בלאט 1 פון 1

וועלכע ניגון איז דאס, ביטע?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 11:59 am
דורך אלץ-ווייסער
איך מיין אז די טעיפ הייסט "בני היכלא".
דאס איז איין ניגון דערפון אדיר הוא. אדיר הוא

ווער האט געמאכט די אלבום ביטע?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:19 pm
דורך מאשקע

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:30 pm
דורך נאטורליך
דער סידי איז הערליך שיין, אלטע ניגונים פון תלמידי הבעש"ט וואס מען האט געפונען אין רוסלאנד. ועוד ידיהם נטוי', זיי זאגען אז זיי האבען א גרויסען אוצר פון אלטע ניגונים און פארשפרעכן צו ארויסגעבן.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:31 pm
דורך ליפא
מאשקע, פון דארט נעמט מען אראפ די COVER'S פון טעיפס פאר די נייע אייפאד קלאסיק מיט קאווער פלאוי

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:56 pm
דורך מאשקע
אוודאי פון דארט.

דאכט זיך אז כ'האב שוין אמאל באהאנדלט דעם אלבוים דא אין היכל הנגינה. מ'דארף עס אפירזוכן.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 12:59 pm
דורך מאשקע
כ'האב יעצט גערעדט מיט גוגעל. ער האט מיר געגעבן דעם לינק:

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=1917

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 3:13 pm
דורך אלץ-ווייסער
דער ארויסגעבער זעה איך איז קאליש.
דאס איז דער באקאנטער קאליש. וואקאלי'ש?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 4:48 pm
דורך מאשקע
יא.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:15 pm
דורך זעליג
יא דוד קאליש דער וואס האט ארויסגעגעבן די טעיפ ראפ איו אידיש
אינטרעסאנט איינמאל גייט ער רעכטס אין איינמאל ...

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 12:32 pm
דורך אלץ-ווייסער
פון הערן פארשטיי איך אז ס'איז א ניגון פון ר' אביש בראד
ס'קוקט אויס אז ס'איז פעלערהאפטיג, ווער קען מיר ביטע זאגן וועלכע ניגון דאס איז
די ווערטער דערפון, און אויף וועלכע קאסעט פון ר' אביש'ן איז דאס

א דאנק
ניגון ר' אביש בראד

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 2:58 pm
דורך לעווי
אלץ-ווייסער האט געשריבן:פון הערן פארשטיי איך אז ס'איז א ניגון פון ר' אביש בראד
ס'קוקט אויס אז ס'איז פעלערהאפטיג, ווער קען מיר ביטע זאגן וועלכע ניגון דאס איז
די ווערטער דערפון, און אויף וועלכע קאסעט פון ר' אביש'ן איז דאס

א דאנק
ניגון ר' אביש בראד


איך ווייס נישט וועלעכע נישגון דאס איז אבער עס איז א ווארימע תנועה.

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 3:27 pm
דורך יגרסהדותא
אלץ ווייסער; איך הער היבש אסאך ניגונים, ובפרט פון ר' אביש, איך דערקען נישט דעם תנועה.

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 4:04 pm
דורך מאשקע
הקדמה פון מסילת ישרים. יסוד החסידות ושורש העבודה התמימה הוא שיתברר ויתאמת אצל האדם מה חובתו בעולמו.

איך ווייס נישט צי דעם ניגון האט ער אויף אן אפיציעלן טעיפ. דא ווערט עס געזונגען ביי ר' דוד ארי' יאקאב'ן אין שטוב (אדער סוכה).

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 4:14 pm
דורך אלץ-ווייסער
א דאנק הרב מאשקע
אינטרעסאנט אז יעדער זינגט עס אויף די ווערטער. פון ווי נעמען זיי עס?

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 7:22 pm
דורך מאשקע
כ'דארף מיך נאכפרעגן ווער ס'איז דער קאמפאזיטאר.

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 10:00 pm
דורך בןהרחמן
נאטורליך האט געשריבן:דער סידי איז הערליך שיין, אלטע ניגונים פון תלמידי הבעש"ט וואס מען האט געפונען אין רוסלאנד. ועוד ידיהם נטוי', זיי זאגען אז זיי האבען א גרויסען אוצר פון אלטע ניגונים און פארשפרעכן צו ארויסגעבן.


איך האב שוין אויך אויסגעהערט עטליכע מאהל דעם בני היכלא עס איז זייער שיין אסאך ווארעמע אלטע ניגונים, די ניגון פון בעש"ט הק' איז א שיינע ווארעמע ניגון

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2008 10:43 am
דורך אלץ-ווייסער
א דאנק פאר ר' מאשקע, פארן ארויפשטעלן דעם גאנצן ניגון
יסוד החסידות

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 6:05 pm
דורך מצלמה
איך האב צויי ניגונים פון אתה בחרתנו געזונגען ביי א טיש.

ביטע אידענטיפירן דעם טיש ווער עס קען.

אתה בחרתנו - טיש 1

אתה בחרתנו - טיש 2

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 29, 2018 8:59 am
דורך קאכעדיגע
מצלמה האט געשריבן:איך האב צויי ניגונים פון אתה בחרתנו געזונגען ביי א טיש.

ביטע אידענטיפירן דעם טיש ווער עס קען.

אתה בחרתנו - טיש 1

אתה בחרתנו - טיש 2

זייער שיינע ניגונים, אויב דארף איך געסן, וואלט איך עס אריינגעלייגט אין די סלונימער קאלום

נו!! ווער ווייסט וויא עס באלאנגט?