דער קומזיץ אויפן האדסאן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

דער קומזיץ אויפן האדסאן

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2008 1:11 am

לעצטענס איז באריכטעט געווען איבער א קומזיץ-קאנצערט וואס איז פארגעקומען אין א שיף אויפן האדסאן-ריווער, דא ביי מה נשמע איז דא א שטיקל פון א ניגון נוסח-קארלבאך (כ'מיין אז דאס ווערט געזונגען דורך יהודא גרין) דער ניגון איז מיר געפאלן, וועמענס שטיקל איז דאס?

אגב, קען איינער געבן א שטיקל באריכט פוונעם עווענט?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 21, 2008 9:17 am

ביטע נישט לייגן בילדער פונעם עולם ביים קומזיץ, בילדער אין דעם אשכול וועלן געמעקט ווערן.

יישר כח.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 9:21 am

איך האב נישט געהערט קיין קלארע באריכט פון די קומזיץ אבער אלע וואס זענען דארט געווען זאגן אז עס איז געווען אסאך מר ווערט ווי זיי האבן געצאלט, איינער זאגט מיר אז ער איז זיכער אז ביי די נעקסטע קומזיץ וועלן זיין כאטש א טויזענט מענטשן.

יהודה גרין איז דאך די ממשיך פון שלמה'לה ע"ה, ער איז א גרויסע שטערן היינט.

אויך האט דארט געזינגן ידידי ר' שלמה טויסיג, ער האט געמאכט א מורא'דיגע דזשאב, ער קומט אויך ארויס בקרוב מיט אן אייגענע טעיפ.

מיללער, פון וועלכע ניגון רעדסטו? אויף מה נשמע רוקן זיך די לינקס ארום, דיין לינק פירט צו עפעס אנדערש.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2008 9:25 am

לעווי,
עפעס א שטייטע ניגון אנא ווערטער, מורא'דיג ערנסט 'שאלעשידעס' סטייל.

יאנאש,
זייער א גוטע גדר, ווער דארף די בילדער פון די יחידים, אבער די זינגערס זעלבסט (גע'קראפ'ט) וואס איז דער פראבלעם? עניוועי, מיר אינטערעסירט נישט די בילדער, אבער די שטערנס דארט זענען מיר געווען ניי (איך בין נישט אזא נגינה-גייער) דער בעני פר"מ אברהמ'ס נעפיו, טויסיג לעווי'ס ידיד, וועבער?

עס איז א נייע וועלט.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 9:32 am

מיללער האט געשריבן:לעווי,
עפעס א שטייטע ניגון אנא ווערטער, מורא'דיג ערנסט 'שאלעשידעס' סטייל.

יאנאש,
זייער א גוטע גדר, ווער דארף די בילדער פון די יחידים, אבער די זינגערס זעלבסט (גע'קראפ'ט) וואס איז דער פראבלעם? עניוועי, מיר אינטערעסירט נישט די בילדער, אבער די שטערנס דארט זענען מיר געווען ניי (איך בין נישט אזא נגינה-גייער) דער בעני פר"מ אברהמ'ס נעפיו, טויסיג לעווי'ס ידיד, וועבער?

עס איז א נייע וועלט.


אויב יהודה גרין זינגט עס שטעלט מען אויף די חזקה אז עס איז שלמה'לה'ס. טויסיג איז נישט אזא נייע שטערן, ער זינגט אויף רובי בנט'ס לעצטע טעיפ, און אויף נאך אפאר טעיפס. ער זינגט כמעט יעדער נאכט אויף חתונה'ס, און איך האב אים אויך געזעהן מיט שירה ביי גרעסערע עווענטס.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 21, 2008 10:03 am

פון די זינגער'ס (אבער נאר די זינגער'ס) איז נישט קיין פראבלעם.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 21, 2008 10:04 am

לעווי, איבער די פרייז וואס די זאגסט בין איך נישט אזוי זיכער. יענעם נאכמיטאג האט מיך א חבר געריפן צום קומזיץ, ער זאגט מיר אז עס קאסט הונדערט טאללער א טיקעט, א פרייז וואס איך האב נישט געהאלטן ביים צאלן, און אפילו יעצט נאכן הערן און זעהן די ווידיאו קליפס אויך נישט. דאס אז גערשי מאשקאוויטש האט נאך געהאט אסאך טיקעט'ס יענעם נאכמיטאג האט מיר אויך נישט געשמעקט צו גוט, און צוגאב אז מיין חבר האט פארשאפט א טיקעט פאר אומזינסט.

לדעתי, אין ארדער אז א קומזיץ זאל זיין שיין מוז עס זיין א קליינער עולם, צו א גרויסער עולם איז שוין נישט גוט, נישט יעדער קען זינגען, דער זינגער שטייט אויבן-אן, נישט צוזאמען מיטן עולם, עס איז מער א קאנסערט ווי א קומזיץ.

יעצט צום עצם קומזיץ. דער יהודא גרין איז מורה'דיג, און דאס מערסטע איז מיר טאקע געפאלן די שטייטע ניגון וואס ער זינגט אנע ווערטער, (שלמה'לעס)דאס וואס מיללער רעדט, דארט גראדע זינגט יא דער עולם זייער שיין מיט, מ'קען אויסגיין פאר מתיקות, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל.

אויף דעם פריעד האב איך נישט קיין סאך קאמענטארן, ווען נישט ער איז אברהם'ס נעפיו גלייבעך אז מ'וואלט נישט געהערט פון אום.

דער טויסיג זינגט פיין, ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך זעה אום לייווו זינגען, ער איז זייער גוט.

ווער ס'איז באמת א נייער שטערן איז דער וועבער אינגערמאן פון קרית יואל. ער זינגט זייער שיין, ער זינגט שוין היינט אויף עטליכע טעיפ'ס, ער ווערט געריפן אויף זייער אסאך פריוואטע שבתים אנציפירן מיט שמחות און די סעידות שבת קודש, ער האט זייער א שיינער שטימע, זינגט גוט, און דארט ביים קומזיץ האט ער געזינגען עפעס א נייער ניגון.

דער ווייס אינגערמאן מיט זיין פויק איז מיר שטארק געפאלן, ער טויגט גראדע פיין צום מלאכה, ער טוט דאס שוין לאנג, אבער יעצט איז דאס דער ערשטער מאל - דאכצעך - וואס ער שפילט אין פובליק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 21, 2008 11:29 am

דער ערשטער ניגון אויפ'ן צען-מינוטיגן קליפ האב איך שוין אויך געהערט פון פנחס וועבער מיט שירה ביי א שמחה. כ'האב נישט קיין אהנונג וועמענס דאס איז, אבער ס'איז זייער הארציג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 21, 2008 11:58 am

איר דערקענט נישט דעם שטייטן ניגון? דאס איז דאך דער וועלטס באקאנטער "לאמיר דערציילן די מעלות פון די אידישע קינדער" געזינגן בשינוי קצת נוסח שלמה'לע.

איך האב געקוואלן פון דעם גרינעם ביז איך האב געזען א קלארע בילד פון אים... איך האב געמיינט ער איז עפעס מער א היימישער.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג יולי 21, 2008 12:02 pm

יא, ס'איז דא דריי נוסחאות אויף דעם ניגון. ליובאוויטש, וויזניץ, קרליבאך.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 12:25 pm

צייטליך,

ווען איך האב געשריבן אז עס איז געווען ווערט מער ווי די פרייז האב איך גערעכנט אז ווען דוצאלסט עקסטע פאר א 4 שעה רייזע אין א הערליכע יאכט אויף די האסדען ריווער, א פענסי רעסטוראנט סטייל נאכטמאל, א מעדזשישאן און דזשאגלער, און די 4 זינגער פירן א וואימע קומזיץ פאר אפאר שעה, וואלסטו געצאלט אסאך מער פון דעם.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 12:27 pm

קרעמער ביסט גערעכט, דאס איז טאקע די ניגון 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער'.

רבי שלמה'לע זינגט זיך אונטער דער ניגון ביי די נענועים אין די באוואוסטע קליפ פון הושענא רבה.

(ער האט לפי חשבן גענומען דער ניגון פון באבוב וואו מען פלעגט עס אויף זינגן ביי די נענועים, וואו באקאנט זיין טאטע און ברודער האבן זיך געדרייט אין באבוב אסאך)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 2:06 pm

שלמה טויסיג זיצט און שטייט אויף די טרעפ צווישן די עולם און זינגט.

קרעדיט: מה נשמע.קאם
צוגעלייגטע
4263_IMG_0109.JPG
4263_IMG_0109.JPG (14.52 KiB) געזעהן 3895 מאל
4263_IMG_0089.JPG
4263_IMG_0089.JPG (23.9 KiB) געזעהן 3893 מאל

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 2:07 pm

יהודה גרין, מ"מ פון ר' שלמה'לע קארליבאך ע"ה

קרעדיט: מה נשמע.קאם
צוגעלייגטע
4263_IMG_0144.JPG
4263_IMG_0144.JPG (21.44 KiB) געזעהן 3886 מאל
4263_IMG_0137.JPG
4263_IMG_0137.JPG (6.99 KiB) געזעהן 3878 מאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 21, 2008 2:11 pm

יוי איז ער פארשוויצט...

זיין פנים און הער-סטייל איז היפש נאכגעמאכט ר' שלמה'ס. פארוואס אבער טראגט ער נישט קיין גיטאר אויף זיך?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 21, 2008 2:14 pm

צייטליך האט געשריבן:יוי איז ער פארשוויצט...

זיין פנים און הער-סטייל איז היפש נאכגעמאכט ר' שלמה'ס. פארוואס אבער טראגט ער נישט קיין גיטאר אויף זיך?


דאכצעך אז ער שפילט נישט די גיטאר, ער זינגט נאר. (עס איז געווען דארט איינער אנדערש וואס האט געשפילט די גיטאר)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 21, 2008 3:22 pm

ער איז זייער א גוטער אינפירסינעטער, אבער זיין שטומע קומט נישט צו צום רבי'נס, און איך ווייס נישט ווי ווייט ער קען קאמפאזירן ניגונים.

די העיר סטייל מיטן וועסטל אבער איז נישט שלעכט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23445
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 21, 2008 10:20 pm

גראדע האבעך א די ווי די פון א קומזיץ מיט יודא גרין, איך בין געווען ביי א פריוואטע קומזיץ מיט עים, פאר מיר איז ער נישט אזוי אינטערעסאנט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 22, 2008 6:13 pm

וואס זאל איך אייך זאגן, דער ניגון ווי יודא גרין זינגט דעם 'לאמיר דערציילן' ניגון ארבייט ביי מיר אין אפיס דעם גאנצן טאג רונדע דעם זייגער. ס'איז הערליך שיין, איי! דאס מתיקות וואס דער ניגון האט. דער גאנצער עולם געט צו צום התעוררות מיטן אינטערזינגען די הארמעני, יוי.

איינער האט מיר היינט צוגעשיקט א טעיפ פון אום ווי ער זינגט דארט דעם ניגון, אויך הערליך שיין, אבער דאס איז שוין נישט ארויפצולייגן אין די דרייי וואכן.

רבותי, ער איז סופער גוט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 22, 2008 8:48 pm

יישר כח קרעמער. איך ווייס נישט וואו מיין מח איז געווען ביים הערן דעם ניגון. אפשר ווייל מיר זינגען עס פיל שנעלער ווי אים, האב איך נישט געכאפט אז היינו הך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג יולי 22, 2008 9:41 pm

אפשר קענט איר מיר מסביר זיין פון וועלכע ניגון רעדט מען דא.
וועלכע לאמיר דערציילן?
אדער אויף וועלכע טעיפ/סידי קען מען דאס הערן.

סתם מיך אנציען ווי אן אלטאמדישן זייגער איז דאך נישט קיין תכלית.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 22, 2008 10:43 pm

דו קענסט דען נישט דעם אום אני חומה ניגון? איין מעלה איז, אום אני חומה, נאך א מעלה איז ברה כחמה, כאטש כאטש כאטש גולה וסורה, דאך דאך דאך דמתה לתמר.

דא האסטו דעם גרינעם ווערסיע דערפון (אכטונג, עס האט מוזיק, האלט דיך איין 3 וואכן)
https://www.yousendit.com/transfer.php? ... d2RjR0E9PQ

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך יולי 23, 2008 12:18 am

א גרויסן דאנק אייך הער קרעמער.
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט, ווייל איך האב נאר געוואוסט פון די אום אני חומה וואס ווערט געזונגען אין די "זמירות ישראל באידיש".
איין מעלה איז לויט די הושענא פון אום אני חומה. און דאס איז בכלל נישט דער ניגון אין מיינע אויערן.

יעצט בין איך אריין צו מאוסטלי זעה איך טאקע דעם סידי דארט און ער רופט עס בארדיטשוב'ער ניגון.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 23, 2008 12:23 am

איך זע נאכנישט אז אלץ ווייסער מיט קרעמער, זאלן רעדן פון צוויי אנדערע ניגונים, איזעס ווייל איך בין מיד?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 23, 2008 12:41 am

אלץ-ווייסער, עס דאכט זיך פאר אסאך אנדערע אויך אז דאס זענען צוויי באזינדערע ניגונים, די סיבה דערפאר איז וויבאלד אויף אני חומה זינגט מען עס שנעל, מה שאין כן, רבי ר' שלמה זינגט דאס זייער שטייט און פאמעליך, אזוי אויך יהודא גרין.

דער עיקר פאל איז דער הויכער פון כאטש כאטש כאטש, וואס זיי זינגען דאס זייער שטייט.

איך הער, ביסט זיכער מיד, אבער איך כאפ נאכנישט וואס די תוצאה דערפון איז.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט