טערמינען איבער חזנות און חזנים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

טערמינען איבער חזנות און חזנים

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יוני 20, 2008 12:22 pm

לאור פון די תגובה, טוה איך דא עפענען אן אשכול איבער טערמינען פון חזנות און חזנים.

ביטע ווער עס האט א ידיעה איבער די זאכן זאל עס 'דא' שרייבן.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג יוני 23, 2008 2:58 am

כ'האב געהערט פון הרב ר' משה גרין פון מאנסי, א עפיזאד וואס איז פארלאפן ביי ר' ישראל סאלאנטער זי"ע

א איד איז אמאל געקומען צו ר' ישראל'ן אין דערציילט אז א קהילה האט אים אויפגענימען צו זיין חזן אויף די הייליגע טעג פאר באצאלט, פרעגט ער דעם רבי'ן וואס ער דארף אינזין האבן ביי די תפילות.

ר' ישראל האט אים גענטפערט אויף זיין שטייגער.
די זאלסט גיט אינזין האבן אז דער נוסח מיט די שטומע זאלן זיין גיט, אין דער דאווענען זאל געלונגען, ווייל אויב נישט ביזטו א גנב.. די באקומסט נישט באצאלט פאר הויכע כוונת, נאר פאר שיין דאווענען, דריבער זאלסטו אבאכט געבן נישט צו בא'גנב'ענען די קהילה אין אזא הייליגן טאג.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג יוני 23, 2008 3:10 am

רוב היינטיגע חזנים זענען ליריק טונר'ס.

דאס איז די וועג וויאזוי די שטים בענדער לויפן. נארמאלערהייט דארפן אלע לירישע טענאר'ס קענען די זעלבע הויך ארויפציען אין אראפ לאזן, ווייל זייערע שטים בענדער לויפן די זעלבע ווייט/נאנט, מ'דארף עס אבער קענען ארויסברענגען מכח על הפועל, א זאך אויף וואס גיין אויף לעסענס קען אסאך העלפן.

דער סיבאל פון א שטארקער באראטון אין די אידישער געשיכטע איז חזן זאנוול קווארטין, ווייניג (אדער אינגאנצן נישט) זענען געווען אזא באראטון ווי ער.

ס'איז די גרויסהאלטעריש פון געוויסע חזנים וואס פראבירן זיך ציגליכענען צו קווארטינס באראטון, כאטש ס'הייבט זיך נישט אן..

דער איינציגסטער באראטון וואס כ'האב געהערט לייוו היינטיגע צייטן איז חזן ארי' קליין, ער פראבירט זיך אויך צוצישטעלן צי קווארטין, אבער זאל ער טרייען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 23, 2008 3:21 am

וואס מיינט ליריק טונרס און באראטון?

א שטיקעלע באגריף אין דעם ענין וועט נישט שאדן..


אלס קינד דענק איך פלעגט מען שמועסן די מעלות פון יאסעלע אז ער האט געקענט מאכן האלבע שטומען (צי האלבע נאטן). שפעטער הערנדיג זיינע טעיפס האב איך אינאכט גענומען אז ער האט געקענט אינמיטן א רייסיג שטיקל געבן א שטעל אפ זיין שטומע. אפשר דאס האט עס געמיינט. (כ'אף כ'על מיך דערמאנען א דוגמה וועל איך שרייבן)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 23, 2008 12:33 pm

ביטע מסביר זיין וואסידאס 'קאפ-שטומעס'.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך יוני 25, 2008 1:35 am

א באראטון שטימע, איז אינטן דין, אין וואס העכער ס'גייט ארויף ווערט עס שטערקער. דעריבער קען שווערער ארויף גיין גאר הויך, ווייל דער מענטש'ליכער געבוי לאזט נישט אריבער אזויפיל לופט/שטימע ווען מ'שטיפט עס אזוי ארויף.

די דינקייט וואס א באראטון האט אינטן, איז נישט אז ס'ווערט פארלוירן צי שטימע, צו אז מ'זאל עס נישט קענען געהעריג הערן,(דאס איז נאר אויב מ'איז נישט גיט געלערנט ריכטיג ארויס צו ברענגען די שטימע אינגאנצן) נאר מ'הערט די גאנצע שטימע מיט איר פולע שטארקקייט, אבער די קול אין דין אין בייגט זיך אביסל צו קוויטשעדיג.


רוב פריערדיגע חזנים (מ'קען זאגן אלע) זענען געווען טנור'ס. דאס מיינט אז וואס מער זיי זענען ארויף זענען זיי געווארן מער קוויטשענדיג, אין וואס מער זיי האבן אראפ געלאזט איז זייער שטימע געווארן אלס מער מענעריש ענדלענדיג אין א באסאווע שטימע.

קווארטין איז געווען דער איינציגסטער פריערדיגע חזן וואס האט געהאט א באראטון. (לויט מאנכע פארשטייער איז ער אויך געווען א טנור אין נישט קיין עכטער באראטון, ער האט נאר די מערסטע געענדלט אין א באראטון, ווייל צו האט איר שוין געהערט אמאל א ריכטיג באסאווע אויסגערייכערטע איזרעלי שטימע זינגען ?! קען ער?! אבער ס'איז נישט אזוי אנגענימען)

אין אזוי ווי א חזן מיט א באראטון שטימע איז דערווייל נישט צום געפונען, איז עס זייער א שטארקע מעלה פאר א היינטיגער חזן זיך צו דערקלערן א באראטון, ווייל אזוי האט ער וואס קיין שום אנדערער האט נישט. אבער דערווייל אן ערפלאג. (חוץ מעגליך חזן ארי' קליין).


א ליריק טנור איז נאך דינער, אין מער קוויטשענדיג ווי א טנור. אין עס קען העכער אין גרינגער ארויפגיין. צום ביי שפיל:
קארניאל, יאסעלע, הערשמאן, רוטמאן, וואלדמאן, ווידער, ועוד. זענען געווען טנור'ס. אין די קאצאוויצקי ברידער זענען געווען ליריק טנור'ס. חוץ ר' דוד קאצאוויצקי וואס מאנכע האלטן אז ער איז געווען א טנור.

היינט ציטאג זענען כמעט אלע היימישע גרויסע חזנים ליריק טנור'ס, אריינגערעכנט העלפגאט, שטארק, רויזענפעלד. (אין טאקע דערפאר טיען זיי זיך אויף מיטן ארויפציען, ווייל דאס קענען זיי די גרינגסטע).

עס גייט אזוי אין די רייע:
באראטון,
טנור,
ליריק טנור.


ביז אהער האמיר מסביר געווען די סארט שטימעס, אין וויאזוי מ'דערקענט זיי. פון יעצט לייענט ווי אזוי אין פארוואס טאקע ס'ווערט אזא אדער אן אנדער סארט שטימע.

א יעדער מענט האט שטים בענדליך, דאס זענען צוויי פליישיגע בענדלעך וואס לויפן בענעזאם איינס נעבן צווייטן. ווען א מענטש אטעמט שפרייטן זיך אויס די צוויי בענדלען אין לאזן אריבער די לופט צווישן זיי. ווען א מענטש לאזט ארויס שטימע, צישפרייטן זיך נישט די צוויי בענדלעך אינגאנצן, נאר זיי צישפרייטן זיך זייער ווייניג נאר אויף אריבער צי לאזן קנאפ לופט, אין זיי רירן זיך כמעט אן.

ווען מ'בלאזט אריבער לופט צווישן צוויי געגנשטאטן וואס רירן זיך כמעט אן, קומט ארויס א שטימע. פראבירט אמאל צו בלאזן אין א ליידיגע באטל אדער אין א שמאלע טוטו, איר וועט הערן א גרידער. אזוי אויך א שופר וואס מ'ניצט די הייליגע טעג.

די זעלביגע גייט פאר מיט די מענטשליכע שטימע. ווען די שטום בענדער זענען כמעט ציזאמענגעלייגט לאזט דערמענטש ארויס לופט אין דאדורך הערט מען א גערידער וואס ווערט אנגעריפן שטימען.

אין די כלל פון די גמ' "כשם שפרציפהם אינן שוות, כך..." גייט ארויף אויך אויף די שטימע.. דאס מיינט, ווי דיק די בענדער זענען, ווי ברייט, ווי רינדעכיג, א. ד. ג. אזוי קומט ארויס א אנדער "געשטאלט" שטימע.

ווי לאנג די בענדער לויפן, אין ווי זיי דרייען זיך, קומט ארויס א אנדער "סארט" שטימע. למשל:
ביי אלע באראטונען זענען (אין מערסטנפאל)די שטים בענדער די זעלבע לאנג, אין די זעלבע ביי די טנור'ס אין ליריק טנור'ס.

דעריבער דארפן נארמאל אלע פון די זעלבע סארט, האבן די זעלבע סארט הויך אין נידריגקייט. (חוץ אויב מ'רייסט עס אויס) מ'ברויך זיך נאר לערנען ווי אזוי עס ארויס צי ברענגען די גרינגסטע.


שוועמל
אי"ה ווען די וועסט זיך דערמאנען א דוגמה.


מיללער
עוד חזון למועד
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך יוני 25, 2008 8:09 am

זייער שיין סאלאדס, א דאנק.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יוני 25, 2008 11:00 am

סאלאד, א גרויסגן דאנק פאר אייער ערקלערונג דא, כאטש איך וועל זיך נאך דארפן אסאך צו לערנען צו פארשטיין אינגאנצן וואס די רעדט דא, אבער א שטארקער התחלה איז עס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 25, 2008 11:46 am

א הרציגען דאנק סאלאד-מיינסטער פאר די ווערטפולע לעקציע אין הל' חזנים וחזנות, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך יוני 25, 2008 11:47 am

גאמאני מצטרף
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 25, 2008 10:17 pm

זייער גוט אראפגעלייגט, ניכרים דברי סאלאדס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 1:41 pm

סעלעדס;

איף יו דאנט מיינד וויל איך דיר בעטן צוציענדיגן די ארבעט וואס די האסט אנגעהויבן דא, אזויווי אונז האמער לעצטענס די זכי' אז האסט געמאכט א קאמבעק, דא זענען נאך געבליבן אסאך אומפארענטפערטע זאכן.

אויב די קענסט אויך מסביר זיין וויאזוי מען מאכט די קאלאראטור, ס'איז דאך פלאי פלאים וויאזוי די טויגליכע חזנים מאכן דאס א רגע זיך ווארפן און א רגע דערנאך גראד.

בד''וו מיין איך אז די דעפענישאן פון באראטאן איז אנדערש ווי דיין בנין דא.
עס הייבט זיך אן מיט א ''באסאווע'' שטימע אזוי ווי ''בעיס'' דאס איז א שטימע ווי מיכאל שניצלער, אזא שטימע קען אראפגיין נידריגער ווי א צווייטן אבער וועט נישט קענען ארויפגיין צו סאך.

נאכדעם קומט באראטן, דאס איז א נארמאלע רעינדזש שטימע עטוואס ברייט און ווערט דין ווען עס פארט ארויף, וואס דאס איז העלפגאט למשל. יאסעלע אד''ג.

און דערנאך קומט א טענאר, וואס דאס איז א דינע שטימע טו בעגין וויט, אזויווי חזן שטארק. וואס די וועסט אים אייביג הערן דין, א טענאר קען ארויפציען העכער ווייל זיין רעינדזש איז ארויפציער אויפן קיבארד.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 1:54 pm

http://en.wikipedia.org/wiki/Voice_type

דא האב איך געטראפן שיין סארטירט די אלע סארט שטימעס.

ווי אויך יעדע שטימע ביז וועלכע נאוט ער קען/דארף קענען אנקומען.

לאמיר גיין ווייטער....

לירי טענאר איז א מאן מיט א פרויענישע שטימע, וואס דאס גייט נאך העכער, און איז ממש א זעלטענהייט.

די פרויענישע שטימעס הייסן נישט לירי טענאר נאר סאפראנא, אן אנדערע נאמען, דאס איז א פשוט'ע פרויענישע שטימע, און דארט איז אויך דא דרגות העכער.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 11:04 pm

בעילאוט טייערער

ס'אן אלט ווערטל:
ווער ס'האט דו מאה דער האט דו דעה.
אין איך ווארט דאך אויך אויף'ן בעילאוט, דעריבער קען איך מיך מיט אייך נישט קריגען. נאכדערצו ווען די האסט געברענגט גויאישע פלעצער צי דיין זייט.

אבער אריין רעדן וועל איך יא, נאכדעם וואס די האסט מיר מכבד געווען דערמיט, אבער פארשטיין וועסטו אליין אז איך וועל נישט פארענטפערן וואס "יענער" שרייבט.

כ'וועל מודה זיין ברבים, אז איך האב נישט גערעדט פון א "באסאווע שטומע" אין כ'האב טאקע געמאכט א טעות.
ערשטנס ווייל דאס קען נישט זיין קיין חזנישע שטומע, לויט וויפיל איך בין אנגעקומען (but never say never) אבער דערווייל איז עס נאכנישט געווען.

אין צווייטענס ווייל ביי אינז אין געזעילשאפט האט מען קיינמאל נישט אויסגעשמיעסט specific דער שטימע, כאטש מען האט יא גערעדט וואס דער "באס" האט געטיען אינעם חזנישן choir .

אין יא:
אינטערן באראטון איז דא דער באס.

אין נאך מער וועל איך מודה זיין:
אז צו פרויענישע שטומע'ס פארשטיי איך נישט, ווייל חוץ פון געציילטע האב איך זיי נאכנישט געהערט זינגען אין כ'קען קיין מבינות נישט זאגן. אין אוודאי האב איך, וויאויך מיינע ארומיגע, זיך נישט געלערנט אויף א פרויענישע שטימע.(וויפיל איך ווייס)

"אלץ ווייסער" האט שוין יא גערעדט פון דו פרויענישע סארט שטימעס


די קאלאראטור גיט דער בוכ"ע אליין, אין ווער ס'האט דאס נישט באקומען, דארף דאס נאר פון אים בעיטן, ווייל לפי ידיעתי ווייס איך נישט צו מ'קען זיך עס לערנען, כאטש מ'קען זיך יא לערנען אז די קאלאראטור זאל קומען דורך דו לופט אין נישט פון האלז דריקן. וואס דאדורך באקומט מען געווענליך סאך א שטערקערן קאלאראטור. (לופט איז ווייעכער פון פלייש)

אלענפאלס:
האב איך נאך נישט געהערט פון א טיטשער וואס האט איינעם אויסגעלערנט "קאלאראטור". געווענליך דער וואס פארשטייט צו א ניגון האט עס אליינס, אין ווער נישט וועט אין מערסטנפאל דאס נישט פארשטיין אפילו נאכן לערנען.


אבער כ'וועל נאר ווידערהאלן ווי אויבן געשריבן.

חזן ר' יעקב יוסף שטארק איז א זיכערע "ליריק טענור" , אין איבער איטשע מאיר העלפגאט קענען מיר זיך טענה'ן, כאטש יעדער מבין (חוץ פון אים אליין) וועט זיכער האלטן אז ער איז א "ליריק טענור"

א "באס" שטומע (וואס איז נאך נידריגער פון א באראטון) איז נישט דא אין דו חזנישע וועלט, חוץ אין דו קווייער'ס.

א באראטון האלטן מאנכע אז ס'איז נאך נישט געווען אין דו חזנישע וועלט, אין אנדערע האלטן אז זאנוול קווארטין איז יא געווען א באראטון.

אבער אויב ווילסטו זאגן אז יאסעלע איז געווען א באראטון וועל איך זיך נישט טענה'ן מיט דיר, ווייל דו וויילסט דאך מאכן אויך העלפגאט וואס שטייט שוין צוויי שטאפלען העכער (ס'הייסט א ליריק טענור, ניטאמאל א טנור) פאר א באראטון.


אין אויך:
א מאן מיט א פרויענישע שטימע איז נאר געווען (אויב ס'איז געווען) ביי דו עלטערן פון א "סורר ומורה", אין נישט ביי א לירישע טנור, אין א לירישע טענור איז יא געווען אין איז commom אין אלע צייטן.


בעילאוט
כ'מיין אז דיר וואלט כדאי געווען צו לייענען דו תגיבה וואס "סאכדעס" דער גרינדער פונעם אשכול לינקט ביי זיין ערשטן ארטיקל נושא.


מיללער
א "קאפ שטומע" דאס איז אזא style שטומע, אין בכלל נישט קיין חכמה,
אין ס'איז דא אפאר סארטן "קאפ שטומע" יעדעס איז א אנדער style .

אבער געווענליך אויב מ'איז נישט געלערנט אין מ'וויל מאכן א קאפ שטומע, רייסט מען אין האלז אין מ'הארגעט אפ דו שטומע.


אויב כ'וועל האבן זייט אין געדולט וועל איך באשרייבן דו חילוקים פון
טשעסט
מיקסט
פעסאשזיאוי
אין העד
וואס דאס קען זיין זייער אינטערעסאנט, אבער ביז איך האב דו מעיגליכקייט, וויל איך בעיטן א אנדערער (א שטייגער ווי בעילאוט) זאל מיר אויסכאפן.


אלזא:
בעילאוט, נעמט איבער דאס ווארט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:12 am

סאלאטן, און אויך בעילאוט

יישר כח פאר די שטימע באהאנדלונגען.

איך האב שוין גראדע געהערט פון יודעי דבר, אז יאסעלעס שטימע ווערט יא גערופן א באראטאן, און כל שכן קווארטינס.
ס'איז פארהאן נאך, צב"ש קאטשקאו, ועוד.
איך וואלט קיינמאל פארגליכן העלפגאט צו יאסעלע. העלפגאט איז א ריכטיגע ליריק טענאר, ש'טא וואס צו רעדן.

לגבי פאלסעטא [קאפ שטימע]. כאטש וואס ס'איז ריכטיג וואס דו זאגסט אז דאס איז נישט קיין ספעציעלע קונץ, אנדערש ווי די לעגענדע גייט. איז עס אבער נישט קיין זאך וואס יעדער ווייסט ווי עס צו מאכן ריכטיג.
דאס איז קלאר אז ס'איז דא א געוויסע וועג, אז דער שטימע זאל ארויסקומען אויף אן אנדערע וועג, ווי דער געווענליכע וועג דורך די שטימבענדער, נאר דורך די קאפ. [כ'האב גערעדט צו מענטשן וואס זענען געווען ביי איינהארן, דער גרויסער שטימע לערער, וואס גאר גרויסע זענען זיינע תלמידים, אז ער האט אים דאס אויסגעלערנט, און לבסוף אים דערלערנט].
דער עיקר קונץ פון יאסעלע'ס פאלסעטא איז געווען, אז ס'איז געווען שיין און זיס און קלאר, לעומת אנדערע וואס ס'הערט זיך ביי זיי אומבאלומפערט.
[די ווארט "פאלסעטא", איז מלשון "פאלש", דהיינו, א פאלשע קול. ס'איז נישט אויפן געהעריגן קול, נאר אזא איינגעהאלטנע דינטשטיגע ברום].
ויש להאריך עוד.
__________
סאלאטן, מיר ווארטן אויף נאך. פאק אויס. מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:42 pm

אין גרויס איילעניש וועל'ך נאכאמאל אריינרעדן.

כאטש איך מיין אז דאס דארף באשריבן ווערן אינטערן קעפל "וואויס לעסענס" וועל איך עס יא בארירן, אבער דאס מאל בלויז אויפן גאפל שפיץ.


א יעדע מענטשליכע שטומע קומט נישט ארויס פון דעם זעלבן פלאץ ביי יעדן פאל, נאר בערך יעדע 4 פעלער טוישט זיך דאס פלאץ פון ווי ס'קומט, אין דו פעלער ווערן אנגערופן מיט נעמען וואס פאררופן זיך לויט יענע פאל.

דהיינו, דו נעמען גייען לויט א סדר.

טשעסט chest

מיקסט mixed

פעסאדזשיאוי i dont know

העד head

יעדע 4 נאטן אדער פעלער, אנגעפאנגען פון A אין ארויף, נעמען פאר זיך איין נאמען, דהיינו דער טשעסט וואויס הייבט זיך אן אין גייט A B C D פון דו גאר אנטערשטע פאל, (דו בעסטע וואלט געווען ווען איר לייענט דאס האלטענדיג דו הענט אויף א פיאנע קי-בוירד) אין ווייטער ארויפצו E F G H הייסט שוין "מיקסד וואויס, אין דו נעקסטע פיר זענען דו פעסאדזשי voices , אין דער נאך קומט דו העד וואויסעס.

א יעדע סארט וואויס האט זיך זיין וועיג ווי אזוי מ'דארף דאס ארויס געבן פון קערפער, ווי אויך קען מען ארויסגעיבן אין אנדערע סטיילס, ס'מיז נאר זיין זייער גיט געבויעט, (דאס איז באמת א חלק אין וואויס לעסענס) ארויסגעבן געהעריג דו שטומע גיט, דארף מען זיך לערנען, נישט קיין חילוק וועלעכע סטייל .

ס'איז דא סטיילס מיט וואס ס'איז גרינגער צו ארבייטן, זיך אויסצולערנען צו שיסן שטומע וויאזוי מען דארף, מיט א קאפ שטומע סטייל איז דו גרינגסטע זיך צו לערנען אז מ'זאל עס ארויסגעבן ווי מ'דארף,

איעדער גיט געלערנטער חזן אדער זינגער, דארף גיט צו קענען מאכן א קאפ שטומע, ווייל א חלק וועיג ווי אזוי מ'לערנט אוואויס לעסענס קען נאר גיין דארך דו קאפ שאומע.


פון דו עיקר זאכן זענען צו קענען אויסמישן דו געהעריגע שטומע מיט דו קאפ שטומע, דאס מיינט גרינג אריבער גיין פון איין סארט וואויס צו דו אנדערע דהיינו פון געהעריגע שטומע צו קאפ שטומע אויף איין אטעם אין איין שאס אהין אין צוריק.

דעריבער איז א "קאפ שטומע " נישט קיין קונץ פאר א געלערנטע חזן. (אין א נישט געלערנטער איז נישט קיין חזן)דעת עצמי.


יאסעלע רויזענבלאט האט געהאט זייער א געלערענטע שטומע, אין מ'קען הערן ווי גרינג אין גיט ער גייט אריבער פון איין סארט שטומע צו דו אנדערע .

אין געוויסע פעלער קען א קאפ שטומע אפי' צוריק ברענגען דו געהעריגע שטומע אויפן ריכטיגן פלאץ אינמיטן זינגען.


(כ'האף אז דער עולם וועט אריינעדן)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 7:48 pm

דו נעמען פון דו פלעצער פון ווי דו שטומע קומט, זענען פארשידנארטיג, איך האב עס אנגערופן מיט אט דו נעמען, אבער ס'איז דא וואס רופן דאס אן אנדערע נעמען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 12:06 pm

איך האף אי''ה אריינצורעדן ווי ווייט מעגליך.

קודם א יש''כ פאר די חידושים וואס איך ווער דא געוואויר.

א קאפ שטימע איז א פארצייטישע זאך, פרוביר צו גוגלען א FALSETO VOICE וועסטו זעהן אז דאס איז אמאל גענוצט געווארן, ס'איז ווי ווייט איך ווייס בכלל נישט קיין שווערע זאך צו מאכן, די קונץ איז נאר ס'זאל זיין א שיינע שטימע, אין פאקט איז די סיבה פארוואס יאסעלע ניצט אסאך די קאפ שטימע איז ווייל ער נוצט עס אלץ אן אלטערנעטיוו ארויפצוציען צו העכערע טענער, וואס מיט א קאפ שטימע איז עס פיל גרינגער, און יאסעלע האט נישט געקענט אזוי הויך ארויפציען.

בנוגע העלפגאט האב איך קאנפירמט ער האט א ''טענאר'', צוזאמען מיט אברעמעל פריעד און שטארק, פארדעם זינגט ער זיך אזוי גוט צוזאמען מיט פריעד, ווייל זיי זינגען די זעלבע רעינדזש.

איצטערט לאמיר אייך פארציילן וויאזוי מען מעסט וואספארא שטימע מען האט

קודם דאונלאוד דיר די קיבארד http://www.tucows.com/preview/369341

דארט וועט איר זען א קיבארד אויפגעשריבן מיט די אותיות ABCDEFG

א באראטאן קען גיין פון איין F ביז די נעקסטע F און ווייטער ביז די נעקסטע F

ווייטער א טענאר וועט גיין פון איין C אריבער שפרייזנדיג אויף ארויף ביז די צווייטע C
און דארט וועט ער זיך אפשטעלן.

ביידע שטימעס קענען אפשר גיין א טראפ מער דורכן זיך צולערנען אבער מערסטנס איין נאוט.

היצטערט קענט איר גיין צו צופר און אנצינדן א קליפ פון העלפגאט און פרובירט צו כאפן אויף די קיבארד ווי זיין העכסטע נאט איז.

אזוי קענט איר גיין צו מיין חזנות סייט און אויספרובירן יעדעם איינעם איינס ביי איינס.

איך דארף לויפן

גוט שבת!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג דעצמבער 18, 2009 12:49 am

בעילאוט

דער צייט וואס כ'שרייב דו דאזיגע תגובה איז מסביר פארוואס איך בין מקצר.

איינס
א קאפ שטומע איז נישט קיין פארצייטישע זאך. עס ווערט זייער אסאך געניצט היינט צוטאג אונדרויסן פון דיין קליין באקסעלע. מ'דארף נישט סורטשן דערפאר, מ'קען עס הערן לייוו ווי אימער.


צוויי
דיין ערקלערונג פארוואס יאסעלע דער גרעסטער חזן ניצט צומאל א קאפ שטומע, איז פאלש אדורך און אדורך. (כ'האב נישט קיין טענות אויף דיר דערפאר, ווייל איך אלס קינד האב אויך אזוי געמיינט)

אין כ'וועל דיר ברענגען עטליכע ביישפיעלן בלויז דיר אויפמערקזאם צו מאכן אז דער געדאנק איז נישט געשטויגן.

ביי יאסעלע'ס באקאנטער ישתבח שטיקל פון שבת נוסח (כ'האף אז דו קענסט עס) אויף דו ווערטער "אדון כל הנשמות" זינגט ער מיט קאפ שטומע, גראדע סאך א נידריגערע טאן ווי ער זינגט גלייך דערנאך "הבוחר" אויף זיין געהעריגע שטומע!

דו זעלבע ביי אט דעם אויבנדערמאנטע שטיקל "אל חי" איז א קאפ שטומע אויף א נידריגע טאן, אין "העולמים" איז זיין געהעריגע שטומע ווי ער זיעט ארויף סאך העכער!

ווי אויך ביי דעם שטיקל אלוקי עד שלא נוצרתי, אינמיטן שטיקל "יהי רצון" איז א קאפ שטומע אויף א נידריגע פאל, אין "מלפניך" דו נעקסטע ווארט גייט ער ארויף סאך העכער אין אויף זיין געהעריגע שטומע.

אזוי מאכט זיך זייער אסאך ווי למשל ביי ראש חודש בענטשן "חיים של טובה/ברכה/ פרנסה" א קאפ שטומע נידריג, דערנאך קומט נאכאמאל "חיים חיים של פרנסה" מיט א פאוערפול שטארקע נארמאלע שטומע אין נאך העכער.

דו זעלבע זאגט ער ביי "תכנת שבת" ווען ער ענדיגט "ומסופים" איז א קאפ שטומע, אין "כהלכתם" איז זיין געהעריגע שטומע סאך העכער.

כ'וועל נישט אויסרעכענען אלע שטיקלעך וואס כ'געדענק יעצט ווייל יכלו הלילה והם לא, אבער ס'איז קלאר אז נישט דיינע מיינונגען זענען זיינע מאטיוון.

בנוסף
דו אלע ראי' וואס כ'האב נארוואס געברענגט איז נאר פאר דיר אין דיינס גלייכן, ווייל א יעדער וואס קען זיך אביסל אויס אין דו שטומע מהלך, ווייסט אז ביז ווי מען קען ציען מיט א קאפ שטומע, קען מען גרינגער ציען מיט א געהעריגע, (פארשטייט זיך אז נאר געלערנטע) אין יאסעלע איז געווען זייער זייער געלערנט, (ס'איז נישט דא היינט צוטאג א איד אזוי געלערנט ווי ער איז געווען, גוים ווייס איך נישט)

אין אז דו וועסט זיך אריין טיען אין זיינע שטיקלעך וועסטו זעין אז דו קאפ שטומע איז אייביג זייער אויסגערעכנט, אלס האט עס א טעם, אין רוב מאל שטורעמט עס אויף ספעציעל דאס געפיהל.


אין דריי
צו זאגן אז יאסעלע האט נישט געקענט אזוי הויעך ארויף ציען, איז אויך פיסטע רייד, (מסתם פון אנדערע גרויסהאלטערישע חזנים, וואס פראבירן זיך צו הייבן דורך אראפ דריקן יאסעלע, ווייל אנדערש קענען זיי נישט) אדרבה פראביר דו צו זינגען יאסעלעס א שטיקל אויף זיין טאון, א נארמאל שטיקל וועסטו קיינמאל נישט קענען.

אין טאקע רוב חזנים וואס זינגען נאך יאסעלע, זינגען טאקע נידריגערע טעינער, חוץ דעי וואס זענען "ליריק טענור'ס " וואס זייערע שטום בענדער גייען העכער, אבער יאסעלע אלס טענור ציעט פונקטליך וויפיל א יעדע טענור, קיין טראפ נישט נידריגער. נאר אסאך אסאך לייכטער!


אין צום שלוס
וויאזוי דו לערנסט אויס ווי אזוי מען קען אליין אויסרעכענען וועלעכע סארט שטומע מ'האט, [b]מיינט אויך נישט דיר אין דיינס גלייכן,[/b] ווייל זיך אין ארדער צו קענען מעסטן דארף מען קודם זיין געלערנט ארויפצוציען ביז וויפיל דו שטום בענדער לאזן זיך (אן קיין שום האלז/שליים/צינג אינדערמיט) וואס דאמאלט קען מען שוין נארמאלערהייט הערן פון דו שטומע אליין, אבער פאר דו פונקטליכקייט קען מען מעסטן אויך.


אגב
כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, ביטע האלט אן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משהלע, נאר מיט שמחה און 13 געסט