הילף מיט ווערטער פון א ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

הילף מיט ווערטער פון א ניגון

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 12:28 am

זיצנדיג מוצאי יום הקדוש, נישטערנדיג אין די אוצרות אויף מיין קאמפיוטער, האב איך געפונען א חזנות שטיקל אויף די פאלגענדע ווערטער, איך קען אבער נישט פארשטיין עטליכע זאצן דערפון, ביטע, ווער עס ווייסט די ריכטיגע ווערטער, זאל דאס אריינפילן:

גייט א גוי אין שענקל אריין, אין שענקל אריין, אין שענקל אריין.
טרינקט ער דארט א גלעזעלע וויין, א גלעזעלע וויין, א גלעזעלע וויין.
אוייייייייייייייייי, שיכור איז ער דאך א גוי.
שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי. שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי.

גייט דער גוי פון שענקל ארויס, פון שענקל ארויס, פון שענקל ארויס.
טרעפט ער א אידן, שייבעלע כוי? ווערטעלע כוי? סייבעלע בוי?
אוייייייי, שיכור איז דאך א גוי.
שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי. שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי.

גייט דער איד אין בית המדרש אריין, אין בית המדרש אריין, אין בית המדרש אריין.
כאפט ער דארט א מנחה'לע אריין, א קדושה'לע אריין, א מנחה'לע אריין.
אויייייייייייי, אויייייייייייייי
ניכטער איז דאך דער איד, ניכטער איז ער, דאווענען מוז ער, ווייל ער איז א איד. ניכטער איז ער, דאווענען מוז ער, ווייל ער איז א איד.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 5:07 pm

מחבר ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 8:17 pm

רמ"א?

פון וואו זאל איך וויסן, איך האב עס אמאל דאונלאודעד פון איינע פון די USENDIT פלעצער וכדומה, עס איז אהין ארויפגעלייגט געווארן (דאכט זיך מיר) דורך איינע פון די מיטגלידער פון די חדשות אנ"ש מוזיק פורום אויף היידפארק.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 1:41 am

איך טראכט אפשר זאלסטו דא ארויף לייגן דעם ניגון מ'זאל עס קענען הערן אפשר וועט איינער אויפכאפן וואס דארט ווערט געזינגען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 8:24 am

מה עשה הקב"ה? איך האב עס אויסגעמעקט באלד נאכן הערן

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 10:29 am

און וואס האסטו געטוען?

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 1:14 pm

יאנאש האט געשריבן:און וואס האסטו געטוען?

חאחאחא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 8:30 pm

יאנאש האט געשריבן:און וואס האסטו געטוען?

דאס ענטפערט ער גראדע, אבער מה עשה הקב"ה ענטפערט ער נישט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 9:03 pm

איך הער,

הגרינער אגודל שני פעמים !!!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש נובעמבער 11, 2006 8:49 pm

איך האב לעצטנס געהערט א ניגון דא http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=1144
אויב איר האט נישט קיין געדולד צו זען דעם גאנצן (הערליכן) חתונה, מישט דאס אויף צו די לעצטע 5 מינוט דערפון (די זייגער ציילט אויף אראפ)
יענע ניגון דארט, פון די 5 מינוט ביז די 2-3 לעצטע מינוט, עס איז אזוי געוואלדיג, אז איך הער דאס נישט אויף צו זינגן.
פרייטאג-צונאכטס, שבת צופרי, ביים נאכמיטאג דרימל, ביי שלש-סעודות, און יעצט.

די זאך איז אזוי, איך קען אן ענליכן ניגון (אדער גאר טאקע די זעלבע ניגון) אויף די ווערטער "אם אמרתי מטה רגלי וגו' ברוב שרעפי בקרבי וגו'"
פארפאסט דורך הגאון רבי מאיר שפירא אב"ד לובלין (אדער האט ער דאס בלויז געזינגן אסאך, איך האב עס געהערט אויף א טעיפ וואס איז מכלומר'שט זיינע ניגונים)
אבער דארט הערט מען נישט דעם הויכן (הערליכן) פאל דערפון.

האט איינער מער אינפארמאציע דערוועגן?

איי דיי דיי, יא הא היי היי היי, איי דיי דיי, מא מא מא מא מא ...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 12, 2006 3:12 am

די מיינסט דעם ניגון וואס ווערט נאכאמאל געזונגן ביים רבינ'ס מצוה טאנץ? פון די צווייטע ביז די לעצטע מינוט בערך?

גאנץ א שיינער ניגון פאר א טשעינזש.

נישט כסדר הערן דעם יא די די דיי דיי יא די די דיי דיי .....
הההוי יא די די דיי דיי, יא די די דיי דיי (קידוש לבנה ניגון)
אדער דעם זעקסטן ניגון יי די די ראם באם די רי די רי יא די די דיי די, יאם באם באראם באם בירי בירי ייי ביי בייייייייייי !!!!! (הויכע פאל)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

קען איינער די ווערטער ?

תגובהדורך לב טוב » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 2:51 pm

דא איז א אידישע ניגון פון יאסעלע קען איינער שרייבן די ווערטער ?
http://kl.am/3AyS
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 4:03 pm

אוי פרילינג די ביזט פערביי,
גאלדענע טעג פליען פאר מיר ווייט אוועק,
די הימלען שיינען (א)זוי העל,
מיט זיסע געזאנג, וועגן....???.....דיר טוט מען,

הערט עטץ געליבטע דא מיין,
און ווי ווייט די ביזט פון מיר ,
אה מיין הערץ, פול מיט שמערץ, און פיין,
איך זעה דיר....???..... אלץ מער,
אוועק איז די צייט,
פארשוואונדן מיין גרויסע גליק,

אט, ווי שווער, מיין ברו...?... ליבער קינד, אה ליבער קינד.....??....

דאס איז די בעסטע וואס ס'איז מיר געגאנגען דערווייל, איך לייג עס ארויף ווייל אפשר וועט איינער קענען אויספילן די ווערטער וואס פעלט.

די קונץ איז אויך צו כאפן וואס ס'איז די קאנצעפט פון די ניגון וואס ס'באדארף ארויסצוברענגען.

איינער האט אפשר געזען סאכדעס?...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 4:11 pm

איך מיין אז די בענדל פונעם קאסעטע איז פשוט איבערגעדרייט, ...
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 5:53 pm

בעילאוט! האסט גוטע אויערן!
כהאב שטארק הנאה, שוין זויפיל מאהל געהערט און קיינמאהל נישט אויפגעכאפט די ווערטער.
שכויעח
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 9:50 pm

שכויעך מר. bailout האסט מיר מחי' געווען
איך האב 18 אידישע ניגונים פון יאסעלע וואס רוב דערפון פארשטיי איך נישט די ווערטער, קען איך לייגן נאך ?
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 7:17 am

ווער וועט דיר עס צוענדיגן?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:12 am

סאיז שוין היינט דא עטליכע ביכער וועלכע שרייבן די גראמען פון אלע יאסעלע'ס ניגונים. בעילאוט וועט זיך מער נישט דארפן פלאגן צו טרעסלעיטן פון אויער צו פענע...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:24 am

א שטייגער ווי?....

פארוואס ס'איז מיר אינטערעסאנט איז ווייל אויף 'אידישע לידער' פון ימ''כ האט ער צוויי ניגונים נישט געקענט אויספיגערן.

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:09 am

דיע וועבזייטל פלעגט האבן אפגעדרוקט אלע ווערטער פון יוסעלע'ס ניגונים, אבער איך קען זיי יעצט נישט געפונען
http://digital.library.upenn.edu/webbin ... &what=7842
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 5:25 am

קרעמער האט געשריבן:זיצנדיג מוצאי יום הקדוש, נישטערנדיג אין די אוצרות אויף מיין קאמפיוטער, האב איך געפונען א חזנות שטיקל אויף די פאלגענדע ווערטער, איך קען אבער נישט פארשטיין עטליכע זאצן דערפון, ביטע, ווער עס ווייסט די ריכטיגע ווערטער, זאל דאס אריינפילן:

גייט א גוי אין שענקל אריין, אין שענקל אריין, אין שענקל אריין.
טרינקט ער דארט א גלעזעלע וויין, א גלעזעלע וויין, א גלעזעלע וויין.
אוייייייייייייייייי, שיכור איז דאך דער גוי.
שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי. שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי.

גייט דער גוי פון שענקל ארויס, פון שענקל ארויס, פון שענקל ארויס.
קלאפט ער ביי די אידן, די פענסטערלעך אויס, די שייבעלעך אויס, די שויבעלעך אויס.
אוייייייי, ווייל שיכור איז דאך א גוי.
שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי. שיכור איז ער, טרינקן מוז ער, ווייל ער איז א גוי.

גייט דער איד אין בית המדרש אריין, אין בית המדרש אריין, אין בית המדרש אריין.
כאפט ער דארט א מנחה'לע אריין, א קדושה'לע אריין, א ברכו'לע אריין.
א פרק משניות אוי אריין.
אויייייייייייי, אויייייייייייייי
ווייל ניכטער איז דאך דער איד, ניכטער איז ער, דאווענען מוז ער, ווייל ער איז א איד. ניכטער איז ער, דאווענען מוז ער, ווייל ער איז א איד.


טאקע ערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, אבער בעסער שפעטער ווי איידער קיינמאל.
דאס איז א אלטע באקאנטע פאלקס ליד, באקאנט אלס "גייט דער גוי אין שענקל אריין" וואס ווערט אויך גערופן "גייט דער איד אין ביהמ"ד אריין" און אויך "דער איד און דער גוי", ווערט געזינגען דורך "מרדכי העשמאן", און אויך דורך "בערעלע חגי". (און זיכער פון נאך וואס איך ווייס נישט).
איך האב איך עס אייך פאראכטן פון מיין זכרון ארויס, ווי איך געדענק עס פון "מרדכי הערשמאן", וואס לייגט עס געוואלדיג שיין און הארציג אראפ.
(עס איז גאנץ מעגליך אז איר האט עס געהערט פון א צווייטן).

קרעמער האט געשריבן:איך האב לעצטנס געהערט א ניגון דא http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=1144
אויב איר האט נישט קיין געדולד צו זען דעם גאנצן (הערליכן) חתונה, מישט דאס אויף צו די לעצטע 5 מינוט דערפון (די זייגער ציילט אויף אראפ)
יענע ניגון דארט, פון די 5 מינוט ביז די 2-3 לעצטע מינוט, עס איז אזוי געוואלדיג, אז איך הער דאס נישט אויף צו זינגן.
פרייטאג-צונאכטס, שבת צופרי, ביים נאכמיטאג דרימל, ביי שלש-סעודות, און יעצט.

די זאך איז אזוי, איך קען אן ענליכן ניגון (אדער גאר טאקע די זעלבע ניגון) אויף די ווערטער "אם אמרתי מטה רגלי וגו' ברוב שרעפי בקרבי וגו'"
פארפאסט דורך הגאון רבי מאיר שפירא אב"ד לובלין (אדער האט ער דאס בלויז געזינגן אסאך, איך האב עס געהערט אויף א טעיפ וואס איז מכלומר'שט זיינע ניגונים)
אבער דארט הערט מען נישט דעם הויכן (הערליכן) פאל דערפון.

האט איינער מער אינפארמאציע דערוועגן?

איי דיי דיי, יא הא היי היי היי, איי דיי דיי, מא מא מא מא מא ...


די לינק ארבעט שוין נישט. (וואז דיליטעט ביי איטס רעספעקטיוו אוענער).
אבער אז איר רעדט פון ר' מאיר שפירא'ס ניגונים. איך האב א זייער א שיינעם טעיפ וואס ס'שטייט דערויף "ניגוניו של ר' מאיר שפירא", אבער אלעס זענען באקאנטע וועלטס ניגונים. ווי אשרי אדם עוז לו בך, אדער להתודע ולהגלות. און איך האב זיך שוין לאנג געוואונדערט צו עס זענען טאקע זיינע ניגונים. און וויבאלד איך זעה אז איר שרייבט "מכלומר'שט", וויל איך וויסן וואס איר האט געמיינט צו זאגן דערמיט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 1:02 pm

טאקע דערפאר האב איך געשריבן כלומר'שט, ווייל די ניגונים זענען פארשפרייט איבער די גארע וועלט, און עס איז איז נישט מסתבר אז דייקא רבי מאיר שפירא האט דאס פארפאסט. מעגליך אז ער פלעגט דאס אסאך זינגען און זיינע תלמידים האבן דאס אנגערופן על שמו. (אפשר דארף מען קוקן אויפן דעקל פון יענעם טעיפ אויב זיי שרייבן עפעס דערוועגן).

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2010 5:18 am

נאר ווייל ס'איז פארשפרייטע ניגונים איז נישט קיין בארעכטיגטע סיבה צו צווייפלען אז ער האט עס געמאכט. אז מ'ווייסט אז צוויי אירע זאגן אויפן זעלבן ניגון א אנדערן מקור קען מען מסופק זיין, אבער אז איינער זאגט אז פון דארט איז דער מקור, און עס איז מיר נישט מסתבר וויבאלד ער איז נישט געווען עפעס א אויסגערופענער קאמפאזיטאר, אדער וויבאלד מיר האבן נישט געהערט דערפון און ס'איז אונז א חידוש, איז עס נישט גענוג סיבה צו צווייפלען לדעתי. נאר וויבאלד ס'איז זייער גוטע ניגונים איז עס זייער פארשפרייט געווארן בכל תפוצות ישראל, און ווי יעדע ניגון וואס איז ברייט פארשפרייט ווייסט מען נישט דער מקור (פעלט דען אזעלכע?).

דא האב איך פונקטליך אפגעשריבן וואס ס'שטייט אויפן טעיפ, לא פחות ולא יותר.

[סימבאל פון א וועלט און א גמרא אונטער דעם, און ארום דעם שטייט געשריבן] הסיום השמיני של הדף היומי - ו' כסליו תשמ"ג

ניגוניו של רבי מאיר שפירא זצ"ל מלובלין [א בילד פון אים]
הוגה רעיון הדף היומי הגר"מ שפירא זצ"ל מלובלין, בכנסיה הגדולה הראשונה של אגודת ישראל, בשנת תרפ"ג

ניהול מוסיקלי: ר' חיים בנעט סולן: ר' מנחם קליין
הפקה מיוחדת ע"י "דגל ירושלים"

צד א'
1) ותגלה
2) בך בטחו [די שטייטע וואס מ'זינגט אין ליובאוויטש]
3) אשרי אדם [עוז לו בך, גאר באקאנט]
4) זרעא חיא
5) עוצו עצה [גאר באקאנטער ניגון]

צד ב'
1) אבינו מלכינו
2) להתודע [די באקאנטע]
3) אם אמרתי [קרעמער האט געשריבן אויבן דערוועגן]
4) צמאה נפשי
5) יבנה המקדש

איסור השגת גבול, פון אדרת קא. אונטער קיינע אומשטענדן

דאס האט איר?

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 2:33 pm

איינער קען אפשר די ווערטער פון דעי ניגון ?
דאונלאוד ביטע
http://www.sendspace.com/file/p0vllz
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 8:33 pm

עס זעהט אויס ווי איר דרייט זיך נישט דא צופיל, ווייל ווען יא וואלט איר געוויס באמערקט אז ידידינו הרב טאבאקא איז א געוואלדיגער חובב און עקספערט אין אידישע לידער. ווי אויך בין איך כמעט זיכער אז ער האט נאכנישט באמערקט דעם אשכול ווייל ווען יא וואלט ער אייך שוין זיכער גערן ארויסגעהאלפן.

דא שרייבט ער אפ אסאך לידער, איך טרעפ נישט אויף די מינוט דעם "פרילינג ניגון".
viewtopic.php?f=18&t=11660

דא האט איר א אויסצוג פון יענעם אשכול וואו ער רעדט פון לידער וואס יאסעלע זינגט איבער גלות וגאולה.
טאבאקא האט געשריבן:איך מיין אז יעדער וועט זיין איינשטימיג אז מ'דארף מיר אנהייבן ביים "קעניג" ר' יאסעלע, וואס כאטש אין אידישע לידער איז דא וואס זינגען שענער פון אים, א שטייגער ווי מרדכי הערשמאן, אבער קעניג בלייבט פארט קעניג
בדרך כלל פעלט נישט אויס עס אראפצושרייבן, ווייל עפ"י רוב קען מען די ניגונים (טאקע צוליב די פאפולערקייט פון יאסעלע, וואס כאטש דאס זענען ווארשיינליך נישט זיינע ניגונים, נאר וויבאלד ער האט דאס געזינגען איז עס געווארן אויפגעכאפט)
און ווי אויך האט שוין "לחיים" ארויסגעגעבן א בוך אפגעשריבן די לידער
דעריבער וועלן מיר נאר איבערגיין די פאפולערע און צווישן די שורות וועט מעגליך ארויסקומען חידושים וואס דער עולם ווייסט נישט

"לאמיר זיך איבערבעטן"
פון די אלטע ווערט עס אויך געזינגען דורך זיין זון "הענרי" און דורך "ישראל בקון"

"קלי קלי"
ווערט אויך געזינגען דורך "שלום כ"ץ" (וואס אין א געוויסן זין לייגט ער עס אראפ שענער ווי יאסעלע, אבער פארשטייט זיך אז יאסעלע'ס הארציגע שטימע האט נישט קיין ערזאץ) ווי אויך דורך "יאן פירס" וואס זינגט אביסל אנדערש די ווערטער

"סעודה'ניו" אויך גערופן "סעודת משיח" אדער "זאג'זשע רבי'ניו"
יאסעלע זינגט דאס צוזאמען מיט החזן "שמואל מלאווסקי"
אט איז וואס "בעילאט" שרייבט וועגן דעם ליד

"ווער איז דאס דארט יוסעלע'ס תלמיד וואס העלפט אים דארט ארויס ביי די סעודה'ניו
ער זינגט פיין אבער זיין עיקר מעלה איז שאם יזכה יבחין מה בין בני לבן חמי, וואס דער איז אויך גארנישט אוועקצומאכן, ספעציעל קומט אים א גרויסן דאנק אז לכבוד אים הערט מען יוסעלע הארמאנייזן היי אין לאו.... איי ווי געשמאק .......דעם יין המשיייהיהימער, אזש ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז גאר געמאכט אין א סטודיא."

ווי אויך רעדט מען פון דעם ניגון דא
viewtopic.php?f=18&t=4598
אבער דער "זיידעניו" שרייבט מרים הנביאה אינמיטן ווען יאסעלע זינגט עס צום סוף, ווי אויך לייגט ער צו אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, ("בנימין מילער" אויף א קאנצערט אום חנוכה זינגט עס אויך)
ווי אויך זאגט יאסעלע מרים הנביאה וועט אונז "טאנצן" (ותצא בתוף "ובמחול"), נישט "נבואות" זאגן
ס'ווערט אויך געזינגען דורך זיין זון "הענרי", און פון די לעבעדיגע דורך החזן "אהרן שלמה ווייסמן" אויף "שומע קול בכיות"
ווי אויך האט דאס "הלפגוט" געזינגען מיט "אברהם פריד" ביי א "העסק" קאנצערט
ירמי' דמן אין זיין "חזנות שחיטה" סידי שרייבט, לחן: ר' יוסל'ה רוזנבלט (פון נעמט ער דאס?) מילים: א. גולדפאנג. און ער ענדערט דאס אינגאנצן מיט אייגענע תנועות אז ס'איז ממש נישט צום דערקענען, ער לאזט אינגאנצן אויס מרים הנביאה (גיי ווייס פארוואס) און לייגט צו צום סוף דעם ניגון פון ר' מאיר שפירא" להתודע ולהגלות"

"שופר של משיח" וואס אין אלגעמיין ווערט דאס גערופן "נישט ווייט צו גיין"
"לייבעלע וואלדמאן" זינגט אויך דעם ניגון און צום סוף אביסל אנדערש די ווערטער,
און ביי "דוד דוד" לייגט ער א צו זייער א שיינע זיסע תנועה, (און שיעור נישט פארגעסן... ירמי' דאמען זינגט וכו' הכל כנ"ל)

"פאסטוכל"
געמישט מיט רוסיש, ווערט אויך געזינגען דורך "מרדכי הערשמאן"

"רחם"
האט לחיים אפירגעקראצט פון ערגעץ, (ס'איז נישט עפעס אויסטערליש)

"די נבואה"
כנ"ל

"שולמית - ראזינקעס מיט מאנדלען"
דאס איז באמת צוויי באזונדערע לידער וואס האבן לכאורה קיין שום פארבינדונג איינס מיטן צווייטן, און כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'האט עס צאמגעשטעלט
ווי אויך האב איך נישט קיין השגה פארוואס ס'הייסט שולמית
לחיים האט נישט אפגעשריבן די חלק פון שולמית, כ'וועל עס דא אראפשרייבן ווי אזוי איך פארשטיי עס, און א עפנטליכן דאנק פאר "בעילאט" און "נשמה" פארן מיר ארויסהעלפן דורך עס פראבירן אראפצושרייבן אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=18&t=6294

איך בעט דיך דו גרויסער שטארקער גא-ט
וואס דו האסט געהאלפן דיין פאלק אמאל
ווען זיי האבן אין דער וויסטיג קיין וואסער געהאט
האסטו זיי וואסער דארט געשיקט אן א צאל

נו לאז שוין דיין נס דא מיט מיר אויך געשעהן
לאז מיר פאר דורשט דאס נישט שטארבן פארגייען
אויף ... עס איז דאך זייער א ביטערער סוף

א (פרוה?) ברין זעה איך דארט גענומען נישט די אויגן
וואו איז דאס א בוים, א ברונען זעה איך אט
לייג צוריק קיין קוים, ער איז אוועקגעפלויגן
א ברונען ים מיט וואסער זעה איך דארט

פונקטליך וואס באדייט דער ליד קען איך אייך נישט זאגן, איך קען נאר שרייבן מיין אימעדזשנעישן, און אויב איינער האט עפעס בעסערס וועל איך מיך פרייען צו הערן
א איד איז אין מדבר אן קיין וואסער, און ער בעט דעם אויבערשטן זאל אים ארויסהעלפן אזוי ווי ער האט געהאלפן דאס אידיש פאלק אמאל אין מדבר, און זיין בטחון אין הקב"ה איז אזוי גרויס אז אין זיין פאנטאזיע זעהט ער שוין א ברין מיט וואסער, און אז ער איז שוין געהאלפן געווארן
כ'האב געשריבן ... נאך אויף, נישט ווייל ער זאגט דארט עפעס, נאר ער ציהט אויס דעם אויף, וואס איך מיין אז ער מיינט צו זאגן אויסצוגיין אויף קידוש השם (אדער סאמטינג לייק דעט) נאר ער וויל עס נישט בפירוש ארויסזאגן, והבן


"ראזשינקעס מיט מאנדלעך"
דאס ווערט שוין יא ארפגעשריבן דורך לחיים, און איז גאנץ א פאפולערע ליד
און ס'ווערט אויך געזינגען אזוי דורך "ריטשארד (ראובן) טאקער"
אבער די אנדערע וואס זינגען עס אנגעהויבן פון "יאן פירס" (#1) און "דודו פישער" (#20) וואס לייגן צו דעם שטיקל

דאס לידל מיין קינד זאגט פיל נבואות
אז דו וועסט אמאל זיין צו זעט אויף דער וועלט
א סוחר וועסטו זיין פון אלע תבואות
און וועסט אויף דעם פארדינען פיל געלט

און שפעטער דורך "דודו פישער" (#19) און "חיים אדלער" (#18) לייגן צו דעם שטיקל

און אז דו וועסט ווערן רייך אידעלע
זאלסטו זיך דערמאנען אין דעם לידעלע
ראזשינקעס מיט מאנדלען, דאס וועט זיין דיין בארוף
אידעלע וועט אלץ האנדלען, שלאף'זשע אידעלע שלאף

און "נפתלי הערשטיק" (#17) לייגט אויך ענליך צו, אבער אבי אין די וועלט אריין
כ'ווייס נישט צו יאסעלע לאזט אויס פונעם ארגינעלן ניגון, אדער די שפעטער'דיגע לייגן צו, ווער ס'ווייסט זאל זיך ביטע אנרופן, א דאנק


נאך א שיינע ליד וואס יאסעלע זינגט א משל צו כנסת ישראל וואס איז נמשלה ליונה
"דאס פארטריבענע טייבעלע"
ביי די ווערטער וואס כ'פארשטיי נישט וואס ס'מיינט לייג איך א פראגע צייכן, און ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן

פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי א שטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס דונערט עס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך

שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט און קראקרא
דערמאן זיך אין זיין געלע צווייבעלע?
רוף מיך אהיים שוין שלאף רוה

זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן עס פליהט די רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די אייגעל? פארבליי
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? היטן מיט בליקן
מען שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט

שלעכט איז מיר וכו'



אויף דעם פאלגענדען ליד האב איך נאכנישט געהאט די צייט צו ענדיגן זיך מוטשען, ועוד חזון למועד
אבער קודם איך שרייב עס אפ דא וויפל איך פארשטיי ביז דערווייל
און אויב איינער פארשטייט מער ביטע שיקן א פריוואטע הודעה

"מיין הייליג לאנד"

כנען מיין הייליג לאנד
ווי טייער ביסט ביי מיר
פארגעסן זאל איך פון מיין רעכטע האנט
אויב פארגעסן וועל איך פון דיר

הייליג איז דארט
פון דיר יעדער פארכט
באוויזן פאר מיר זיך דיר גא-ט
פון ווען האסט באפוילן דיין געטליכן ווארט
און דו פיר אויס די צען געבאט

די הייליגע אבות שלאפן פון דיין פאלק
אברהם יצחק יעקב דוד
דארט רוען זיך אפ דעם ...
פון זייערע גאלדענע ...
אוי ווי בענק איך אזוי נאך דיר ירושלים


נאכדעם האמיר דעם ליד
"אהיים אהיים"
וואס איז עכט ציוני'סטיש ווייל יאסעלע רעדט פון הר כרמל וויין וואס וועט זיך גיסן בלא בלא בלא
ר' בערל שווארץ פארענטפערט אביסל יאסעלע פארן זינגען די ניגונים
אבער איך האלט אז ס'איז פונקט ווי מ'זאל האבן טענות אויף אים פארן זיך אויסטוהן די שטריימל בעקיטשע -מיט וואס ער איז געגאנגען אינדערהיים- און זיך אנטוהן א צילינדער און קורצע רעקל וכו'
ער האט קיין ויואל משה נישט געזעהן, און אין יענע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען ווער ס'זאל אים ערקלערן דאס וואס מיר ווייסן אז די רעיון הציוני איז מינות און אפיקורסות

"זעלנער פון ציון"
די נאמען "זעלנער" קלינגט ציוני'סטיש, אבער כ'פארשטיי נישט צופיל דערפון [ער זינגט צווישן אנדערע: פון בלומען, און א ווייסע פאן] דעריבער קען איך נישט זאגן אויף זיכער

"ציון ציון"
דאס מוז נישט זיין ציוני'סטיש, ס'דא נאר איין שטיקל אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן "מיט בלוט און פלייש אויפבויען אונזער אלטע היים א צינדער", אבער אויף די איבריגע קען מען זאגן אז ער רעדט פון ווען משיח וועט קומען
(ס'דא נאך ציוניסטישע לידער אין אידיש צ.ב.ש. "די נייע הארא" (משה קאסעוויצקי) "פאלעסטינע" (משה אוישער) "וואו אהין זאל איך גיין" (צבי אהרוני) און נאך)


און דא האט איר אפאר לינקס וואו ס'איז אפגעשריבן אלטע אידישע לידער.

א אידישע מאמע
http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%90%D6 ... 7%9E%D7%A2

א געבעט
http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%90_%D ... 7%A2%D7%98

וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען
http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%95%D7 ... 7%A2%D7%9F

יארצייט ליכט
http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%9B%D7%98

לאמיר זיך איבערבעטן
http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%9C%D7 ... 7%98%D7%9F

די נבואה
http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%93%D7 ... 7%90%D7%94


און דא האט איר צוויי וועבזייטלעך וואו עס איז אפגעשריבן אידישע לידער אויף די ענגלישע שפראך.
איך האב נישט יעצט קיין צייט אפיר צו זוכן די ספעציפישע לידער, מיט אנטשולדיגונג.
http://www.hebrewsongs.com/YSOELI/search.asp

http://zemerl.com/cgi-bin//search.pl?language=Yiddish


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט