ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ווער וועט זיין ביי די סעודה'ניו?

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 2:23 am

וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?
ווען משיח וועט קומען, וועלען מיר מאכען א סעודה'ניא.

וואס וועלען מיר עסן אויף דעם סעודה'ניא?
דער שור הבור מיט'ן לויתן. דער שור הבור מיט'ן לויתן.
דער שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.

וואס וועלען מיר טרינקען אויף דעם סעודה'ניא?
דעם יין המשומר, דעם יין המשומר.
דעם יין המשומר וועלען מיר טרינקען, דעם שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן ,אויף דעם סעודה'ניא

ווער וועט אונז תורה זאגען אויף דעם סעודה'ניא?
משה רבנו, משה רבנו.
משה רבנו וועט אונז תורה זאגען, דעם יין המשומר וועלען מיר טרינקען, דעם שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.

ווער וועט אונז בענטשען אויף דעם סעודה'ניא?
אהרן הכהן, אהרן הכהן.
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבנו וועט אונז תורה זאגען, דעם יין המשומר וועלען מיר טרינקען, דעם שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.

ווער וועט אונז נבואות זאגען טאויף דעם סעודה'ניא?
מרים הנבואה, מרים הנבואה.
מרים הנבואה וועט אונז נבואות זאגען, אהרן הכהן וועט אונז בענטשען, משה רבנו וועט אונז תורה זאגען, דעם יין המשומר וועלען מיר טרינקען, דעם שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.

ווער וועט אונז שפילען אויף דעם סעודה'ניא?
דוד המלך. דוד המלך.
דוד המלך וועט אונז שפילען, מרים הנבואה וועט אונז נבואות זאגען, אהרן הכהן וועט אונז בענטשען, משה רבנו וועט אונז תורה זאגען, דעם יין המשומר וועלען מיר טרינקען, דעם שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.

ווער וועט אונז חכמה זאגען אויף דעם סעודה'ניא?
שלמה המלך, שלמה המלך.
שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגען, דוד המלך וועט אונז שפילען, מרים הנבואה וועט אונז נבואות זאגען, אהרן הכהן וועט אונז בענטשען, משה רבנו וועט אונז תורה זאגען, דעם יין המשומר וועלען מיר טרינקען, דעם שור הבור מיט'ן לויתן וועלען מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מאי 25, 2008 2:26 am

שכוח זיידי, וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט פון דעם ניגון
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 3:50 pm

עס האט נישט גערעגנט ל"ד בעומר

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג מאי 25, 2008 11:48 pm

הלוואי זאל שוין טאקע משיח קומען, אבער ווער זאגט אז ס'האט מיט רעגענען אין ניו יארק?!

אפשר האט ער געמיינט אין רימונוב, צו גאר אין די גאנצע וועלט?

אבער אויף צו האפן איז עס גיט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 11:53 pm

אפילו אין נוי יארק איז עס אויך געווען א זעלטענע זאך

באיזה אויפן דער ניגון איז א שיינע שטיקל

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מאי 26, 2008 12:15 am

אין ניו יארק האט זיך עס שוין געמאכט איטליכער מאל, אבער מעגליך אז דאמאלט האט יא עפעס א קליין פיצל געשפריצלט פאר איטליכער סעקונדן.


איבערן ניגון.
יא ס'איז א שיין איר-אלטן פאלקס-ניגון, וואס איז דא עטליכע נסחאות. אבער די אויסגעהאלטנסטע איז ווי איר האט אראפ געברענגט. ס'איז זייער שיין.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 26, 2008 12:22 am

איז עס נישט יאסעלעס ניגון?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מאי 26, 2008 12:36 am

יאסעלע זינגט עס אויך..
אזוי ווי אסאך ניגונים פון דער אלטער היים, וואס איז געבליבן אויף זיין נאמען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג מאי 27, 2008 8:49 am

די וועלט ווייסט אז עס איז יאסעלעס ניגון וואס איז געווארן א פאלקס ניגון, פון וואנעט נעמסטו אז סיז נישט זיינס ?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך מאי 28, 2008 1:14 am

מען האט עס יאהר'ן לאנג געזינגען פאר'ן קריג. אין נישט נאר דעם פאלקס-ליד נאר אויך אסאך אסאך אנדערע פאלקס-לידער, וואס געוויסע איז געבליבן, אין אסאך מער וואס ליידער נישט.

בחמלת ה' איז געראטעוועט געווארן אסאך אידישע פאלקס-לידער נאכ'ן שרעקליכן חרבן, א גרויס חלק איז געבליבן א דאנק חזן יאסעלע רויזענבלאט ז"ל, וואס ווי באקאנט איז ער ארום געפארן אין די גאנצע וועלט, ווי אויך איז ער געקומען קיין אמעריקע זינגען, אין זיינע קאסעטן זענען נישט פארברענט געווארן צוזאמען מיט די קדושי ארץ הי"ד.

ס'איז נאך דא עלטערע אידן פון אמאל, וואס זיי אין זייערע משפחות זענען שטארק געליגן אין ניגונים, אין זיי האבן שנעל אויפגעכאפט ניגונים, אין זיי געדענקען נאך אין די טויזענטער ניגונים וואס ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז ס'עקזיסטירט נאך.

כ'בין פערזענליך באקאנט מיט א איד וואס זיין טאטע איז געווען דער חזן אין שטעטל ווי זיי האבן געוואוינט אין אייראפע פאר'ן קריג. ער דערציילט אז זיי האבן געהאט א שטוב מיט אינגלעך אלע געראטן אין טאטן. די מאמע איז געווען קראנק אין שוואך, אין האט נישט געהאט קיין כוח געהעריג אויפצוגעבן שבת ביים טיש. אבער זי האט געהאט נאך א שוואכ'קייט דערצו, אז זי האט געמוזט אליינס פירן די קיך אין אליינס אויפגעבן.

די שטוב האט זיך אזוי אויסגעשטעלט, אז די שבת'דיגע סעודות האבן זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן. דער טאטע מיט די קינדער ביים טיש, האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי זיך אויסציגעיבן דעם כוח הנגינה, אנצופילן די ליידיגע שעות וואס איז געווען לרחצה.

פארשטייט זיך אליין אז מ'האט געדארפט האבן גאנץ א גרויסע אוצר מיט ניגונים וואס מ'האט געדארפט האלטן אין איין אויפרישן, ווייל מ'האט נישט געקענט איבערזינגען א יעדן שבת יאהר איין יאהר אויס, די פאר זעלביגע ניגונים. דעריבער פלעגט יעדעס קינד ברענגען ניגונים וואס ער האט געהערט דא אדער דארט, אין דאס ניגון איז באשטימט געווארן אויף זיין נאמען, ווי למשל "שלמה'ס ספינקער ניגון" ווייל שלמה האט עס געברענגט.

כ'קען דעם איד, דער לעצט פארבליבענער פון זיין משפחה. וואס ווען ער הערט איין מאל א ניגון וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט, נישט קיין חילוק ווי שווער אין געדרייט ס'איז, נארמאלער'הייט קען ער עס איבערזינגען אויף'ן ארט. כ'האב אים אליין אויספראבירט עטליכע מאל. ער זאגט אז ער איז נישט געווען דער איינציגסטער אין זיין משפחה מיט דעם טאלאנט. ער קען אן א שיעור נסחאות, חזנות שטיקלעך, אין ניגונים, נישט קיין חילוק פון וועלעכע קרייז אין סארט.

ער דערציילט אז די אלע פאלקס-לידער זענען נישט יאסעלע'ס, אפי' יאסעלע זינגט עס. אין די נאמען אויף'ן טעיפ ווייזט אז ער איז גערעכט. ווייל ס'שטייט נישט אז ס'איז יאסעלעס ניגונים, ס'שטייט נאר "חזן יאסעלע רויזענבלאט זינגט פאלקס-לידער"... ווייל דעמאלט ווען דער טעיפ איז ארויסגעקומען האבן אלע געוויסט אז ס'איז נאר פאלקס-לידער אין נישט זיין אייגנטום.

ס'דארף פראקלאמירט ווערן, אז אינדערהיים איז נאך נישט געווען קיין טעיפ רעקארדער'ס ביים המון עם נאר געציילטע, אין דער פאלק האט געצויגן צו ניגונים פונקט ווי היינט ציטאג אין נאכמער. דעריבער פלעגט א יעדעס שטעטל אין דערפל האבן א חזן, וואס ער פלעגט אינטערטעינען דעם עולם. ווי ס'איז געווען א נארמאלער ערשיינונג אז דער חזן זאל אינמיטן דאווענען זינגען א שטיקל, אין אלע הינגעריגע אידן זאלן זיך אראפ זעצן אין זיך ציהערן צום געזאנג מיט א פארגעניגן וואס האט נישט זיינס גלייכן..

דער חזן פלעגט אויפטרעטן אין אלע אומשטענדן, ביים דאווענען ביי ציזאמקונפטן אין אפי' ביים רבי'ס טיש. ער פלעגט זיין דער פארמיטלער ביי געוויסע סארט אידן ציווישן זיי אינעם טאטן אין הימל, ווייל זיי פלעיגן נאר קומען אין שול ווייל דער חזן גייט זינגען..

דערציילט דער איד, אז יעדער חזן פלעיגט זינגען געוויסע פאלקס-לידער, נאר אויף זיין שטייגער. ווי למשל יאסעלע אויף זיין שטייגער, אין קארניאל אויף זיינס, וואס אין זיינערצייט איז עס נישט געווען קיין פארגלייך. יאסעלע איז געקומען קיין אמעריקע אין געוויזן ווי גיט ער קען עס אראפ לייגן, אבער דער אנדערער חזן אין געבליבן דארט ערגעץ אין הודאנאנאש, וואס קיינער געדענקט אים נישט..

אבער דאס האב כ'שוין געהערט ביי מערערע עלטערע אידן, וואס ליגן אין דעם פאך, אז אפי' יאסעלע'ס געהעריגע ניגונים זענען אויך למחצה לשליש ולרביע נישט זיינע, וואז דאס פארלאנגט זיך שוין א עקסטער אפהאנדלונג אין א לענגערע ארטיקל, וואס ס'וועט נאך נאכקומען אי"ה.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 28, 2008 11:36 am

כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין אפהאנדלונג. יישר כח.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מאי 28, 2008 11:56 am

מאשקע האט געשריבן:כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין אפהאנדלונג. יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 29, 2008 12:42 pm

גם אני מצטרף, יישר כח סעלעדס פאר דיין באשרייבונג.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 29, 2008 8:56 pm

א נאבעלע, זאכליכע באשרייבונג.
תוכן און קוואליטי וואס קען קלעקן אויף א לאנגע צייט
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 01, 2008 4:02 pm

סאלאד, דיין באהאנדלונג, איז זייער שיין אנגעראכטן. אבער דאס איז טאקע איבער די אידישע ניגונים, און נאכאמאל, מיר האבן זיך שוין געקריגט אין אן אנדער אשכול, די נישט אידישע ניגונים, זענען ס'מערסטענס זיינע אייגענע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 01, 2008 10:42 pm

זיידי;
מרים הנבואה = שרייבט מען הנביאה.

סלטים;
איטליכער, מיינט 'יעדע'. עס מיינט נישט 'עטליכע'.

אבער שכויח ענק ביידען פארן מהנה זיין דעם הונגעריגן עולם מיט חזנות..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יוני 03, 2008 12:03 am

ישר כוח שוועמל פאר די באמערקונג.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יוני 03, 2008 1:09 am

סאכדעס (עכ"פ א מודה במקצת ביזטו שוין)

כ'בין דיר טאקע שילדיג געבליבן א באשרייבונג איבער די אישו. כאטש אין די יעצטיגע שפעיטע שעה האב כ'אויך נישט קיין צייט דערפאר, דאך וועל כ'יא יעצט בארירן אויף'ן שפיץ גאפל געוויסע ניגונים, אין די מסקנות וועל כ'איבער לאזן פאר א פאסיגערע געלעגנהייט.


ס'איז דא דריי באזונדערע חזנות שטיקלעך אויף די ערשטע קאפיטל הלל פון החזן יאסעלע רויזענבלאט ז"ל. אלע דריי האט א קליין ביסל א ענליכקייט איינס צום צווייטן. אין ס'איז געבליבן ביי אינז, ס'הייסט די וואס זענען שוין געבוירן געווארן נאכן צווייטן וועלט קריג, אז אלע דריי איז טאקע זיינס.

דערציילט מיר א איד א זין פונעם חזן ביי זיי אין שטעטל, וואס איז געווען א גרויסע שטאט אין אונגארן, פלעגט אויך דער חזן אראפ לייגן א הלל צום באוואונדערן, אין ווי וואונדערליך איז דער ערשטער שטיקל געווען צוזאמגעפלאכטן פון אלע דריי יאסעלע שטיקלעך, וואס ער האט הערשט געהערט נאך די קריג אויף די קאסעטן.

אגב,
איז יאסעלע רויזענבלאט אלס אינגערמאן אויך געווען צווישן די קאנדידאטן וואס האבן געוואלט באקומען דעם חזנות שטעלע און זייער שטעטל/שטאט, ער האט איין שבת געוויזן וואס ער קען, אבער ער איז מפני איזה סיבה שהוא נישט אנגענימען געווארן. נישט ביי דעם לעצטן חזן פארן קריג נאר ביי איינס פאר דעם.
(דער לעצטער האט שוין כמעט נישט צוגעלייגט גארנישט, ער האט נאר איבער געזינגער די נסחאות פון דעם חזן וואס איז געווען בעפאר אים)

האט דער אויבישטער אזוי צוגעפירט, אז ווען ער איז געזיצן שבעה ל"ע, בשעת ווען כ'בין אים געגאנגען מנחם זיין, איז אויך דארט געווען נאך עלטערע אידן, אין די שמיעס האט זיך פארצויגן אבער דער אלטער היים מיטן חזן אינדערמיט. וואס נאך איינע פון די עלטערע מנחמים איז געווען א זין פון א חזן פון דער אלטער היים.

אין יא, דער הלל איז אויך אריינגעקומען דארט, אין ס'איז געווען נאך וואס האבן גע'טענה'ט אז זייער חזן'ס הלל האט גע'ענדלט צו געוויסע פון יאסעלע'ס.. די רעדע איז געווען אז ס'איז געווען אסאך נוסחאות אין דער היים, אין יעדער חזן האט זיך ציזאם געשטעלט זיין נוסח מיט די אלוועלטליכע חזנישע נוסחאות. א שטייגער ווי דער "ובמקהלות רבבות" וואס ס'איז נאך געבליבן ביי אינזער דור אויך אזוי.

דעריבער איז דער הלל נישט געווען יאסעלעס, אין אויך נישט די אנדערע חזנים'ס. זיי האבן עס נאר אראפ געלייגט אויף זייער שטייגער, אין יאסעלע אויף זיינס. פון די אנדערע איז ליידער גארנישט געבליבן, אין די פון יאסעלע'ס קאסעטע איז געבליבן "זיינס". ווען נאר זיינע קנייטשן אין צוזאמשטעל זענען באמת זיינס..

די זעלבע האבן זיי גערעדט אז ס'רוב פון די יאסעלע הייליגע טעג נוסחאות, זענען אלטע אידישע נסחאות, וואס ס'איז געבליבן על שמו, ווייל בלויז זיינס איז איבערגעבליבן. אין ס'איז שוין פארשטענדליך פארוואס זיין "ישתבח שמך" ענדלט אזוי אין אינזער נוסח.


דאס איז חוץ פון וואס יאסעלע האט צוגענימען (שיין גערעדט. אין אמת'ן געגנב'ט)שטיקלעך פון אנדערע חזנים...

אין דער אלטער היים איז די וועלט זייער גרויס געווען, פון איין דארף צום צווייטן צו צופארן איז געווען א גאנצע אפקומעניש, דעריבער האט כמעט קיינער נישט געוועסט וואס דער חזן אינעם נעקסטן שטעטל זינגט אלס.

יאסעלע פלעיגט זייער אסאך ארום פארן און אייראפע און קלענערע שטעטלעך, אין האט אויסגעהערט יעדן חזן כמנהג העולם אין זיינערצייט. אויב האט ער געהערט א גיטן שטיקל וואס ס'איז געווען לויט זיין געפיל, האט ער אפגעשאצט יענעם חזן צו ער וועט נאך גרויס ווערן אמאל, אין אזוי האט אפגעמאכט צו ער נעמט דעם שטיקל צו זיך (אן רשות) צו נישט.

דער נאך איז ער געפארן אין די אנדערע עק וועלט ווי יענער חזן וועט קיינמאל נישט אנקומען, אין עס איבער געזינגען אויף זיין אייגן נאמען... גאנץ א גיטער איינפאל.

ביז
ער האט אינטער געשאצט חזן דוד רויטמאן ז"ל (ווען ער זינגט הערט זיך אביסל ווי ער האט פאטעטעס אין מויל) ער פלעגט זינגען מיט א געוואלדיגן געפיל אין הארציגקייט, אין יאסעלע האט געהאלטן אז ער וועט נישט גרעסער ווערן, אבער די השגחה האט אנדערשט געפירט.

דוד רויטמאן איז געקומען קיין אמעריקע א גיטע פאר יאהר נאך יאסעלע, אין געזינגען ביי א קאנצערט דעם באקאנטן "קול ברמה נשמע, רחל מבקה על בניה" וואס יאסעלע זינגט, ( ס'האט גענצליך יאסעלע'ס חן..)
ווען ער ענדיגט זינגען זעיט ער דען עולם שמייכלען זאגענדיג אז ס'איז נישט זיינס.. ס'איז יאסעלעס.. וואס יאסעלע זינגט עס שוין אפאר יאהר.

ער האט גערופן יאסעלע צום דין תורה, אין יאסעלע האט מודה געווען אין די גניבה.. ווי די היסטאריקער וועלן שוין מסתם אראפ ברענגען.

ס'איז נישט געווען נאר דאס, ס'איז געגאנגען דערנאך צו "אשמנו מכל עם" אין נאך, וואס ס'גייט אויך אויף יאסעלע'ס שניט..

דאס איז וואס מ'האט אים געכאפט, אין וויפיל האט מען אים נישט געכאפט?!
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יוני 03, 2008 1:12 am

נישט פארגעסן,
דעם טיטל "מלך החזנים" וועל כ'אים מיט דעם אלעם נישט צונעמען,(ווי גלייך כ'קען ווען) ער איז עס 100% ווערט.

נאר זיינע קאמפאזישאנס, מוז נישט זיין אז ס'איז זיינס.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג יוני 03, 2008 11:33 am

די מעשה מיט רויטמאן האב איך אויך געהערט, דאס איז אחת היתה ופירסמה, אויף די אלע אנדערע באשולדיגונגן ווי :
"יאסעלע פלעיגט זייער אסאך ארום פארן און אייראפע און קלענערע שטעטלעך, אין האט אויסגעהערט יעדן חזן כמנהג העולם אין זיינערצייט. אויב האט ער געהערט א גיטן שטיקל וואס ס'איז געווען לויט זיין געפיל, האט ער אפגעשאצט יענעם חזן צו ער וועט נאך גרויס ווערן אמאל, אין אזוי האט אפגעמאכט צו ער נעמט דעם שטיקל צו זיך (אן רשות) צו נישט.

דער נאך איז ער געפארן אין די אנדערע עק וועלט ווי יענער חזן וועט קיינמאל נישט אנקומען, אין עס איבער געזינגען אויף זיין אייגן נאמען... גאנץ א גיטער איינפאל."


אויף דעם האסטו נישט געברענגט קיין שום פרוף, נאר פלעין באשולדיגט יאסעלען אין גניבה, איז ווילאנג דו צייגסט נישט אן וועלעכע ניגון איז געגאנבעט און פון וועם, איז עס פלעין געשריבן און האט נישט קיין שום האפט אין מיינע אויגן.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג יוני 03, 2008 11:38 am

איך פארשטיי נישט, היינטיגע טעג איז עס אן אנגענומענע זאך אז א חזן זינגט יענעמס שטיקלעך, פארוואס זאל עס יאסעלע נישט מעגען טון? ער זאגט נישט אין ערגעץ אז די שטיקלעך זענען זיינער, ער זינגט עס נאר.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג יוני 03, 2008 11:59 am

מרעדט דאך נישט וועגן מעגן צו נישט.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יוני 03, 2008 2:28 pm

ס'האט נישט גיט געכאפט
לעצט פאראכטן דורך salads אום דינסטאג יוני 03, 2008 2:38 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יוני 03, 2008 2:28 pm

איזאק

ברענגען פראף?

ווענד זיך אויף ווי ווייט.
אויף צו וויסן וואס עפעס איז דארט פארגעגאנגען? יא ס'איז געניג אז מ'הערט עס פון אידן פון פאריגן דור, וואס זיי אין זייערע עלטערן זענען געליגן דערין כל ימי חייהם.

אבער.
אויף צו קענען אנקלאגן? ניין כ'האב נישט געניג פראף...


אנדי.
די ביסט אפשר אויך גערעכט. אבער ס'פארלאנגט זיך א באזונדערע דיסקאסיע דערפאר.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג יוני 03, 2008 2:46 pm

די פאריגע דור אידן זענען געווען אין זייערע אינגע יארן יונגעלייט אין זייער דור פונקט ווי אונז זעמער אין אונזער דור, און איך גלייב נישט אז דו גלייבסט אלע ראמערס און לשון הרעס וואס דרייען זיך ארום אין היינטיגן דור.

די ראמערס און מעשיות (אן קיין פרוף) ווען די אידן פון וואס דו ברענגסט א ראיה האבן נאך געהאט שווארצע קליינע בערדלעך איז פונקט אזוי קראנט ווי די היינטיגע, און ווייל דעמאלטס האט מען געשמועסט אז יאסעלע דרייט זיך ארום אין די שטעטלעך גאנבענען חזנות שטיקלעך מיינט נישט אז סיז אמת.

דאס אז דער איד האט היינט א לאנגע ווייסע בארד מיינט נישט אז דאס וואס זיי האבן געהערט אויף יאסעלע פאר זעכציג יאר צוריק איז אמת.

קען זיין אז סיז אמת, אבער פרעג דעם איד פונעם אמאליגן דור, וועלעכע ניגון ספעציפיש ער האט געגאנבעט און פון וועלעכן חזן, און אויכעט ווער ווער עס האט מיטגעהאלטן די נסיעה פון יאסעלע ווי ער פארט ארום אין די שטעטלעך גאנבענען חזנות שטיקלעך.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט