בלאט 1 פון 2

ניגון פון רבי ר' מיכל מזלאטשוב זי"ע.

געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2008 8:50 pm
דורך נאטרוליסט
אין צופר האט עמיצער ארויפגעטעלט א קליפעלע פון א ניגון פון הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב, געזונגען דורך ר' חיים שלום דייטש.
יענער שרייבט אז דער בעשה"ק האט מבטיח געווען צו העלפן דעם וואס וועט האבן א הרהור תשובה פון דעם ניגון.

ניגון הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב זי"ע

געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2008 10:11 pm
דורך קרעמער
יישר כח (מיהו זה ר' חיים שלום דייטש?)

געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2008 10:39 pm
דורך ליפא
איך האב געהערט א גירסה אז "ווער עס וועט זינגען די ניגון וועט זיכער באקומען א הרהור תשובה"

געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2008 11:12 pm
דורך לחיים ולברכה
דא האט איר דעם ניגון געזונגען אויף די חב"ד טעיפס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2008 1:36 am
דורך סאכדעס
יא אויף די חבד טעיפס, דרש'ענען זיי אז מ'וועט האבן אן הרהור תשבוה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2008 5:25 am
דורך זעליג
די ניגון האט צוויי נוסחאות. איינס ווי די ליובאוויטשער זינגען. און די צווייטע ווי די זוויעהילער זינגען (זיי זענען אייניקלעך איז מסתמא איז דאס מער מקוריות'דיג).

געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2008 9:52 am
דורך לעווי
איך האב קיינמאל דער רבי חיים שלום דייטש נישט געזעהן און נישט געהערט, אבער איך ווייס אז אין חב"ד ירושלים איז דא איינע פון די געהויבענע משפיעים הייסט אזוי, איך טראכט אז דאס איז אים.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2008 1:55 pm
דורך שאץ מאץ
דאס אז דער בעשה"ק האט צוגעזאגט אז ער אליין וועט קומען מעורר זיין לתשובה ווען מ'וועט זינגען ר' מיכל'עס ניגון,
איז דער מקור פון לובאוויטש, דאכט זיך פון מהריי"ץ נ"ע,
ואם קבלה הוא נקבל

אבער דאס איז קלאר אז דער ניגון איז א מורא'דיגע ניגון, מיט הפלא'דיגע תנועות, און ס'איז באמת מעורר לתשובה...

געשריבן: זונטאג יולי 27, 2008 5:29 pm
דורך נאטורליך
דא קענט איר דאונלאודן דעם ניגון

http://www.megafileupload.com/en/file/7 ... v-mp3.html

געשריבן: זונטאג יולי 27, 2008 8:23 pm
דורך לעווי
נאטורליך האט געשריבן:דא קענט איר דאונלאודן דעם ניגון

http://www.megafileupload.com/en/file/7 ... v-mp3.html


דער לינק פירט צו די האוסטינג סייט, אבער ווען איך קליק צו דאונלאודען פירט עס מיר צו א שגיאה פעידזש. ביטע אויב מעגליך לייג עס איבער אויף יו סענד איט.

יישר כח.

געשריבן: זונטאג יולי 27, 2008 8:45 pm
דורך קרעמער
ביי מיר ארבעט ער געהעריג, יישר כח נאטורליך.

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 5:59 am
דורך זעליג
דא האט איר א בילד פון ר' חיים שלום ביי א פארברענגען.

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 10:32 am
דורך מאשקע
כ'האב קלענער געמאכט דעם בילד אז ס'זאל ארויפקומען געהעריג.

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 11:13 am
דורך זעליג
ש'כח

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 13, 2014 1:27 pm
דורך א איד
קען איינער ארויף לייגן נאך א מאל דעם ניגון פון ר' מיכל מזלאטשוב. איך זיך לויט ווי מ'זינגט עס אין זוויעל.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 13, 2014 1:34 pm
דורך ניגון עתיק
א איד האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגן נאך א מאל דעם ניגון פון ר' מיכל מזלאטשוב. איך זיך לויט ווי מ'זינגט עס אין זוויעל.

https://copy.com/V1RXEAOwoc6s

געשריבן: מיטוואך מארטש 19, 2014 1:18 pm
דורך א איד
ישר כח.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2015 10:16 pm
דורך יאצמעך
די ניגון איז געזינגן געווארן ל''ג בעומר ביי די הדלקה פון מהר''א מ'סאטמאר אין קרית יואל

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2015 8:02 am
דורך ללמוד וללמד
איז נישט די צווייטע און לעצטע פאל די תנועה׳לע וואס הרה״ק מסאטמאר פלעגט זיך אינטערזונגען ביי שלש סעודות תורה?
די ניגון איז אויך זייער שיין באארבייט אויף א סידי ״ברחמים רבים״ פון אלע ניגוני ר׳ מיכל זלוטשוב (ע״ש די ניגון וואס הייסט טאקע אזוי)

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2015 9:45 am
דורך תפוח
קען איינער ארויף לייגן דעם ניגון אויף מער א ניסוח'דיגער אופן?
לפי הרגשי איז עס מער מעורר.

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2015 2:57 pm
דורך יאצמעך
מ'קען עס הערן (נישט אזוי קלאר) אויף קול הלשון סוף פון ר' אלימלך בידערמאן'ס שיעור ליל שישי פרשת דברים תשע''ד #number 718 906 6444, 2 95

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 10:47 pm
דורך פ' לך לך
וואו קען מען דאס הערן קלאר?

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 11:26 pm
דורך איסר האטלקי
מען קען עס הערן אויף קול באבוב-45 האטליין. דער נומער איז 718-305-6300 דרוקט 7 אריינצוגיין אין נגינה אפטיילונג, דערנאך 0.
דארט הערט איר דעם ארגינעלן הערליכן רעקאדירונג פונעם טעיפ "רחמים רבים".

הערה קצרה, דער מחבר פונעם ניגון, הרה"ק ר"ר מיכל זלאטושבער האט געזאגט אז ער וועט טון מה שביכלתו ווען אימער א איד וועט זינגען דעם ניגון, נישט דער בעש"ט. אויך, געדענק איך נישט אז עס זאל האבן עפעס מיט הרהור תשובה, נאר סיי וועלכע ישועה.

(איך פריוואט האב שוין געזען עטליכע געוואלדיגע ישועות נורא והפלא ביים זינגען דעם ניגון, איינע פון די מאל איז עס געווען ווען איך האב עס געזינגען ביי א קראנקן אין שפיטאל, מען האט שוין געהאט כמעט אויפגעגעבן אויף אים, ער האט זיך באלד דערנאך אויפגעוועקט מיט א פרישקייט ווי קיינמאל בעפאר, און ארויס פון שפיטאל ווייניגער ווי א וואך דערויף.

האדמו"ר מבאבוב-45 האט זייער ליב באקומען דעם ניגון און זינגט דאס בכל עת מצוא, ווי למשל איידער זיין מצוה טאנץ ביי חתונות צאצאיו.
דער רבי שליט"א האט אמאל געהערט א געשיכטע פון א קבוצה ליובאוויטש'ע בחורים זייענדיג אמאל אויף וואקאציע מיט יארן צוריק. די קבוצה זענען געגאנגען שיפלן און זיך פארלוירן אין א גרויסן ים, זיי זענען געווען אובד עצות פאר א לענגערע צייט ביז איינער האט זיך דערמאנט פון דעם ניגון, זיי האבן עס געזינגען און תיכף געזען א ישועה למעלה מדרך הטבע, זיי זענען באלד אנגעקומען צו מנחה ביים רבי'ןס מנין און אים דערציילט די מעשה מיט התרגשות. יארן שפעטער ווען דער ניגון איז באקאנט געווארן האט ער זיך דערמאנט אין דעם מעשה, האט ער געהייסן פאר בני קהילתו זיך דאס אויסצולערנען. ער האט עס דערציילט ברבים ביומא דהילולא קדישא, ביום שבת קודש נאכמיטאג ביים פירות טיש, פאר צוויי יאר צוריק.

(נ. ב. איך בין בכלל נישט קיין באבובער, נאר א חסידישער-ניגון ליבהאבער, דעריבער בין איך נאכגעגאנגען די אינפאו).

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 11:33 pm
דורך פ' לך לך
אנליין איז דא ערגעץ?

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 1:06 am
דורך מונאוויטש
די חב"ד ווערסיע.
http://www.db.tt/6lJl5puNzT

גראדע גלייך איך מער די הויכע פאל פון אנדערע ווערסיע (וואס מען זינגט אויך אין באיאן, סאטמאר, וכו' בעפארן צינדן די ל"ג בעומר מדורה). איך מיין אז עס איז מער הארציג.