בלאט 1 פון 2

דער ניגון כד יתבין ישראל

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 3:03 pm
דורך יאסל
איך בין זיכער געווען אז דער ניגון כד יתבין איז במקורו פון זוהר הקדוש אדער דאס גלייכען ,
איך האב אבער געטראפען אין אנאנדער סייט ווי עימיצער שרייבט אז ס'שטאמט פון ר' מאיר שפירא

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 3:06 pm
דורך אנדי פעטיט
די ווערטער שטייט אין זוהר און די תנועה איז רבי מאיר שפירא'ס.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 3:07 pm
דורך farshlufen

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 4:12 pm
דורך שמערי בערי
אנדי פעטיט האט געשריבן:די ווערטער שטייט אין זוהר.

קענסט מיר ווייזן פונקטליך וואו....???

איך זוך עס שוין א לאנגע לאנגע צייט....

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 4:20 pm
דורך אנדי פעטיט
איך ווייס נישט, איך האב פשוט געוואלט פארענטפערן זיין קשיא.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:26 pm
דורך יאסל
די חברה זאגען אז סאיז נישטא אזאלעכע ווערטער אין זוהר, העכסענס דער רעיון.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 5:33 pm
דורך שמערי בערי
הוא הדבר אשר דברתי, אזאלכע ווערטער איז נישט צו געפונען אין ערגעץ!!!, די ווערטער זענען אליינס צוזאמען געשטעלטע ווערטער, א איד האט מיר פארציילט אז ער איז געזיצן אויף די ווערטער א לאנגע צייט, געסוירטשט און נאכגעגאנגען, אבער אזאנע ווערטער איז נישטא צו באקומען פאר קיין געלט....

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 7:31 pm
דורך מאשקע

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2008 11:46 pm
דורך salads
אויב כ'געדענק גיט, איז דא אזעלעכע צו ענליכע ווערטער ביים סוף פון תיקן ליל שבועות.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:11 am
דורך זיידעניו
סוף תיקון ליל שבועות געדענקסטו שוין גארנישט...

איי. דו טענה'סט אז דו געדענקסט יא.

דעמאלטס. קלינקט דיר אין די אויערן קלאנגן, וואס דו האסט געהערט ביי די סעודה.



למעשה, האט דער ניגון נישט קיין מקור, נישט אין זוהר, און נישט אין יוצרות (כך שמעתי מבקי בשניהם)

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:11 am
דורך זיידעניו
כד יתבון ישראל ועוסקין בשמחת התורה
קודשא ברוך הוא אומר לפמליא דיליה
חזו בני חביבי
דמשתכחין בצערא דילהון ועוסקין בחדותא דילי



ווען יודישע קינדער זיצען און לערנען, לערנען די הייליגע תורה
וואס טוהט דענמאלט אויבען אין הימעל אונזער הייליגע בורא
ער רופט צו זיינע מלאכים, און ער זאגט צו זיי
קוק ווי מיינע ליבע קינדער'לך זענען מיר אזוי געטריי
אפילו זיי זענען אין א קלעם, אפילו עס גייט זיי שלעכטס
טוהן זיי דאך די רצון השם, אזוי ווי איבער געגעבענע קנעכט
אפילו זיי זענען אין א געפאר, זיי לעבן אין א פחד און א מורא
פארגעסען זיי פון זייער צער, און פרייען זיך מיט די הייליגע תורה

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:29 am
דורך טהור-עיניים
זיידי און אלע אנדערע

אמת אז די ווערטער מיט דעם לשון שטייט נישט אין זוהר, אבער דער געדאנק שטייט יא אין זוהר. און איינער האט מיר אמאל געוויזן צוויי פלעצער אין זוהר, איינס געדענק איך שוין בכלל נישט, אבער איינס געדענק איך איז געווען אין די השמטות.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:45 am
דורך זיידעניו
אדרבה אפשר ווייסטו מיר אן ווי

איך האב כמה פעמים געזוכט אויב עס איז דא אזא זוהר אז הקב"ה רופט צוזאםדי מלאכים ביי לימוד התורה, ולא מצאתי

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 8:06 am
דורך farshlufen
דאס איז אויסערדעם וואס די ווארט "דמשתכחין" אין זוה"ק איז געווענליך טייטש: זיי טרעפן זיך.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 10:47 am
דורך יאסל
זיידעניו האט געשריבן:
איך האב כמה פעמים געזוכט אויב עס איז דא אזא זוהר אז הקב"ה רופט צוזאםדי מלאכים ביי לימוד התורה, ולא מצאתי

אה הא אה הא!!! אזוי צי קענען זאגען אויף זיך

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:26 pm
דורך טהור-עיניים
יאך קען ליידער נישט ס'גאנצע זוהר אויסנווייניג, אבער כ'אבעס קלאר אמאל געזען, און כ'געדיר א מ"מ אויך ערגעץ אין די השמטות

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:27 pm
דורך שמערי בערי
.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 12:29 pm
דורך אנדי פעטיט
און איך האלט (לויט וואס איך האב געזעהן אין אנדערע אשכולות) אז זיידעניו רעדט פון זיין אייגענע וויסנשאפט.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 1:58 pm
דורך זיידעניו
אנדי פעטיט האט געשריבן:און איך האלט (לויט וואס איך האב געזעהן אין אנדערע אשכולות) אז זיידעניו רעדט פון זיין אייגענע וויסנשאפט.


זיי מסביר דיינע רייד, ביטע.

דאס אז איך האב עס נישט געטראפן, מיינט נאך נישט אז עס נישטא אזא מציאות, נאר איך דערצייל א מעשה, אז איך האב געזוכט און עס נישט געטראפן.

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 2:02 pm
דורך שמערי בערי
וועל איך דיר מסביר זיין, "איינער" האט געשריבן אז מיט א קאמפיוטער איז דאס נישט קיין שוועריגקייטן צו זוכן, האט ר' אנדי זיך אנגענומען פאר דיר און געשריבן אז זיידעניו קען עס יא געדענקען פון זיין אייגענעם מוח.

האט "יענער" אויסגעמעקט זיין הערה.

שטייסט?

געשריבן: דינסטאג יוני 03, 2008 2:10 pm
דורך זיידעניו
יישר כח פאר דעם הסבר

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2010 11:18 am
דורך פונקטליך
farshlufen האט געשריבן:דאס איז אויסערדעם וואס די ווארט "דמשתכחין" אין זוה"ק איז געווענליך טייטש: זיי טרעפן זיך.

און די ווערטער ' ועוסקין "בשמחת התורה" ' קען אויך נישט זיין פון זוהר הקדוש ווייל ס'וואלט געדארפט שטיין ' ועוסקין "בחדוותא דאורייתא" ' וואס איז ארמיש און ווי מזעהט קלאר ביים סוף פון די ניגון ' "בחדוותא" דילי '

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2010 12:01 pm
דורך שקר_הדייעט
פארשלאפן האט געשריבן:
דאס איז אויסערדעם וואס די ווארט "דמשתכחין" אין זוה"ק איז געווענליך טייטש: זיי טרעפן זיך.


ר' פארשלאפן, דאס ווארט "דמשתכחין" וואס טייל זינגען בטעות, איז בלויז א שיבשתא דעל על, ווייל צי עס קומט יא פון זוהר צי נישט, איז קלאר אז דעם ווארט דארף מען זאגן "דמשכחין", אָן א ת', א לשון פון שכחה.

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2010 12:06 pm
דורך שמעלקא טויב
די גענויע ווערטער שטייט טאקע נישט, אבער אינעם נעכטיגן חק האמיר געלערנט אז ווען א איד לערנט תורה קומט דער רבוש"ע מיט די מלאכים זיך צוהערן, פונקטליך דעם לשון דענק איך נישט, כ'קען נישט קיין זוהר, ווער ס'קען עס מעתיק זיין לכ' שבועות תבוא עליו ברכה.

געשריבן: דינסטאג מאי 11, 2010 12:22 pm
דורך פריילאך
מן הסתם מיינסטו דאס:

כמה חביבה אורייתא קמי קדשא בריך הוא דהא בכל אתר דמילי דאורייתא אשתמעו קדשא בריך הוא וכל חיילין דיליה כלהו צייתין למלוליה וקדשא בריך הוא אתי לדיירא עמיה.

זהר במדבר דף קיח ע"א


אפשר קענען מיר איבערלייגן די ניגון אויף די ווערטער?