ציגאנער האט געשריבן:מתמודד, איך פארשטיי נאכנישט פונקטליך וואס גייט אריין אין די קאטאגאריע פון אלטערנאטיווע מוזיק און וואס נישט. גייט למשל 'מאמעס אויגן' אריין אין די קאטאגאריע? אויב נישט, 'קעלט' יא? אויב נישט, 'ווייטאג' יא?
אין מיין הארץ האט עס ווייט נישט געמאכט דעם אלטערנאטיוון עפעקט...
לפי די כללים וואס איך האב געשריבן וואלט עס געדארפט אריינגיין אין דעם כלל, אויב איינער קען מיט ווערטער מסביר זיין א חילוק וואלט איך הנאה געהאט, אבער בכל אופן אויב גייט מען מאכן מער פון אזעלכע ניגונים גייט עס נישט צופרידנשטעלן דעם ביקוש פאר אלטערנאטיווע מוזיק.
לויט אייך, קום איך צו די מסקנא אז בעצם איז די חילוק אויב איינער קען באמת נגינה און ער קאמפאוזט פון הארץ און זינגט פון הארץ (ער האט די ארטיסטישע טאלאנט אין אים) הייסט עס אלטערנאטיווע מוזיק. משא"כ איינער וואס איז א "חתונה זינגער" ער האט א שיינע שטימע און קען זינגען, אדער קען ער קאמפאויזן ניגונים, אבער פליענע ניגונים, וואס ליגט נישט קיין גרויסע ארבעט דעראין, איז דאס, "היינטיגע ניגונים" וואס די עולם ברעכט דערפון.
לפי די נקודות וואס מען רעדט דא קומט אויס אז שלמה קארליבאך (בשעתו) און יהודא גרין וואלטן אויך ווען געברויכט צו באלאנגען אינעם אלטערנאטיווער חדר. נישט אזוי?
ציגאנער האט געשריבן:מתמודד, איך פארשטיי נאכנישט פונקטליך וואס גייט אריין אין די קאטאגאריע פון אלטערנאטיווע מוזיק און וואס נישט. גייט למשל 'מאמעס אויגן' אריין אין די קאטאגאריע? אויב נישט, 'קעלט' יא? אויב נישט, 'ווייטאג' יא?
אין מיין הארץ האט עס ווייט נישט געמאכט דעם אלטערנאטיוון עפעקט...
לפי די כללים וואס איך האב געשריבן וואלט עס געדארפט אריינגיין אין דעם כלל, אויב איינער קען מיט ווערטער מסביר זיין א חילוק וואלט איך הנאה געהאט, אבער בכל אופן אויב גייט מען מאכן מער פון אזעלכע ניגונים גייט עס נישט צופרידנשטעלן דעם ביקוש פאר אלטערנאטיווע מוזיק.
1.איך האב טאקע ערווענט דאס אז חיים ישראל איז נישט אויסשליסליך אלטערנאטיוו, ער האט אלטערנאטיווע ניגונים אבער נישט אויף דעם פארטי ליין לויפט ער.
2. בנוגע דאס צו דער עולם קען פארשטיין פאעזיע בין איך פולי מיט דיר.
3.בנוגע די שטימע דיסקוסיע האב איך טאקע געוואלט פאררעכטן, אבער בסופו של דבר איז נישט די שטימע די זאך נאר די וועג פון פערפארמען, סאיז שווער צו זען שמואלי אונגאר אדער שימי ענגל זאל אראפלייגן א אלטערנאטיווע ניגון ווי עס דארף צו זיין, דערפאר האב איך געשריבן אז סדארפן קומען נייע כוחות אדער דארפן זיי זיך צולערנען נייע טעכניקן וויאזוי צו נוצן דעם שטימע.
3.וואס איך האב געברענגט פון דוד ושלמה איז נאר א דוגמא ווי אזוי אלטערנאטיוו קען ווערן געשריבן אין אידיש, סאיז דא נאך ניגונים אויף דוד ושלמה חוץ שפיל וואס קענען גערופן ווערן אלטערנאטיוו, [אגב איז דודי נישט דער ארגינעלער פארשפרייטער פונעם ניגון צווישן די היימישע קרייזן, שמואל אדער ארי ברונער האט עס שוין ארויסגעגעבן פארדעם אויף די ווערטער מלך רחמן]
אגב הייליקער מתמודד האט מיר דערמאנט פון רבי שלמהלע...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
דוד ושלמה איז נאך א דוגמא וואס ווייזט אז די ניגונים מוזן נישט זיין 'פאעטיש' געשריבן.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
גראדע, אפשר ברענגסטו מיר 2 ארטיסטישע ניגונים פון די'ע חברה, וואס קומען צו צו "געמיינט", "דריי יאר אלט", "דורכגאנג", פון מאטי אילאוויטש?
וועלן ענק זאגן אז ס'טאקע ארטיסטיש, אבער נישט 'נשמה', נישט 'הארץ' וכו' וכו' די מאדנע אומפארשטענדליכע זאצן. איז זייט'ס מוחל נעמט'ס ענקער נשמה און קישט זיך מיט שלומי שבת און זיינע חברים, און קומט'ס זאגן אז צו 'ענקער נשמה' רעדט נאר די'ע מאדנע סטייל, און לאזט געמאכט די היימישע חסידישע אידן.
גענוג אויף יעצט? דרעפט? ניין, שיק...
עגרי מיט יעדעס ווארט! און איך בין מורא'דיג נייגעריג וויפיל חברה דא אויף אייוועלט האבן יעצט אנגעהויבן צו הערן די ''אלטערנטיוו'' סחורה נאכן זעהן אז די ''מבינים'' זאגן אז דעס איז גוט... און זיי מוטשענען זיך צו פארשטיין די ווערטער פון די ניגונים און שטופן זיך מיט אלע כוחות צו קאנעקטן דערצו..
ענדליך ענדליך דאס קינד לאזט זיך הערן און איך רייב מיך מיינע אויגן צו איך זע גוט....דאס איז דיינע אלע טענות, הוכחות, מליצות, וואס די האסט? אז דער עולם זאל זיך גיין קושן מיט שלומי שבת? איך מיין טאקע אז דער עולם האט נישט די ריכטיגע ווערטער צו ענטפערן....
במחילת כבודך....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
נאר מיט שמחה האט געשריבן: איז זייט'ס מוחל נעמט'ס ענקער נשמה און קישט זיך מיט שלומי שבת און זיינע חברים, און קומט'ס זאגן אז צו 'ענקער נשמה' רעדט נאר די'ע מאדנע סטייל, און לאזט געמאכט די היימישע חסידישע אידן. ...
אזוי שרייבט מען?
און גראדע, האב איך אליינס, און @מתמודד ארויסגעברענגט אז טאקע ער, שלומי שבת איז נישט היימיש. און מען זאל אים נישט הערן. איך פארשטיי ביסט געווען עקסייטעד אז דו האסט א דרעפט, אבער ליין די אשכול פאר די שיקסט.
ענדליך ענדליך דאס קינד לאזט זיך הערן און איך רייב מיך מיינע אויגן צו איך זע גוט....דאס איז דיינע אלע טענות, הוכחות, מליצות, וואס די האסט? אז דער עולם זאל זיך גיין קושן מיט שלומי שבת? איך מיין טאקע אז דער עולם האט נישט די ריכטיגע ווערטער צו ענטפערן....
במחילת כבודך....
100% סתם אראפרייסן מיט לופטיגע וויצן און נישט די שענסטע לשונות איז נישט די וועג, א טענה פאר א טענה, א ענטפער פאר א ענטפער, דיטעילס. נישט לופט
אגב פאר די אלע וואס קלערן אז די טענער זענען צו שארף וויל איך פשוט מוסר מודעה זיין אז איך בין איינגעגאנגען אויף @נאר מיט שמחהס פארלאנג אין אישי צו גיין מיט פייער עד הסוף.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.