יודל ווערדיגער!! לב אחד

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

יודל ווערדיגער!! לב אחד

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 6:19 pm

יודל ווערדיגער קומט ארויס אין די נאנטע טעיג מיט א נייע טעיפ, ס'וועט זיין צו באקומען תיקף נאך שבועות.

איינער ווייסט מער פרטים? וויזוי ס'גייט הייסן? האלצעס נישט פאר קיין סוד!
לעצט פאראכטן דורך 3x0 אום דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 1:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אורזאך: איך האב אריין געלייגט די נאמען פונעם טעיפ אונעם קעפל פון די אשכול.

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » דאנארשטאג יוני 05, 2008 6:27 pm

אפשר LSD?
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג יוני 06, 2008 8:45 am

איך ווייס נישט וויזוי מקען אים אויסהערן, זיין קול איז פשוט נישט צום דערטראגן.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » פרייטאג יולי 11, 2008 3:57 pm

די אלבאום וועט הייסן רקוד רקוד. און גלייבט נישט קיין איין דאטום אז דעמאלטס און דעמאלטס גייט עס ארויס קומען ווייל ער האט שוין געזאגט פאר א יאר סוף תשס"ז אז ס'וועט ארויס קועמן אויף חנוכה תשס"ח, יעצט הייסט עס אז עס וועט ארויס קומען באלד נאך די דריי וואכן.

איין סינגל איז ארויס געקומען הארט פאר פסח, דאס איז די נגון "לב אחד" אויף די ווערטער מה תמר זה אין לו אלא לב אחד אף ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים. ער זינגט דאס צוזאמען מיט זיין טאטע מרדכי און (אהרן אדער יונתן) רזאל.

איזאק האט געשריבן:איך ווייס נישט וויזוי מקען אים אויסהערן, זיין קול איז פשוט נישט צום דערטראגן.

איך וואלט אויך נישט געזאגט אז זיין קול איז די שענסטע אבער זיינע ניגונים זענען אייביג געווען הערליך, און ברייט אויפגעכאפט, און עס ווערט שוין א סטייל אז מען קען ארויס געבן אן הערליכען טעיפ אהן האבן א שטימע, פונקט ווי יאסי גרין....

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » זונטאג אוגוסט 03, 2008 4:02 pm

עס איז היינט באקאנט געווארן אז די אלבאם "לב אחד" (און נישט רקוד) קומט ארויס אין די טעג נאך תשעה באב.
די דעקל פונעם טעיפ איז א חידוש פאר זיך, עס איז 3D דאס הייסט אז ווען מען בייגט עס טוישט זיך דאס בילד.

אז מען בייגט עס צו ביידע זייטן קוקט עס אויס אזוי:
בילד

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מיטוואך אוגוסט 13, 2008 3:51 pm


3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוגוסט 13, 2008 4:06 pm

שכוח ליפא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 13, 2008 7:42 pm

יישר כח פאר די "אנימאציע".

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 2:02 pm

יודל האט נעכטן ביים קומזיץ אראפגעלייגט די ניגון לב אחד אז עס איז געגאנגען א רויעך, איך האף בקרוב צו לינקען צו א ווידיאו אדער ריקארדינג
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 2:18 pm

יישר כח פאר די זיסע אנימאציע. דאס איז א חידוש אין אדווערטייזן אידישע אלבוימס. דאכט זיך אז דאס איז די ערשטע גוטע אידישע אנימאציע וואס איך זעה.
An article a day keeps the babies away

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג סעפטעמבער 28, 2008 12:29 am

די CD איז איינע פון די שענסטע CD'S וואס זענען נאר ארויסגעקומען, איך ווייס נישט צו ס'דא איינער וואס קען זאגן פשוט און פראסט "אז עס איז נישט צום זאך",
כאטש עס איז שוין דורך א שטיק צייט זייט מען האט אונז מזכה געווען מיט דעם CD, דאך קען איך מיך נישט אפלאזן פון דעם, יעדער ניגון איז "געפערליך" גוט, די אידישע ניגון געשריבן דורך ליפא! דער ניגון הייסט כשושנה בין החוחים, עס איז ווערד דער גאנצער CD נאר פאר דעם ניגון, אוי עס שרייט דאך ארויס אונזער פיין און פלאג פון דעם שה אחד בין שבעים זאבים... עס רייייססססטטטטט.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אוקטובער 03, 2008 11:20 am

ביי מיר רייסט ער אויך, מיינע אויערן.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש אוקטובער 04, 2008 8:57 pm

עס דערמאנט מיר פון די מעשה ווי איינער האט זיך אויסגעדריקט פאר א צווייטן "ווען איך הער יענעם ניגון רינט מיר ממש טרערן".
אזוי?! - ענטפערט יענער - איך האב דאס ביים שניידן צוויבל..

הער, עס איז א בחינה פון "אין להתוכח", אבער רייסן די אויערן קען דאס נישט, ער זינגט דעם ניגון אזוי low אז עס קען פשוט נישט רייסן..

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 1:13 pm

נישט קיין חילוק low צו high, נישט דאס האב איך געמיינט, זיין שטימע איז נישט צום אויסהערן.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 4:38 pm

שטימע אראפ שטימע ארויף, למעשה איז דאס פון די אויסגעהאלטענסטע טעיפס בזמנינו.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 8:37 pm

ווער רעדט פון די שטימע?!
איך רעד פון די "ניגון" פון די געוואלדיגע תוכן.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 11:06 am

נו שוין, איך קען נישט הערן אפילו א שיינע ניגון אויב עס איז א בחינה פון נזם זהב...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנכי הקטן און 5 געסט