ברסלב'ע חופה ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 12, 2008 1:56 am

גראדע אין ברסלב איז דער מנהג אז מ'זונגט א ניגון וואס ס'יז מקובל אז ר' נחמן האט געזאגט אז דער ניגון ברענגט אראפ די אבות צו די חופה
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג יוני 12, 2008 2:44 am

טהור

ווי קען מען שאפן די ניגון, כ'וויל דאך זיכער מאכן אז מיינע זיידעס זענען דא.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 12, 2008 4:35 pm

יאך ווייס נישט ווי מען שאפט דעם ניגון, אבער יעדער אמת'דיגער ברסלב'ער וועט דיר וויסן צו זאגן דערוועגן.

עס איז דא נאך א ניגון וואס ווערט אנגערופן דעם רבי'נס ניגון און מ'זינגט עס אין ברסלב ביי יעדן שאלעשידעס, אמאל אבעך געמיינט אסידער ניגון, אבער שפעטער האט מען מיר מגלה געווען אז סיניש דער ניגון נאר אנאנדער ניגון פון ר' נחמן, וואס איז אפשר נישט אזוי התעוררות'דיג אבער אזוי איז די קבלה, אז דער ניגון ברענגט אראפ די זיידעס צום חופה.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג יולי 01, 2008 8:36 am

דא האסטו דער ניגון הייסט "יצווה"www.breslev.org/pages.php?subaction=showfull&id=1143062432&ucat=35

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יולי 06, 2008 4:46 pm

זעליג, דער ניגון איז טאקע דער וואס מ'זינגט יעדע וואך ביי שאלעשידעס, און ס'זענען דא וואס האלטן אז דאס איז טאקע דער ניגון וואס מ'זינגט ביי די חופות, (וכך שמעתי מ'גאב"ד ערלוי שליט"א) אבער פילע ברסלב'ער חסידים זענען ביי די מיינונג אז ס'יז נישט דער ניגון נאר עפעס אנאנדער ניגון. (כ'ווייס נישט פונקטליך וועלכער)
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 07, 2008 11:37 pm

דא האט איר דעם ניגון יצווה געשפילט דורך חיליק פראנק אויף איינע פון זיינע אלבומ'ס

http://www.mediafire.com/?zgocx49jymb


דא איז די לינק צום סידי
http://he.israel-music.com/yechiel_frank/chilik_frank/

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 08, 2008 12:35 am

יישר כח בעני.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יולי 08, 2008 2:41 pm

ווען איך האב געהערט דער ניגון דאס ערשטע מאל הא עס מיר נישט געכאפט, און די סבה איז ווייל זיי זינגען עס נישט שיין און אויך שפילן זיי עס מיט א ביט.

אבער יעצט האב איך דרונלאודעד די ניגון פון בעני'ס לינג און מען קען צוגיין פון די מתיקות.

יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 09, 2008 11:08 am

טהור
יישר כח פאר די ברסלעבר לינק.

שיינע ניגונים דארטן. אגב די לכה דודי המקובל פון ר"ש אלקבץ איז א גאר באקאנטער ניגון, קיינמאל געוויסט די מקור איז אזוי הייליג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך יולי 09, 2008 9:10 pm

שוועמל
זעליג האט געלייגט די ברעסלאבער לינק נישט טהור, און איך וויל טאקע אויך געבן א שכח פאר זעליג איך האב דארט געטראפן אסאך שיינע זאכן,

איך האב אפאר א אינטערעסאנטע פראבלעם איך האב אראפגענומען פון דארט עטליכע ניגונים און די וואס זענען MP3 ארבעט מיר נישט געהעריג נאר אויף ווינדאוס XP אבער אויף וויסטע קראצט עס (נאר VLC שפילט עס געהעריג ווייל ער נוצט אייגענע קאודעק'ס) איך פארשטיי נישט פארוואס, איך וואלט געווען דאנקבאר אויב איינער וואלט געוואוסט וואס קען זיין די פראבלעם וויאזוי צו פאררעכטן.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך יולי 09, 2008 10:29 pm

אין אן אנדערע אשכל האט מאשקע געשריבן אדווייס און איך האב אים געפאלגט. איך דאנק אים שטארק דעראר ווייל דער פראגראם איז איינס אין די וועלט. איין זאך וואס איך פאלג אים נישט איז אז איך נוץ יא זייער פלעיער איך גלייך עס.

מאשקע האט געשריבן:סטאפ שוין צו העצן אויף סופער. איך ניץ עס שוין איבער א יאר אן קיין פראבלעמען.

נאטורליך, ס'פעלט דיר א CODEC אין דיין היים קאמפיוטער. דו דארפסט דאונלאודען א פעקל פון קאודעקס. די בעסטע - אין מיינע אויגן - איז K-LITE וואס דו קענסט האבן אומזיסט פון דא:
http://www.free-codecs.com/download/K_l ... c_pack.htm

זיי האבן אויך אן אייגענע פלעיער (media player classic) וואס איך גלייך זייער. ס'האט כמעט נישט קיין אפשענס, אבער לכבוד דעם גייט עס זייער גרינג און ס'דויערט נישט קיין גאנצע ווסת צו עפענען א פייל, א_ווי ביי ווינדאוס מידיא פלעיער. איין געוואלדיגע מעלה איז, אז מ'קען דרוקן דעם "ספעיס" קנעפל צו מאכן PAUSE! (איינער געדענקט נאך דעם פיטשער פון6.4? מייקראסאפט האט עס ברוב חכמתם געמוזט אראפנעמען פון 7 און ווייטער, און דאס אויפגעטוישט מיט'ן אומבא'טעמ'טן קאנטראל+P. גיי ווייס פארוואס)

די מעלה פון דעם איז, אז ווען די קאודעקס זענען שוין אינסטאלט קענסטו זעהן כמעט אלע מינים ווידעאוס געהעריג אויף ווינדאוס מידיא פלעיער, און דו דארפסט נישט ניצן זייער פלעיער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 10, 2008 12:03 am

זכה, מלאכתי נעשית ע"י אחרים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 10, 2008 12:22 am

בןהרחמן האט געשריבן:דא האט איר דעם ניגון יצווה געשפילט דורך חיליק פראנק אויף איינע פון זיינע אלבומ'ס

http://www.mediafire.com/?zgocx49jymb


דא איז די לינק צום סידי
http://he.israel-music.com/yechiel_frank/chilik_frank/


אגב,

דער חיליק פראנק שפילט ל"ג בעומר אין מירון יאר-יערליך, אין 'המשפחה' איז ער היי יאר באשריבען געווארן, מיט עפעס א פארכאפונג וואס האט פאסירט מיט אים אין אוסטראליע נאכדעם וואס ער האט בטעות געטראגן א פעקל פאר א טובה וואס האט אנטהאלטן דראגס, בחסדי השם איז ער ניצול געווארן דערפון ער שפירט אז דאס איז געווען בזכותו של רשב"י זי"ע

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג יולי 10, 2008 12:24 am

אפשר קען מען ערלעדיגן אז איציק פערלמאן זאל שפילן דעם ניגון, האט איינער קאנטאקט מיט אים?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 10, 2008 12:41 am

מיללער, איז דאס א לעצטיגע מעשה אדער אן אלטע? ווייל כ'האב אמאל געהערט אז ער האט ארויסגעגעבן דעם טעיפ "חסדי השם" אלס דאנק פאר עפעס א נס. דער קאווער דערפון האט א בילד פון גראטעס און האנט-קייטלעך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג יולי 10, 2008 6:23 am

בןהרחמן שכ'ח גדול פארן כי אם זכרתני

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » פרייטאג יולי 11, 2008 9:48 am

לעווי האט געשריבן:אין אן אנדערע אשכל האט מאשקע געשריבן אדווייס און איך האב אים געפאלגט. איך דאנק אים שטארק דעראר ווייל דער פראגראם איז איינס אין די וועלט. איין זאך וואס איך פאלג אים נישט איז אז איך נוץ יא זייער פלעיער איך גלייך עס.

מאשקע האט געשריבן:סטאפ שוין צו העצן אויף סופער. איך ניץ עס שוין איבער א יאר אן קיין פראבלעמען.

נאטורליך, ס'פעלט דיר א CODEC אין דיין היים קאמפיוטער. דו דארפסט דאונלאודען א פעקל פון קאודעקס. די בעסטע - אין מיינע אויגן - איז K-LITE וואס דו קענסט האבן אומזיסט פון דא:
http://www.free-codecs.com/download/K_l ... c_pack.htm

זיי האבן אויך אן אייגענע פלעיער (media player classic) וואס איך גלייך זייער. ס'האט כמעט נישט קיין אפשענס, אבער לכבוד דעם גייט עס זייער גרינג און ס'דויערט נישט קיין גאנצע ווסת צו עפענען א פייל, א_ווי ביי ווינדאוס מידיא פלעיער. איין געוואלדיגע מעלה איז, אז מ'קען דרוקן דעם "ספעיס" קנעפל צו מאכן PAUSE! (איינער געדענקט נאך דעם פיטשער פון6.4? מייקראסאפט האט עס ברוב חכמתם געמוזט אראפנעמען פון 7 און ווייטער, און דאס אויפגעטוישט מיט'ן אומבא'טעמ'טן קאנטראל+P. גיי ווייס פארוואס)

די מעלה פון דעם איז, אז ווען די קאודעקס זענען שוין אינסטאלט קענסטו זעהן כמעט אלע מינים ווידעאוס געהעריג אויף ווינדאוס מידיא פלעיער, און דו דארפסט נישט ניצן זייער פלעיער.


לעווי מיין פראבלעם איז נישט בכלליות מיט MP3 פיילס, סתם אזוי שפילט זיך מיר א מחי' אלע MP3'ס געהעריג אין ווינדאוס מידיע אדער ריעל וכדו', דער פראבלעם איז נאר מיט די MP3'ס פון די ברסלב סייט וואס איך האב אראפגענומען און פרובירט צו שפילן (אפפליין) אויף מיין אנדערע מאשין, און דער פראבלעם איז נישט אז עס עפנט זיך בכלל נישט נאר עס שפילט נישט קלאר נאר קראצעדיג איבערהיפנדיג, און איך האב גראדע אינסטאלט אויך די דערמאנטע קאדעק פעקל פאר איך בין דא געקומען בעטן הילף אבער עס העלפט נישט עס ארבעט געהעריג נישט אויף מיין וויסטע מאשין ביי כמעט אלע פראגראמען וואס איך האב פרובירט (ווינדאוס מידיע, ריעל, ווינעמפ, אייטונס) נאר ביי ווי.על.סי. ארבעט עס, און לאידך גיסא ביי מיין XP מאשין ארבעט עס געהעריג, ממילא פארשטיי איך נישט וואס דער פראבלעם קען זיין, אפשר איז דא איינער וואס האט אויך א וויסטע מאשין זאל אראפנעמען פון זיי א פייל און זעהן אויב עס ארבעט אין מידיע פלעיער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 11, 2008 9:54 am

מאשקע האט געשריבן:מיללער, איז דאס א לעצטיגע מעשה אדער אן אלטע? ווייל כ'האב אמאל געהערט אז ער האט ארויסגעגעבן דעם טעיפ "חסדי השם" אלס דאנק פאר עפעס א נס. דער קאווער דערפון האט א בילד פון גראטעס און האנט-קייטלעך.


עס איז א אלטע מעשה ניי-אראפגעשריבן בשנת תשס"ח דורכן ארץ-ישראל'דיגער משפחה ביי די ל"ג בעומר אויסגאבע, באגלייט מיט בילדער פון חיליק בעל הנס, אגב, איך האב אים געזעהן/געהערט שפילן אין מירון שעות און-א-צו עס איז געווען געפיליש און שיין, הפלא ופלא.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג יולי 11, 2008 11:29 am

איך האב א וויסטע קאמפיוטער, און עס ארבייט פיין ביי מיר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 11, 2008 6:28 pm

בני היכלא האט געשריבן:אפשר קען מען ערלעדיגן אז איציק פערלמאן זאל שפילן דעם ניגון, האט איינער קאנטאקט מיט אים?


פאר די וואס ווייסן נישט ווער דאס איז, נאט אייך א לינק: http://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Perlman

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יולי 13, 2008 1:05 am

דער וויקי שרייבט אז ער האט געמאכט זיין ערשטן אויפטריט אין 63'. איך האב געהערט א שטיקל פון אים אויף אן אלטן ראדיא שאו ריקארדינג, וואס איז דאכט זיך עלטער פון 63'. כ'דארף עס נאכקוקן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 4:13 am

היינט האב איך איבערגעהערט דעם אויבנדערמאנטן אלבום פון חיליק פראנק, און איין ניגון האט מיך זייער געכאפט, עס איז זייער א ווארעמע ניגון און מורא'דיג גוט געשפילט, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאהל אין א ציה, אנגעטוהן די אויערן שטאפערס (עיר פאונס) און ארויפגעדרייט דעם וואליום אויף הונדערט, און איך האב מיך געשפירט אין העכערע ספערן, ממילא האב איך באשלאסן מהנה צו זיין דעם עולם דא זאל עס אויך קענען הערן דרוקטס דא אראפצונעמען.

די ניגון הייסט אתה נגלית, אויפן ברסלב'ער זייטל שרייבן אז דער מקור איז פון בית מדרשו של הבעש"ט, זעה דא (ניגון 14), איר קענט אויך דרוקן דא צו הערן דירעקט פונעם ברסלב'ער זייטל, (עס איז אבער נישט אזוי שיין ווי חיליק לייגט עס אראפ).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:08 am

א שיינעם דאנק בעני (אגב, 4 אזייגער בין איך אויך געווען אין די הויכע ספערן, האסט מיר געטראפן דארט ערגעץ?)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 17, 2008 1:45 am

דער אתה נגלית איז א ניגון פונ'ם הייליגן רבי'ן רבי ברוך מעזשיבוזשער, א פעטער פאר רבי נחמן מברסלב, זכותם יגן עלינו. דער רבי ר' ברוכ'ל פלעגט זינגען דעם ניגון אויף אשת חיל, און אנאנדער ניגון אויף אתה נגלית אום שבועות. רבי נחמן האט אויפגעטוישט די ניגונים, דער ניגון האט ער געזונגען אויף אתה נגלית, און דעם אנדערן ניגון אויף אשת חיל.

איצט מערק איך, אז דא ביי נומער 03 שטייט די גאנצע מעשה.

אגב, דער אתה נגלית ניגון, האט גארנישט מיט'ן חופה ניגון

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 17, 2008 9:58 am

סאכדעס,
איך ווייס עס האט גארנישט מיטן חופה, נאר איך בין נישט געווען אין די גיסטע צו עפענען נאך אן אשכול, און אזויווי מען האט דא געהאט גערעדט פון חיליק און שוין געלייגט דא א ניגון פון דעם זעלבען אלבום האב איך עס דא צוגעלייגט, אז די מנהלים ווילן מאכן אנעקסטערן אשכול פאר חיליק קען מען עס אהינלייגן.

דער לינק וואס דו האסט געלייגט איז צום אשת חיל, איך האב שוין פריער געלייגט א לינק צום אתה נגלית און דארט שטייט אויך די מעשה מיטן פארטוישן, אגב זיי שרייבן דארט אויף ביידע פלעצער אז מקורו בבית מדרשו של הבעש"ט, אויב איז עס פון הרה"ק ר' ברוך'ל פארוואס שרייבן זיי דאס נישט?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט