שיעורי תורה, דרשות, קינדער-טעפס דאנלאדן אומזינסט!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

שיעורי תורה, דרשות, קינדער-טעפס דאנלאדן אומזינסט!

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג מאי 04, 2008 1:20 pm

ווי וואויל באקאנט, איז דא א וואויל-טעטיגע ארגאנעזשען וואס רופט זיך: קול הלשון!

געגרינדעט האבן זיי זיך מיטן ציל אז אויפן טעלעפאן זאל מען קענען מיטהאלטן שיעורים.

זייער טעלעפאן נומבער איז: 718-906-6400

זיי האבן שוין כהיום יום, טויזענטער און טויזנטער שיעורים, "אויף אלע שפראכן", און פון גאר אסאך בעלי דרשנים. זיי האבן א מורא'דיגן גוטן טעל. סיסטעם, מיט אלע צוגעהערן, אסאך בעסער פון אלע אנדערע.

לדוגמא; אזאך וואס איך ניץ שטענדיג. ווען דו רופסט אריין און דו הערסט א שיעור, און דו לייגסט אראפ דעם טעלעפאן. ווען דו קאלסט צוריק אריין - אפי' צוויי וואכן שפעטער - אז דו רופסט "פונעם זעלבן נומבער", קענסטו דרוקן דעם # קנעפל, און דו הערסט ווייטער פון דארט ווי דו האסט פאריגעס מאל געהאלטן! מורא'דיג.

*

על של עתה באנו, זיי האבן די לעצטערע פאר וואכן אויפגעסעט, אז דו קענסט דאנלאדן כמעט "אלע זייערע שיעורים" צו דיין קאמפיוטער אומזינסט!!

טוט די קומענדיגע סטעפ'ס, און איר קענט זיך אויסוועלן "וואס" און "וויפיל" שיעורים איר ווילט, און עס דאנלאדן! (איך האב נישט קיין אויסדרוק וויאזוי זיך צו באדאנקן פאר זיי, אשרי חלקם.)


1) Download the "Kol-Haloshon-MP3-Download-Program-zip-file" by clicking on the link at http://www.kolhashiurim.com.
2) Run the setup.exe.

דערנאך

click Start, then Programs, then click Kol Halashon and click the program called ATM Web Download.

פון דארט און ווייטער גייט עס געשמירט, איך דארף עס אייך אפי' נישט שרייבן. מ'וועלט אויס די שפראך, וועלכע ענין, עפעס מוראדיג גרינג און באקוועם.

מ'מוז עס אפי' נישט דאנלאדן, איר קענט עס דארט הערן, און באשליסן צו איר דארפט עס צו נישט.

משיח'ס צייטן.

חילכם לאורייתא.

עני פראבלעם, לאזט דא איבער אייער מעסעדזש, איך האב עס שוין אויסגעלעקט פון אלע זייטן. יעצט דארף איך נאר האבן צייט עס אויסצוהערן.

יוי איך קען נישט ענדיגן, די מעשיות פאר די קינדער, שיין און אינהאלטפול, די שיעורים פאר פרויען עכט היימישע רעדנער'ס, מיין רביצין איז זיך מחי' דערמיט.


פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל איך ווילט איר זאלט וויסן.

[נ.ב. מנהלים פירטס דעם אשכול דארט ווי עס באלאנגט].

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג מאי 04, 2008 3:36 pm

א גרויסן דאנק ר' יגר'ל.
איך האב שוין עטליכע מאל גערעדט מיט זיי. למשל אין די אידישע דף היומי האבן זיי גאנץ ש"ס פון הרב הגאון ר' שמואל דוד פריעדמאן
אבער מ'הערט עס נישט.
וועלכע מסכת איך קליק, הער איך גארנישט.


אויף ענגליש האבן זיי דעם גרעסטן אויסוואל.
אין די היבראו האבן זיי געוואלדיגע שיעורים, אויף קצות, שב שמעתתא און נאך לומדישע ספרים.

אויך האבן זיי אסאך דרשות בעניני השקפה און עה"ת פון הרב הגאון רבי יצחק לעבאוויטש שליט"א.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 05, 2008 10:43 am

שכויך יגר'ל פאר די פיינע נייעס.

כ'מזל אז איך האב נישט קיין קאמפיוטער אינדערהיים, דאס וואלט געמיינט אז איך קען זיך געזעגענען דערפון פונקט ווי פון די טעלעפאון, זי וואלט דאך געזיצן אויפן קאמפיוטער און געדאונלאוד דרשות ס'גאנצע טאג אנשטאט עס הערן אויפן טעלעפאון.

און וואס וואלט איך געטוען? אה, געהערט קול מבשר..


אבער אין "היכל הנגינה" באלאנגט דאס נישט. איך מיין אז מ'דארף עס אריינלייגן אין ביהמ"ד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 05, 2008 11:18 am

ווען וועט שוין קול מבשר האבן אזא סיסטעם ווי איך וועל קענענן דאונלאודן די אלע שיינע אנאליזן, אינטערוויאוס, געזדונטהייט, חינוך און השקפה, נייעס, וכו' וכו' וכו' אן זיצן מיטן טעלעפאן צוגעשמידט צום אויער????
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 05, 2008 12:04 pm

יישר כח יגר!

יישר כח קול הלשון!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 12:07 pm

יישר כח יגר, איך האלט יעצט אין מיטען אויסהערן א דרשה פון רבי שמשון פינקוס ז"ל איבער שמחת החחים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 1:12 am

צייטליך
איים וויט יו אן דעט
אין "היכל הנגינה" באלאנגט דאס נישט.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:55 pm

ניין פאקט לעבן...
איך האלט אז דא איז יא א פאסיגע פלאץ, ווייל פאקטיש ווער עס וויל עפעס דאונלאדן צו הערן, קומט אהער אין דעם ווינקל,


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט