טראגט מיך צוריק מיט עטליכע יאר (האניש מורא, כ'קום באלד צוריק).
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 28, 2008 4:51 pm

ביטע, איך קען דיך נישט צוריקברענגען יעצט. טוה דאס נישט.

אבער ניין, עס פעלט בכלל נישט אויס, ווייל די ניגון איז פון די טעיפ על אלה וואס סאכדעס האט אזוי עמאשענעל באשריבן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 28, 2008 4:54 pm

א גרויסע שכח אלץ ווייסער, איך האב שוין געהערט דער ניגון אסאך מאל, אבער פאר סאם ריזען איז עס נישט רגיל על לשוני, יעצט עמיר עס זונגן לכבוד די בין המצרים טעג.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 5:29 pm

אלץ ווייסער, יעצט מערק איך נאכן דאונלאדירן אז איך האב עס שוין אין קאמפיוטער און טאקע פון סאכדעס.

שכויעך עניוועי. מאשקע, ביסט דא?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 28, 2008 5:42 pm

יאפס, כ'בין שוין צוריק באכאשעם.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: כאפטס דעם גנב

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יולי 31, 2008 2:13 pm

שוין, אבי מ'האט געכאפט דעם גנב. ס'איז מיר א פרייד צו זעהן, אז רוב האבן עס פון מיר, יישר כוח אלע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט