דער דאקשיצער ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

דער דאקשיצער ניגון

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יוני 29, 2008 6:52 pm

לעצטענס בינעך געווען ביי א שמחה און די מוזיק האט דארט געשפילט ביים טאנצן עפעס זייער א געלונגענער ניגון, און ס'אט מער תיכף אויסגעזען אז דאס איז נישט עפעס סתם נאך א טראלאלייי ניגון, ס'אט עפעס געהאט א טעם זקנים.

האבעך מעך נישט געפוילט און כ'בין תיכף צוגעלאפן צום שפילער און עם געפרעגט וועגן ס'ניגון. זאגט ער מיר אז ס'יז אנאלטער ליובאוויטשער ניגון און ס'הייסט דער דאקשיצער ניגון.

האבעך געווואלט וויסן צו איינער קען אפשר דעם ניגון און אויב איינער האט אפשר א לינק צו דעם ניגון.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 29, 2008 8:20 pm


אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג יוני 30, 2008 7:03 am

דא האסטו אין דיסק נומ' 6 די דריטע ניגון
[url][url=http://www.chabad.fm/457/5705.html]www.chabad.fm/457/5705.html[/url][/url]

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יוני 30, 2008 12:31 pm

ביידע לינקס ארבייטען נישט ביי מיר.

ראם פיילס קען איך נישט עפענען,

און זעליג'ס לינק פירט צו אן עראר ווען מען קליקט אויף יענע ניגון.

איינער האט אן אנדערע לינק?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יוני 30, 2008 2:05 pm

נא דיר דעם ניגון

http://www.divshare.com/download/4838454-2ce
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יוני 30, 2008 2:20 pm

יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יולי 02, 2008 12:08 am

קרעמער

א געוואלדיגער שכוח, ס'איז דאך מורא'דיג, דאס אידאס טאקע, איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער מיך כאפט דער ניגון מורא'דיג, איך ממיין אז היינט מאכט מען שוין נישט אזעלכע ניגונים, ס'אט אנעכטן טעם זקנים. כ'אב אפילו יעצט הערנדיג דעם ניגון אויפן קאמפיוטער דא האב איך מיר געכאפט א רקידה'לע צום ניגון.

יאדיריריידיידיי איי דידי איי דאדא דיידיי
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 02, 2008 9:39 pm

עס זייער א שיינע ניגן, איך קען עס גיט שוין געהערט אסאך מאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יולי 03, 2008 12:11 am

די חבד'סקער ניגונים זענען כולן שוין לטובה.
ווארימע, תוכנ'פולע ניגונים, וואס זענען קאמפאזירט געווארן דורך ערליכע און מייסטערהאפטע און טאלאנטפולע קאמפאזירער
בטעם זקנים.

מאדזיץ האט גאר שיינע און הארציגע מעלאדיעס, דאס זעלבע איז מיט ניגונים פון מעליצער און ראזוואדוב'ער הויפן
אבער די חבד'סקער ניגונים רייסן ביים הארץ, אפילו נאכן איבערהערן מערערע מאל.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יולי 06, 2008 4:50 pm

אלץ,

מ'קען נישט מאכן א כלל, ווייל כ'אשוין געהערט אזאנע חבד'סקער ניגונים וועלכע זענען נישט ווער ווייסט וואס, כ'מיין ס'זענען דא עטליכע הונדערט חבד'סקער ניגונים (כאטש א גרויס חלק פון די ניגונים פון ספר הניגונים זענען בכלל נישט חבד'סקער נאר פון אנדערע רוסישע חסיד'ישע הויפן), און ס'יניש שייך צו זאגן אז אלע זענען מייסטערהאפטיג, אבער טעם זקנים האבן יא אלע.

איך שלא יהיה, איז דער כלל אז די פארצייטישע אידן וועלכע האבן געלעבט מיט העכערע השגות - און אפילו די וואס זענען געווען פשוט'ער זענען אויך נישט געווען פארגרעבט ווי היינט - האבן געמאכט ניגונים וועלכע האב גהאט זייער געשמאק און טעם.

און די היינטיגע ................................................
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג יולי 07, 2008 5:43 am

דער בעלזער צמאה לך נפשי האט זיך נישט וואס צו שעמען

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג יולי 07, 2008 2:51 pm

הער, איך קען דיר ווייזן אין יעדן חצר גוטע מנגנים און גוטע ניגונים. דאך איז זעלטן צו טרעפן א ניגון מיט די מתיקות און טעם זקנים פון די אמאליגע אידן.

ס'יז פארפאלן, די ספרים זאגן אז אמחבר פון א ניגון ליייגט אריין זיין נפש אין דעם ניגון וואס ער קאמפאזירט, פאר דעם האט נגינה אזא כוח מעורר צו זיין צו תשובה און תיקון המעשים און אזוי אויך להיפוך.

איז א פארצייטישער איד וואס האט נישט געהאט קיין אינטערנעט, קיין קאמפיוטער, קיין טעלעוויזיע, קיין ווידיאו, קיין ראדיא, קיין טעיפ'ס, קיין פאלם פיילאט'ס בכל שום וחניכא דאית ליה, קיין קעדילעק, קיין האמער, קיין קאר בכלל, קיין פענסי הויז, קיין טעלעפאן, קיין פעקס, קיין גארנישט. ס"ה האט ער געהאט דאס ביסל דלות אין דאס אידישקייט וואס האט אים געגעבן דאס חיות אנצוגיין מיט'ן לעבן. און אזוי האט מען געלעבט, מ'האט געלעבט מיט דאס אידישקייט, מיט אן אמת.

נא, דאן ווען מען מאכט א ניגון האט עס אן אנדערער טעם ווי ווען מ'זיצט על סיר הבשר, ש'קיין חיליק אין אמעריקע אדער אין א"י וואס איז שוין אויך היינט כמעט אמעריקע. ס'קען פשוט נישט זיין ס'זעלבע.

אבער נאכאלעם מוז איך מודה זיין אז ס'ווערן נאך היינט אויך צוגעשטעלט פון צייט צו צייט געלונגענע ניגונים וועלכע זענען ראויים לעלות על שולחן מלכים.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 07, 2008 3:56 pm

טהור'ל, אמת'ע רייד רעדסטו.

ס'איז ידוע וויאזוי ר' ירמי' דמן מאכט א ניגון: ער גייט ארויס פארטאגס ביים וואסער, ווען דער מח איז נאך קלאר און די לופט איז ריין, און ער נעמט זיך אונטערזינגען. נישט קיין וואונדער אז ס'איז ארויסגעקומען אזא "צמאה" וכדומה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג יולי 07, 2008 8:38 pm

מאשקעלע זיסער,

ערשטנס ירמי' דאמען מאכט כמעט נישט קיין ניגונים, ער גייט נישט ארויס צום וואסער פארטאג'ס ווייל ער וואוינט אין ירושלים ווי ס'יז נישט דא קיין וואסער ארויסצוגיין.
צווייטנ'ס דער שמועה אז ער גייט ארויס פארטאג'ס צום וואסער, דרייט זיך אויף יוסף צבי ברייער, וועלכער איז נישט קיין געוואלדיגער זינגער, אבער זייער א גוטער קאמפאזיטאר, און ער וואוינט אין אשדוד ווי ס'יז טאקע דא א וואסער, ואני הק' בכבודי ובעצמי האבנעך'עם אמאל א פרעג געטאן, צו די שמועות זענען אמת, זאגט ער מיר אז ניין, ער האט שוין אמאל געמאכט א ניגון ביים וואסער, אבער רוב ניגונים פאלן עם ביי סתם אזוי. אדער צוליב עפעס א געשע'עניש, למשל ווען ער האט באזוכט אין פוילן ביי די לאגערן האט ער אויפן וועג צוריק אויפן עראפלאן קאמפאזירט זייער א שיינעם ניגון, (כ'געדענק שוין נישט וועלכער, ער האט מיר דעמאלס געזאגט, אבער כ'אשוין פאגעסן).

און צום לעצט, דער ניגון צמאה לך, איז בכלל נישט פון ירמי' דאמען, נאר פון שלמה קאליש. נאר אזוי ווי שלמה איז לגמרי נישט קיין זינגער האט ער גענומען ירמי' צו זינגען דעם טעיפ.

נ.ב. די אלע דריי נעמען וואס כ'אב דערמאנט פון די בעלזער זינגער און קאמפאזירער, זענען אלע ערנסטע תלמידי חכמים און עכטע חסיד'ישע יונגעלייט (שוין נישט אזוי יונג, אבער שוין). ר' ירמי' איז א מנהל רוחני (אין א"י ווערט דאס גערופן משגיח) אין בעלזער ישיבה אין טעלז סטון, ר' יוסף צבי איז מנהל רוחני אין בעלזער ישיבה אין אשדוד, און ר' שלמה קאליש איז מנהל רוחני אין סאדיגור'ע ישיבה.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 07, 2008 8:52 pm

גערעכט. הרב ברייער'ן האב איך טאקע געמיינט. כ'האב גענומען דריי בעלזער מנגנים/קאמפאזיטאר און געמאכט פון זיי א גרויסער קוגל. לייג צו דעם פאקט אז די מעשה מיט'ן וואסער איז בכלל נישט אמת, האסטו (איך בלע"ז) א פארטיגן דורכפאל.
An article a day keeps the babies away

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 9:48 pm

און יעצט מאשקע ביזטו בארעכטיג צו שאקלן דיין קאפ פאר א לאנגע צייט!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג יולי 08, 2008 12:47 am

מאשקע, נישט געפערליך, איך האב שוין געמאכט ערגערע מיסטעיק'ס אין מיין לעבן. סיגאניש גשען.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג יולי 08, 2008 5:04 pm

איך האב געהערט דעם דאקשיצער ניגון ביים קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל אויף בואו בשלום, אוי האט דאס געלעבט, ס'איז גוועהן ויניעו אמות הסיפים ...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יולי 09, 2008 1:14 am

שערקויעח יצמח כ'גיינעס מערצעשעם אויספראבירן, כ'קען מעך פארשטעלן ווי ס'האט געקנאקט, ס'יז באמת א זעלטנהייט פון א געלונגענער לעבעדיגער ניגון, נישט סתם טראלאליי.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך יולי 09, 2008 9:15 am

טהור-עיניים האט געשריבן:שערקויעח יצמח כ'גיינעס מערצעשעם אויספראבירן, כ'קען מעך פארשטעלן ווי ס'האט געקנאקט, ס'יז באמת א זעלטנהייט פון א געלונגענער לעבעדיגער ניגון, נישט סתם טראלאליי.


אויב דו וועסט עס זינגען אין א ביהמ"ד ווי קיינער קען די ניגון וועט שוין נישט זיין אזוי געשמאק לעבעדיג.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יולי 10, 2008 2:01 am

שטייצעך'ליין, קודם דארף איך זען צו שטימט מער, און דערנאך לערנט מען אויס דעם ניגון פאר איינס צוויי אידן און נעקסטיים מ'גייצו צומאמעד, צו'זינגט מען זיך און ..........
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 5:17 pm

ס'איז ארויס געקומען א נייער הערליכער דיסק פון די ניגונים פון ר' מאניש חזן ז"ל פון טשארטקוב. (דער מחבר פונעם באוויסטען 'ברח דודי', ער פאדערט אן אשכול פאר זיך)

דארטען ווערט געזינגען דער דאקשיצער ניגון אויף מנוחה ושמחה.

ולפלא, אז דער ניגון ווערט דארט מעותק פין נאטען וואס ר' מאניש חזן אליינס האט פארצייכענט אין מחבר גוועהן. קימט אויס אז ליובאוויטש (די דאקישצער חסידים) האבען דעם ניגון ארויס גענאשט פון טשארטקוב.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 6:05 pm

טהור'ל איך זעה אויף דיין בילד אז די האסט שטארק הנאה פון אט דעם ניגון
איך קען שוין דעם ניגון פון אלץ קינד, איך מיין אז עס איז דא אין חב"ד שענערע ניגונים, מיט אלע אויווענדערמאנטע פיטשיווקעס, טעם זקינים וכו'
ס'דא ניגינים וואס די וועסט צי מאכען ביידע אויגען ווען די וועסט עס הערן נישט נאר איינס
און אפשר גאר וועט פאלען פון דארט א טרער,
די כלל אויף דעם איז "טעם וריח אין להתווכח" איינער ווערט מער אנציקט פון דעם ניגון און איינער פונעם צווייטען, (איך רעד טאקע אפילו פון די סארט ניגונים)
אויך דערמאנט אמאל א ניגון א געוויסע זמן וואס עז האט זיך דעמאלטש אפגעשפילט, און די ניגון ברענג ארויף די זכרונות, אמאל גיטע, און אמאל בעסערע
למשל ס'דא א ניגון וואס מ'האט געזינגען ווען איך בין א חתן געווארען, נישט מער געדאכט, כאבעס דעמאלטס די ערשטע מאל געהערט, און ווער עמוישינעל ווען איך הער עס, איך פלעג אמאל אלץ אנפאנגען דעם ניגון, ביז איינער האט מיך אפרעג געטוהן ' וואס איז אזאנס מיט דעם ניגון אז די האסטעס אזוי ליב'
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 7:40 pm

יישר כח יצמח. וויאזוי הייסט דער טעיפ?

אגב, דער "ברח דודי" טעיפ האט שוין אן אשכול דאהי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » זונטאג נובעמבער 02, 2008 4:42 pm

דער ניגון וואס ווערט געזינגען אויפ'ן קאסעטע בגלל אבות ניגוני טשורטקוב אויף מנוחה ושמחה איז ר' מאניש חזן'ס ניגון,
צווישן די ניגוני חב"ד געפונען זיך זייער אסאך ניגונים וואס באלאנגען נישט צו זיי, נאר עס זענען געווען אמאל חבד'סקער חסידים וואס זענען געקומען פון אנדערע מקומות אין זיי האבן געזונגען דעם ניגון ווען זיי זענען געקומען קיין ליבאוויטש איז עס געווארן א חב"ד ניגון.
אבער עס קומט זיך זיי אסאך קרעדיט ווייל אסאך ניגונים וואלטן פארפאלען געגאנען ווען נשט זיי לייגן דאס אוועק.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנאפער ידען און 14 געסט