ניגוני יום כיפור

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

ניגוני יום כיפור

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:12 pm

איך זיך די ווערטער פון יום טוב ערליך ניגון איי לא לא לי פונעם סאסובער ביים וויגעלע כל נדרי ביינאכט

אויכעט די על דעת המקום ניגון פון מיכאל שניצלער
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: ניגוני יום כיפור

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:49 pm

ניגון ב'
דער צדיק וואו איז?
(א מעשה'לע פון סאסאווער)



איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
זיצט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

איך האב געטאהן דא פארביי גיין
און דערהערט ס'האט א געוויין
איך קום אריין, איך קוק זיך איין, ליגט א קינד אליין

עס האט די אויגעלאך פארמאכט
און די מאמע האט געטראכט
איינס און צוויי, טאן א גיי, הערן כל נדרי

אין שוהל, איז פוהל, און שפעט איז שוין די שעה
און דארט, אויף זיין ארט, דער צדיק איז ניטא
דער טאג איז אוועק
א אומעט א פחד א שרעק
די אויגן ביי אלע מיט טרערעלאך פוהל
די ערטער זענען שוין אלע פארנומען אין שוהל
עס פעלט ניט קיין איד אין דער שפעטיגער שעה
נאר דער צדיק דער צדיק נישטא

2

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט זיך דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

ווישט דער צדיק אפ א טרער
וויגט די וויג אהין אהער
שא מיין קינד, שלאף געשווינד, האב קיין מורא ניט

אין שוהל דיין מאמע אויסגעצירט
שטייט און בעט ביי דעם וואס היט
זאל היטן דיר, זאל היטן מיר, זאל היטן יעדן איד

אין שוהל איז פוהל, אין פענסטער איז שוין שווארץ
ווער ווייסט, ווער ווייסט, עס קלאפט אזוי די הארץ
וואס איז געשעהן
נאך קיינמאל אזוינס נישט געזעהן
קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק
דער צדיק דער צדיק וואו איז ער אוועק
שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך
אפשר איז ער אין דער הויך

3

איילייעליוליו ליוליו, איילייעליוליו ליוליו
שטייט דער סאסוב'ער ביים קינדס וויגעלע, איילייעליוליו ליוליו

קוק מיין קינד א ווייסער רויך
ברענגט מלאכים פון דער הויך
און מען זינגט, און מען ווינקט, און מען קוועלט אזוי

זעה ווי שפעט איז שוין די נאכט
און דער גאנצער הימל ווארט
דו זאלסט זיין שיין, און איך זאל גיין, הערן כל נדרי

דער צדיק וויל גיין, מאכט דאס קינד א געוויין
נישט וויין נישט וויין, איך וועל דיר ניט לאזן אליין
גיט זיך דער צדיק א דריי
און צום הימל ער גיט א געשריי
ווי קאן מען א קינד לאזן וויינען אליין
באשעפער הער אויס דיינע קינדערס געוויין
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט
מען טאר נישט פארלאזן זיי ג-ט.


גענומען פון דא
http://ftp.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 75#p156275

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ניגוני יום כיפור

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 1:54 pm

קרייסלער האט געשריבן:אויכעט די על דעת המקום ניגון פון מיכאל שניצלער

דאס?

די שול איז אנגעפילט
ווייס איינגעהילט
דער ציבור – בעט זיך איבער
מיט’ן ק”ל שק”י
יעדער ביי זיין מחזור’ל מיט תפילת זכאי
אלע טליתים ווייס
אלע אויגן נאס
מיט א פרישע – קדושה
יעדער לייכט
יום כיפּור, די הייליגסטע נאכט

מען ווארט אויף יוסל’ן דעם חזן
ער האט זיך נאך נישט געטון באווייזן
מען הערט באלד – עס ווערט באלד
א רודעריי
ווען קומט ער שוין זאגן כל נדרי
פּלוצלונג לויפט ער געאיילט
אריין מיט א בלאסן געשטאלט
בעפאר’ן בלעמער – ביי א זיץ דארט
בלייבט ער שטייענדיג
די אינציגסטע זיץ וואס איז ליידיג

דער טויבער – ר’ סענדר
דארט פלעגט ער זיצן מיט זיין שטענדער
דעם חזן – האט ער אנגעקוקט
ווי גלייך ער וואלט געהערט יעדעס ווארט און זיך דערקוויקט
מיט א שמייכעלע – א ברייטער
געשאקלט מיט’ן קאפּ ווי גלייך יעדעס ווארט פארשטייט ער
ביים ענדע, – איז שוין באהאווענט,
פלעגט ער צוגיין צו דעם חזן:
איר האט זייער שיין געדאווענט

דער חזן – שטייט דארט
קוקט אויף דעם פּלאץ און רעדט נישט קיין ווארט
צוגעגאנגען – גלייך איז ער
און נעמט ארויס פון שטענדער ר’ סנדר’לס מחזור
ער שטייט דארט – איינגעבויגען
טרערן גיסן פון זיינע אויגן
עס ווערט שפּעט – די שעה’ן
ענדליך דרייט ער זיך אויס און הויבט שוין אָן

על דעת המקום, ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה
אנו מתירין להתפּלל

און א טרער אויפ’ן פּנים ליגט אים
ער זאגט ווייטער דער קול ווערט אבער נקטם
עס גייט נישט מער, דאס הארץ דרוקט אים
די טרערן שטיקט אים
….
דער רבי פרעגט אים – דעם סיפּור
יוסעלע וואס איז אנדערש דעם יום כיפּור
אוי רבי – גיט ער א כליפּער
אויב איך מעג יעצט וויילן
וועל איך יעצט אלעס פארציילען:

ר’ סנדר’ל אין אויער’ל מיט זיין וואטע
ער איז גאר געווען מיין טאטע
געשמייכלט תמיד – צו מיר צום עמוד
מיט פריידעניש
כאטש געהערט האט ער קיינמאל ליידער נישט
ליידער היינט נישט גלייביג
האט ער פארמאכט זיינע אויגן אויף אייביג
פונאנדערגעשיידען – שוין אין גן עדן
טוט ער פּראווענען
דעס ערשטע מאל היינט וואס מיין טאטע הערט מיך דאווענען

אוי טאטע! אוי טאטע!
דו האסט געקוועלט בישיבה של מטה
כל שכן – נישט קיין שאלה
אז דו הערסט מיך דאווענען דארט בישיבה של מעלה
מיין קינד! – מיין קינד!
איך הער דיך דאווענען יעצט אצינד
דאווען ווייטער מלא חן
ווייל יעצט ווייס איך שוין אליין
אז דו דאווענסט זייער שיין

יוסעלע! – אוי יוסעלע!
דו האסט געעפנט א טויער’ל א שלאס’עלע
ביים טאטען – אין הימל
וואס הערט אונז אויס אייביג נישט נאר די מאל
דאווען ווייטער – בהאי גוונין
אלע מלאכים ווילן מיט דיר מיט דאווענען
זיי ווארטן שוין – מיט צמאון
דריי דיך נאכאמאל אויס און מיט מיר צוזאם הויב אָן

על דעת המקום, ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה
אנו מתירין להתפּלל

אוי! כל נדרי, ואסרי, ושבעי, דנדרנא
ודאסרנא, על נפשתנא, מיום כיפּורים זה
עד יום כיפּורים הבא עלינו לטובה

או טאטע! – אוי טאטע!
דו ווייסט דאך וואס טוט זיך דא בישיבה של מטה
אוי רחמים – שאלי
נעם ארויף אונזערע טרערן דארט בישיבה של מעלה
מיין קינד – ישראל
איך הער דיך דאווענען אלע מאל
דאווען ווייטער – מלא חן
ווייל דו ווייסט דאך אליין
אז דו דאווענסט אזוי שיין
יתגדל ויתקדש שמי-ה רבה אמן

https://www.zingalyrics.com/lyrics/mich ... -tate-hert

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ניגוני יום כיפור

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 2:30 pm

תודה רבה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Programming
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ניגוני יום כיפור

תגובהדורך Programming » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 2:34 pm

אויך דא פון יונתן שווארץ אויפן ניגון פון חננו ה'

די הייליגע נאכט פון יום כיפור, א מורא'דיגער סיפור ביים בארדיטשוב'ער רב זכותו עלינו יגן וכו'וכו'


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 10 געסט