'אהבה רבה' ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

'אהבה רבה' ניגון

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג יוני 08, 2008 11:45 am

די באוואוסטע אהבה רבה ניגון וואס מען זונגט אין אסאך פלעצער אויף שבועות, ווי אויך זינגען עס אסאך אלץ א חופה ניגון, ווער האט עס מחבר געווען? האט ער עס מחבר געווען אויף אהבה רבה? אדער איז עס א ניגון וואס איינער האט צוגעפאסט צו אהבה רבה? איז דא פלעצער אין די וועלט ווי מען זינגט אהבה רבה מיט אנדערע ניגונים?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג יוני 08, 2008 11:49 am

וויא ויך אויב איינער קען ביטע ארויף לייגען א קליפ פון די ניגון ביטע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג יוני 08, 2008 12:02 pm

דער בעל מחבר איז הרה"ק רבי ר' הערשל מרימנוב זי"ע
און סאטמאר זינגט מען עס אויף אהבה רבה און עפ"י רוב אויך בייי חופות
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 08, 2008 12:51 pm

און איך האב געמיינט אז ס'איז א פלאנטשער ניגון.

*

ק"ק טאהש זינגט אויך זייער א שיינע ניגון אויף אהבה רבה; מ'זינגט עס יעדן פרייטאג-צו-נאכטס צווישן די זמירות.
An article a day keeps the babies away

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג יוני 08, 2008 2:01 pm

די רבי האב דאס געברענגט פון פלאנטש, אבער דער מקור איז רימנוב

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך יוני 11, 2008 12:26 am

דער פלאנטשער אהבה רבה איז אן אנדערע ניגון, מ'זינגטעס אין סאטמאר ביי די שבועות טישן. נו, כ'קען דאך נישט שרייבן נאטן, וועט איר בלייבן ביים נישט וויסן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יוני 11, 2008 12:46 am

בדרך אגב.

דער טאהשער אהבה רבה ניגון, איז א מונקאטשע ניגון, דער טאהשער רבינ'ס זיידע איז געווען פיר יאר ביים שם שלמה אין מונקאטש, און ער האט דאס גענומען פון דארט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יוני 11, 2008 1:16 am

אין טאהש זינגט מען דאס וועכנטליך אויף כל מקדש דוכט זיך, זעהר א געפיהלישער ניגון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 11, 2008 1:45 am

זיידעניו האט געשריבן:בדרך אגב.

דער טאהשער אהבה רבה ניגון, איז א מונקאטשע ניגון, דער טאהשער רבינ'ס זיידע איז געווען פיר יאר ביים שם שלמה אין מונקאטש, און ער האט דאס גענומען פון דארט.


דערפאר האב איך טאקע נישט געשריבן אז ס'איז א טאהש'ער ניגון, נאר אז אין טאהש זינגט מען עס. איך האב דאס בכוונה מדייק געווען, ווייל טאהש - במח"כ - האט נישט קיין אייגענע ניגונים, און די פאר ניגונים וואס קומט אן צו זיי ווערט אפגע'שחט'ן ברוב סימנים און ס'ווערט אויטאמאטיש א טאהש'ער ניגון בשינוי מראה, מעשה, מקום און ריח...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך יוני 11, 2008 3:05 am

דער סאטמארער אהבה רבה ניגון, איז פון הרה"ק הר"ר הערש מרימנוב זי"ע וואס איז גוועהן א בעל מנגן נפלא

דער רבי זי"ע האט עס "נישט" גענומען פון פלאנטש, עס קומט פונעם ייטב לב וואס פלעגט פארען קיין רימנוב

עס איז ידוע אפאר ניגונים וואס דער ייטב לב האט געברענגט פון רימנוב, 1 אהבה רבה ניגון, 2 בבואו מאדום ניגון, 3 יעלה (טל - גשם) ניגון (אויף דעם ניגון האב געהערט, אז ר"ר הערש פלעגט עס זינגען אויף שלום עליכם פרייטיג צונאכטס).

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך יוני 11, 2008 3:07 am

דער טאהש'ער אהבה רבה ניגון, איז פונעם הייליגען בני יששכר (דער זיידע פונעם שם שלמה ממונקאטש)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 11, 2008 3:16 am

יישר כח, יצמח, פאר די אינפארמאציע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » מיטוואך יוני 11, 2008 10:19 am

דאכצעך אז נאר אין סאטמאר זינגט מען אהבה רבה שבועות. פון וואו דאס שטאמט ווייסעך נישט.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יוני 11, 2008 5:48 pm

לויט ווי איך האב געהערט קימט דאס פון פלאנטש וואס ער האט דאס פון רימענוו , און ביי חופות זינט מען דאס זייט די כ' יארען איינמאל ווען די רבי איז געווען מסדר קדושין האט מען זייער לאנג געווארט און ר' יחזקאל שמש הי"ד האט אונגעהויבען די ניגין און עס איז געווען א גרויסע היתערורת האט מען זייט דעמלץ געזינגען ביי אלע חופות
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יוני 11, 2008 6:11 pm

יאהאן , אין ספינקא איז די התערורת שבועות ביי בריך שמיה, און אהבה רבה קוקט אויף ווי ביי א ציווילע שבת.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יוני 11, 2008 7:58 pm

מאשקע, זייער גוט געשריבן וועגן נגינה אין טאשש, ס'יז שרעקליך ווי מ'שחט דארט ניגונים.

דע ניגון וואס מ'זינגט דארט אויף אהבה רבה, האב איך אמאל געהערט אז ס'קומט פון מונקאטש בעל שם שלמה, און פון א צווייטן האבעך געהערט אסקומט פון בלאזוב, ווייל דער טאש'ער רבי'ס עלטער זיידע, ר' משולם פייש איז געפארן אסך קיין בלאזוב, אבער אזוי ווי מונקאטש און בלאזוב שטאמען ביידע פון בני יששכר קען טאקע זיין אז סשטאמט שוין פון בני יששכר

זיידעניו, אין זידיטשוב איז טאקע דער עיקר התעוררות געווען ביי בריך שמי' און ביי כתר, טאקע נישט ביי אהבה רבה
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך יוני 11, 2008 8:31 pm

דער אהבה רבה, סיי פון סאטמאר אין ווי אויך פון טאהש, זיינען טאקע זייער ווארערמע ניגונים, אין טאקע דערפאר זינגען עס ביידע קהילות ביי זייערע חופות.

דער מנהג ביי חסידישע אידן איז מעורר צו זיין דעם חתן ביים קבלת פנים, אין אזוי אויך ביים חופה. דעריבער זינגט מען ווארעמע ניגונים. אין יעדע חסידות זיכט זיך אויס די ווארעמסטע ניגונים ארויסצוברענגען דעם געפיל ביי די שושבינין, אז מ'זאל זיך אויסבעיטן וואס מ'ברויך.

ווער געדענקט נאך ווי אין סאטמאר פלעגט מען נאך זינגען די "נעניים ניגון" , ס'האט זיך שוין לאנג אויפגעהערט, ווייל דער עולם שפירט שוין נישט אזוי די ווארעמקייט דערפון ווי אמאל.

אין יא,
דער סאטמארער שטאמט פון רבי ר' הערש מרומנוב זי"ע. אין דער פלאנטשער ניגון איז אביסל א שווערער ניגון, ס'איז אויך זייער א שיינער ניגון, אבער ס'איז נישט אזוי ווייט מעורר ווי דער רומנוב'ער ניגון.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 01, 2008 8:15 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:דער פלאנטשער אהבה רבה איז אן אנדערע ניגון, מ'זינגטעס אין סאטמאר ביי די שבועות טישן. נו, כ'קען דאך נישט שרייבן נאטן, וועט איר בלייבן ביים נישט וויסן.


דער ניגון וואס די רופסט אן פאלאנטשער אהבה רבה איז לגמרי נישט קיין פאלאנטשער אהבה רבה, עס איז סתם א פאלאנטשע ניגון אויף מעין עולם הבא, זינג עס אויף מעין עולם הבא, וועסטו זעהן אז ס'מאכט מער פשט, ווי אהבה רבה, וואשע דען, די קאהן ברודער'ס זענען געוועהן עלטערע אידן פאלאנטשע חסידים, און שבועות האבן זיי געהאט די חזקה אין סאטמאר צו זינגען אהבה רבה ביים טיש ביינאכט, פלעגן זיי זינגען אט דעם ניגון אויף אהבה רבה....
כך שמעתי מפי הרב אביש בראד.... נכד חסידי פאלאנטש

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג יולי 06, 2008 2:44 am

מיט הרב ר' אביש בראד וועל כ'זיך נישט פארטשעפענען, אין ער איז זיכער גערעכט מיט זיינע השערות.

אבער וויפיל מיר חסידי סאטמאר ווייסן האט עס סאטמאר רבי'ס שווער(דאס איז דער פלאנטשער צדיק זי"ע) געזינגען אויף אהבה רבה. אבער מעגליך אז דער מקור אויף דעם ניגון איז מאין עולם הבא.

נאר מ'קען אפשר זאגן אז אלי ואלי דברי א.....
די חסידי פלאנטש די זיידע'ס פון ר' אביש'ן, האבן שבועות נישט מיט געהאלטן די יו"ט מיט זייער רבי'ן מאיזה סיבה שהוא, דעריבער געדענקען זיי עס נאר אויף מעין עולם הבא.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג יולי 08, 2008 4:59 pm

דער פלאנטשער (אהבה רבה / מעין עולם הבא) ניגון ווערט געזינגען בחצרות שומרי אמונים תולדות אברהם יצחק / אהרן יעדען שלש סעודות אויף "ויאתיו כל לעבדך", זיי זאגען אז הרה"ק ר' אהר'לע ראטה האט עס גברענגט פון זיין רבי'ן דער בלאזוב'ער רב (בן הרה"ק ר' דוד מדינוב בן הבני יששכר זי"ע)

לדעתי האט עס דער בלאזוב'ער רב גענומען ביי זיין שווער הרה"ק ר' משה'לע ראזוודוב'ער, דער טאטע פון פלאנטשער רב

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מיטוואך יולי 09, 2008 8:13 am

איך ווייס נישט וואס דער פלאנטשער אהבה רבה ניגון איז, אבער די ניגון וואס מ'זינגט בחצרות שומרי אמונים וכו' אויף "ויאתיו" איז א ניגון וואס מען זינגט אין בעלז.
לעצט פאראכטן דורך זעליג אום זונטאג יולי 13, 2008 5:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך יולי 09, 2008 10:08 am

זיי נישט ברוגז, דו מישט אויס דעם "ויאתיו" מיט "המבדיל" פון מוצאי יום כיפור.

"המבדיל" זינגט מען אין בעלזא כדבריך, און נישט "ויאתיו"

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מיטוואך יולי 09, 2008 2:06 pm

איך בין נישט אין כעס ח"ו, אבער איך מישט נישט (ס'קען זיין די מיינסט די "ויאתיו" פון ר"ה יו"כ)
אויף די טעיפ מזל טוב ב' פון בעלז קענסטו דאס הערן אויפן הערשטן טרעקל וואס נעמט בערך 12מינוט איז בא די צען מינוט קענסטו דאס הערן.
אויב דו ווילסט קען איך דיר דאס אריבערשיקען אבער זאג מיר נאר וויאזוי

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » זונטאג יולי 13, 2008 5:41 am

ר' יצמחפורקניה איך בעט אייך איבער, איך זע אז איך האב יא געמישט און נאך ווי, דער ניגון הייסט טאקע דער פלאנטשער אהבה רבה ניגון און מ'זינגט עם בחצרות שומרי אמונים וכו' בא שלש סעודות אויף "ויאתיו". נאר מיט דעם בין איך גערעכט אז מען זינגט דאס אין בעלז אויך. מיין טעות האט זיך גענומען וועגן איך האב געמיינט אז סאיז איינע פון די הקפה ניגונים אין בעלז און כידוע די בעלזער הקפה ניגונים איז מקובל אז ס'קומט פון "מגיד", אבער למעשה איז דאס נישט קיין הקפה ניגון נאר מען זיגנט דאס אויף שמחות וכדו'.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יולי 20, 2008 5:43 pm

דעם שבת געזעהן:
אינעם ווינדערליכן ספר "איש חמודות"
קורות ימי חיי פון ר מיכאל בער וויסמאנדל זצ"ל,
ווערט געברענגט אז הרב ר' משה גראס משארמאש שליט"א,
האט געהאט יארצייט שבועות, און געדאווענט פארן עמוד, ביי ר' מיכאל בער, ביי אהבה רבה האט ער געזינגען דעם ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר,
ר מיכאל בער האט הנאה געהאט, און פון דאן האט ער איינגעפירט מ'זאל אייביג זינגען דעם ניגון אויף אהבה רבה שבועות.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט